בלאט 61 פון 66

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 9:56 pm
דורך קריץ
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 2:13 pm
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:39 pm
אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 9:43 am

גם אני מצטרף, ממש די זעלבע, געווען ב"ה מסודר און העכסט צופרידן מיט מיין אכסניא
95 פראצענט פונעם סתם עולם איז געווען מסודר מיט די בעטן, 5 פראצענט פונעם סתם עולם האט געהאט א באלאגאן, אבער ביי די עשירים מיין איך זענען די פראצענטן געווען פונקט פארקערט

איך וואלט גערעיט דעם שבת אזוי, פון 1 ביז 10:
1) אכסניות - 8
2) סעודות שב"ק - 10
3) מלוה מלכה - 4
4) הדלקה - 8
5) היכל התפלה - 9
6) היכל הטישים - 10
7) פרישטאג-נאכטמאל - 10
8) דברות קודש - 10
9) עסקנים פון פרייטאג כחצות ביז זונטאג כחצות - 4
ס'וואלט געמעגט זיין: צוגעשטעלט וואסער דעם גאנצן וועג, א שטייגער ווי שבועות אין קרית יואל (אלע ראשי עסקנים דא ווייסן וואס דאס איז), אנווייזונגען ווי די היכל הקאווע איז פאר שבת צופרי, מוצאי שב"ק למשל א שעה נאך של"ס איז נאך די היכל הקאווע געווען פארשפארט, פאר א ווארעמע טרינק האסט דיך געקענט גיין שטופן ביי די מערה, יעדער האט געוואוסט אז זונטאג פארן 'אלע' באסעס קיין ב"ב נאך פרישטאג, קיינער האט נישט געוואוסט צו נאך פרישטאג מיינט 10 אדער 1, קיינער האט נישט געוואוסט פון וואו די באסעס פארן, מ'האט געשיקט דעם עולם אראפ און ארויף, ס'האט פשוט געפעלט עסקנים וואס זאלן אנווייזן

דער היכל הטישן וואלט געקענט זיין פי כמה בעסער ווען סאיז ווען דא געהעריגע פארענטשעס, און אויף א לענגערע שטרעקע, אזויווי עס איז ארגינעל שוין געווען אויפגעשטעלט ביז מיטוואך, אבער אזוי איז געווען באשערט, און עס איז געווען אפילו אזוי גאר גאר גוט.

די סעודות זענען געווען זייער רואיג, גוט צוגעשטעלט און מסודר.

די היכל התפלות איז באמת געווען אין פלאן צו מאכן א ריזן טענט וואס זאל זיך ציען פון אנהייב פון די חצר המערה נאך אויבן פון די טרעפ ביז אריבער די גאנצע שטח ביז ארויף צום רעמפ די אנדערע זייט. דאס הייסט אז מען וואלט אפילו נישט געדארפט אראפגיין די טרעפ פונעם מערה, עס וואלט לכאורה געווען געוואלדיג, אבער עס איז געווען באשערט אז אין די סאמע לעצטע מינוט זאל די העכערע פאליציי באאמטע זיך אריינמישן און אנולירן די פארענטשעס אינעם היכל הטישן און אויך דאס, האט מעןאין קארגע 24 שעה אויפגעשטעלט דעם ריזן וואנט אויף מזרח מיט דעם גיגאנטישן גרויסן מזרח וואנט סינערי דערויף און אזוי אויך האט מען געלייגט דעם סעמי-דאך פון אויבן און עס איז געווען גאר שיין און געשמאק און דערהויבן, יעדער האט געקענט מיטהאלטן פון אלע זייטן, און עס איז ב"ה געווען געוואלדיג.

