בלאט 591 פון 614

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:00 am
דורך על פי תורה
הערליכע בילדער פון די גרויסע שמחה היינט נאכט אין מאנטריאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:07 am
דורך על פי תורה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:19 am
דורך על פי תורה
מזל טוב מזל טוב ידידי היקר ר' משה יוסף מנחם הי''ו
כלל ישראל פרייט זיך מיט מיט די גרויסע שמחה!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:23 am
דורך על פי תורה
נאך בילדער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:30 am
דורך על פי תורה
הדסים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:44 pm
אורך ימים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:51 am
שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 2:02 am ביטע נישט בארעדן ר' יו"ט ליפא יואל הי"ו. ער איז אן איידעלע טייערע נפש, א חשוב'ער יונגערמאן. ס'פעלט נישט אויס דן צו זיין פארוואס און פאר ווען משה'לע האט אוועקגעווארפן זיין פאון. יעדער איז מודה אז דאס איז א מסירת-נפש און עס שאפט א נחת-רוח אויבן אין הימל. עס ווערט א רעש דערפון און אלע מלאכים ושרפים טומלען מיט די אקט. עס פעלט נישט אויס דן צו זיין און מזלזל זיין אין יענעם דערפאר.
ער איז טאקע א חשוב'ע יונגערמאן
אבער במציאות איז ער יעצט די הנהלה פון א טמאנ'ע קליפה
און עס איז נישט קיין שום פראבלעם אים צו בארעדן לעת עתה (אדרבה, לאמיר אינאיינעם פרעגן הגאון ר' חיד''ו ווייס שליט''א אויב מען מעג אים בארעדן)
ספעציעל נאך וואס דער עולם האלט דא מיט ווי ער פייניגט משהל'ע.
אדרבה! זייער א גוטע עצה. רוף אן הרב חיד"ו און פרעג אים, ווען דו לייגסט דא ארויף א רעקארדינג ווי ער ענטפערט יא בין איך בעז"ה מנדב הונדערט אכציג דאלער פאר סיי וועלכע צוועק בנוגע לב טהור וואס דו וועסט באשטימען, מסכים?
אויףמאידטיש

מיין מיינונג אויף אים זאל ביטע נישט באשטימט ווערן פון דא
(און אנטשולדיגט אז כ'קען מיך נישט אונטערנעמען מער כעת, אבער זארג נישט ס'איז נישט מיין ערשטע נדבה דא אין די לעצטע תקופה)
@אסמכתא בעלמא האט אים שוין גערופן אינאיינעם מיט עסקנים. זיין פסק איז געווען זייער קלאר, און בשעתו נתפרסם געווארן דא אויף אידטיש.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:40 am
דורך קראכמאל
וואס און ווער איז פארגעקומען היינט אין מאנטריאל?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:50 am
דורך על פי תורה
קראכמאל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:40 am וואס און ווער איז פארגעקומען היינט אין מאנטריאל?
viewtopic.php?p=231387#p231387

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:57 am
דורך על פי תורה
געהאט די זכי' זיך צו טרעפן מיטן צדיק ועסקן נמרץ הרב אהרן הערש שרייבער שליט''א
נישטא די ווערטער אראפצוגעבן וואס דער יונגערמאן טוט אלץ פאר די יוצאי לב טהור.
אויפן וועג אהיים אין די קאר האט ר' אברהם גרינהוט זיך נישט געקענט גענוג אפווינדערן אין וואספארא הארציגע הענט ער האט איבערגעגעבן די יונגעלייט וועם ער האט ארויסגעברענגט, זאגנדיג אז נאר דער באשעפער קען שיקן אזאלעכע הייליגע עסקנים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:43 am
דורך ממעמקים
מענדי שטערן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:24 pm
ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:59 pm לאמיר צונעמען 1 ליין פון די גאנצע מעסעדש וואו דו ווייזט אויף אז דו ביזט נישט מעניפולעיטעד פון ל״ט
רוב פון זיי האלטן אז לב טהור איז געווען א פראבלעם און געציילטע האלטן אפילו אז לב טהור האט מען געדארפט פארמאכן…
…אבער האלטן אז די מהלך וואס די עסקנים האבן גענומען איז געווען נישט די ריכטיגע.
די ביידע סטעיטמענטס זענען שקר וכזב
רוב פון זיי האלטן אז לב טהור איז געווען א פראבלעם און געציילטע האלטן אפילו אז לב טהור האט מען געדארפט פארמאכן

