בלאט 7 פון 39
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 10:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ביידען האט נעכטן געגעבן א רעדע וואו ער האט זיך אויפגעטון מיט זיינע עקנאמישע דערגרייכונגען, אוןאראפגריסן טראמפס פלענער זאגנדיג אז די טאריפס און טעקס קאטס וואס ער וויל איינשטעלן וואלט געווען א גרויסע טעות.
צווישן זיינע דברי פקחות האט ער געזאגט אז ער איז געווען 'סטופיד' פארן נישט אונטערשרייבן זיין נאמען אויף די קאוויד טשעקס, אזויווי טראמפ האט געטון.

- joe-biden-2-rt-gmh-241210_1733853555390_hpMain.jpg (115.44 KiB) געזען געווארן 433 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 10:26 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיטש מעקאנעל, דער 82 יעריגער ארויסגייענדער רעפובליקאנער פירער אין סענאט, איז נעכטן אומגעפאלן אינעם קעפיטאל בנין, און האט זיך געשעדיגט דאס האנט, און געלאזט א צייכן אויפן פנים.

- mitch-mcconnell-4-abc-gmh-241210_1733864732191_hpMain.jpg (209.88 KiB) געזען געווארן 433 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 10:45 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער אייגנטומער פון א טעלעמארקעטינג פירמע איז פאראורטיילט געווארן צו צען יאר טורמע מיט א געלט שטראף פון 8.9 מיליאן, פארן ארויסשווינדלען מיליאנען דאלארן פון מענטשן ביי וועם ער האט געפאנדרעיזט זיך אנגעבנדיג אלס אן ארגאניזאציע וואס העלפט קראנקע קינדער, און אנדערע פאליטישע און ציווילע צוועקן.

- 26virus-callcenter1a-videoSixteenByNine3000-v2.jpg (248.19 KiB) געזען געווארן 389 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 11:00 am
דורך שאינו יודע לשאול
פרעזידענט ביידען האט אנאנסירט אז ער וועט באגנאדיגן נאנט צו 1,500 אמעריקאנער, די גרעסטער ציפער פאר איין טאג אין היסטאריע.
די רעדע איז פון אזעלכע וואס זענען ארויסגעלאזט געווארן פון טורמע צו הויז ארעסט אין די קאוויד תקופה, אין צוגאב צו 39 ארעסטאנטן וועם ער שענקט א פארדאן.

- fd5584cd10e30baef8c7eb6a3659c4e0.jpg (43.13 KiB) געזען געווארן 380 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 11:08 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער רעוואלווער און סיילענסער געטראפן ביים פארדעכטיגן יונייטעד העלטקער מערדער איז פאבריצירט געווארן דורך א 3D פרינטער, לויט די פאליציי.
דאס צייכנט אפ די פרישער עפאכע פאר פארברעכער, ווען פאר יארן פלעגן דעטעקטיוון נאכגיין פארברעכער דורכן אידענטיפיצירן די גאנס געפונען אויפן סצענע. א 3D פאבריצירטע גאן האט נישט קיין אידענטיפיקאציע און קען נישט נאכגעזוכט ווערן.

- 6fe165c3da3492e919c6d20cb3f95e99.jpg (120.69 KiB) געזען געווארן 376 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 11:18 am
דורך שאינו יודע לשאול
די אויטאריטעטן אין וויסקאנסין האבן ארעסטירט א מאן וועלכער האט פריער אין יאר געפעלטשט זיין טויט און איז אנטלאפן קיין אייראפע.
דער מאן איז פארשוואונדן געווארן אין אוגוסט נאכן גיים שיפלען אין א לאקאלן טייך, און איז פאררעכנט געווארן אלס דערטראנקענער ביז יעצט.

- 211122_gma_pilgrim_wisconsin__hpMain_square.jpg (92.52 KiB) געזען געווארן 363 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 11:21 am
דורך שאינו יודע לשאול
א פארשוין איז ארעסטירט געווארן נאכן פיזיש אנגרייפן קאנגרעספרוי נענסי מעיס אינעם קעפיטאל קאמפלעקס.
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 11:25 am
דורך שאינו יודע לשאול
סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען האט אונטערגענומען א רייזע צום מיטל מזרח און וועט אפהאלטן זיצונגען מיט די רעגירונג באאמטע אין ירדן און טערקיי, וואו ער וועט דיסקוסירן די צוקונפט פון סיריע.