אכסניות ווענדט זיך וועם דו פרעגסט. רוב עולם איז געווען מסודר. אבער ביי אסאך פון די נגידים וואס האבן אסאך געצאלט פארן שבת און אלעס ארום, און האבן זיך גערישט אויף שינע צוגעשטעלט אכסניות, און מהאט זיי שוין טאקע געהאט דאס צוגעגרייט, אבער עס האט זיך לעצט מינוטיג געמאכט אפאר פאנטשערס וואס מען האט פארזעהן פון פארדעם, וואס האט אלעס צעפארן ארויס פון קאנטראל. און די אכסניות עסקנים זענען טאקע דאנערשטאג נאכט נישט געשלאפן בכלל כדי צו זיכער מאכן אז יעדער איינער איז פולקאם מסודר מיט א דירה.

די קאווע סטאנציע אויפן וועג ארויף צום מערה שבת אינדערפרי איז געווען זייער גוט צוגעשטעלט. עס האט לכאורה אויסגעפעלט מער טאוולען מיט קלארע אנווייזונגען סיי ביי דעם און אויך ביי אנדערע זאכן דורכאויסן שבת.

די רוחניות איז ממש אלעס געווען אוט אף דיס ווארלד, אנגעהויבן פון די פריע פרייטאג פארטאגס שטונדן ביז נאך דעם געהויבענעם הייליגן מעמד הדלקה מוצ"ש, בכלל נישט שייך צו רעיטן.
אויב איז דא טענות קען מען זאגן 1 זאך מען האט געווארענט די מארגנים פון אלע זייטן אז דער וועם זיי האבן גענומען אנצופירן מיטן שבת, איז צוקריגט מיט יעדעם אין מירון אריינגערעכנט די וואס דארפן געבן פערמיטן וועם ער האט שוין בעבר געמסרט און זיי ווילן אים נישט קענען

אבער מען האט זיך נישט צוגעהערט צו קיינעם, און געדארפט שמירן פון אלע זייטן און צום סוף געווארן אויסגעשפילט אויך, ווער עס האט געוויסט האט שוין געוויסט חדשים פריער אז אזוי גייט עס אויסקוקן

מען וואלט זיך געקענט שפארן הינדערטער טויזענטערס ווען מען הערט זיך צו
איין זאך האסטו פארגעסען צו זאגן... אדער וווייסטו נישט די סיבה פארוואס מהאט גענומון אים אין נישט די אנדערן...

דעי וועם מהאט נישט גענומען , וואס איז גיט מיט יעדעם ארבעט פאר איינער וואס איז א חלק פון די מדינה הטמאה...

איך קען שיקן די נאמען אין אישי פאר ווער סי וויל..

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:35 pm
דורך נר נשמה
איך פארשטיי בכלל נישט וואס מען קריגט זיך דא
כ"ע מודה אז עס זענען געווען זאכן וואס מען האט געקענט פאריכטן אדער זיך באווארענען פון פארויס
כ"ע מודה אז די רוחניות הרגשה איז געווען עפעס מורה'דיג
יעצט איך פארשטיי בכלל נישט פארוואס א מענטש זאל נישט מעגן ארויפקומען און שרייבן וואס "ער" האט געשפירט נאך שבת
ביידע זענען אמת און עס נעמט גארנישט אוועק פון די אנדערע חלקים
וואס שטערט דיר אז איינער ווייטאגט אויף א זאך וואס איז טאקע געווען אזוי? ב"ה אז דו האלטסט אויף די מדרגה אז דו שפירסט עס נישט זייער גוט!
אבער א צווייטן טוט עס וויי צו אים אליין צו זיינס א ידיד
לאז אים ארויסגיבן זיין ווייטאג
און עס נעמט בכלל נישט אראפ פון דיינע געהויבענע הרגשות

איינער האט ליב געפילטע פיש און איינער גייט מיט א קוטשמע

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:46 am
דורך הרב יאסל
רבינו שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים פון די תלמידי מוסדותינו הק' היינט איידער תפילת שחרית בהיכל בית מדרשינו אין בני ברק.

