די נושא פון "טעראפי"

געזונטע שמועסן און ידיעות
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 160

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך נאך וואס »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:29 pm
נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:11 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:02 pm דא קומט מען אן צו די מעשה וואס כ'האב געהערט נעכטן נאכט, וואס כהאב זיך פשוט נישט געקענט גלייבן.

כ'בין געווען אויף א מיטינג וועגן א געוויסע קעיס, זייער א שווערע. ווער איך דארט אינפארמירט אז דאס קינד גייט צו א געוויסע טעראפיסט פון קרית יואל, איינער וואס די וואס האקן אויף טעראפיסטן און מאכן די "רוב רובם זענען שלעכט" קאלקולאציעס אן וויסן אפילו ווער ס'איז אויפ'ן ליסטע ווייסן לכאורה נישט דעם נאמען בכלל.

אבער... היות דאס קינד איז א בחינה פון 'אין לו גואל', איז נישט נאר וואס דער טעראפיסט טוט עס אומזינסט, ממש לשם מצוה, נאר... ער איז געווארן אזוי עמאשענעלי עטעטשט צו דעם רחמנות'ל, אז ער האט אים געשיקט צו דאקטוירים אויף זיין אייגענע קאסט, און שוין געצאלט פון טאש $30,000 פאר דעם קעיס!!!

כ'בין נבהל ונשתומם. הלואי ווען איך קען אויספויקן זיין נאמען ברבים און אים באווארפן מיט "מפרסמין עושי מצוה". וועט ער אבער אודאי ברוגז זיין, טו איך עס נישט.
הרב תהילים איד
איר מעגט האלטן וואס איר ווילט
איר מעגט פארטיידיגן אייער מיינונג
אבער ביטע...
אלעס האט א גבול
30K? פון טאש?
ער האט דאס געלט און זעט ווי ער קען ראטעווען א אידיש נפש. דו וואלסט עס מעגליך אויך געטון
זיכער יא
איי פארוואס האב איך געשריבן די תגובה? ווייס איך נישט.
די ווייסט?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

נעכטן נאכט ? דאס איז שוין סייעתא דשמיא
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך אנדערער »

נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:36 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:29 pm
נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:11 pm
הרב תהילים איד
איר מעגט האלטן וואס איר ווילט
איר מעגט פארטיידיגן אייער מיינונג
אבער ביטע...
אלעס האט א גבול
30K? פון טאש?
ער האט דאס געלט און זעט ווי ער קען ראטעווען א אידיש נפש. דו וואלסט עס מעגליך אויך געטון
זיכער יא
איי פארוואס האב איך געשריבן די תגובה? ווייס איך נישט.
די ווייסט?
אפשר ווייל דו האסט נישט געטראכט
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 160

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך נאך וואס »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:59 pm

אומגעטראכט וואלט איך געקויפט די געשיכטע...

מעגליך עפעס שייכות מיט כ' אדר? :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

עס איז געווענליך די געזוטע רוצחים וואס זענען להשמיד קעגן טעראפי אויך, די וואס זייער מאמע איז אויסגעגאנגן ווי א לעכט ווייל די דאקטוירם זענען רצחים, זי איז טאקע געשטארבן נאטירליך, מיט א בויך פול מיט גראזן און אלע סארט מאכלי בהמה, אבער אן א שטאך מעדיקעישן.

איך האב פארברענגט א חלק פון מיין יוגענט אויפן בערגל אין ק"י שכונת ברך משה, איך בין באקאנט מיט 5 טעריפיסטן אויפן בארג אליין, אלעס וואוילע ערליכע אידן.
איך בין נאנט באקאנט מיטן דיין אויפן בארג הרב ר' יואל גוטמאן זאל זיין געזונט, און איך ווייס פון געוויסע פעלער ווי דער דיין שיקט פאר הילף, אין די קאסע פון דער רב הרב ר' שמעון זאב מייזליש חדב"ן שליט"א, קופת האוצר, צאלט עד פ א, דער פולן קאסטן איז געדעקט, דורך אידן מיט א הארץ וואס קלאפט אויף אידיש.

איך קען נישט שרייבן ברייטער אדער טיפער משום כבוד הבריות, איך האף אז ביז אהער איז נישט קיין פראבלעם.
ביסט גערעכט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
x 404

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך ביסט גערעכט »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:56 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:55 pm @פופציגער כ'בין נישט אזוי זיכער אז עס לוינט זיך נישט געלטווייז, אבער דאס איז עס, אזא שווערע דזשאב גייט קיינער נישט טון אויב איז נישט א גוטע פרנסה.

