דער וויליאמסבורגער עירוב

אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך ווירקליך »

דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:22 pm
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:11 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:05 pm

איר רעדט ווארשיינליך פון קליינע געגנט עירובין (ווי די רבי ז׳׳ל האט יא געהאלטן פון א עירוב), נישט גרויסע שטעט עירובין (ווי די רבי ז׳׳ל האט זיך מתנגד געווען צו מאכן א עירוב), איא?
ניין, אין צענטער קרית יואל איז שוין געווען אזאנס, און טאקע בימי רביה"ק.
דעמאלט'ס איז נאך געווען די שוואכערע עירוב
מ'האט עס שטארק איבערגעבויעט
און פלא והפלא זייט דעמאלטס איז עס קיינמאל נישט פסול געווארן....
נישט דוקא פלא והפלא, דאס איז אין די דרך הטבע... א צוים ווערט נישט צוריסן אזוי שנעל.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 461

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך א טויב »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:22 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:20 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:03 pm

איך ווארט דיך צו באגריסן דעם שב"ק צופרי מיטן טלית בייטל אין האנט...
מאך נאר זיכער אז ווען דו גייסט אהיים פוון ביהמ''ד, גייסטו מיט די טלית אנגעטוהן כדרך מלבוש. און נישט טראגען שבת שלא לצורך...
אין דעם חלק פיר איך מיר אויך ווי מיינע רבי'ס.
גיי שוין צריק צום ארבעט פאר א גוט יאר...
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 868
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1689

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דעת קדשי »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:21 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:12 pm אין יאָר תש"מ בערך האט דער ראצפֿערטער רבי אויפגעשטעלט אן עירוב מיט שווערער האראווניע. דער עירוב האט געהאט די הסכמה פון 99.9% פון די לאקאלע רבנים, אנגעפאנגען פון דעם סאטמארער רב ביז רובו ככולו פונעם התאחדות הרבנים (חוץ איין איינציגען: הרב משה ביק). אבער במשך דעם ערשטן פרייטאג איז דער עירוב צוריסן געווארן דורך זדים און בריונים, ווי ערקלערט אין דער אויסגאבע "די תורה וועלט". דריי דיינים, הרב שלום קרויז מיט הרב פישל הערשקאוויטש און הרב ישראל חיים מנשה פריעדמאן, האבן בודק געווען דעם עירוב דעם ערשטן פרייטאג. פון דעם גופא זעט מען אז די "סאטמארער התנגדות" צום עירוב וואס פאלגט נאך אינעם ארטיקל איז א פריש געבאקענע טעאריע.

אין תשס"ג איז פֿריש געווארן א שערוריה אין וויליאַמסבורג מיטן התחדשות פונעם עירוב וואָס איז געשאַפן געוואָרן מיט דער הסכמה פון רוב רבנים און בעלי בתים קעגן דעם דעת פון געציילטע יחידים, רבנים און מחרחרי ריב פונעם געגנט רוב פון די מתנגדי העירוב געהערן צו סאטמאר, וואָס זיי טענה'ן אז זיי האלטן אַז דאָס איז קעגן דער הלכה, און אַזוי אויך טענה'ן די סאַטמאַרער אידן אַז דאָס איז געווען קעגן דעם סאַטמאַרער רבינס מיינונג, און דעריבער אַזוי ווי עס איז נישטאָ קיין איין רב וואָס האָט אַ כח אויף דער שטאָט אַלס שטאָטס־רב, קען מען נישט אויפ‏ֿפּאסן אויף דעם עירוב געהעריג, און ווי דער סאַטמאַרער רב האָט זיך אַפּאָר מאָל אויסגעדריקט פאַר זײַנע נאָנטע אַז אין מאנהעטן וואו דער רב הכולל האָט געמאַכט אַן עירוב האָבן זיך אידן נאָך סומך געווען דערויף אַסאַך יאָרן שפּעטער ווען ער האָט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאַנג נישט געווען כשר, ווידער איז דאָ די וואָס טענה'ן און ברענגען באַווײַזן אַז די מעשה מיט מאַנהעטן איז אַרויסגעזויגן פון די פינגער פאַר פּאָליטישע חשבונות. אין וויליאמסבורג איז אבער לעכעערליך דער טענה פון שטאטס-רב וויבאלד מען האט אוועקגעשטעלט א ב"ד מיוחד פאר דעם עירוב, אזוי ווי אלע אנדערע אידישע שטעט איבער די גארער וועלט ווי ס'איז דא א ספעציעלע קאמיטעע פון רבנים און בעלי בתים וואס זענען אחראי אויפן עירוב. אויך איז נתברר געווארן אז רוב מימרות אין דעם ענין וואס מען זאגט נאך פונעם סאטמארער רבי׳ן זענען שקרים למחצה, לשליש ולרביע, אדער ארויסגענומען פון דער מכוון אזוי אויך האט דער ברך משה בפירוש געשטיצט דעם עירוב ווי עס איז נאך הערבאר אויף טעיפ, אויך זענען דא צענדליגע אידן וואס האבן דאס געהערט בשעת ער האט געשמועסט מיט רבי חיים לייב כ"ץ בשעת דער לעצטער איז געקומען איבערשמועסן וועגן דעת רביה"ק בעל דברי יואל, בעפאר'ן מאכן דעם בארא פארקער עירוב. אויך זענען פארהאן עטליכע גילוי דעת'ן פון תלמידי רביה"ק וואס געהערן נישט צום היינטיגער סאטמאר'ער פארטיי.

