שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

לך לך האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:06 pm איין מינוט, איך בין נישט קלאר, ווי איז געשטאנען אז די נייע דירות אויף די וועד הקרית לאט אז עס גייט נאר זיין פאר חסידי מהר"א?

איך געדענק אז מען האט גערעדט פון א פראיעקט וואס מען גייט בויען גרויסע דירות צו פארקויפן אויף א מהלך ווי די מלמדים דירות אין וויליאמסבורג וואס מען קען נישט פארקויפן ווייטער נאר דורך די וועד, איך האב נאך נישט געזען אין ערגעץ אז די חתן כלה דירות גייט זיין אזוי, אדרבה אויב איז עס ערגעץ געווען ביטע צו ווייזן.

אין לגבי שמואל שלמה, @דער תהלים איד איך פארשטיי נישט וואס דיין פראבלעם מיט אים איז, סך הכל טרייט ער ארויסצוברענגען אז אין סאטמאר האט מען אייביג געהאלפן יעדן נישט קיין חילוק וואס יענער האט געהאלטן אנדערש פון אונז, סא ער האפט אלטס איינער וואס האט אסאך געטרייט צו טוען פאר ביליגע דירות אז דא זאל זיין די זעלבע.
אודאי האט מען געהאלפן.

סאטמארע אידן וואס האבן געהאט ארגאניזאציעס האבן געהאלפן.

סארא נארישע פארגלייך צו ווען א רבי שטעלט עפעס צו פאר זיינע מענטשן.

די גמח ביי קהלת מהריי וואס בארגט געלט צו חתונה מאכן בארגט אויך געלט פאר חסידי מהרא?
און די מעמבערשיפ דיסקאונטס געבן זיי אויך פאר חסידי מהרא?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 220

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דירות איז אנדערש ווייל אויב בלייבט די מאנגל פון דירות ביי איין זייט בלייבן די פרייזן הויעך, סוועט נישט העלפן די מארקעט זאל פאלן.... פונקט אזווי מ’וועט לינדערן די טרעפיק נאר פאר איין זייט..... ומה הועילו?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:38 pm דירות איז אנדערש ווייל אויב בלייבט די מאנגל פון דירות ביי איין זייט בלייבן די פרייזן הויעך, סוועט נישט העלפן די מארקעט זאל פאלן.... ומה הועילו?
נעע... די דירות מארקעט קוקט נישט קיין זייטן.

אויב 850 דירות גייען ארויס פאר ביליג האט עס די זעלבע אפעקט אפגעזען ווער די מקבלים זענען.

ופשוט הוא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
ווערווייס
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 86

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך ווערווייס »

נאך וואס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:25 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 5:01 pm @יונה טויב אה, איך זע דו ווייסט נישט די א"ב. (אפשר ר' שלמה קויפמאן אויך נישט).

דער ווילעדזש פארמאגט נישט די שטחים און בויט נישט קיין דירות. די רעדע איז פון ועד הקרי' וואס איז געלט פון די מוסדות. יעדע מוסדות קען קויפן שטחים, אבער שטחים וואס די צענטראלע מוסדות האבן געקויפט, און דירות וואס א רבי בויט, איז געווידמעט פאר די חברי הקהלה.