בנוגע ביזנעס קואטש איז נישט ממש א צושטעל, ווייל דארט איז עס מיט א שטענס צו "ברענגען געלט" פאר'ן קליענט, און דא איז עס פשוט זיין לופט צום לעבן.
רייט. אבער פארט, א ביזנעס קאוטש ארבעט גרינגער און פארדינט מער.
אין א ביזנעס קאוטש דארף נישט קיין יארן טרעינינג אין נישט קיין לייסענס
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך אנדערער »

נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:01 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:59 pm
נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:36 pm
זיכער יא
איי פארוואס האב איך געשריבן די תגובה? ווייס איך נישט.
די ווייסט?
אפשר ווייל דו האסט נישט געטראכט
אומגעטראכט וואלט איך געקויפט די געשיכטע...
קענטליך אז איר קענסט נישט קיין טעראפיסט פערזענליך
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 160

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך נאך וואס »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:32 pm
נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:01 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:59 pm

אפשר ווייל דו האסט נישט געטראכט
אומגעטראכט וואלט איך געקויפט די געשיכטע...
קענטליך אז איר קענסט נישט קיין טעראפיסט פערזענליך
איך ווייס טאקע איינער וואס קען זיי פערזענליך און ער ווייסט יא פון די 30K...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2695
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7417

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך פופציגער »

נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:11 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:02 pm דא קומט מען אן צו די מעשה וואס כ'האב געהערט נעכטן נאכט, וואס כהאב זיך פשוט נישט געקענט גלייבן.

כ'בין געווען אויף א מיטינג וועגן א געוויסע קעיס, זייער א שווערע. ווער איך דארט אינפארמירט אז דאס קינד גייט צו א געוויסע טעראפיסט פון קרית יואל, איינער וואס די וואס האקן אויף טעראפיסטן און מאכן די "רוב רובם זענען שלעכט" קאלקולאציעס אן וויסן אפילו ווער ס'איז אויפ'ן ליסטע ווייסן לכאורה נישט דעם נאמען בכלל.

אבער... היות דאס קינד איז א בחינה פון 'אין לו גואל', איז נישט נאר וואס דער טעראפיסט טוט עס אומזינסט, ממש לשם מצוה, נאר... ער איז געווארן אזוי עמאשענעלי עטעטשט צו דעם רחמנות'ל, אז ער האט אים געשיקט צו דאקטוירים אויף זיין אייגענע קאסט, און שוין געצאלט פון טאש $30,000 פאר דעם קעיס!!!

כ'בין נבהל ונשתומם. הלואי ווען איך קען אויספויקן זיין נאמען ברבים און אים באווארפן מיט "מפרסמין עושי מצוה". וועט ער אבער אודאי ברוגז זיין, טו איך עס נישט.
הרב תהילים איד
איר מעגט האלטן וואס איר ווילט
איר מעגט פארטיידיגן אייער מיינונג
אבער ביטע...
אלעס האט א גבול
30K? פון טאש?
פערזענליך בין איך באקאנט מיט א געשיכטע וואס א בחור האט געדארפט הילף, און זיין טאטע האט גענומען א געוויסן אינגערמאן א שטיקל מומחה זאל לערנען מיט אים.

למעשה האט מען געזען אז דער פראבלעם איז פיל מער פארצווייגט ווי מען האט געמיינט (אין קורצן, מ'האט געכאפט אז זיין פראבלעם איז נישט אז ער איז בטבע א פארמאכטער, נאר מ'איז דערגאנגען אז ס'ליגט עפעס שווערליך אונטער דעם), אבער דער אינגערמאן האט פארשטאנען אז דער טאטע באגרייפט עס נישט, און חוץ מזה איז דער טאטע א עני ואביון, האט עס דער אינגערמאן אויסגעלייגט פון טאש.

מ'רעדט פון צענדליגע אלפים.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5953
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12877

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נאך וואס איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא. ווילסט נעמען? אדער ווילסט סתם זאגן אז דו גלייבסט מיר נישט?

יענער עסקן האט עס מיר דערציילט לפי תומו, ס'האט נישט געהאט קיין סיבה ער זאל באקן א אומזינסטע טייל אין די מעשה. יא, א טעראפיסט האט גענומען א קעיס אלס זיין מצוה און אויסגעגעבן פון טאש 30 אלפים. קענסט עס נישט באגרייפן? איך אויך (כמעט) נישט...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5953
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12877

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

און די צווייטע מעשה וואס איך האב געהערט נעכטן איז געווען פון א מנהל אין א מיידל סקול, ער דערציילט מיר אז די מנהלת האט מיט 2 חדשים צוריק געהאט א מיידל בעבי אייניקל למזל טוב!

שוין. מזל טוב. זאגט ער מיר: ניין, נישט א אייגענע, ס'איז נישט איר אייניקל, אבער זי איז די מאמעס מאמע.

