בלאט 7 פון 19

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:31 pm
דורך להגדיל הטראסק
201. יש לי עצה אז אוואקאדאו זאל זיך האלטן גרין וואכן לאנג! – שמיר עס אן אויף די ציצית...(אכל פסח)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 4:32 pm
דורך שרגא
מיין קליינע אינגל פרעגט מיר פריער אויב וועלוול שמעלצער און דרעזנער שמעלצער זענען ברידערס...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 5:17 pm
דורך איטשע
געווען א רב וואס לערנען האט ער נישט געקענט אבער שלוש סעודות תורה האט ער געדארפט זאגן, פלעגט ער באקומען אויפן פאסט א בלעטל און פון דעם האט ער ארויסגעליינט עטליכע תורות וואס ער האט איבערגעזאגט ביי של"ס

מאכט זיך איין וואך וואס די פאסט איז נישט אנגעקומען, ער ווארט און ווארט, מ'האלט שוין פרייטאג נאכממיטאג אבער די פאסט איז נאכאלץ נישט אנגעקומען...

קומט ער אן צו של"ס אן קיין תורות, און ער רופט זיך אן "אם אין קמח אין תורה" אויב איז נישט דא קיין מעי"ל איז נישט דא קיין תורה...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 5:44 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שרגא האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:32 pm מיין קליינע אינגל פרעגט מיר פריער אויב וועלוול שמעלצער און דרעזנער שמעלצער זענען ברידערס...
:lol:

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 12:28 am
דורך משה יצחקי
א ברסלב׳ע איד האט זיך אנגערופן, ווען איך דערמאן זיך אז איך בין א ברסלב׳ע ווען איך שיכור פון פרייד,
און ווען איך דערמאן זיך פארוואס איך בין געווארן א ברסלב׳ע איז צרות 🤣🤣

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 5:38 pm
דורך יש ענין
משה יצחקי האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 12:28 am א ברסלב׳ע איד האט זיך אנגערופן, ווען איך דערמאן זיך אז איך בין א ברסלב׳ע ווען איך שיכור פון פרייד,
און ווען איך דערמאן זיך פארוואס איך בין געווארן א ברסלב׳ע איז צרות 🤣🤣
גוט גוט

(אבער אזוי אמת)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 6:55 pm
דורך איטשע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (34.24 KiB) געזען געווארן 914 מאל

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 7:33 pm
דורך להגדיל הטראסק
איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 6:55 pmunnamed.jpg
א אמת'ע נקודה
אבער מען דארף וויסן ווען צו זאגן דעם אמת

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 7:43 pm
דורך חיליק פעלדמאן
משה יצחקי האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 12:28 am א ברסלב׳ע איד האט זיך אנגערופן, ווען איך דערמאן זיך אז איך בין א ברסלב׳ע ווען איך שיכור פון פרייד,
און ווען איך דערמאן זיך פארוואס איך בין געווארן א ברסלב׳ע איז צרות 🤣🤣
א בעל תשובה האט אמאל געזאגט

ווען איך דערמאן זיך אז איך בין פרום ווער איך שיכור פון פרייד,
אבער ווען איך דערמאן זיך פארוואס איך האב תשובה געטון און וואס עס האט מיך געברענגט דערצו איז צרות

בצר לך ומצאוך..

(איך ווייס האסט נאר געמאכט א ווערטל, אבער אין יעדע ווערטל מיינט מען א אמת, דעריבער...)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 8:25 pm
דורך פופציגער
חיליק פעלדמאן האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:43 pm
משה יצחקי האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 12:28 am א ברסלב׳ע איד האט זיך אנגערופן, ווען איך דערמאן זיך אז איך בין א ברסלב׳ע ווען איך שיכור פון פרייד,
און ווען איך דערמאן זיך פארוואס איך בין געווארן א ברסלב׳ע איז צרות 🤣🤣
א בעל תשובה האט אמאל געזאגט

ווען איך דערמאן זיך אז איך בין פרום ווער איך שיכור פון פרייד,
אבער ווען איך דערמאן זיך פארוואס איך האב תשובה געטון און וואס עס האט מיך געברענגט דערצו איז צרות

בצר לך ומצאוך..

(איך ווייס האסט נאר געמאכט א ווערטל, אבער אין יעדע ווערטל מיינט מען א אמת, דעריבער...)
ממתיק געווען...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 4:12 pm
דורך פעינטיג
איינער האט זיך אנגערופן צו זיין חבר, אז נאך א מזל מ'ליינט נישט ווינטער שבת ביי מנחה, אויב יא וואלט איך עס אייביג פארפאסט...😂

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 4:17 pm
דורך ביסט גערעכט
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:12 pm איינער האט זיך אנגערופן צו זיין חבר, אז נאך א מזל מ'ליינט נישט ווינטער שבת ביי מנחה, אויב יא וואלט איך עס אייביג פארפאסט...😂
א ביטערע געלעכטער :lol: :lol:

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 10:49 pm
דורך בערל דער פייפער
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:12 pm איינער האט זיך אנגערופן צו זיין חבר, אז נאך א מזל מ'ליינט נישט ווינטער שבת ביי מנחה, אויב יא וואלט איך עס אייביג פארפאסט...😂
אויף די וואס קומען יא אן קען מען פארשטיין די באדייט פון הושענא נפש מבהלה

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:19 am
דורך להגדיל הטראסק
204. גימפל: מיין צוויי יעריג אינגל איז אזוי קיוט! ער מאכט נאך א פייגל!!!
גרונם: ער מאכט טשיפ טשיפ?
גימפל: ניין, ער עסט ווערים...
(קרעדיט: בשם לאנגמאן)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 6:38 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. מלמד: פארוואס הייסן סמארטפאונס 'טמא'נע כלים"?
אינגל: ווייל מיין טאטע כאפט עס אן פאר נעגל וואסער...