אנדערע פאַרציילן גאָר, אַ זאַך וואָס איז נישט פאַרשריבן, אז ער זאל זיך האבן אפאר מאל אויסגעדריקט אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא, דעריבער קען מען נישט מאכן קיין עירוב אין וויליאמסבורג, און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו אין בעדפארד גארדענס, ראדני, אין סוכות, איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין עירוב איבער בעדפארד עוועניו, ווייל ער האט געהאלטן אז עס איז א רשות הרבים דאורייתא. אבער דער אודווארי רב שרייבט אין זיין תשובה אז דער סאטמארער רב האט יא געשטיצט צו מאכן אן עירוב אין וויליאַמסבורג. דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געבויט געווארן דורך ר׳ אשר גאלדהירש, א באיאנער חסיד. ער האט געהאט די הסכמה פון רוב רבנים אין שטאט, נאר אסאך פון די רבנים האבן מורא געהאט פון מפרסם זיין זייער נעמען וועגן פחד פון די צעיושטע זעלבסט געקרוינטע קנאים.

למעשה האלטן זיך מערסטנס פון די וואס רופן זיך "סאטמארער חסידים" אינעם וויליאמסבורגער ציבור צוריק פון טראגן מיט'ן עירוב. רובא דרובא פון די אנדערע קהילות טראגן יא מיט'ן עירוב, טראץ דעם וואס ס'איז נישט קלאר צו דאס טרעפט אויך צו רוב מענטשן. דאס איז זיכער אז רוב מענטשן ווילן דער עירוב, און פילן אז ס'איז נישט ערגער ווי דער עירוב פון אנדערע שטעט, נאר זיי זענען פארפירט פון דעם פאלשן שמועה אז רביה"ק איז געווען דערקעגן. פון צייט צו צייט קומען פאר צוזאמקופטן און מארשן איבער די גאסן קעגן די וואס טראגן מיטן עירוב. אויך קומט פאר א יערליך עצרת מיט דרשות פון פארשידענע רבנים. אינטערסאנט אז זיי ברענגען אלץ א פרעמדער רב צו רעדן, געווענליך א ליטווישער ראש ישיבה. דאס ווייזט אז ס'איז כמעט נישט דא קיין איין חסידישער רב וואס געהערט נישט צו סאטמאר וואס זאל מיטהאלטן דער התנגדות צום עירוב.
אויב האט יעדער מסכים געווען צו מאכן א עירוב פארוואס האט מען טאקע נישט געמאכט קיין געהעריגע עירוב אין ווילאמבסבורג אין די י' כ' ל' יארן?
כ'ווייס נישט אבער ס'פרעגט נישט אפ.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1612
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1748

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שבת קודש »

האט דער ראצפֿערטער רבי געמאכט אן עירוב פאר 'גאנץ' ווילאמסבורג?
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:18 pm מיין סך הכל:

ס'איז נישט אונזער הכשר...
אויב די ביסט אויף שבת אין קאנטרי ווי דער עירוב איז געמאכט בהכשרת ר' יחזקא-ל, ר' פישל'ע און אודווארי רב ועומד תחת השגחת הרב זיידא, וועסטו זיך פארלאזן?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1657
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4048

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך נקודות טובות »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:22 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:20 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:03 pm

איך ווארט דיך צו באגריסן דעם שב"ק צופרי מיטן טלית בייטל אין האנט...
מאך נאר זיכער אז ווען דו גייסט אהיים פוון ביהמ''ד, גייסטו מיט די טלית אנגעטוהן כדרך מלבוש. און נישט טראגען שבת שלא לצורך...
אין דעם חלק פיר איך מיר אויך ווי מיינע רבי'ס.
מכין זיין משבת לחול איז אן איסור נפרד, וכן נמי הכנה לשבת אחרת. פרעג דיין לאקאלער רב...
דאכט זיך מיר אז אין הלכות יו''ט איז אמחלוקת הפוסקים אויף ווי ווייט דער היתר פון עירוב גייט, ווייל דארט איז דא דער היתר פון מתוך, משא''כ שבת...
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 836
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 717