עקטשולי קען ועד הקרי' טון די זעלבע מיט זייערע שטחים אין אנדערע ווילעדזשעס. נאר, די זאונונג דארט איז ליידער נישט פריינטליך דערפאר.
די פארשטייסט אבער נישט אז די מוסדות פון 65% תושבי העיר האט א אינקאם פון 100% תושבי העיר
ווארום די וועד הקרי' שטחים איז געקויפט געווארן נאך איידער די טיילונג, אבער ווען מען האט זיך געטיילט האבן די 65% גארנישט געגעבן פאר די 35% תושבים פון די שטחים
100% תושבי העיר קויפן איין אין שאפינג און אין ביזנעס סענטער וואס דאס ברענגט א אינקאם פון די 65%
100% תושבי העיר צאלן איין שטייער פאר די סקול דיסטריקט וואס איז א שטארקע הילף במישרין אדער בעקיפין פון די מוסד פון די 65%
100% תושבי העיר צאלן ווילידש טעקס, און פון געוויסע זאכען זענען נהנה בלויז די מוסד פון די 65% (א שטייגער ווי דאס אז די ווילדש צאלט "רענט" פאר די 65 מוסד וואס די געלט קומט פון די שטייערצאלער, אבער בלויז 65% געניסן פון די רענט)
די זאל פון ויואל משה און עטרת אברהם אין וויליאמסבורג איז אויך געבויט געווארן פארן טיילונג, ס'האט א אינקאם פון אלע שיכטן און קרייזן וואס מאכן דארט חתונה, טיילט זיך די הנהלת המוסדות מיט זייער אינקאם מיט יעדן?
די באקריווידיטע קהלות האבן אן אויסוואל צו באקיאטירן די סערוויס פון די שאפינג סענטער, סקול דיסטריקט באסעס, פארמאסי, ביזנעס סענטער, וכו' וכו' סיי וועלכע סערוויס - פון וואס די מוסדות וואס טיילן זיך נישט מיט די רווחים - האבן א טובת הנאה
והי' בזה שלום
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 546

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך לך לך »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:33 pm די גמח ביי קהלת מהריי וואס בארגט געלט צו חתונה מאכן בארגט אויך געלט פאר חסידי מהרא?
און די מעמבערשיפ דיסקאונטס געבן זיי אויך פאר חסידי מהרא?
די גמח אז נאר פארווער עס מאכט חתונה ביליג אין עטרת מייזעלס סא אפילו זייערע מעמבערס באקומען עס אויך נישט.

אין גראדע וועגן מעמבערשיפ דיסקאונטס ווייס איך אז אויב מען בעט ביי די מצות קען מען עס באקומען אפילו מען איז נישט קיין מעמבער אין די קהילה (פלייש איז די קהילה נישט באלעבאס)
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

לך לך האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:06 am
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:33 pm די גמח ביי קהלת מהריי וואס בארגט געלט צו חתונה מאכן בארגט אויך געלט פאר חסידי מהרא?
און די מעמבערשיפ דיסקאונטס געבן זיי אויך פאר חסידי מהרא?
די גמח אז נאר פארווער עס מאכט חתונה ביליג אין עטרת מייזעלס סא אפילו זייערע מעמבערס באקומען עס אויך נישט.

אין גראדע וועגן מעמבערשיפ דיסקאונטס ווייס איך אז אויב מען בעט ביי די מצות קען מען עס באקומען אפילו מען איז נישט קיין מעמבער אין די קהילה (פלייש איז די קהילה נישט באלעבאס)
האסט פארשטאנען די פוינט. אמת?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 590

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 5:01 pm @יונה טויב אה, איך זע דו ווייסט נישט די א"ב. (אפשר ר' שלמה קויפמאן אויך נישט).

דער ווילעדזש פארמאגט נישט די שטחים און בויט נישט קיין דירות. די רעדע איז פון ועד הקרי' וואס איז געלט פון די מוסדות. יעדע מוסדות קען קויפן שטחים, אבער שטחים וואס די צענטראלע מוסדות האבן געקויפט, און דירות וואס א רבי בויט, איז געווידמעט פאר די חברי הקהלה.

עקטשולי קען ועד הקרי' טון די זעלבע מיט זייערע שטחים אין אנדערע ווילעדזשעס. נאר, די זאונונג דארט איז ליידער נישט פריינטליך דערפאר.
די ועד הקרי' אדער די ועד המוסדות?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 5:59 pm איך האב בכלל נישט די טענה זיי האלטן דאך אז די אנדערע קהלה טאר נישט עקזעסטירן,
איז ווי לאנג דו געהערסט און א מוסד וואס איז קעגן די מרא דאתרא, דארפן זיי דיר נישט געבן קיין דירות פאר ביליג,

האסט א ברירה צו אוועק מופן אדער צו האלטן אנדערש, אבער ער פון זיין קוק ווינקל האט א שטארקע פוינט,
ער איז דען מחיוב צו בויען מתנגדים ביי זיך אין שטאט וואס זאל צוברעכן די כוח הנהגה?
פארדעם וואואינען מיר אין אמעריקא, וואס איז א דעמאקראטישע לאנד.

