Re: שאול’ס נייעס צענטער
געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 5:49 am
אמעריקן עירליינס גרייט זיך ארויסצוקומען דעם זומער מיט נייע עלעקטראנישע "בארדינג געיטס" אינעם דאלעס פארט וואורט אינטערנאציאנאלע לופטפעלד, נאכדעם וואס א פראבע פראגראם וואס איז דורכגעפירט געווארן אין 2023 איז געקרוינט געווארן מיט סוקסעס.
די נייע סיסטעם וועט מאכן דעם גאנצן פראצעס פון ארויפגיין אויפ'ן פליגער אויטאמאטיש, אריינגערעכנט דאס סקענען די בארדינג פעסעס און קאנטראלירן דעם שטראם פון די פאסאזשירן, אלעס מיט'ן ציל צו פארגרינגערן די שווערע געדרענג ביי די געיטס.
אין די ערשטע פאזע וועלן בערך 20 געיטס ווערן אויסגעשטאט מיט די נייע טעכנאלאגיע. די איניציאטיוו איז געצילט צו פארבעסערן די עפישענסי און דעם קאסטומער עקספיריענס, און אין די זעלבע צייט רעדוצירן די שווערע ארבעט פון די לופטפעלד שטאב. עס זענען דא פלענער דאס אויסצוברייטערן אין די צוקונפט צו נאך לופטפעלדער איבער'ן לאנד.