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך איך »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:35 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:18 pm מיין סך הכל:

ס'איז נישט אונזער הכשר...
אויב די ביסט אויף שבת אין קאנטרי ווי דער עירוב איז געמאכט בהכשרת ר' יחזקא-ל, ר' פישל'ע און אודווארי רב ועומד תחת השגחת הרב זיידא, וועסטו זיך פארלאזן?
אויב ער קען מיר עס ווייזן אין ער האט נישט מורה פון מיר
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm

און אויב די עדה גיט א הכשר אויף פעפסי אבער קען דיך נישט געבן די אינגרידיענטס ווייל פעפסי לאזט נישט. וועסטו נישט טרינקען?

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:44 pm

די עדה טראסט איך
און ווען די מעשה איז מיט א צוויטען וועל איך פרעגן מיין דיין צו ביי די פאל קען איך טראסטן דעים און דעים
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1982

פאוסט דורך יום טוב »

סא דער וויזניצע דיין איז נישט דיין הכשר... מסכים אבער איך זעה דא א געהעריגע הכשר אויפן עירוב מיטן פולן אחריות
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:57 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:44 pm
איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm

אויב ער קען מיר עס ווייזן אין ער האט נישט מורה פון מיר
און אויב די עדה גיט א הכשר אויף פעפסי אבער קען דיך נישט געבן די אינגרידיענטס ווייל פעפסי לאזט נישט. וועסטו נישט טרינקען?
די עדה טראסט איך
און ווען די מעשה איז מיט א צוויטען וועל איך פרעגן מיין דיין צו ביי די פאל קען איך טראסטן דעים און דעים
ווי שטעלט זיך אפ דיין טראסט אין הרב זיידא? אויב ער ווייזט דיר דעם שטריק ביסטו צופרידן? אפשר איזעס פסול לכל הדעות?
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 836
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 717

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך איך »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:06 pm
איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:57 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:44 pm

און אויב די עדה גיט א הכשר אויף פעפסי אבער קען דיך נישט געבן די אינגרידיענטס ווייל פעפסי לאזט נישט. וועסטו נישט טרינקען?
די עדה טראסט איך
און ווען די מעשה איז מיט א צוויטען וועל איך פרעגן מיין דיין צו ביי די פאל קען איך טראסטן דעים און דעים
ווי שטעלט זיך אפ דיין טראסט אין הרב זיידא? אויב ער ווייזט דיר דעם שטריק ביסטו צופרידן? אפשר איזעס פסול לכל הדעות?
כ'האב דיך דיר געזאגט איך וועל פרעגן מיין דיין אז ער זאגט ביי אזא פאל .... וואס זאל איך טוהן?
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 836
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 717

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך איך »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:06 pm
איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:57 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:44 pm

און אויב די עדה גיט א הכשר אויף פעפסי אבער קען דיך נישט געבן די אינגרידיענטס ווייל פעפסי לאזט נישט. וועסטו נישט טרינקען?
די עדה טראסט איך
און ווען די מעשה איז מיט א צוויטען וועל איך פרעגן מיין דיין צו ביי די פאל קען איך טראסטן דעים און דעים
ווי שטעלט זיך אפ דיין טראסט אין הרב זיידא? אויב ער ווייזט דיר דעם שטריק ביסטו צופרידן? אפשר איזעס פסול לכל הדעות?
אביסל האב איך געלערנט אין איך ווייס בערך וואס צו זעהן צו וויסן צו פרעגן
משה
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:01 pm
x 1

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך משה »

סומקא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:39 am דומ"ץ קרית יואל ר'געציל בערקאוויטש האלט אז ס'איז א שאלה פון א רשות הרבים דאורייתא
די דיין שרייבט אז די עירוב איז פסול ווייל מען איז מעכב די זיכוי הפת
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3322
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3880

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמח »

@דעת קדשי וואס איז דאס "די תורה וועלט" ?
קענסט ענפערן פריוואט אויב פעלט אויס.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 868
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1689

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דעת קדשי »