פארוואס דארף א אידישע שטעטל זיך פירן ווי אין צפון קאריע?!!!
לא תהא כהנת כפונדקת...

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 1:55 am
יעדע אינווידואל דארף האלטן דעם שטאט הייליג.

סערוויסעס פון קהלות און מוסדות האבן גארנישט מיט’ן שטאט נאר יעדער שטעלט צו פאר זייערע מעמבערס. ופשוט מאד הוא.
ופשוט מאוד הוא.

פארדעם איז טאקע די ועד העירוב, הצניעות, הכשרות, הצדקות והחסד וכו' וכו', פון דעם "עיר הצדק" קרית יואל, פאראייניגט פון אלע קהילות.

פארדעם ווען מען צייכנט אפ תקנות ה"עיר" איז עס מחייב אלע קהילות, אן זיי פרעגן.

פארדעם טוט הנהלת ה"קהילה" מאכן מיטינג איבער עניני הנהגת העיר.

פאר מעלדט שמחות "קרית" יואל, אלע שולן פון שטאט, און דערפאר לאזט מען נישט קיין אנדערע צעטלעך וואס לייגן נישט.

פארדעם געט די וויליזש ארויס פערמיטס בלויז פאר דיוועלעפמענטס וואס בויען שולן פאר אלע אינוואוינער צוגלייך.

סערוויסעס פון קהלות און מוסדות האבן גארנישט מיט’ן שטאט. ופשוט מאד הוא.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 4:53 pm

סאיז בעיסיקלי איין זאך
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 4:55 pm
משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 5:59 pm איך האב בכלל נישט די טענה זיי האלטן דאך אז די אנדערע קהלה טאר נישט עקזעסטירן,
איז ווי לאנג דו געהערסט און א מוסד וואס איז קעגן די מרא דאתרא, דארפן זיי דיר נישט געבן קיין דירות פאר ביליג,

האסט א ברירה צו אוועק מופן אדער צו האלטן אנדערש, אבער ער פון זיין קוק ווינקל האט א שטארקע פוינט,
ער איז דען מחיוב צו בויען מתנגדים ביי זיך אין שטאט וואס זאל צוברעכן די כוח הנהגה?
פארדעם וואואינען מיר אין אמעריקא, וואס איז א דעמאקראטישע לאנד.

פארוואס דארף א אידישע שטעטל זיך פירן ווי אין צפון קאריע?!!!
לא תהא כהנת כפונדקת...
ריכטיג.

משה רבינו האט בכלל נישט גוט ארויס די זאך
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 5:02 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 1:55 am
יעדע אינווידואל דארף האלטן דעם שטאט הייליג.

סערוויסעס פון קהלות און מוסדות האבן גארנישט מיט’ן שטאט נאר יעדער שטעלט צו פאר זייערע מעמבערס. ופשוט מאד הוא.
ופשוט מאוד הוא.

פארדעם איז טאקע די ועד העירוב, הצניעות, הכשרות, הצדקות והחסד וכו' וכו', פון דעם "עיר הצדק" קרית יואל, פאראייניגט פון אלע קהילות.

פארדעם ווען מען צייכנט אפ תקנות ה"עיר" איז עס מחייב אלע קהילות, אן זיי פרעגן.

פארדעם טוט הנהלת ה"קהילה" מאכן מיטינג איבער עניני הנהגת העיר.

פאר מעלדט שמחות "קרית" יואל, אלע שולן פון שטאט, און דערפאר לאזט מען נישט קיין אנדערע צעטלעך וואס לייגן נישט.