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:48 am
דורך הרב יאסל
רבינו שליט"א ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי מוסדותינו הק' בהיכל בית מדרשינו אין בני ברק.

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:50 am
דורך הרב יאסל
רבינו שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית מיט די תלמידי מוסדותינו הק' בהיכל בית מדרשינו אין בני ברק.
אטעטשמענטס

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:50 am
דורך הרב יאסל
רבינו שליט"א ביים פארטיילן מטבעות פאר די קינדער ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית מיט די תלמידי מוסדותינו הק' בהיכל בית מדרשינו אין בני ברק.

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:52 am
דורך הרב יאסל
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 6:00 pm א זיסער קרישקעלע איז געווען ווען דער רבי הט זונטאג נאכמיטאג פארלאזט זיי ןאכסני' אין מירון אויפן וועג קיין בני ברק, האט אינדרויסן אפגעווארט אויף די טרעפ תלמידי ישיבת חסד לאברהם מירון, און זיי האבן זיך געזעגנט פון רבי'ן.

איידער די רבי איז ארויסגעקומען האבן זיי אפגעשמועסט וועלכע ניגון מוועט זינגען ווען דער רבי קומט ארויס, אפשר כי מלאכיו אדער עפעס ענליך, אבער איראניש האבן זיי געזאגט אז זיי קענען נאר איין היימישער ניגון, נו וועלכע? נישט קיין אנדערע ווי "אחת שאלתי"... און טאקע ווען דער רבי איז ארויסגעקומען האבן זיי געזונגען דער ניגון פון וואס דער עולם האט כמובן שטארק הנאה געהאט.

דער פסוק "אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה' כל ימי חיי וכו"" וועט בלייבן איינקגעקריצט אין זכרון פון אלע טויזנעטער אנ"ש וואס האבן געהא טדי זכי' צו מיטהאלטן די פולע פשטים און דרשות אויף דעם פסוק דורכאויס דעם שבת און ארום.
בחורי ישיבת "חסד לאברהם - מירון" ביים געזעגענען פון מרן רבינו שליט"א

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:53 am
דורך הרב יאסל
באזוך ביי האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:54 am
דורך הרב יאסל
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:42 pm א הערליכע באזוך איז פארגעקומען אין סלאנים, ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א די סאטמארע רבי האט אים באדאנקט און ארויסגעברענגט זיין הערצה פאר זיין אויסטערלישע דרייסטקייט ארויסצוקומען און אויסשרייען די אמת צו יעדע צייט, איבער אלעס אנבאלאנגט די מלחמה לה' בעמלק, און אנגעווינטשן ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין, און לעומתם האט די סלאנימער רבי אנגעווינטשן אז די רבי זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מלחמה לה' בעמלק, און די סלאנימער רבי האט ארויסבאגלייט און אויסגעווארט ביז די רבי'ס קאר איז אוועקגעפארן.
באזוך ביי האדמו"ר מסלאנים שליט"א

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 8:09 am
דורך חאצקיל
הרב יאסל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:54 am

דאס איז די שווארצע סלאנים, ריכטיג?

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 8:13 am
דורך ירוושלמי22
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 9:30 am
דורך לכל קהלא
חאצקיל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 8:09 am
הרב יאסל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 4:54 am
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:42 pm א הערליכע באזוך איז פארגעקומען אין סלאנים, ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א די סאטמארע רבי האט אים באדאנקט און ארויסגעברענגט זיין הערצה פאר זיין אויסטערלישע דרייסטקייט ארויסצוקומען און אויסשרייען די אמת צו יעדע צייט, איבער אלעס אנבאלאנגט די מלחמה לה' בעמלק, און אנגעווינטשן ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין, און לעומתם האט די סלאנימער רבי אנגעווינטשן אז די רבי זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מלחמה לה' בעמלק, און די סלאנימער רבי האט ארויסבאגלייט און אויסגעווארט ביז די רבי'ס קאר איז אוועקגעפארן.
באזוך ביי האדמו"ר מסלאנים שליט"א
דאס איז די שווארצע סלאנים, ריכטיג?
יא