"די תורה וועלט, חודש אויסגאבע לחיזוק הדת", בהוצאת האדמו"ר רבי אשר אנשיל קרויז, רב דקהל ראצפערט. ברוקלין נ''י
כולל מאמרים תורניים, ידיעות על המתרחש בעולם התורה והחסידות, מאמרי זכרון על יהדות אירופה קודם החורבן, סקירות על גדולי התורה מדורות קודמים, תמונות וצילומי כתבי יד מכתבי קודש גדולי וגאוני ישראל, סיפורים מצדיקי עולם ודברי חינוך, מוסר והדרכה לילדי ונשות ישראל, ועוד.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3322
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3880

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך שמח »

דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:23 pm "די תורה וועלט, חודש אויסגאבע לחיזוק הדת", בהוצאת האדמו"ר רבי אשר אנשיל קרויז, רב דקהל ראצפערט. ברוקלין נ''י
כולל מאמרים תורניים, ידיעות על המתרחש בעולם התורה והחסידות, מאמרי זכרון על יהדות אירופה קודם החורבן, סקירות על גדולי התורה מדורות קודמים, תמונות וצילומי כתבי יד מכתבי קודש גדולי וגאוני ישראל, סיפורים מצדיקי עולם ודברי חינוך, מוסר והדרכה לילדי ונשות ישראל, ועוד.
קומט עס נאך ארויס היינטצוטאג? וואו שאפט מען עס?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 868
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1689

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך דעת קדשי »

קומט מער נישט ארויס.
די אידן וואס לייגן אוועק יעדע מאמענט-וואך-בליק וכו' זייערע טאטעס האבן נאך אועקגעלייגט די תורה וועלט....
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 247

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך לאקאלער רב »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:06 pm
איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:57 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:44 pm

און אויב די עדה גיט א הכשר אויף פעפסי אבער קען דיך נישט געבן די אינגרידיענטס ווייל פעפסי לאזט נישט. וועסטו נישט טרינקען?
די עדה טראסט איך
און ווען די מעשה איז מיט א צוויטען וועל איך פרעגן מיין דיין צו ביי די פאל קען איך טראסטן דעים און דעים
ווי שטעלט זיך אפ דיין טראסט אין הרב זיידא? אויב ער ווייזט דיר דעם שטריק ביסטו צופרידן? אפשר איזעס פסול לכל הדעות?
וואלווע איז פון די בעסטע הכשרים, אבער פלייש האט מיין רבי געזאגט קויפט מען נאר ביי די אייגענע קהילה.

לענינינו, ס'דא זאכן וועלכע זענען אפי' גאר גוט, אבער מיין רבי זאגט מיר זיך צו פירן אנדערש...
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1982

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך יום טוב »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:53 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:06 pm
איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:57 pm

די עדה טראסט איך
און ווען די מעשה איז מיט א צוויטען וועל איך פרעגן מיין דיין צו ביי די פאל קען איך טראסטן דעים און דעים
ווי שטעלט זיך אפ דיין טראסט אין הרב זיידא? אויב ער ווייזט דיר דעם שטריק ביסטו צופרידן? אפשר איזעס פסול לכל הדעות?
וואלווע איז פון די בעסטע הכשרים, אבער פלייש האט מיין רבי געזאגט קויפט מען נאר ביי די אייגענע קהילה.

לענינינו, ס'דא זאכן וועלכע זענען אפי' גאר גוט, אבער מיין רבי זאגט מיר זיך צו פירן אנדערש...
זייער גוט טוסטו אז דו פאלגסט דיין רבי אבער זאג נישט אז סהאט נישט קיין גוטע השגחה
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 926

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך איטשע »

אויב דער וואס טראגט נישט ווייסט אויך אז עס איז דא אנדערע שיטות, און אז געוויסע רבנים זענען מתיר די עירוב, דאן פארוואס ווען זיי זעהן מיר שבת אינדערפרי מיט מיין טלית בייטל אין הענט ווער איך נאכגעשריגן?

די פאלג דיין רבי, און איך פאלג מיין רבי!
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 299
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 456

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך אויגעלעך »

איטשע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:13 pm אויב דער וואס טראגט נישט ווייסט אויך אז עס איז דא אנדערע שיטות, און אז געוויסע רבנים זענען מתיר די עירוב, דאן פארוואס ווען זיי זעהן מיר שבת אינדערפרי מיט מיין טלית בייטל אין הענט ווער איך נאכגעשריגן?

די פאלג דיין רבי, און איך פאלג מיין רבי!
מעגסט אים דן זיין לכף זכות אפשר האט זיין רבי אויך געהייסן שרייען ;)
אלעמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:42 pm
x 33

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך אלעמאל »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:16 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:03 pm

אן השגחה אויף עסן איז אן אנדערע מעשה , ווען מען רעדט פון אן עירוב און א מורה הוראה וואס איך פארלאז מיר אויף אים זאגט אז איך קען רואיג טראגן זעה איך נישט וואס דער פראבלעם איז
מאי שנא? אן עירוב דארף א פעסטע השגחה!