וואס? כ'בין שוין צומישט... הקיצור זאגט ער מיר אז די מנהלת האט באקומען א קאל פון א 21 יעריגע פרוי, "מזל טוב, איך האב געבוירן א קינד, איר זענט די ערשטע פאר וועמען איך קאל פערזענליך דערציילן, יעצט גיי איך קאלן מיינע עלטערן!"

איז ער מיר מסביר אז אלס מיידל איז געווען אישו'ס, ברוחניות, און די הויכע באאמטע האבן שוין אפילו גע'פסק'נט אז דאס איז עס, אזא מיידל איז א סכנה, מען מוז איר ארויסווארפן!

אבער דער מנהל האט עס נישט אויסגעהאלטן, א מיידל איז א צוקונפטיגע באבע פון 100'טער אייניקלעך, ס'וווארפט זיך נישט אזוי. האט ער עס גענומען אויף "זיין אחריות" און זי איז געבליבן אין סקול. די מנהלת האט אנגעהויבן באגלייטן דאס מיידל, מיט פראפעשאנעל טעראפי וואס "דער מנהל" האט באצאלט! נישט ממש פון טאש, ער האט פרובירט צו שאפן דא דארט פון אידן.

ב"ה דאס מיידל איז געווארן געראטעוועט, יא, דורך גוטע טעראפי, פון א גוטע פרוי טעראפיסט, באצאלט דורכ'ן מנהל, און זי האט געטון א פיינען שידוך, גוט חתונה געהאט, און ב"ה געהאט א קינד למזל טוב! און איר ערשטע אדרעס צו קאלן מיט'ן מזל טוב איז געווען די מנהלת.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 7:14 pm א זייטיגע נקודה למחשבה.

האט איר שוין אמאל געקלערט פארוואס מאשקע האט בכלל גענומען אן ארענדע ביים פריץ? האט ער דען נישט געוואוסט אז אלע מאשקעס פליען סוף כל סוף אריין אינעם טונקעלן קאלטן גרוב מיט שלענג און עגדיסן און דער פריץ ווארפט אוועק די שליסלען?

האט איר שוין אמאל געקלערט פארוואס איז דער קאפיטאן בכלל ארויסגעפארן? אדער פארוואס דער בעל עגלה האט בכלל אנגענומען לאנג דיסטענס רייזעס? האבן זיי דען נישט געוואוסט אז די רויבער וועלן זיי בינדן אין קייטן און מאכן פון זיי סאלאמי?

אמער, האט איר שוין געהערט פון א מאשקע וואס האט געהאט צו באצאלן? פון א שיף וואס איז דורכגעפארן דעם גאנצן ים?

נאר וואזשע דען... טויזנטער מאשקאות האבן יא געהאט צו באצאלן. טויזנטער שיפעלעך האבן דורכגעפירט מערערע סוקסעספולע רייזעס. בערל בעל עגלה האט זיין ערפארונג אויך באקומען נאר נאכן דורכפירן הונדערטער רייזעס. און אזוי ווייטער.

מיר הערן נאר די געשיכטעס ווען זאכן זענען געפארן ארויס פון די ליניע.

לענינינו:

צענדליגע טויזנטער אידן דרייען זיך ארום, און גייען אויף די צוויי פיס אדאנק טעראפי הילף.
די וועלט פון טעראפי האט צאללאזע סוקסעס געשיכטעס ביים היימישן ציבור.

איי, דו ווייסט פון איבער צען געשיכטעס, מיט נעמען! וואס זענען דורכגעפאלן? אדער דו ווייסט פון שלעכטע טעראפיסטן? און זאגאר רוב טעראפי געשיכטעס וואס דו קענסט האבן נישט געהאט א העפי ענדינג?

רייט. ווייל דיין אינגל’ס מנהל דער בארימטער געלונגענער מחנך, און דער ראש הקהל פון דיין שוהל דער באקאנטער ביזנעסמאן, און אזוי אומצאליגע סוקסעספולע מענטשן, אדער אפילו סתם עמך אידן וואס לעבן א געשמאקע לעבן, גייען דיר נישט קומען אריינרוימען אין אויער אז אמאל פלעגן זיי זיך מוטשען מיט גייסטישע פראבלעמען ביז טעראפיסטן האבן זיי אויסגעהיילט.

ווער דערציילט יא? אדער דער חולה נפש וואס וויל זיך נישט לאזן העלפן און אלץ נקמה אין די "שלעכטע מענטשן" וואס ווילן העלפן פארשפרייטן זיי שמועות מבהילות (דאס איז א עכטע זאך און א טיפישע שריט פון איינס פון די פאפולערע גייסטיע קרענק), אדער איינער ביי וועמען ס’טאקע דורכגעפאלן.

און געשיכטעס פונעם גוטן טעראפיסט הערסטו נישט, דו הערסט נאר פון דעם איינעם שלום בית מאכער וואס צושטערט שטיבער.