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 9:56 am
דורך אסרוחג
אויף עפעס א אנדערע זייטל גייט פאר א צענזור אויף דעם שבת אויף יעדע נישט פאזיטיווע תגובה פונעם חלק הגשמי, מענטשן וואונדערן זיך פארוואס, זיי כאפן נישט אז דער הויפט אחראי פון יענעם זייטל און דער הויפט אחראי פונעם שבת זענען גאנץ נאנטע קרובים
#פרייהייט פון ווארט

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 10:20 am
דורך חיים יוסף
אסרוחג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 9:56 am אויף עפעס א אנדערע זייטל גייט פאר א צענזור אויף דעם שבת אויף יעדע נישט פאזיטיווע תגובה פונעם חלק הגשמי, מענטשן וואונדערן זיך פארוואס, זיי כאפן נישט אז דער הויפט אחראי פון יענעם זייטל און דער הויפט אחראי פונעם שבת זענען גאנץ נאנטע קרובים
#פרייהייט פון ווארט
איך גלייב אז דיין תגובה גייט פליען פון דא,
כאטש עס איז פארשטענדלעך אז די תגובות איבערן חלק הגשמי זענען דא הונדערט פארצענט בארעכטיגט

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 10:30 am
דורך בודקע
IMG_20251126_102928_227.jpg
IMG_20251126_102928_227.jpg (156.73 KiB) געזען געווארן 974 מאל
IMG_20251126_102928_091.jpg
IMG_20251126_102928_091.jpg (163.89 KiB) געזען געווארן 974 מאל
IMG_20251126_102909_631.jpg
IMG_20251126_102909_631.jpg (279.91 KiB) געזען געווארן 974 מאל

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 10:31 am
דורך בודקע
IMG_20251126_102910_098.jpg
IMG_20251126_102910_098.jpg (277.6 KiB) געזען געווארן 970 מאל
IMG_20251126_102921_761.jpg
IMG_20251126_102921_761.jpg (283.52 KiB) געזען געווארן 970 מאל

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 10:36 am
דורך אברהם בן אברהם
קריץ האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 9:56 pm
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 2:13 pm
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:39 pm

דער היכל הטישן וואלט געקענט זיין פי כמה בעסער ווען סאיז ווען דא געהעריגע פארענטשעס, און אויף א לענגערע שטרעקע, אזויווי עס איז ארגינעל שוין געווען אויפגעשטעלט ביז מיטוואך, אבער אזוי איז געווען באשערט, און עס איז געווען אפילו אזוי גאר גאר גוט.

די סעודות זענען געווען זייער רואיג, גוט צוגעשטעלט און מסודר.

די היכל התפלות איז באמת געווען אין פלאן צו מאכן א ריזן טענט וואס זאל זיך ציען פון אנהייב פון די חצר המערה נאך אויבן פון די טרעפ ביז אריבער די גאנצע שטח ביז ארויף צום רעמפ די אנדערע זייט. דאס הייסט אז מען וואלט אפילו נישט געדארפט אראפגיין די טרעפ פונעם מערה, עס וואלט לכאורה געווען געוואלדיג, אבער עס איז געווען באשערט אז אין די סאמע לעצטע מינוט זאל די העכערע פאליציי באאמטע זיך אריינמישן און אנולירן די פארענטשעס אינעם היכל הטישן און אויך דאס, האט מעןאין קארגע 24 שעה אויפגעשטעלט דעם ריזן וואנט אויף מזרח מיט דעם גיגאנטישן גרויסן מזרח וואנט סינערי דערויף און אזוי אויך האט מען געלייגט דעם סעמי-דאך פון אויבן און עס איז געווען גאר שיין און געשמאק און דערהויבן, יעדער האט געקענט מיטהאלטן פון אלע זייטן, און עס איז ב"ה געווען געוואלדיג.