דאס איז א קליינע ביינדל וואס זיי ווארפן דיר אריינצושלעפן אין די מעניפולעישן אויף זייער זייט, בשעת וואס סאיז ווייט פון אמת. אפשר אפאר פון די וואס האבן אנטלאפן אדער געהאט ערענסטע פלענער צו אנטלויפן האבן אזוי געהאלטן. אויב רוב ל״ט (פון אמאל) וואלט געהאלטן אז עס דארף זיך פארמאכן, וואלטן זיי שוין געהאט גענוג געלט, עסקנים אא״וו דאס אליין צו ערלעידיגן. זיי וואלטן נישט געדארפט צוקומען צו ווארטן בלום זאל זיך אריינמישן. אויב רוב האבן געהאלטן אז עס איז שלעכט, וואלטן זיי עס אליין ערלעידיגט סזאל נישט מער זיין שלעכט.
אבער האלטן אז די מהלך וואס די עסקנים האבן גענומען איז געווען נישט די ריכטיגע.
די סטעיטמענט האט ל״ט סטראטעגיש געבאקן און פראפאגאנדירט ביי די וויקטימס און וועלטליכע , מארקעטינג PR
די סטעיטמענט איז דורכגעווייקט מיט טאקע די בלוט וואס ל״ט רעדט א גאנצע צייט
וויפיל שלעכטע עגא פון א געוויסע רבי׳לע האט געגעבן שטיינדהאפט און וועלידעישן צו די רוצחישע טענה!! יעדע ווארט דא טריפט מיט בלוט פון געפייניגטע נשמהלעך וואס האבן זיך געוואלט ארויסזעהן פון די שעלטער און זיך פאראייניגן מיט זייער טאטע מאמע, אבער דעי רבי׳לע שרייט אז מען טאר זיך נישט בשום אופן צושטעלן צו בלום, און נאר ער ווייסט וויאזוי זיי ארויסצונעמען, ענדערש צירוקהאלטן אידן פון פארלאזן גוואטאמאלע, נישט לאזן נעבעכדיגע קינדער זיך פאראייניגן מיט זייער עלטערן און אנהייבן א נייע לעבן, אלץ מיט די תירוץ אז ארבעטן מיט בלום איז ״לא זו הדרך״!!

כבדהו וחדשהו איז כשר הייליג צו ניצן ביים הערן וואס ל״ט מיטגלידער האבן צו פארציילן, נאכדערצו ווען זיי זאגן דיר אז זיי זאגן דיר די אמתע מעשה
@על פי תורה האט מיך דאס גראדע אויך געזאגט (אויב איר ווילט נישט נעמען מיין ווארט ווייל איך בין manipulated).

זיי פראבירן זיך נישט צו געפעלן צו מיך, זיי האבן נישט קיין שום בענעפיט דערפון (חוץ פון דעם וואס זיי ווייסן אז איך וועל עס נישט קויפן).
אויב עפעס פינקט פארקערט. זיי פארשטייען אז געוויסע זאכן זענען נישט נישט געווען די "בעסטע" אבער צומאכן אינגאנצן, ספעציעל אויף די מהלך, האלטן זיי איז אן אימרעכט.