(ווער איז דער וואס האט עס געזאגט אויף היימישע קרעטשמע?)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 1:22 am
דורך להגדיל הטראסק
206. גוי שרצה להתגייר שאלו סיקריק: גוי ששבת חייב מיתה מה תעשה? אמר איך וועל טראגן מיטן עירוב...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 1:30 am
דורך להגדיל הטראסק
207. לפני וואצעפ כיצד פרסמו דבר? אמרו לשוויגער בתנאי שלא תגלהו...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 12:20 pm
דורך להגדיל הטראסק
208. פאציענט: איך בין ביטער פארקילט וואס זאל איך טוהן?
דאקטאר: טרונק א הייסע טיי, און אויך איז גוט א ווארעמע וואנע!

– נעקסטע טאג
דאקטאר: ווי אזוי שפירסטו? האסט געטון וואס כ'האב דיר געראטן?
פאציענט: כ'האלט נאך אינמיטן!
דאקטאר: אינמיטן וואס?
פאציענט: די טיי האב איך שוין גענדיגט טרונקען, יעצט האלט איך אינמיטן טרונקען די ווארעמע וואנע...

קרעדיט: משה שווארטץ

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 8:16 am
דורך מסתמא
ראובן: ביזט שטערקער ווי דו טראכסט!!!

שמעון: גוט מארגן! א ודאי אזוי! כטראכט דאך נישט!

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 2:07 pm
דורך להגדיל הטראסק
215. גרונם: וואס טוסטו אויב דו טרעפסט א הונדערטער אין דיין טאש?
גימפל: זוכן די לעבל וועמענס הויזן עס איז, ווייל מיינס זיכער נישט...

קרעדיט: חיר

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 4:18 pm
דורך להגדיל הטראסק
216. די פרוי ארבעט אזוי שווער גאנץ חודש ניסן מיטן רוימען פסח'יג מאכן, קאכן און פרעגלען, און די ערשטע שבת נאך פסח בענטשט מען איר... (אייר)

קרעדיט: משה שווארטץ בשם בערל קליין

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 4:28 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. צוויי אידן גייען אין שול נאנט צו די שקיעה, איינער יאגט זיך, איינער גייט געלאסן, דער ערשטער וויל דאווענען מעריב, און דער צווייטער גייט דאווענען מנחה...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 4:34 pm
דורך דעת קדשי
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:22 am 206. גוי שרצה להתגייר שאלו סיקריק: גוי ששבת חייב מיתה מה תעשה? אמר איך וועל טראגן מיטן עירוב...
געהערט די מעשה מפי האדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א
א איד האט אויפגעצויגן א גויאיש קינד ביי זיך אינדערהיים ווען ער איז געווארן 13 יאר האט אים די איד געזאגט אז באמת ביזטו א גוי אין גוי ששבת חייב מיתה
די קינד האט נישט געוואלט אז מ'זאל וויסן אז ער איז א גוי איז געבליבן אז ער גייט טראגן א קליינע זאך אין טאש און קיינער גייט נישט וויסן ושלום על ישראל...
ויהי היום מ'האט געמאכט אן עירוב אין וויליאמסבורג....איז געווארן א פראבלעים וואס קען ער יעצט מחלל שבת זיין אן דעם וואס איינער זאל וויסן...
האט ער אפגעמאכט אז ער האלט נישט פונעם עירוב....והכל על מקומו יבא בשלום.....

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 4:37 pm
דורך להגדיל הטראסק
דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:34 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:22 am 206. גוי שרצה להתגייר שאלו סיקריק: גוי ששבת חייב מיתה מה תעשה? אמר איך וועל טראגן מיטן עירוב...
געהערט די מעשה מפי האדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א
א איד האט אויפגעצויגן א גויאיש קינד ביי זיך אינדערהיים ווען ער איז געווארן 13 יאר האט אים די איד געזאגט אז באמת ביזטו א גוי אין גוי ששבת חייב מיתה
די קינד האט נישט געוואלט אז מ'זאל וויסן אז ער איז א גוי איז געבליבן אז ער גייט טראגן א קליינע זאך אין טאש און קיינער גייט נישט וויסן ושלום על ישראל...
ויהי היום מ'האט געמאכט אן עירוב אין וויליאמסבורג....איז געווארן א פראבלעים וואס קען ער יעצט מחלל שבת זיין אן דעם וואס איינער זאל וויסן...
האט ער אפגעמאכט אז ער האלט נישט פונעם עירוב....והכל על מקמו יבא בשלום.....
אליינס געהערט פון אים?

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג מאי 21, 2024 4:38 pm
דורך דעת קדשי
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:37 pm

יא