פארדעם געט די וויליזש ארויס פערמיטס בלויז פאר דיוועלעפמענטס וואס בויען שולן פאר אלע אינוואוינער צוגלייך.

סערוויסעס פון קהלות און מוסדות האבן גארנישט מיט’ן שטאט. ופשוט מאד הוא.
סא יא, דאס זאג איך.

ווען מ'רעדט פון תקנות און סטאנדארטן פון אונזער שטאט, וואס דער מייסד העיר האט געוואלט עס זאל זיך אזוי פירן, איז עס נישט קיין סערוויס פאר בני הקהלה, נאר אן אחריות פאר יעדן אין שטאט.
יא, די אלע זאכן ווערן אנגעפירט דורך איין קהלה, און פארשטענדליך אז דער סופער מאיאריטעט פירנדע קהלה טוט עס (אגב, די אנדערע קהלה מעג אויך... קיינער האלט זיי נישט אפ פון עפענען א ועד פאר עירובין און מקוואות...).
איי, פארוואס ארבעט מען נישט אינאיינעם? אהה... דו ווייסט דאך יא אז מצד די אנדערע קהלה קען עס נישט פאסירן... פאר דיין נאלעדזש: מ'האט פרובירט.

ווידעראום ווען די הנהלת הקהלה שטעלט צו א סערוויס פאר זייערע מעמבערס, האט עס גארנישט מיטן שטאט.

די קהלה אין קרית יואל האט צוויי סארטן אויפגאבעס, איינס איז האלטן די "שטאטישע" סטאנדארטן, און איינס איז צושטעלן "קהלה סערוויסעס".
טאקע א חידוש אז א קהלה פארקערפערט צוויי אזעלכע גרויסע אחריות, אבער דאס איז די קהלה אין קרית יואל.

מענטשן גלייכן צו מישן... דו פארשטייסט אז ווען דוד עקשטיין האט געמאכט א ביזנעס אויספלוג פאר זיינע עידזשענטס האט ער נישט גערופן זיינע קהלה מעמבערס. וואר?
ווייל ס'טאקע איין מענטש, אבער מיט עטליכע סארטן היטלעך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 590

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער מייסד העיר האט נישט געוואלט אז איין קהילה זאל קענען ארויפצווינגען זייער מיינונג אויף אנדערע קהילות אין שטאט. (און משה רבינו אויך נישט...)

אזוי לאנג ווי בלויז איין קהילה איז געווען ערלויבט, און די אנדערע אומלעגאלע בתי מדרשים האט מען בכלל נישט גורס געווען, נניח.

כהיום איז כו"ע מודי אז ס'איז דא עטליכע קהילות, מען נוצט נישט די שטאטישע פלייש, נישט די שטאטישע מוסד, נישט די שטאטישע שולן און נישט די שטאטישע מקואות.
קיין איינע פון די "שטאטישע" סערוויסעס זענען נישט צוגעשטעלט פאר מענטשן און/אדער פארטרעטער פון דעם אנדערן "קהילה". דו קענסט רואיג נעמען די אלע לאגאס, וואס האבן אויף זיך די ווארט "קרית יואל" און טוישן אויף "קיט"ל - צענטראל".

אזוי לאנג ווי די שטאטישע קהילה, שטעלט צו סערוויסעס פאר זייערע שטאטישע קהילה מעמבערס, קענען זיי מחייב זיין אנדערע קהילה מעמבערס זילטש.
ס'איז א טו-וועי סטריט.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 203

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך יונה טויב »

יונה טויב האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:53 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:31 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:26 pm לייק פאר "דעם רבינ'ס"...
psd.jpg
זאגט מיר איינער נאך אז ר' שלמה קויפמאן שרייבט א עדיטאריעל אין וואכנשריפט היתכן מען מאכט די חתן כלה דירות נאר פאר חברי הקהילה.