קודם האסטו מיך בכלל נישט געענטפערט דא

און מיט די ליין וואס דו שרייבסט דא, האלטסטו אז זיי זענען גערעכט?
אבער צומאכן אינגאנצן, ספעציעל אויף די מהלך, האלטן זיי איז אן אימרעכט
ווייל אויב יא, דאן פרעגסטו אפ דעם דיין ווייס קלארע פסק, אז ל״ט איז א כת און עס מיז גענצליך פארמאכט ווערן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:54 am
דורך דער תהלים איד
ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 10:59 pm
אבער האלטן אז די מהלך וואס די עסקנים האבן גענומען איז געווען נישט די ריכטיגע.
די סטעיטמענט האט ל״ט סטראטעגיש געבאקן און פראפאגאנדירט ביי די וויקטימס און וועלטליכע , מארקעטינג PR
די סטעיטמענט איז דורכגעווייקט מיט טאקע די בלוט וואס ל״ט רעדט א גאנצע צייט
פונקט נעכטן דערציילט מיר איינער אז ס'איז דא א אינגערמאן וואס פירט אן ריזיגע וואטסעפפ גרופעס איבער לב טהור, אסאך עסקנים וואס גיבן זיך אפ לאקאל מיט יוצאים זענען אויך דארט, אבער אלעס גייט דארט מיט העיט קעגן די ראשי עסקנים, די מצילים פונעם יאר הונדערט. אויב איינער שרייבט א ווארט לטובתם, פליט ער ארויס פון די גרופע.

פון וואו נעמט יענער די אינפא? פון א יוצא ל"ט וואס איז אויפ'ן גרופע, און ער האט זיך אפגערעדט צו אים דערויף אז ער מוז שווייגן.

דאס האט מיר פארענטפערט וויאזוי די מעליצ'ע מעשיות זענען געווארן א נחלת הכלל נעבעך, עכ"פ ביי זייער אסאך וואס מיינען אז "זיי ווייסן די אינסיידס".

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:20 am
דורך מסתמא
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:57 am געהאט די זכי' זיך צו טרעפן מיטן צדיק ועסקן נמרץ הרב אהרן הערש שרייבער שליט''א
נישטא די ווערטער אראפצוגעבן וואס דער יונגערמאן טוט אלץ פאר די יוצאי לב טהור.
אויפן וועג אהיים אין די קאר האט ר' אברהם גרינהוט זיך נישט געקענט גענוג אפווינדערן אין וואספארא הארציגע הענט ער האט איבערגעגעבן די יונגעלייט וועם ער האט ארויסגעברענגט, זאגנדיג אז נאר דער באשעפער קען שיקן אזאלעכע הייליגע עסקנים.
מקען מיך אפשר אויסלאכן אבער צו מיך אז קלארער פון קלאר אז די ציבור וואס איז נעבעך געווען פארכאפט אין דעם קליפה לב טהור שטאמען פון גאר גרויסע אידן. מזעהט דא אפענע זאכן וויאזוי דער אויבערשטער העלפט דא ממש באופן נס. אויכעט אפילו די יוצאים וואס קענען גארנישט לערנען, די תשוקה צו לערנען, די ערליכקייט, און דאס אויפכאפן אלעס אזוי שנעל איז אויכעט ממש חוץ לדרך הטבע. די ערליכקייט און רוחניות‘דיגע הצלחה איז זיי א זכות און א ירושה פון גרויסע זיידעס, בלתי שום ספק! און דאס אז דער אויבערשטער פירט זיי צו ריכטיגע מענטשן איבעראל זיי צו העלפן ברוחניות ובגשמיות איז איין המשך פון די קייט אפענע ניסים מן השמים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:38 am
דורך מבקש
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:20 am