- Screenshot 2024-12-12 112442.jpg (28.22 KiB) געזען געווארן 352 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 11:29 am
דורך פופציגער
יישר כח @שאינו יודע לשאול
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 12:17 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נארט קאראליינע רעפובליקאנע לעגיסלאטורן האבן דורכגעפירט א ביל צו צוימען די וועטא מאכט פונעם גאווערנאר און אנדער סטעיט באאמטע, אריבערפירנדיג געוויסע אויפגאבן צום סטעיט לעגיסלאטור.
דאס קומט אין א צייט ווען די רעובליקאנער וועלכע קאנטראלירן די סטעיט הייזער האבן פארלוירן זייער סופער מעזשארעטי און קענען וועטאאירט ווערן דורכן דעמאקרטישער גאוורנאר וואס האט געווינען ווידערוויילונג.
דער ביל איז דורכגעפירט געווארן אין א גרעסערע געזעץ פעקל וואס איז אפיציעל געווען צו באשטעטיגן הילף פאר די האריקעין געליטענע.

- 13d99333-b872-4f45-a636-ec994882d60f-large16x9_HannahAirportLLPKG.movframe1274.png (283.06 KiB) געזען געווארן 331 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 12:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
געוויסע רעכטע פריוואטע מיליציע גרופעס האבן געאפפערט פאר די אריינקומענדע אדמיניסטראציע אויסצוהעלפן מיט די מאסן דעפארטאציעס, לויט א טיימס באריכט.
לויטן באריכט האבן די טראמפ באאמטע אפגעווארפן די הילף אנבאט, און געזאגט אז די דעפארטאציעס וועלן אויסגעפירט ווערן דורך א צוזאמענארבעט פון סטעיט און פעדעראלע קרעפטן, און נישט דורך ציווילע מיליציעס.

- 11dc-militias-01-wgtp-facebookJumbo.jpg (122.37 KiB) געזען געווארן 324 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 3:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
גאווערנאר האקול האט געמאלדן איבער א טעקס ריפאנד וואס זי וויל שיקן פאר אלע ניו יארקער, צוליב אן איבערפלוס פון געלט וואס איז אריינגעקומען פון שטייערן.
יעדע פאמיליע וואס מאכט אונטער 300,000 דאלאר א יאר וועט באקומען 500 דאלאר, און א סינגל פיילער וואס מאכט אונטער 150,000 וועט באקומען 300 דאלאר.
דער פלאן וועט אפקאסטן ארום דריי ביליאן דאלאר פאר די סטעיט.

- GeYguM0XcAA263y.jpeg (169.35 KiB) געזען געווארן 286 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 9:37 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער ניו דזשערסי אטורני דזשענעראל האט אויפגענומען פריט באהארא, א געוועזענער פעדעראלער אטורני, אנצופירן אן אויספארשונג קעגן פאליציאנטן וועלכע באגייען זיך מיט ראסיזם דורכאויס טרעפיק סטאפס.

- RVIFIX7AVNOCNF2PBRL3IWHCXI.jpg (43.99 KiB) געזען געווארן 249 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 9:41 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א נ.י.פ.ד. סארזשענט איז ארעסטירט געווארן פארן שאפליפטן עטליכע מאל אין א טארגעט לאקאציע אין סטעטן איילענד.
פאר די וואס ווייסן נישט: 'שאפליפטינג' איז א שיינער נאמען פאר 'גניבה'.

- 10ny-shoplifting-cop-promo-01-ctqb-facebookJumbo.jpg (72.5 KiB) געזען געווארן 249 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 9:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דורכאויס א רעדע צו ביטקוין אינוועסטירער האט עריק טראמפ פארשפראכן אז זיין טאטע וועט זיין דער "מערסט פרא קריפטא פרעזידענט אין היסטאריע".

- Screenshot 2024-12-12 215039.jpg (40.23 KiB) געזען געווארן 248 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 12:41 am
דורך שאינו יודע לשאול
ניו יארק סיטי פארשליסט א ריזן טענט שעלטער וואו עס האבן זיך אויפגעהאלטן נאנט צו צוויי טויזנט אימיגראנטן.
די סיטי פלאנירט צו פארשליסן ארום 25 אימיגראנטן שעלטערס, אריינגערעכנט האטעלן, קאלעדזש דארמיטאריס און א ווערהויז, נאכן זען א דראסטישער רעדוקציע אין די צאל אריינקומענדע אימיגראנטן.

- 112224_floyd_bennett_shelter_1.jpg (169.36 KiB) געזען געווארן 221 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 12:50 am
דורך שאינו יודע לשאול
עריק עדעמס האט אפגעהאלטן א זיצונג מיט טראמפ'ס אריינקומענדער גרעניץ צאר טאם האמאן, איבער די קאאפעראציע צווישן די פעדעראלע רעגירונג און די סיטי אנבאלאנגט די אימיגראנטן קריזיס.