והשתא דאתית להכא, דאס איז דער ענטפער וויאזוי ס’קען זיין אז א רבי זאסט אז טעראפי איז גוט, און ס’זאל נאכאלץ שטימען אז ער ווייסט אויך די אלע געשיכטעס וואס סי אלע אנטי טעראפי אידן ווייסן.

ווייל דער רבי, דער עסקן, דער מנהל, קען אויך די סוקסעס געשיכטעס.

און איך און דו נישט.
האב איך מחליט געווען יא זיך צו באציען צו דעם מעסעדזש ווייל דא קען מען זעהן די צומישעניש און אומקלארקייט וואס קומט פאר אין די נושא פון טעראפי

איז אזוי דרייען זיך ארום הונדערטער אידן וואס האבן מיטגעהאלטן טעראפי געשיכטעס ערשטהאנטיג און וויינען אז טעראפי איז א דיזעסטאר, זיי קען מען נישט גלייבן זיי זעענען חולי נפש, קראנקע מענטשן וואס ביי זיי איז די טעראפי נישט געלונגען פערצופאל אדער זענען זיי גאר אליין שולדיג ווייל זיי האבן נישט געפאלגט די "הייליגע לייסענס טעראפיסט"

ווי זענען די סוקסעס סטאריס ? אה די סוקסעס סטאריס שעמען זיך ..... נאר די טעראפיסטן און די עסקנים ווייסן ווייל עס איז קאנפידעשאל.... אינטערסאנט אז די וואס זענען דורך געפאלן זיי שעמען זיך נישט און די געלונגענע מענטשן זיי שעמען זיך גאר

וואס מיינט טעראפי? פרעג מיך נישט דו קענסט עס נישט פארשטיין .....

דרייען זיך ארום נעבעך אידן וואס גייען שוין יאארן פאר טעראפי און זיי גלייבן אז ווען נישט טעראפי וואלט געווען סאך ערגער , דער לייסענס טעראפיסט האט אים דאס אליינס ערקלערט , ומי יבא אחר המלך

קומט ארויס א איד שרייען אז ער זיצט פרעזענליך מיט וויקטאמס פון טעראפי און די מצב איז איום ונורא, שרייט מען אז איז א שופך דמים , ער וויל אז מען זאל קומען צו אים ......

מיר האט געזאגט א געוועזענע קלייענט פון א טעראפיסט אז ווען ער בלייב ביי אים פאר נאך א קורצע תקופה און פאלג אים וואלט ער בלי ספק געווען היינט אין א משוגעים הויז ... אבער דער טעראפיסט האט אים געהאלטן אין איין מסביר זיין אז די איינציגסטע פראבלעם איז אז דו פאלגסט מיך נישט בלינדערהייט ... ווען איך קען ווען שרייבן פרטים וואלט דער עולם נישט געגלייבט וואס מען קען טון מיט א מענטש

תמצית אויף למעשה, מען דארף וויסן אז די מציאות איז ביטער און אודאי דארף מען זיך לאזן העלפן אבער דער קלייענט דארף טון די פאללגענדע:

1) זיך גוט נאכפרעגן אויף דעם טעראפיסט און זיין היסטאריע

2) פארשטיין וואס די פלאן איז און וויאזוי עס דארף צו ארבעטן

3) נישט פאלגן בלינדערהייט אן פארשטיין, נאר איבער טראכטן און רעדן מיט א מורה הוראה

4) אויב זאגט ער פרעג נישט קיין דיין לויף אוועק פון אים

5) אויב זעסטו נישט קיין עכטע פראגרעס נאך א שטיק צייט זוך א צווייטן .

6) שפירן באקוועם מיט זיינע געפילן און החלטות

והרופא לשבורי לב ירפא כל החולים בגוף ונפש למצוא מרגוע לנפשם, און דער אמת זאל נתגלה ווערן איבער דעם שטארקן פראבלעם וואס עס איז דא, און די מענטשן זאלן טרעפן די ריכטיגע הילף ,און הכל על מקומו יבא בשלום

נ.ב. היות איך בין אן ארבעטער און אסאך מאל ווער איך ליידער פארשלעפט און טענהרייען אוון שמועסן וואס שטערט מיין ארבעט, וועל איך נישט קענען זיך באציען צו אלע ענטפערס על אתר , ועוד חזון למועד צו ענטפערן אויף עכטע אויסקלארונג שאלות און נישט צו סתם ליצנות און חוזק מאכערס

הצלחה רבה וכל טוב
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 160

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך נאך וואס »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:04 pm @נאך וואס איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא. ווילסט נעמען? אדער ווילסט סתם זאגן אז דו גלייבסט מיר נישט?