אינז געפונען זיך נישט אין הימל ואין אתנו יודע עד מה, אבער למעשה האבן די אלע אידן געהאט אן אויסטערלישע מסירות נפש פארן באשעפערס וועגן די לעצטערע יארן, אין אפי' אויב זיי האבן זיך נעבעך שטארק טועה געוועהן, דאך רחמנא ליבא בעי אין אלע יסורים וואס זיי האבן זיך צאם געליטן נישט פאר קיין געלט אין קיין כבוד גייט נישט לאיבוד, והלך ולא עשה שכר הליכה בידו.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:24 pm
דורך על פי תורה
ב''ה נאך א יוד ארויס פון די קליפה.
ר' עובדי' גוזמאן א גר צדק האט זיך געטוישט בגדים און גענצליך ארויס פון לב טהור.
ער האט זיך אנגעשלאסן אין קהל אור חדש דרבינו יואל.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:59 pm
דורך חלא בר חמרא
מבקש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:38 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:20 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:57 am געהאט די זכי' זיך צו טרעפן מיטן צדיק ועסקן נמרץ הרב אהרן הערש שרייבער שליט''א
נישטא די ווערטער אראפצוגעבן וואס דער יונגערמאן טוט אלץ פאר די יוצאי לב טהור.
אויפן וועג אהיים אין די קאר האט ר' אברהם גרינהוט זיך נישט געקענט גענוג אפווינדערן אין וואספארא הארציגע הענט ער האט איבערגעגעבן די יונגעלייט וועם ער האט ארויסגעברענגט, זאגנדיג אז נאר דער באשעפער קען שיקן אזאלעכע הייליגע עסקנים.
מקען מיך אפשר אויסלאכן אבער צו מיך אז קלארער פון קלאר אז די ציבור וואס איז נעבעך געווען פארכאפט אין דעם קליפה לב טהור שטאמען פון גאר גרויסע אידן. מזעהט דא אפענע זאכן וויאזוי דער אויבערשטער העלפט דא ממש באופן נס. אויכעט אפילו די יוצאים וואס קענען גארנישט לערנען, די תשוקה צו לערנען, די ערליכקייט, און דאס אויפכאפן אלעס אזוי שנעל איז אויכעט ממש חוץ לדרך הטבע. די ערליכקייט און רוחניות‘דיגע הצלחה איז זיי א זכות און א ירושה פון גרויסע זיידעס, בלתי שום ספק! און דאס אז דער אויבערשטער פירט זיי צו ריכטיגע מענטשן איבעראל זיי צו העלפן ברוחניות ובגשמיות איז איין המשך פון די קייט אפענע ניסים מן השמים.
אינז געפונען זיך נישט אין הימל ואין אתנו יודע עד מה, אבער למעשה האבן די אלע אידן געהאט אן אויסטערלישע מסירות נפש פארן באשעפערס וועגן די לעצטערע יארן, אין אפי' אויב זיי האבן זיך נעבעך שטארק טועה געוועהן, דאך רחמנא ליבא בעי אין אלע יסורים וואס זיי האבן זיך צאם געליטן נישט פאר קיין געלט אין קיין כבוד גייט נישט לאיבוד, והלך ולא עשה שכר הליכה בידו.
א דערהער מגדולי בעלי המוסר:

דער צדוקי וועלכער איז געפרוירן פאר קעלט צוליב נישט וועלנדיג עובר זיין אויף דעם מוטעה'דיגן פשט אין "לא תבערו אש", וואס זיינע פארדארבענע מלמדים האבן אים געלערנט. א גאנץ שבת עסט ער אייז קאלטע מאכלים לש"ש ממש.

לעומתו, זיין שכן, דער פרוש (א כינוי פאר ערליכע אידן) דער מוסרה'דיגער איד, קומט אהיים צו א ווארעם היים, ווארט אים א ברענעדיגן טשולענט אויפ'ן פייער, טראכט נישט קיין צוויי... טוהט וואס ער האט צו טוהן... אן ערליכע ברכה שטייצעך... און מ'האלט שוין אין זיין ווארעמע געלגער.

דער צדוקי, אין גיהנום. דער פרוש - דער מסורה'דיגער איד וועלכער גלייבט אין די חכמים, אין גן עדן. פינטל.

דיסקלעימער: מיינע רייד זענען נישט אויף סיי וועמען אדער סיי וועלכע דרך (אדער נישט דרך) אין יהדות. כ'מיין נאר די נקודה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:38 pm
דורך חוקר ודורש
רבותי, כאפט אריין א געלעגענהייט צו העלפן אונזערע טייערע ר' משה יוסף מנחם שיחי' מיט זיין שמחה.

אזוי ווי מיר האט שוין א סאך אויס געשמועסט די לעצטע פאר טעג, ר' משה'לע מוטשעט זיך זייער שטארק צו דעקן זיינע טאג טעגליכע מינעמאלע הוצאות פון עסן, רענט, אא"וו.

בפרט יעצט בהולדת בנו למזל טוב, ער דארף א סאך געלט צו דעקן די גרויסע הוצאות פון די לידה.
(ס'נישט דא קיין מעדיקעל אינשורענס פאר דעם, און די צרכי רפואה זענען גאר גרויס.)

