בצל התומר
סאטמאר מהר״יי
דאנערשטאג און פרייטאג פרשת לך לך
דאנערשטאג פרשת לך לך
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
בן הרה״ח ר׳ מרדכי לייב מאנדל הי״ו פון קרית יואל
בן הרה״ח ר׳ שלום אליעזר גראס הי״ו
ובן הרה״ח ר׳ יואל גאלדשטיין הי״ו
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין היכל הישיבה גדולה
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן מיט
פתיחה: הרה״ח ר׳ מרדכי לייב מאנדל הי״ו פון קרית יואל
כהן: הב׳ יודל כ״ץ ני״ו
לוי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ מרדכי לייב מאנדל הי״ו
שלישי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ שלום אליעזר גראס הי״ו
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ יואל גאלדשטיין הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו
במשך פונעם סדר הלימוד איז דער רבי עטליכע מאל אריינגעקומען און היכל הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים
אום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען צום אלטן בנין הישיבה גדולה ווי עס זענען סטאנציאנירט די תלמידים פון ישיבה קטנה סניף הרה״ג ר׳ יואל אשכנזי שליט״א
דער רבי האט געקלאפט א מזוזה אויף צוויי נייע כתות דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים
עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הרה״ג ר׳ יואל שליט״א ווי ער האט מקבל פנים געווען דעם רבין
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה פאר די תלמידים
אום 3:30 איז דער רבי צוריק אנגעקומען לביתו נאוה קודש
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין אל הקודש פנימה הגה״צ אב״ד נאנאש שליט״א ובנו הרה״ג ר׳ חיים אלי פאללאק שליט״א
ווי זיי האבן מכבד געווען דעם רבין אריינצושרייבן א אות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן בנדבת די מתפללי ביהמ״ד אפסי ארץ ד׳נאנאש
דער רבי האט אריינגעשרייבן עטליכע איותיות
עס האט זיך פארצויגן א שמועס בעניני כתיבת והכנסת ספר תורה דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר הגה״צ אב״ד נאנאש שליט״א און די בני המשפחה
אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה שרגא פעלדמאן הי״ו
נאך מנחה איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון קאנטינענטעל מלובש בבגדי שבת צום שמחת החתונה פון החתן א אייניקל פון גיסו האדמו״ר מסערעט-וויזניץ ארה״ב שליט״א א זוהן פון הרב חיים שלמה גינזבערג שליט״א הכלה בת הגה״צ ר׳ ראובן נתן נטע זילבערשטיין שליט״א אב״ד ישמח משה בראזיל
דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די חתן זיידעס און מחותנים דערנאך איז מען ארויס צום חופה ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין
נאכן חופה איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד סיום כתיבת האויתיות אויף די ספר תורה וואס וועט ווערן אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד ר׳ יעקב שווימער הי״ו אין ביהמ״ד בית יעקב דקהלתינו הק׳ אין שכונת בלומינגראוו בגלילות קרית יואל דעם קומענדיגן זונטאג פרשת וירא הבעל״ט
די מעמד איז פארגעקומען אין שטוב פון זקינו הרה״ח ר׳ שלמה אהרן פריעדמאן הי״ו
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אויתיות אינעם ספר תורה
דערנאך געטרינקען לחיים אין אנגעוואונטשען די נדבן הרה״ח ר׳ יעקב הי״ו אין די בני המשפחה
און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט די ספר תורה
דערנאך איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש
זמני כניסה איז געווען פון 8 אזייגער ביז ארום 11:15 אויפדערנאכט
בין הנכנסים איז אריין אל הקודש פנימה הגה״צ ר׳ מרדכי בעק שליט״א אב״ד טאלמיטש חתן האדמו״ר מסקולען שליט״א לרגל די חתונה פון קינד
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער זכרונות פון רביה״ק בעל ברך משה זי״ע און איבער עניני חופה וקידושין און דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ משה חיים אקערמאן הי״ו
נאכן געזעגענען איז דער רבי צוריק אנגעקומען צום שמחת החתונה און די זאלן פון קאנטינענטעל דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען די חתן, זיידעס און מחותנים
דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד און אין א עקסטערן ריקוד מיט גיסו האדמו״ר מסערעט-וויזניץ ארה״ב שליט״א
אום 11:45 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
~


~
פרייטאג פרשת לך לך
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
בן הרה״ח ר׳ יודא פירטה הי״ו
ובן הרה״ח ר׳ יואל גוטמאן הי״ו
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית
בעל תפילה איז געווען מו״ה יואל היימאן הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
~


~