איך פארשטיי נישט די הגיון פון זיין טענה. איינער האלט צוריק די אנדערע קהילה פון קויפן א לאט און טון די זעלבע ווי ועד הקרי'? פארוואס זאל מוסדות מהר"א אינוועסטירן און מנדב זיין שטחים און דירות פאר די וואס שיקן נישט אין די מוסדות? אפשר גאר וואלט עס געווען מועל בהקדש. פאר די חשוב'ע אידן פון יענע מוסדות זאלן יענע מוסדות אינוועסטירן.
נישט געליינט דעם ארטיקל אבער אויב איז דיר אזא פשטות אז קרית יואל בויט פראיעקטן נאר פאר איין קהילה דאן געדענק צו נוצן א צווייטע ניק אין די אשכולות וואו יחידים קענען נישט נישט פארשטיין פארוואס געוויסע ווילן נישט דעם נאמען קר"י אין אנדערע מקומות, הלמאי קרית יואל איז דאך דא פאר יעדע סאטמארער חסיד צוגלייך...
מיטצושפילן מיט די תמימות פון געוויסע אז קר"י איז עכט דא פאר יעדעם צוגלייך, ווען די אנדערע קהילה אדער זייערער א מעמבער וויל אויף זיין שטח אינערהאלב ווילעדזש אף KJ בויען אזעלכע פראדזשעקטס נאר פאר יענע קהילה מעמבערס ווערט עס תיכף אפראווד, אמת?
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 318

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך משה רבינו »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:02 pm דער מייסד העיר האט נישט געוואלט אז איין קהילה זאל קענען ארויפצווינגען זייער מיינונג אויף אנדערע קהילות אין שטאט. (און משה רבינו אויך נישט...)

אזוי לאנג ווי בלויז איין קהילה איז געווען ערלויבט, און די אנדערע אומלעגאלע בתי מדרשים האט מען בכלל נישט גורס געווען, נניח.

כהיום איז כו"ע מודי אז ס'איז דא עטליכע קהילות, מען נוצט נישט די שטאטישע פלייש, נישט די שטאטישע מוסד, נישט די שטאטישע שולן און נישט די שטאטישע מקואות.
קיין איינע פון די "שטאטישע" סערוויסעס זענען נישט צוגעשטעלט פאר מענטשן און/אדער פארטרעטער פון דעם אנדערן "קהילה". דו קענסט רואיג נעמען די אלע לאגאס, וואס האבן אויף זיך די ווארט "קרית יואל" און טוישן אויף "קיט"ל - צענטראל".

אזוי לאנג ווי די שטאטישע קהילה, שטעלט צו סערוויסעס פאר זייערע שטאטישע קהילה מעמבערס, קענען זיי מחייב זיין אנדערע קהילה מעמבערס זילטש.
ס'איז א טו-וועי סטריט.
די מייסד העיר האט געוואלט עס זאל זיין נאר אײַן קהלה אוו בימיו איז טאקע געשטאנען קרית יואל שע''י קהל יטס לב
און משה רבינו האט אויך געזאגט והנגלות לנו ולבנינו
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@צווייזייטיג א שטאט'ס רב האט גארנישט צוטון מיט עני קהלישע סערוויסעס. די קדושה פון די שטאט געהער צום שטאט'ס רב. די קהילה קען/דארף אים צוהעלפן.

@יונה טויב איך גיי דיר נישט איינרעדן אז די ווילעדזש גייט ארויסגיין פון וועג און טוישן געזעצן פאר די אנדערע קהלה... אבסעלוטלי נישט. אבער, איינמאל עס גייט זיין א געזעץ, גייט עס יעדער קענען נוצן. זע די קהילה זאל צוגרייטן א גוטן שטח.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:02 pm דער מייסד העיר האט נישט געוואלט אז איין קהילה זאל קענען ארויפצווינגען זייער מיינונג אויף אנדערע קהילות אין שטאט. (און משה רבינו אויך נישט...)

אזוי לאנג ווי בלויז איין קהילה איז געווען ערלויבט, און די אנדערע אומלעגאלע בתי מדרשים האט מען בכלל נישט גורס געווען, נניח.