טייערע אידין: לאמיר אלע אריין כאפן א מצוה און ארויס העלפן א טייערע יונגערמאן, אן אמת'ע ירא שמים און לב טוב.

מיר קען שיקן א זעל צו: ZG9663@gmail.com. ביטע שרייב אין די מעמאו אז עז פאר ר'משה יוסף מנחם שיחי'. יעדער דאללער וואס ווערט געשיקט גייט דירעקט צום בעל שמחה.

תזכו למצוות!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:05 pm
דורך nis
איך האָב נעכטן גערעדט מיט ר' משה יוסף, ער דאַרף אַ סך געלט, דאָס שפּיטאָל דאַרף ער אַליין באַצאָלן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:10 pm
דורך דער תהלים איד
nis האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:05 pm איך האָב נעכטן גערעדט מיט ר' משה יוסף, ער דאַרף אַ סך געלט, דאָס שפּיטאָל דאַרף ער אַליין באַצאָלן.
רעד מיט אים היינט אויך, און זאג אים ער זאל אנרופן הרב בלום אדער הרב גרינהוט. זיי וועלן אים אויפרעכטן.

אדער איז דא נאך א וועג. ער קען אויך קאלן אנדערע טוערס דאהי אין אמעריקא, זיי וועלן אים צוזאגן די גאנצע געלט. טיפיקל אז הרב בלום און הרב גרינהוט וועלם עס צום סוף באצאלן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:30 pm
דורך nis
https://abcharity.org/mymh
דא קענט איר אים העלפן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:31 pm
דורך לעבער אייער
חוקר ודורש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:38 pm רבותי, כאפט אריין א געלעגענהייט צו העלפן אונזערע טייערע ר' משה יוסף מנחם שיחי' מיט זיין שמחה.

אזוי ווי מיר האט שוין א סאך אויס געשמועסט די לעצטע פאר טעג, ר' משה'לע מוטשעט זיך זייער שטארק צו דעקן זיינע טאג טעגליכע מינעמאלע הוצאות פון עסן, רענט, אא"וו.

בפרט יעצט בהולדת בנו למזל טוב, ער דארף א סאך געלט צו דעקן די הוצאות פון די לידה, און צו מאכן די ברית בעתו ובזמנו אי"ה.

טייערע אידין: לאמיר אלע אריין כאפן א מצוה און ארויס העלפן א טייערע יונגערמאן, אן אמת'ע ירא שמים און לב טוב.

דא האט איר א לינק צו מנדב זיין: https://abcharity.org/MYMH

תזכו למצוות!
ר' משה יוסף מנחם דארף יעצט באצאלן די שפיטאל וואס דאס קאסט נישט ווייניגער ווי 1,500 און דערווייל נישט נאר וואס ער האט נישט דאס געלט האט ער נאך חובות

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:33 pm
דורך דער תהלים איד
איך האב זיכער גארנישט קעגן געבן געלט.

אבער דא איז די לב טהור העדקוואטערס? דא שטעלט מען צוזאם געלט פאר אידן מיט שמאטעס וואס דינען עבודה זרה של העלבראנץ?

ווער עס שטיצט לב טהור זאל שטיצן. איך גיב דאס געלט פאר יוצאים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:40 pm
דורך הורקנוס
לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:31 pm
חוקר ודורש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:38 pm רבותי, כאפט אריין א געלעגענהייט צו העלפן אונזערע טייערע ר' משה יוסף מנחם שיחי' מיט זיין שמחה.

אזוי ווי מיר האט שוין א סאך אויס געשמועסט די לעצטע פאר טעג, ר' משה'לע מוטשעט זיך זייער שטארק צו דעקן זיינע טאג טעגליכע מינעמאלע הוצאות פון עסן, רענט, אא"וו.

בפרט יעצט בהולדת בנו למזל טוב, ער דארף א סאך געלט צו דעקן די הוצאות פון די לידה, און צו מאכן די ברית בעתו ובזמנו אי"ה.

טייערע אידין: לאמיר אלע אריין כאפן א מצוה און ארויס העלפן א טייערע יונגערמאן, אן אמת'ע ירא שמים און לב טוב.