- eric-adams-5-ht-gmh-241212_1734039645635_hpMain.jpg (215.81 KiB) געזען געווארן 217 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 1:04 am
דורך שאינו יודע לשאול
דזשענעראל מאטארס [GM] וועט ענדיגן איר ראבאטישע טעקסי אנטוויקלונג פראיעקט, נאכן אריינגיסן דערין צען ביליאן דאלאר.
דער פירמע זאגט אז זיי ווילן זיך ליבערשט קאנצעטרירן אין אנטוויקלען פריוואטע אויטאמאטישע אויטאס.

- gm-cruise-ap-jt-241210_1733868621168_hpMain.jpg (233.46 KiB) געזען געווארן 216 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 1:11 am
דורך שאינו יודע לשאול
די וויסע הויז סטראשעט אז ביידען וועט וועטאאירן א ביל וואס איז דורכגעפירט געווארן אין קאנגרעס, וואס צילט צו אויפנעמען 66 נייע פעדעראלע ריכטער אין די קומענדיגע צען יאר.
די דעמאקראטן זענען אין אנהייב געווען אין שטיצע דערפון, אבער האבן צוריקגעצויגן פון זייער שטיצע נאך טראמפס געווינס, ווען דער ביל מיינט א פרישע געלעגנהייט פאר טראמפ אויפצונעמען קאנסערוואטיווע ריכטער.

- DX-Photo-Template-2024-08-13T160404.147.jpg (232.13 KiB) געזען געווארן 214 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 1:26 am
דורך שאינו יודע לשאול
נאציאנאלע פראטעסטן גייען אן אין קעניע, ווען די בירגער פארלאנגען די רעגירונג זאל נעמען שריט צו אפשטעלן א ברוטאלע כוואליע פון רציחות אויף פרויען אין לאנד.
97 פרויען זענען אומגעברענגט געווארן אין קעניע אין לויף פון די לעצטע דריי חדשים, לויט די פאליציי, טייל פון זיי אויף שרעקליך אכזר'ישע אופנים, ווען זייערע קערפער זענען נאכדעם געשענדעט געווארן.
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 1:35 am
דורך שאינו יודע לשאול
סטודענטן אין א יוניווערסיטעט אין מאליבו האבן איבערגעלעבט א נאכט פון שרעק ווען פון זייערע פענסטער האבן זיי געקענט זען די ווילדע פלאמען פונען וואלד-פייער זיך דערנענטערן צו זיי, באדראענדיג צו איינשלינגען דעם בנין אין פייער. למעשה האט זיך דער פייער פארקירעוועט און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

- pepperdine.gif (6.22 MiB) געזען געווארן 209 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 13, 2024 1:47 am
דורך שאינו יודע לשאול
א ריכטער האט בלאקירט די דיעל אונטער וועלכע דער 'The Onion' פובליקאציע האט געזאלט אפקויפן דער אינפאווארס פלאטפארמע, וואס באלאנגט פארן קאנספיראציע טעאריקער אלעקס דזשאונס, נאך וואס ער איז געצווינגען געווארן עס צו פארקויפן נאך א געריכטליכער קאמף.
די צוויבל פובליקאציע איז א סעטייער נייעס פלאטפארמע. פונקט פאסיג פאר דזשאונס' וועבזייטל...

- unnamed - 2024-12-13T014248.762.jpg (295.17 KiB) געזען געווארן 208 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:37 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די ABC לינקע נייעס נעץ איז איינגעגאנגען צו צאלן 15 מיליאן דאלאר פאר טראמפס פרעזידענטליכע לייברערי, צו שליכטן א פארלוימדונגס קקלאגע וואס טראמפ האט אריינגעגעבן קעגן זיי.
טראמפס טוויט איבערן זיג.

- Screenshot 2024-12-14 213452.jpg (50.83 KiB) געזען געווארן 110 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ זאגט אז די איבערזיכט אויפן פאטענציאלער שלום אפמאך אין אוריינע וועט זיין אייראפע'ס דזשאב, און אויב וועט זיך אויספעלן טרופן צו פארזיכערן די פייער שטילשטאנד וועלן אייראפעאישע לענדער דאס דארפן צושטעלן.

- מיט זעלענסקי און מאקרון אין פאריז
- im-35073621.jpg (39.54 KiB) געזען געווארן 109 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:47 pm
דורך שאינו יודע לשאול
זשעף בעזאס פון אמאזאן און מארק זוקערבערג פון מעטא, וועלן ביידע ביישטייערן א מיליאן דאלאר פאר טראמפ'ס איינשווערונג צערעמאניע, אין א פרואוו אנצוקניפן פאזיטיווע באציאונגען מיט דער אריינקומענדער אדמיניסטראציע.

- זוקערבערג
- Screenshot 2024-12-14 214434.jpg (25.94 KiB) געזען געווארן 108 מאל

- בעזאס
- colin-jb-8.jpg (33.13 KiB) געזען געווארן 108 מאל