אכסניות ווענדט זיך וועם דו פרעגסט. רוב עולם איז געווען מסודר. אבער ביי אסאך פון די נגידים וואס האבן אסאך געצאלט פארן שבת און אלעס ארום, און האבן זיך גערישט אויף שינע צוגעשטעלט אכסניות, און מהאט זיי שוין טאקע געהאט דאס צוגעגרייט, אבער עס האט זיך לעצט מינוטיג געמאכט אפאר פאנטשערס וואס מען האט פארזעהן פון פארדעם, וואס האט אלעס צעפארן ארויס פון קאנטראל. און די אכסניות עסקנים זענען טאקע דאנערשטאג נאכט נישט געשלאפן בכלל כדי צו זיכער מאכן אז יעדער איינער איז פולקאם מסודר מיט א דירה.

די קאווע סטאנציע אויפן וועג ארויף צום מערה שבת אינדערפרי איז געווען זייער גוט צוגעשטעלט. עס האט לכאורה אויסגעפעלט מער טאוולען מיט קלארע אנווייזונגען סיי ביי דעם און אויך ביי אנדערע זאכן דורכאויסן שבת.

די רוחניות איז ממש אלעס געווען אוט אף דיס ווארלד, אנגעהויבן פון די פריע פרייטאג פארטאגס שטונדן ביז נאך דעם געהויבענעם הייליגן מעמד הדלקה מוצ"ש, בכלל נישט שייך צו רעיטן.
אויב איז דא טענות קען מען זאגן 1 זאך מען האט געווארענט די מארגנים פון אלע זייטן אז דער וועם זיי האבן גענומען אנצופירן מיטן שבת, איז צוקריגט מיט יעדעם אין מירון אריינגערעכנט די וואס דארפן געבן פערמיטן וועם ער האט שוין בעבר געמסרט און זיי ווילן אים נישט קענען

אבער מען האט זיך נישט צוגעהערט צו קיינעם, און געדארפט שמירן פון אלע זייטן און צום סוף געווארן אויסגעשפילט אויך, ווער עס האט געוויסט האט שוין געוויסט חדשים פריער אז אזוי גייט עס אויסקוקן

מען וואלט זיך געקענט שפארן הינדערטער טויזענטערס ווען מען הערט זיך צו
איין זאך האסטו פארגעסען צו זאגן... אדער וווייסטו נישט די סיבה פארוואס מהאט גענומון אים אין נישט די אנדערן...

דעי וועם מהאט נישט גענומען , וואס איז גיט מיט יעדעם ארבעט פאר איינער וואס איז א חלק פון די מדינה הטמאה...

איך קען שיקן די נאמען אין אישי פאר ווער סי וויל..
און יעקב חיים מילער האט נישט געארבעט מיט די ציונים? מיט וועמען יא, מיט די אמעריקאנער פרעזידענט? טאקע דעם 'דודו עזריאלי' דער ציוניסטישע מירון גענעראל וואס מ'רייסט אראפ ל"ג בעומר אז מ'טאר נישט ארבעטן מיט אים טאקע טאקע מיט אים הוא בעצמו ולא ע"י שלוחו איז מען געזעצן. נאר אזוי קען מען ארבעטן
(ל"ג בעומר אויך קען מען נישט אנדערש)

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 11:43 am
דורך פארק שול
איז שייך צו עפענען א עקסטערע אשכול פאר אלע טענות, און דא זאל מען נאר לייגן נייעס פון די נסיעה?
#asking for a friend

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 12:08 pm
דורך בודקע
ביטע ווייטער ממשיך זיין דא.