יענער עסקן האט עס מיר דערציילט לפי תומו, ס'האט נישט געהאט קיין סיבה ער זאל באקן א אומזינסטע טייל אין די מעשה. יא, א טעראפיסט האט גענומען א קעיס אלס זיין מצוה און אויסגעגעבן פון טאש 30 אלפים. קענסט עס נישט באגרייפן? איך אויך (כמעט) נישט...
אין קורצן וואס עס באדערט מיך
די מעשה וויאזוי עס זאל נאר זיין צו עס איז יא אדער נישט געווען, רעפעקלירט דאס נישט די נושא, ווייל אפילו אויב עס זאל יא האבן פאסירט איז דאס איינס פון ביליאן, און עס איז א אויסערגעווענליכע מעשה

אויב א גראסערי מאן איז מנדב א אמבאלאנס פאר הצלה, צייגט עס נישט אז גראסערי לייט זענען נדבנים און האבן א ספעציעלע געפיל פאר הצלה און האבן אסאך געלט.

ווען מען רעדט פון די נושא פון טעראפי קומט דיין מעשה כלל נישט אריין
בבקשת מחילה אויב איך האב נישט געשריבן אין די פריערדיגע תגבות לפי כבודכם

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:47 pm
נאך וואס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:11 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:02 pm דא קומט מען אן צו די מעשה וואס כ'האב געהערט נעכטן נאכט, וואס כהאב זיך פשוט נישט געקענט גלייבן.

כ'בין געווען אויף א מיטינג וועגן א געוויסע קעיס, זייער א שווערע. ווער איך דארט אינפארמירט אז דאס קינד גייט צו א געוויסע טעראפיסט פון קרית יואל, איינער וואס די וואס האקן אויף טעראפיסטן און מאכן די "רוב רובם זענען שלעכט" קאלקולאציעס אן וויסן אפילו ווער ס'איז אויפ'ן ליסטע ווייסן לכאורה נישט דעם נאמען בכלל.

אבער... היות דאס קינד איז א בחינה פון 'אין לו גואל', איז נישט נאר וואס דער טעראפיסט טוט עס אומזינסט, ממש לשם מצוה, נאר... ער איז געווארן אזוי עמאשענעלי עטעטשט צו דעם רחמנות'ל, אז ער האט אים געשיקט צו דאקטוירים אויף זיין אייגענע קאסט, און שוין געצאלט פון טאש $30,000 פאר דעם קעיס!!!

כ'בין נבהל ונשתומם. הלואי ווען איך קען אויספויקן זיין נאמען ברבים און אים באווארפן מיט "מפרסמין עושי מצוה". וועט ער אבער אודאי ברוגז זיין, טו איך עס נישט.
הרב תהילים איד
איר מעגט האלטן וואס איר ווילט
איר מעגט פארטיידיגן אייער מיינונג
אבער ביטע...
אלעס האט א גבול
30K? פון טאש?
פערזענליך בין איך באקאנט מיט א געשיכטע וואס א בחור האט געדארפט הילף, און זיין טאטע האט גענומען א געוויסן אינגערמאן א שטיקל מומחה זאל לערנען מיט אים.

למעשה האט מען געזען אז דער פראבלעם איז פיל מער פארצווייגט ווי מען האט געמיינט (אין קורצן, מ'האט געכאפט אז זיין פראבלעם איז נישט אז ער איז בטבע א פארמאכטער, נאר מ'איז דערגאנגען אז ס'ליגט עפעס שווערליך אונטער דעם), אבער דער אינגערמאן האט פארשטאנען אז דער טאטע באגרייפט עס נישט, און חוץ מזה איז דער טאטע א עני ואביון, האט עס דער אינגערמאן אויסגעלייגט פון טאש.

מ'רעדט פון צענדליגע אלפים.
מי כעמך ישראל!!!

וואס האט דאס מיט די נושא פון טערעפי?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2695
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7417

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך פופציגער »

נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:50 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:04 pm @נאך וואס איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא. ווילסט נעמען? אדער ווילסט סתם זאגן אז דו גלייבסט מיר נישט?

יענער עסקן האט עס מיר דערציילט לפי תומו, ס'האט נישט געהאט קיין סיבה ער זאל באקן א אומזינסטע טייל אין די מעשה. יא, א טעראפיסט האט גענומען א קעיס אלס זיין מצוה און אויסגעגעבן פון טאש 30 אלפים. קענסט עס נישט באגרייפן? איך אויך (כמעט) נישט...
אין קורצן וואס עס באדערט מיך
די מעשה וויאזוי עס זאל נאר זיין צו עס איז יא אדער נישט געווען, רעפעקלירט דאס נישט די נושא, ווייל אפילו אויב עס זאל יא האבן פאסירט איז דאס איינס פון ביליאן, און עס איז א אויסערגעווענליכע מעשה

אויב א גראסערי מאן איז מנדב א אמבאלאנס פאר הצלה, צייגט עס נישט אז גראסערי לייט זענען נדבנים און האבן א ספעציעלע געפיל פאר הצלה און האבן אסאך געלט.

