בלאט 7 פון 7

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 7:01 pm
דורך never say never
ס'שנייט יעצט און מאנסי מאנרא בארא פארק און ווילי.

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 12:50 am
דורך אנפין נהירין
אויף אידטיש האט נישט געשנייט היינט?...

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 12:15 pm
דורך וואוילער
אנפין נהירין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 12:50 am אויף אידטיש האט נישט געשנייט היינט?...
לויט מיין אינפארמאציע, טוט ״אידטיש״ נישט ברענגען קיין שום נייעס.
אידטיש שטעלט צו א פלאטפארמע וואו אידן קענען געשמאק פארברענגען, און יעדער לייגט צו זיין אייגענארטיגע טעם צום שמועס, לויט וואס ס'אינטערעסירט אים וכדו'.

איינער האט עפעס צו פארציילן וועגן די שניי?

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 3:18 pm
דורך צווייטער
טייערע אידן!

לאמיר זיך גוט איינ'חזר'ן, דער רבונו של עולם איז דער וואס מאכט רעגענען און דער וואס מאכט שיינע געשמאקע וועטערס אפילו ס'איז דא פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו פאראויסזען די וועטער.

לאמיר זיך מקבל זיין נישט צו טשעקן די וועטער'ס ביז נאך סוכות און בלויז מתפלל זיין צום רבש''ע וואס ער איז דער משיב הרוח ומוריד הגשם אז במשך דעם גאנצן יום טוב סוכות בין ביום ובין בלילה זאל נישט רעגענען קיין איין טראפ, און ס'זאל נאר זיין שיינע וועטערס, געשמאק און אנגענעם.

איך בין זיכער אז אויב וועלן זיין אידן וואס וועלן נישט קוקן אויף די וועטער זאגער און בלויז מתפלל זיין צום אויבערשטען וועט זיין א הערליכע יום טוב סוכות צום געדענקן!

ירמיהו קאפיטל י''ד פסוק כ''ב: הֲיֵשׁ בְּהַבְלֵי הַגּוֹיִם מַגְשִׁמִים וְאִם הַשָּׁמַיִם יִתְּנוּ רְבִבִים הֲלֹא אַתָּה הוּא ה' אלקינו וּנְקַוֶּה לָּךְ כִּי אַתָּה עָשִׂיתָ אֶת כָּל אֵלֶּה.

קענען דען די מערכות השמים אדער די הבלי הגויים מאכן רעגענען אליינס? ס'איז דאך נאר פון דיר אונזער גאט ב''ה, לאמיר האפן נאר צו דיר!

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 3:25 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
צווייטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 3:18 pm לאמיר זיך מקבל זיין נישט צו טשעקן די וועטער'ס ביז נאך סוכות
שיינע זאך. אבער מיין טאטע האצעך נישט געפירט אזוי און מיין רעבע אויכנישט.

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 10:51 am
דורך וואוילער
ס'שנייט ס'שנייט...
(אין מאנסי)

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 12:14 pm
דורך אפענע אויגן
אויך אין קרית יואל (ברעקעלעך)

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 12:50 pm
דורך אפענע אויגן
אין קרית יואל שנייט פעסט שוין אביסל אנגעכאפט

אויב עס האלט אן קען עס מעגליך צוברענגן צו טשיק פיע''ס שניי?

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 10:41 am
דורך נו נו
איינער מיט באריכטן אויף די שבת שניי הבעל"ט?

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 2:09 pm
דורך nor ich
קען איינער ברענגען די מאדעלס?

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 9:23 pm
דורך הדסים
nor ich האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 2:09 pm קען איינער ברענגען די מאדעלס?
סארי פאר דער פארשפעטיגונג
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 6:33 pm מאנהעטן - סענטראַל פארק - האט געזען 4 אינטשעס שניי, צום ערשטן מאל זינט יאנואר 2022.

אין די קעטסקילס איז געפאלן 9 אינטשעס.

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 24, 2026 8:31 pm
דורך פליט
לאור המצב

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 24, 2026 8:32 pm
דורך פליט
זיי ווארענען אז מען זאל זיך נישט דרייען מארגן מיט מענטשן וואס מען גלייכט נישט, ווייל מען קען סטאק ווערן מיט זיי.

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 4:49 pm
דורך דריידל
און ס'שטיל דא?

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 5:18 pm
דורך נאסע שמאטעס
דער עולם איז ארויס זוכן די שניי

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:04 pm
דורך חלום חלמתי
ספעציעלע ווינטער סטעיטמענט פאר ניו יארקע רעזידענץ

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:07 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:06 pm לינק צו זעהן די אפדעיטס איבער די אנגייענדע שניי שטורעם אין ניו יארק.

ווי ס'איז שוין געפאלן וויפיל און די דירעקציע פונעם שטורעם, אזוי אויך די סטריט קעמארע'ס פון פארשידענע שאסייען

https://bit.ly/4qToRFl

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 7:24 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 1:42 pm ק.פ.

ניו יארק סיטי דערקלערט א "סטעיט אוף עמערדזשענסי" טרעוול בען איבער די גאנצע שטאט הייבט זיך אן 9 אזייגער ביינאכט

אין אן אומגעווענליכע שריט, האט דער ניו יארקער מעיאר זאהראן מאמדאני דערקלערט א סטעיט אוף עמערדזשענסי און איינגעפירט א טרעוול בען איבער די גאנצע שטאט, צוליב וואס די בליזארד ווערט אלס שטערקער.

🕘 דער בען גייט אריין אין קראפט: פון 9:00 היינט נאכט ביז מאנטאג 12:00 מיטאג.

🚫 אלע גאסן אין די סיטי, הייוועיס, און בריקן זענען פארשלאסן פאר סיי וועלכע טראפיק וואס איז נישט קיין עמערדזשענסי.

ֹ🚗 דאס איז נוגע פאר קארס, טראקס, סקוטערס, און אי-בייקס.

🚑 בלויז וויכטיגע עמערדזשענסי און קריטישע סערוויס קארס זענען אויסגעשלאסן פון דעם פארבאט.
בעלט פארקוועי איז שוין פארמאכט פאר די נאכט

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 7:25 pm
דורך חלום חלמתי
בלויז איין גאס אין מאנסי.... 😨


Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 8:51 pm
דורך חלום חלמתי
דזשעקסאן ניו דזשערסי האלט שוין ביי 6 אינטשעס אין בלויז פיר שעה. די שניי וועט ווייטער אנהאלטן מיט דעם קראפט אין די קומענדיגע 12 שעה.

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 8:51 pm
דורך חלום חלמתי
אין ניו יארק סיטי האבן די טעלעפאנען באקריגן אן עמבער אלערט

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 9:51 am
דורך חלום חלמתי
אין לעיקוואד איז שוין געפאלן קרוב צו 2 פוס שניי

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 9:51 am
דורך חלום חלמתי
בילד פון מאנסי

Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 2:01 pm
דורך כא כא כא
image (14).png
image (14).png (2.1 MiB) געזען געווארן 144 מאל