דא האט איר א לינק צו מנדב זיין: https://abcharity.org/MYMH

תזכו למצוות!
ר' משה יוסף מנחם דארף יעצט באצאלן די שפיטאל וואס דאס קאסט נישט ווייניגער ווי 1,500 און דערווייל האט משה'לע 20 דאלער...
איך ווייס נישט פון ווי דיין נאמבער קומט איך האב אים פאריגע וואך געגעבן $100 פאר די שפיטאל און איך האב פארשטאנען פון אים אז ער האט נאך אביסל פון אנדערע
פארשטייט זיך אז ער דארף נאך זיכער אסאך געלט, נישט נאר פאר די שפיטאל נאר אלע ארומיגע הוצאות אויכעט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:42 pm
דורך חלא בר חמרא
אן אינטערסאנטער אנעקדאט.

בזכות אידטיש, האבן צענדליגע אידטיש ליינער זיך אנגעשלאסן אינעם אויבערשטענ'ס מיליטער צו ארויסהעלפן יוצאי גוואטעמאלא שלא ע"מ לקבל פרס.

אסאך חברותא'שאפט פון עסקני קודש איז אידטיש געווען שדכן. קינדער פון שעלטער זענען ב"ה געגאנגען צו אידן וועלכע זענען אינספארירט געווארן דורך אידטיש. והחיים איתנו...

בקיצור, מענטשן וועלכע האבן געלאזט זייער אייגן געלט און בלוט און שווייס גיסן פון זיך פאר אנדערע אידן. זיי שטיצן דעם קאמפיין און האבן אליינס געגעבן.

דו, זאג מיר דער אמת, האסט אריינגענומען אמאל א יוצא פאר א לינת לילה? דו, זאג מיר באמת, האסט אויסגעגעבן מער פון 5000$ דורכאויס די לעצטע יאר פאר יוצאים?

בסך הכל, עם כל הכבוד, האסטו גאר אסאך מיינונגען, און האסט אלע רעכטן דערפאר. אבער קיל נישט אפ אנדערע און ברענג נישט קיין שאדן פאר אידן (אפי' מיט שמאטעס).

ייש"כ בתקווה להבנה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:43 pm
דורך העלאו בעלאו
:|
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:10 pm
nis האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:05 pm איך האָב נעכטן גערעדט מיט ר' משה יוסף, ער דאַרף אַ סך געלט, דאָס שפּיטאָל דאַרף ער אַליין באַצאָלן.
רעד מיט אים היינט אויך, און זאג אים ער זאל אנרופן הרב בלום אדער הרב גרינהוט. זיי וועלן אים אויפרעכטן.

אדער איז דא נאך א וועג. ער קען אויך קאלן אנדערע טוערס דאהי אין אמעריקא, זיי וועלן אים צוזאגן די גאנצע געלט. און הרב בלום וועט עס צום סוף באצאלן.

פאר א נארמאלע מענטש איז פשוט צו פארשטיין אז בן החכם איז די שווערסטע אפצוטיילן פונעם כת און די עסקנים האבן שוין קאנפירמט אז ממעג אים שטיצן, לאז געמאכט!

אנטשולדיגט רבי תהלים איד אבער מען פאסט היינט ..

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:44 pm
דורך לעבער אייער
הורקנוס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:40 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:31 pm
חוקר ודורש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:38 pm רבותי, כאפט אריין א געלעגענהייט צו העלפן אונזערע טייערע ר' משה יוסף מנחם שיחי' מיט זיין שמחה.

אזוי ווי מיר האט שוין א סאך אויס געשמועסט די לעצטע פאר טעג, ר' משה'לע מוטשעט זיך זייער שטארק צו דעקן זיינע טאג טעגליכע מינעמאלע הוצאות פון עסן, רענט, אא"וו.

בפרט יעצט בהולדת בנו למזל טוב, ער דארף א סאך געלט צו דעקן די הוצאות פון די לידה, און צו מאכן די ברית בעתו ובזמנו אי"ה.

