בלאט 7 פון 7

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:46 am
דורך כא כא כא
איינער מיט די אחדות ליין נומער ?

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:52 am
דורך Landau238
כא כא כא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:46 am איינער מיט די אחדות ליין נומער ?
514-447-2211

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 9:59 am
דורך טיפע טאשן
ק/פ
אט אט קומט ארויס די בשורה טובה ומרנינה פאר די היימישע אידן אין קוויבעק, ספעציעל פאר די תושבי קרית טאהש/מאנטריאל, איבער א היסטארישע "זיג" אין געריכט וואס איז געגעבן געווארן דעם פארגאנגענעם פרייטאג, יאנואר 16, 2026.

דער פסק איז ארויסגעקומען פונעם "סופּיריער קאורט" אין קוויבעק און דאס שטעלט א "סטעי" אויף א לאנגע תקופה פון שרעק און איבערפאלן מצד די DPJ (יוט פראטעקשאן).

בקיצור ונמרץ:
דער שופט האט קלאר געשטעלט פאר די רעגירונג: נישט עדיוקעיטען א קינד לויט די קוויבעקער פארשריפטן הייסט נישט אויטאמאטיש א "סכנה" פארן קינד.

ביז היינט האט די DPJ גענוצט די טענה פון "עדיוקעישאנעל נעגלעקט" (דאס הייסט אז מ'לערנט נישט קיין מאטעמאטיק אדער פראנצויזיש לויט די רעגירונג סטאנדארטן) אלס א תירוץ צו באצווינגן די עלטערן אז זיי מוזן רעדן צו די קינדער און אנגעקלאפט אומצאליגע מאל אויף די טירן פון היימישע הייזער צו מאכן אינספעקציעס, און סטראשען אוועקצונעמען קינדער ח"ו.

די שופט האט געפסק'נט אז די DPJ האט נאר א רעכט אריינצורעדן אויב א קינד איז אין א עכטע פיזישע אדער גייסטישע סכנה. אויב דאס קינד איז געזונט, זאט, און אפגעהיטן, מעג די רעגירונג זיך נישט אריינצווינגן אין שטוב נאר ווייל מ'לערנט נישט קיין "סעקולערע" לימודים.

דער פסק לויטעט אויך אז די DPJ איז נישט קיין "חינוך פאליציי". אויב די רעגירונג האט טענות אויפן סדר הלימודים, דארף דאס גיין דורכן עדיוקעישאן דעפארטמענט, און נישט דורך "יוט פראטעקשאן" וואס באהאנדלט נאר עכטע שווערע נאכגעלאזטקייט.