כהיום איז כו"ע מודי אז ס'איז דא עטליכע קהילות, מען נוצט נישט די שטאטישע פלייש, נישט די שטאטישע מוסד, נישט די שטאטישע שולן און נישט די שטאטישע מקואות.
קיין איינע פון די "שטאטישע" סערוויסעס זענען נישט צוגעשטעלט פאר מענטשן און/אדער פארטרעטער פון דעם אנדערן "קהילה". דו קענסט רואיג נעמען די אלע לאגאס, וואס האבן אויף זיך די ווארט "קרית יואל" און טוישן אויף "קיט"ל - צענטראל".

אזוי לאנג ווי די שטאטישע קהילה, שטעלט צו סערוויסעס פאר זייערע שטאטישע קהילה מעמבערס, קענען זיי מחייב זיין אנדערע קהילה מעמבערס זילטש.
ס'איז א טו-וועי סטריט.
1. מצווינגט נישט ארויף קיין שום אייגענע מיינונג. נאר זאכן וואס דער מייסד העיר האט געוואלט.

2. דאס אז אנדערע קהלות געניסן נישט איז א פאלנער ליגנט וואס צייגט דיין אומוואוסנדקייט אין דעם נושא. אין פאקט זענען דא מקוואות אין מהריי געשטימטע שוהל און געגנטער, און די זעלבע מיט עירובין, וואס די מהר"אי'שע ועדן האבן צוגעשטעלט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

יונה טויב האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:12 pm
יונה טויב האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:53 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:31 pm

זאגט מיר איינער נאך אז ר' שלמה קויפמאן שרייבט א עדיטאריעל אין וואכנשריפט היתכן מען מאכט די חתן כלה דירות נאר פאר חברי הקהילה.

איך פארשטיי נישט די הגיון פון זיין טענה. איינער האלט צוריק די אנדערע קהילה פון קויפן א לאט און טון די זעלבע ווי ועד הקרי'? פארוואס זאל מוסדות מהר"א אינוועסטירן און מנדב זיין שטחים און דירות פאר די וואס שיקן נישט אין די מוסדות? אפשר גאר וואלט עס געווען מועל בהקדש. פאר די חשוב'ע אידן פון יענע מוסדות זאלן יענע מוסדות אינוועסטירן.
נישט געליינט דעם ארטיקל אבער אויב איז דיר אזא פשטות אז קרית יואל בויט פראיעקטן נאר פאר איין קהילה דאן געדענק צו נוצן א צווייטע ניק אין די אשכולות וואו יחידים קענען נישט נישט פארשטיין פארוואס געוויסע ווילן נישט דעם נאמען קר"י אין אנדערע מקומות, הלמאי קרית יואל איז דאך דא פאר יעדע סאטמארער חסיד צוגלייך...
מיטצושפילן מיט די תמימות פון געוויסע אז קר"י איז עכט דא פאר יעדעם צוגלייך, ווען די אנדערע קהילה אדער זייערער א מעמבער וויל אויף זיין שטח אינערהאלב ווילעדזש אף KJ בויען אזעלכע פראדזשעקטס נאר פאר יענע קהילה מעמבערס ווערט עס תיכף אפראווד, אמת?
יא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 590

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך צווייזייטיג »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:19 pm 1. מצווינגט נישט ארויף קיין שום אייגענע מיינונג. נאר זאכן וואס דער מייסד העיר האט געוואלט.
וועלקאם טו קלאב, על זה אנו דנין, צי דער מייסד האט געוואלט מ'זאל גין צו בארקלעיס אדער צו נעססאו קאליסיאום.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:21 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:19 pm 1. מצווינגט נישט ארויף קיין שום אייגענע מיינונג. נאר זאכן וואס דער מייסד העיר האט געוואלט.
וועלקאם טו קלאב, על זה אנו דנין, צי דער מייסד האט געוואלט מ'זאל גין צו בארקלעיס אדער צו נעססאו קאליסיאום.
ניין. דאס האט מען אויף קיינעם ארויפגעצווינגען.