איבער לאזן דעם טעמע פאר נייעס/ באריכטן איבער די נסיעה.

viewtopic.php?p=222543#p222543

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 12:26 pm
דורך אמת ואמונה
שיק האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 5:25 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 9:12 am איך בין אנגעקומען קיין מירון האב איך גלייך געפונען די פלאץ וואו מ' ברויך אריינטשעקן, איך בין אריין אינעם טרקלין הכנסת אורחים צו אריינטשעקן און איך בין געווען אינדרויסן אונטער צוויי מינוט..... מיט א פונקטליכע אדרעס וואו מיין צימער געפינט זיך, און א מאפע איך זאל וויסן וואו צו גיין.

כ' האב געלאזט מיינע פעקלעך אין א זייט, און אריין עסן נאכטמאל.

נאך נאכטמאל האב איך אהינשפאצירט מיט מיינע פעקלעך, געטראפן דעם צימער, קיינער איז נישט געווען אין מיין בעט, געעוען א נארמאלע בעט מיט נארמאלע בעט געוואנט און א האנטוך צו די זייט, און איך בין געווען העכסט צופרידן ב"ה.

און אזוי ווי מיר, זענען געווען %95 פונעם ציבור, נאר די וואס זענען געווען צופרידן שפירן נישט פאר וויכטיג עס צו שרייבן דא ווייל עס איז פאר קיינעם נישט אינטערסאנט צו הערן.....
ניין! ביי אינז אידן האט מען געוויסט אז מען שפירט מיט יענעמס צער,
טאקע דו ביסט ב"ה געווען מסודר מיינט נישט אז יענער וואס איז געווען ווי א צושטרויבעלט אורח אן קיין בעט איז נישט גערעכט,
מיטשפירן מיט יענעמס צער איז נאמבער 1 און הלכות דרך ארץ, און פארקערט איז נאמבער 1 און הלכות אכזריות, משל לדבר דומה ווען איינער וועט קומען נאך געלט צו דיר אז ער מאכט חתונה און האט נישט קיין געלט, וועסט אים אויך צוריק זאגן אז איך האב יא צו חתונה מאכן און זיי מיר געזונט?!

יא די מעגסט ארויפקומען זאגן אז די ביסט געווען ב"ה מסדור אבער מיטן צוענדיגן דיין תחגובה האסט עס געמאכט אוממענטשלעך.
שכח פארן מיך פארשטיין.
(און גראדע בין איך איינער וואס איז געווען מסודר 100 פערצענט אבער איך שפיר די ווייטאג פון מיינע נאנטע)
איך קען נישט קיינעם פערזענליך וואס איז נישט געווען מסודר, ס"ה הער כסדר איבער די זעלבע פאר נאמען וואס זענען נישט געווען מסודר צוליב געוויסע אנשי דלא מעלי, גארנישט קיין שייכות מיט די מסדרי השבת.

און אוודאי באדערט מיר אז אידן זענען נישט געווען מסודר, אבער וואס האבן די מסדרי השבת געדארפט טוהן?

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 12:28 pm
דורך בודקע
אמת ואמונה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 12:26 pm

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 1:49 pm
דורך פארק שול
מען האט געפענט א ספעציעלען אשכול פאר אלע טענות.
@מנהלים ביטע מעקן און אריבערפירן אהין

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 2:17 pm
דורך עריק
שמעצי איז די רבי האט זיך פארשפארט מיטן סא"ג רבין , מה הפשט?

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 2:20 pm
דורך עומד על תלת
עריק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 2:17 pm שמעצי איז די רבי האט זיך פארשפארט מיטן סא"ג רבין , מה הפשט?
צופיל ר"ת, ווילסט אפשר עפנען?

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) קיין ארה"ק כסלו תשפ"ו - שבת תולדות אין מירון

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 2:31 pm
דורך שבת קודש
עריק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 2:17 pm שמעצי איז די רבי האט זיך פארשפארט מיטן סא"ג רבין , מה הפשט?
מה פשט בכלל פון גיין באזוכן אלע קליינע רבי'לך?

פארוואס איז נישט דא קיין באזוכן ביי ביאאן. קארלין סטאלין?