טייערע אידין: לאמיר אלע אריין כאפן א מצוה און ארויס העלפן א טייערע יונגערמאן, אן אמת'ע ירא שמים און לב טוב.

דא האט איר א לינק צו מנדב זיין: https://abcharity.org/MYMH

תזכו למצוות!
ר' משה יוסף מנחם דארף יעצט באצאלן די שפיטאל וואס דאס קאסט נישט ווייניגער ווי 1,500 און דערווייל האט משה'לע 20 דאלער...
איך ווייס נישט פון ווי דיין נאמבער קומט איך האב אים פאריגע וואך געגעבן $100 פאר די שפיטאל און איך האב פארשטאנען פון אים אז ער האט נאך אביסל פון אנדערע
פארשטייט זיך אז ער דארף נאך זיכער אסאך געלט, נישט נאר פאר די שפיטאל נאר אלע ארומיגע הוצאות אויכעט
איך האב די בילס פון די שפיטאל ביי מיר

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 5:00 pm
דורך דער תהלים איד
העלאו בעלאו האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:43 pm :|
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:10 pm
nis האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:05 pm איך האָב נעכטן גערעדט מיט ר' משה יוסף, ער דאַרף אַ סך געלט, דאָס שפּיטאָל דאַרף ער אַליין באַצאָלן.
רעד מיט אים היינט אויך, און זאג אים ער זאל אנרופן הרב בלום אדער הרב גרינהוט. זיי וועלן אים אויפרעכטן.

אדער איז דא נאך א וועג. ער קען אויך קאלן אנדערע טוערס דאהי אין אמעריקא, זיי וועלן אים צוזאגן די גאנצע געלט. און הרב בלום וועט עס צום סוף באצאלן.
דו טריגערסט מיר היינט אין ציפול אשכולות.

דיין מוח איז היבש 4 עקיג די וועג וויאזוי דו קוקסט אן זאכן, און דיין מעין פראבלעם איז דו זיכערקייט מיט וואס דו זאגסט דיין פוינט איינמאל און א צווייטע מאל זיכער מאכן קיינער פארגעסט דיינע מיינונגען

פאר א נארמאלע מענטש איז פשוט צו פארשטיין אז בן החכם איז די שווערסטע אפצוטיילן פונעם כת און די עסקנים האבן שוין קאנפירמט אז ממעג אים שטיצן, לאז געמאכט!

אנטשולדיגט רבי תהלים איד אבער מען פאסט היינט ..
איך וויל דיר נישט דערמאנען מיין מיינונג, ווייל האסט שוין טאקע פארגעסן.

איך פארשטיי זייער גוט פארוואס ער איז נאך דארט. אבער דא שאפט מען געלט איינמאל און נאכאמאל, ב"ה, פאר די אויפלעזונג און פאר די יוצאים. אזש מענטשן האבן שוין פארפירט אז מען אבזיוד וכו' וגו' פאר ווער ס'געדענקט.

איך בין געווען פון די וואס האבן כסדר געגעבן, איינמאל און נאכאמאל (פינג @חלא בר חמרא). ס'איז א זכי'. איך האלט נישט אז ס'איז שייך א טענה פון אביוז דא. אדרבה, יעדעס מאל מ'דארף זאל מען בעטן! ס'איז כלל ישראל'ס מצוה!

אבער פלוצלינג ווען מ'בעט פאר א לב טהור מיטגליד מיט די שמאטעס, ווערט דער עולם עפעס אזוי געפיליש פארלוירן. העלא? האסט פארגעסן וואו מיר זענען? נעקסט קומט א חתונה ביי יו"ט ליפא יואל, און א בר מצוה פאר מרת פינקלמינק וואס איז זיך מוסר נפש פאר אי_שקייט, און א וואכנאכט ביי מתתיהו משולם יוחנן זאב יודא מלכה? כ'מיין... לב טהור האט א נייע פלאטפארמע צו גיין נאך געלט פאר גראסערי? מה היום מיומיים? וואס איז געווען 2 יאר צוריק? וואס איז יעצט געשען אז איך ווער דא א מחותן מיט שמאטעס?

סארי חברה, @העלאו בעלאו זאגט אז מ'פאסט היינט.