ווען מען רעדט פון די נושא פון טעראפי קומט דיין מעשה כלל נישט אריין
בבקשת מחילה אויב איך האב נישט געשריבן אין די פריערדיגע תגבות לפי כבודכם
אה.

פונקט ווי רעדן פון איינצלענע טעראפיסטן וואס זוכן סתם צו רייסן געלט האט מיט דעם נושא.

די זעלבע ווען ס’דא איינצלענע טעראפיסטן וואס געבן אויס געלט פאר פאציענטח, האט עס מיט דעם נושא,

וסימפל הוא
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 160

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך נאך וואס »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:56 am

גארנישט קיין איינציגע טערעפיסטן וואס נעמען געלט
רובם ככלם נעמען גאר אסאך געלט
(נישט אומזיסט האט דער טערעפיסט געדארפט צאלן 30 אלפים...)
דאס איז א חלק פון די נושא
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2695
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7417

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך פופציגער »

נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:58 am

נעמען געלט איז איין זאך

זוכן צו פרעסן געלט איז א צווייטע זאך

יעדער מיט א פראפעסיע נעמט געלט, און איך טו אויך צומאל א געוויסע ארבעט פאר מענטשן וואס איך בעט מסתם טייערער ווי רוב טעראפיסטן אויפ’ן שעה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 661

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שמייכלדיג »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:39 am
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 7:14 pm א זייטיגע נקודה למחשבה.

האט איר שוין אמאל געקלערט פארוואס מאשקע האט בכלל גענומען אן ארענדע ביים פריץ? האט ער דען נישט געוואוסט אז אלע מאשקעס פליען סוף כל סוף אריין אינעם טונקעלן קאלטן גרוב מיט שלענג און עגדיסן און דער פריץ ווארפט אוועק די שליסלען?

האט איר שוין אמאל געקלערט פארוואס איז דער קאפיטאן בכלל ארויסגעפארן? אדער פארוואס דער בעל עגלה האט בכלל אנגענומען לאנג דיסטענס רייזעס? האבן זיי דען נישט געוואוסט אז די רויבער וועלן זיי בינדן אין קייטן און מאכן פון זיי סאלאמי?

אמער, האט איר שוין געהערט פון א מאשקע וואס האט געהאט צו באצאלן? פון א שיף וואס איז דורכגעפארן דעם גאנצן ים?

נאר וואזשע דען... טויזנטער מאשקאות האבן יא געהאט צו באצאלן. טויזנטער שיפעלעך האבן דורכגעפירט מערערע סוקסעספולע רייזעס. בערל בעל עגלה האט זיין ערפארונג אויך באקומען נאר נאכן דורכפירן הונדערטער רייזעס. און אזוי ווייטער.

מיר הערן נאר די געשיכטעס ווען זאכן זענען געפארן ארויס פון די ליניע.

לענינינו:

צענדליגע טויזנטער אידן דרייען זיך ארום, און גייען אויף די צוויי פיס אדאנק טעראפי הילף.
די וועלט פון טעראפי האט צאללאזע סוקסעס געשיכטעס ביים היימישן ציבור.

איי, דו ווייסט פון איבער צען געשיכטעס, מיט נעמען! וואס זענען דורכגעפאלן? אדער דו ווייסט פון שלעכטע טעראפיסטן? און זאגאר רוב טעראפי געשיכטעס וואס דו קענסט האבן נישט געהאט א העפי ענדינג?

רייט. ווייל דיין אינגל’ס מנהל דער בארימטער געלונגענער מחנך, און דער ראש הקהל פון דיין שוהל דער באקאנטער ביזנעסמאן, און אזוי אומצאליגע סוקסעספולע מענטשן, אדער אפילו סתם עמך אידן וואס לעבן א געשמאקע לעבן, גייען דיר נישט קומען אריינרוימען אין אויער אז אמאל פלעגן זיי זיך מוטשען מיט גייסטישע פראבלעמען ביז טעראפיסטן האבן זיי אויסגעהיילט.

ווער דערציילט יא? אדער דער חולה נפש וואס וויל זיך נישט לאזן העלפן און אלץ נקמה אין די "שלעכטע מענטשן" וואס ווילן העלפן פארשפרייטן זיי שמועות מבהילות (דאס איז א עכטע זאך און א טיפישע שריט פון איינס פון די פאפולערע גייסטיע קרענק), אדער איינער ביי וועמען ס’טאקע דורכגעפאלן.

און געשיכטעס פונעם גוטן טעראפיסט הערסטו נישט, דו הערסט נאר פון דעם איינעם שלום בית מאכער וואס צושטערט שטיבער.