ווי איינער האט שוין ערווענט, אין די שכונות פון קרית יואל איז דא עירובין וואס נאכ'ן אנקומען צו געבן אן השגחה האט מען פעסטגעשטעלט אז פאר א יאר צייט האט מען געטראגן מיט א פסול'ע עירוב, און מחלל שבת געווען בשוגג ל"ע.
קוק אין מאנסי, ק"י, קעטסקילס, אלע נייע ישובים אין ניו זשערסי.. עס הענגט אין יעדע ביהמ"ד א מאפע פונעם עירוב, עס האט די אינפאו פונעם רב, ווי קען מען פרעגן, קאמענטירן אד"ג..
אין יעדע פון די אויבנדערמאנטע איז שוין לכאורה אמאל געווען א ציריסענער עירוב נאך א שניי, האריקעין וכדו', עס זענען כסדר דא מודעות און אפדעיטס וכו וכו',

סאם האו הערשט אין וויליאמסבורג א שווייגעניש און עולם גולם טראגט... ווייל??
נו.
פיר אויס....

ווייל, ווער ס'געדענקט ווען מ'האט עס געמאכט, פרעגט נישט קיין קשיות.
ער ווייסט פונקטליך וואס מ'האט מורא, און פארוואס ער האט מורא געהאט.
און פון וואס מ'האט נאכאלץ מורא.

יעצט פרעג דו דיין לאקאלע רב, און וואס ער הייסט דיר, זאלסטו פאלגן, און קום נישט אויס שרייען אויף א פאבליק פארום ווען דו ווייסט אז מ'מעג עס נישט ענטפערן ברבים.
אלעמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:42 pm
x 33

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך אלעמאל »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:46 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:36 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:28 pm

קוק אין מאנסי, ק"י, קעטסקילס, אלע נייע ישובים אין ניו זשערסי.. עס הענגט אין יעדע ביהמ"ד א מאפע פונעם עירוב, עס האט די אינפאו פונעם רב, ווי קען מען פרעגן, קאמענטירן אד"ג..
אין יעדע פון די אויבנדערמאנטע איז שוין לכאורה אמאל געווען א ציריסענער עירוב נאך א שניי, האריקעין וכדו', עס זענען כסדר דא מודעות און אפדעיטס וכו וכו',

סאם האו הערשט אין וויליאמסבורג א שווייגעניש און עולם גולם טראגט... ווייל??
ווען איז געווען די לעצטע מאל א מודעה אין קרית יואל אז ״מטעם וועד העירוב טאר מען נישט טראגן די וואך צוליב פראבלעמען״?

און ווען איז עס געווען אין בארא פארק?

און ווען אין מאנסי?

כ׳קען ממש נישט פארשטיין ווי מ׳וויל זיך אריינשטעקן דאס קאפ אין זאמד.

און צום צענטען מאל, ווער עס וויל וויסן און מברר זיין די כשרות פונעם עירוב ווייסט פונקטליך ווי צו פרעגן.

און די סיבה פארוואס עס איז נישט אין פירסום מיין איך אז דו פארשטייסט אליינס און מ׳דארף עס נישט אויסשמועסן
ניין, איך פארשטיי נישט... (איך בין באמת רוי אין פאליטיק, אבער איך גלייב נישט אז די וואס שרייען אין די גאסן קענען און וועלן שרייען די זעלבע ווען די מציאות איז מפורסם לעיני כל)ץ
אז איהר האט א חיסרון אמונה, וואס ווילט איהר דא?

וראי'ה לדבריך. ווען רבי פישלע האט געלעבט האט טאקע קיינער זיך נישט געטרויעט צו שרייען.

יא אר פאר דה בוקס.
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:16 pm
איטשע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:13 pm אויב דער וואס טראגט נישט ווייסט אויך אז עס איז דא אנדערע שיטות, און אז געוויסע רבנים זענען מתיר די עירוב, דאן פארוואס ווען זיי זעהן מיר שבת אינדערפרי מיט מיין טלית בייטל אין הענט ווער איך נאכגעשריגן?

די פאלג דיין רבי, און איך פאלג מיין רבי!
מעגסט אים דן זיין לכף זכות אפשר האט זיין רבי אויך געהייסן שרייען ;)
וועלעכע רבי הייסט שרייען?
שרייב פאוסט