דו ווייסט עס אויך.

די תקנות העיר זענען אלעס זאכן וואס דער מייסד העיר האט געוואלט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 590

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:16 pm @צווייזייטיג א שטאט'ס רב האט גארנישט צוטון מיט עני קהלישע סערוויסעס. די קדושה פון די שטאט געהער צום שטאט'ס רב. די קהילה קען/דארף אים צוהעלפן.
א שטאט'ס רב איז א נישט א זאך וואס וואקסט אויפ'ן בוים, עס איז א הנהגה וואס די שטאטישע קהילה נעמט אויף. ווער ס'איז נכלל אין די שטאטישע קהילה און ער האט א רעכט ביים אויפנעמען די טובי העיר און די ראשי הקהילה, איז זייער התמנות פון א רב בשליחותו אים מחייב.

אויב אלע פליכטן פון די אמאליגע קהילות אינדערהיים ווערט פאר אים צוגעשטעלט דורך זיין לאקאלע קהילה, און די שטאטישע קהילה איז זיך נישט מתחשב מיט זיין מיינונג, און נישט מיט זיינע דיינים און רבנים. דאן האט ער מיט די אנדערע קהילה - וואס פאררופט זיך אלס שטאטישע - גארנישט.

@פופציגער איך נוץ אויך געוויסע סערוויסעס פון מהר"א, וואס זיי שטעלן צו בעסער.
ווייל זיי האבן אויסגעקויפט מער לאטס צו בויען בחינם מער מקואות, געט עס נישט מער סמכות.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:32 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:16 pm @צווייזייטיג א שטאט'ס רב האט גארנישט צוטון מיט עני קהלישע סערוויסעס. די קדושה פון די שטאט געהער צום שטאט'ס רב. די קהילה קען/דארף אים צוהעלפן.
א שטאט'ס רב איז א נישט א זאך וואס וואקסט אויפ'ן בוים, עס איז א הנהגה וואס די שטאטישע קהילה נעמט אויף. ווער ס'איז נכלל אין די שטאטישע קהילה און ער האט א רעכט ביים אויפנעמען די טובי העיר און די ראשי הקהילה, איז זייער התמנות פון א רב בשליחותו אים מחייב.

אויב אלע פליכטן פון די אמאליגע קהילות אינדערהיים ווערט פאר אים צוגעשטעלט דורך זיין לאקאלע קהילה, און די שטאטישע קהילה איז זיך נישט מתחשב מיט זיין מיינונג, און נישט מיט זיינע דיינים און רבנים. דאן האט ער מיט די אנדערע קהילה - וואס פאררופט זיך אלס שטאטישע - גארנישט.

@פופציגער איך נוץ אויך געוויסע סערוויסעס פון מהר"א, וואס זיי שטעלן צו בעסער.
ווייל זיי האבן אויסגעקויפט מער לאטס צו בויען בחינם מער מקואות, געט עס נישט מער סמכות.
ווער רעדט פון סמכות דא? איר פארפארט פונעם שמועס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פרייליך »

אינטערסאנט איז אז בלויז עטליכע מינוט הינציר אויפן 208 פארשטייען די זעלבע ניק'ס קאפויער דער גאנצע מעשה, אזוי גייען זאכן..
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פופציגער »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:36 pm אינטערסאנט איז אז בלויז עטליכע מינוט הינציר אויפן 208 פארשטייען די זעלבע ניק'ס קאפויער דער גאנצע מעשה, אזוי גייען זאכן..
אז וואס?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שמועסן ארום די "היימשטאט" מאגאזין (קרית יואל)

פאוסט דורך פרייליך »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:38 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 6:36 pm אינטערסאנט איז אז בלויז עטליכע מינוט הינציר אויפן 208 פארשטייען די זעלבע ניק'ס קאפויער דער גאנצע מעשה, אזוי גייען זאכן..
אז וואס?
אז מען זאל יא בייגן דעם לאקעל גאווערמענט נאך די קלענערע צאל איינוואוינער.
שרייב פאוסט