והשתא דאתית להכא, דאס איז דער ענטפער וויאזוי ס’קען זיין אז א רבי זאסט אז טעראפי איז גוט, און ס’זאל נאכאלץ שטימען אז ער ווייסט אויך די אלע געשיכטעס וואס סי אלע אנטי טעראפי אידן ווייסן.

ווייל דער רבי, דער עסקן, דער מנהל, קען אויך די סוקסעס געשיכטעס.

און איך און דו נישט.
האב איך מחליט געווען יא זיך צו באציען צו דעם מעסעדזש ווייל דא קען מען זעהן די צומישעניש און אומקלארקייט וואס קומט פאר אין די נושא פון טעראפי

איז אזוי דרייען זיך ארום הונדערטער אידן וואס האבן מיטגעהאלטן טעראפי געשיכטעס ערשטהאנטיג און וויינען אז טעראפי איז א דיזעסטאר, זיי קען מען נישט גלייבן זיי זעענען חולי נפש, קראנקע מענטשן וואס ביי זיי איז די טעראפי נישט געלונגען פערצופאל אדער זענען זיי גאר אליין שולדיג ווייל זיי האבן נישט געפאלגט די "הייליגע לייסענס טעראפיסט"

ווי זענען די סוקסעס סטאריס ? אה די סוקסעס סטאריס שעמען זיך ..... נאר די טעראפיסטן און די עסקנים ווייסן ווייל עס איז קאנפידעשאל.... אינטערסאנט אז די וואס זענען דורך געפאלן זיי שעמען זיך נישט און די געלונגענע מענטשן זיי שעמען זיך גאר

וואס מיינט טעראפי? פרעג מיך נישט דו קענסט עס נישט פארשטיין .....

דרייען זיך ארום נעבעך אידן וואס גייען שוין יאארן פאר טעראפי און זיי גלייבן אז ווען נישט טעראפי וואלט געווען סאך ערגער , דער לייסענס טעראפיסט האט אים דאס אליינס ערקלערט , ומי יבא אחר המלך

קומט ארויס א איד שרייען אז ער זיצט פרעזענליך מיט וויקטאמס פון טעראפי און די מצב איז איום ונורא, שרייט מען אז איז א שופך דמים , ער וויל אז מען זאל קומען צו אים ......

מיר האט געזאגט א געוועזענע קלייענט פון א טעראפיסט אז ווען ער בלייב ביי אים פאר נאך א קורצע תקופה און פאלג אים וואלט ער בלי ספק געווען היינט אין א משוגעים הויז ... אבער דער טעראפיסט האט אים געהאלטן אין איין מסביר זיין אז די איינציגסטע פראבלעם איז אז דו פאלגסט מיך נישט בלינדערהייט ... ווען איך קען ווען שרייבן פרטים וואלט דער עולם נישט געגלייבט וואס מען קען טון מיט א מענטש

תמצית אויף למעשה, מען דארף וויסן אז די מציאות איז ביטער און אודאי דארף מען זיך לאזן העלפן אבער דער קלייענט דארף טון די פאללגענדע:

1) זיך גוט נאכפרעגן אויף דעם טעראפיסט און זיין היסטאריע

2) פארשטיין וואס די פלאן איז און וויאזוי עס דארף צו ארבעטן

3) נישט פאלגן בלינדערהייט אן פארשטיין, נאר איבער טראכטן און רעדן מיט א מורה הוראה

4) אויב זאגט ער פרעג נישט קיין דיין לויף אוועק פון אים

5) אויב זעסטו נישט קיין עכטע פראגרעס נאך א שטיק צייט זוך א צווייטן .

6) שפירן באקוועם מיט זיינע געפילן און החלטות

והרופא לשבורי לב ירפא כל החולים בגוף ונפש למצוא מרגוע לנפשם, און דער אמת זאל נתגלה ווערן איבער דעם שטארקן פראבלעם וואס עס איז דא, און די מענטשן זאלן טרעפן די ריכטיגע הילף ,און הכל על מקומו יבא בשלום

נ.ב. היות איך בין אן ארבעטער און אסאך מאל ווער איך ליידער פארשלעפט און טענהרייען אוון שמועסן וואס שטערט מיין ארבעט, וועל איך נישט קענען זיך באציען צו אלע ענטפערס על אתר , ועוד חזון למועד צו ענטפערן אויף עכטע אויסקלארונג שאלות און נישט צו סתם ליצנות און חוזק מאכערס

הצלחה רבה וכל טוב
דיין תמצית אויף למעשה איז זייער גוט והכל מודים בזה.

טא וואס איז נוגע דיין גאנצע הקדמה?

אויב פירט מען זיך לויט דיין תמצית וועט מען בעז"ה מצליח זיין
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:51 am

קענסט די רש"י אנפאנג פרשת אחרי? זה זרזו יותר מן הראשון, שלא תמות כדרך שמת פלוני , מען זאל וויסן אז עס עקזעסטירט א שרעקליכע סכנה אין די נושא און מען דארף זיין זייער פארזיכטיג ,

די גרין לייט וואס די טעראפיסטן האבן באקומען די לעצטע יארן און די טראסט איז עפעס שרעקליך , אזש מענטשן טראסטן די לייסענס בלינדערהייט, ער איז דאך א טעראפיסט און די רבנים זענען דאך פאר טעראפי און איך פארשטיי נישט , ער ווייסט וואס ער טוט מסתם איז דאס די פראסעס , עס פעלט גאר א שטארקע עווערנעס נישט אריינצופאלן און חרוב מאכן די אייגענע לעבן ,

אויסער דעם איז געווענליך א מענטש ווען ער איז להוט פאר הילף גלייבט ער יעדעם וואס זאגט אז ער קען אים העלפן , און די טעראפיסטן רייטן אויף די פאקט

און אויך זאלן די א.ג. טעראפיסטן וויסן אז דער עולם ווייסט דערפון און זאלן טראכטן צוויי מאל פאר זיי מאכן חרוב מענטשן און שטיבער
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2695
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7417

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך פופציגער »

איבעראל, אין יעדע אינדוסטריע, זענען דא גנבים און פארברעכער.

גארנישט ספעציעל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 661

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שמייכלדיג »

@יום טוב איך מיין אז מען האט יוצא געווען, און מען ווייסט שוין.

און ווען מען איז יא מקיים דעם שלא תמות כדרך שמת פלוני דארף מען אויך זיכער מאכן שלא תמות כדרך שמת פלוני אויף די אנדערע זייט, און נישט אז מען זאל ארויסלערנען ווי אנדערע האבן ארויסגעלערנט אז טעראפי אז אלעמאל בבל יראה ובל ימצא, ווייל דאס קען זיין מסוכן.

#שלא תמות כדרך שמת פלוני
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:00 pm @יום טוב איך מיין אז מען האט יוצא געווען, און מען ווייסט שוין.

אגב, ווען איז מקיים די רש"י דארף מען אויך זיכער מאכן אויף די אנדערע זייט און עס באלאנסירן מיט דיין תמצית למעשה, און נישט אז מען זאל ארויסלערנען ווי אנדערע האבן ארויסגעלערנט אז טעראפי אז אלעמאל בבל יראה ובל ימצא, ווייל דאס קען זיין מסוכן.

#שלא תמות כדרך שמת פלוני
פארדעם האב איך געשריבן א תמצית היוצא מען זאל נישט מיינען אז הילף איז נישט וויכטיג אדער עקזעסטירט נישט

אויסער דעם איז נאך דא א ווייטע וועג צו באלאנסירן נאך די אלע אווערנעיס פראגרעמס וואס די טעראפיסטן האבן באקומען א ברייטע האנט צו טון ככל העולה על רוחם
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1998

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:59 am איבעראל, אין יעדע אינדוסטריע, זענען דא גנבים און פארברעכער.

גארנישט ספעציעל.
אין דעם פעלד איז דאס ליידער סאך מער מצוי צוליב די פארמאכטקייט דערפון, און אויך איז דאס סאך מער האקל ווי אנדערע אינדערסטריס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5953
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12877

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:39 am איז אזוי דרייען זיך ארום הונדערטער אידן וואס האבן מיטגעהאלטן טעראפי געשיכטעס ערשטהאנטיג און וויינען אז טעראפי איז א דיזעסטאר, זיי קען מען נישט גלייבן זיי זעענען חולי נפש, קראנקע מענטשן וואס ביי זיי איז די טעראפי נישט געלונגען פערצופאל אדער זענען זיי גאר אליין שולדיג ווייל זיי האבן נישט געפאלגט די "הייליגע לייסענס טעראפיסט"

ווי זענען די סוקסעס סטאריס ? אה די סוקסעס סטאריס שעמען זיך ..... נאר די טעראפיסטן און די עסקנים ווייסן ווייל עס איז קאנפידעשאל.... אינטערסאנט אז די וואס זענען דורך געפאלן זיי שעמען זיך נישט און די געלונגענע מענטשן זיי שעמען זיך גאר
די סוקסעס סטארי'ס זענען גלוי וידוע פאר יעדן וואס טוט אין העלפן אנדערע אידן. יעדן מיינט יעדן, פון א מלמד פאר 25 קינדער ביז א רבי פאר רבבות חסידים, פון א פשוטע הצלה מעמבער ביז א קעיס מענעדזשער, און אלע אינדערמיט.

און דער וואס זאגט אנדערש, רופט אויס אז ער האט נאכנישט צוגערירט די נושא, נאר בויט מסקנות לויט זיינע שמאלע ידיעות ביי זיינס א קרוב וכדו'.
שרייב פאוסט