בלאט 60 פון 158

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:06 am
דורך בצל התומר
🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

מיטוואך פרשת לך לך

מיטוואך פרשת לך לך

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין היכל הישיבה גדולה
בעל תפילה איז געווען הב׳ בן הרה״ח ר׳ יודל עפשטיין הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די חתנים תלמידי הישיבה ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו אזוי אויך זענען אריין אל הקודש פנימה שלום נעמען פון רבין די תלמידים פון אויסלאנד

במשך פונעם סדר הלימוד איז דער רבי עטליכע מאל אריינגעקומען און היכל הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים

ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הישיבה ווי דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט די דרשת פתיחת הזמן פאר די תלמידי הישיבה
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די פסוקי הפרשה און ארויס געברענגט מפי ספרים וסופרים אז עס איז נישט שייך א איד זאל זאגן אז ער קען נישט לערנען אדער דאווענען, נאר דער בוכ"ע איז מקבל יעדע איד אין וועלכע מצב ער זאל נאר נישט זיין, ובפרט אין אזעלעכע שווערע זמנים קוקט די באשעפער ארויס אויף יעדע קליינע פעולה און אויף יעדע תפילה פון א יעדע אידיש קינד.
דער רבי האט נאכגעזאגט דאס ווארט פון הרה"ק ר' בנימין ראבינאוויטש זצ״ל אז די בוכ"ע איז משגיח מן החלונות ומציץ מן החרכים, אבער אז ווען א איד וועט גוט קוקן קען מען אריין קוקן אינעם שפאלט און מען זעט די השגחת הבורא.
דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר והדרכה צום נייעם זמן, ובפרט נזהר צו זיין בעניני בין אדם לחבירו, 
נזהר צו נישט צו ליגן אין די אלע נייעסן פון די גאס, וואס עס איז קיינעם נישט מעלה ומוריד די אלע זאכן, א איד דארף לעבן העכער די הויות העולם, ווי די אייבישטער האט אויפגעהויבן אברהם אבינו העכער די גאנצע בריה און געזאגט כה יהיה זרעיך,
דער רבי האט מסיים געווען געווען מיט ברכת קדשו פאר די תלמידים און מרביצי תורה.

אום 3:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה שלום דוב טענענבוים הי״ו

ארום 5:25 איז דער רבי אריינגעקומען אוין די נזר גאלדא זאלן צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו וואס איז געווארן אפגעראכטן דורך רבינו שליט״א מיוחד פאר די קינדער און אייניקלעך בני משפחת המלוכה
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה
עס האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א און הרב חיים הערש ראזענבערגער שליט״א נכד רבינו
מיט דברי בדחנות האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ שלום יוסף פריינד הי״ו
ביים שמחה האט זיך אויך משתתף געווען די פעטער פונעם חתן האדמו״ר מפאפא שליט״א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און זיך אויפגעשטעלט און א ריקוד
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה״צ ר׳ מנשה מאיער שליט״א אב״ד גרינוויל
מיט די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען די ערשטע דריי ברכות הגה״צ ר׳ יואל שליט״א, די מחותן הגה״צ ר׳ יואל מאסקאוויטש שליט״א, הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א, חדב״ן הגה״צ ר׳ אלחנן פילאפף שליט״א,
ברכה אחריתא: די זיידע הגה״צ אב״ד חוות דעת שליט״א
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים, און אין א ריקוד מיט די קינדער און אייניקלעך
מען האט פארענדיגט אום 7:20

דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון
החתן בן הרה״ח ר׳ יוסף יוזפא ווייסמאן הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ יואל אביגדור ווייס הי״ו אין די זאלן פון פרדס צבי
און ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ יואל טייטלבוים הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ יואל קארפען הי״ו און די זאלן פון פרדס פיגא

דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

זמני כניסה איז געווען פון ארום 8 אזייגער ביז 10:30 אויפדערנאכט

אום 9 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ משה קלמן פריעדמאן ני״ו

נאכן געזעגענען איז דער רבי אנגעקומען אין די רויעל מענער׳ס זאל צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה״ג ר׳ יואל צבי ראטענבערג שליט״א חתן הגה״צ ר׳ שלמה לייב וויינבערגער שליט״א אב״ד פאיע וחבר הבד״ץ דקהלתינו הק׳ און הכלה בת האדמו״ר מאלעסק שליט״א
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען די חתן און מחותנים דערנאך זיך אויפגעשטעלט און ריקוד מיט די חתן, מחותנים און די זיידעס און א עקסטערן ריקוד מיט הגה״צ ר׳ שלמה לייב וויינבערגער שליט״א אב״ד פאיע וחבר הבד״ץ דקהלתינו הק׳

אום 10:55 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:08 am
דורך הייליגע חסיד
איז דא עפעס בילדער אדער באריכטן פונעם נסיעה פון סאטמאר מהר״א קיין מאנטריאל?

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:09 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי תפילת מנחה אין בית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל אינאיינעם מיט די לומדי הכולל, ווי נאך מנחה איז דער ציבור אנ"ש אריבער שלום נעמען.
~🌴~

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:09 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:09 am 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי תפילת מנחה אין בית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל אינאיינעם מיט די לומדי הכולל, ווי נאך מנחה איז דער ציבור אנ"ש אריבער שלום נעמען.
~🌴~

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:10 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בן בנש"ק הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו פון ק"י, פארגעקומען אין די ארמון זאל אין מאנטריאל קאנאדע.
~🌴~

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:10 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:10 am 🌴בצל הקודש🌴

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר״א
=מיטוואך לך=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים זלמן ווייסבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקהלתינו הק' ווי מען האט בעז"ה אנגעהויבן די וואך די מאסיווע אפעראציע צוצושטעלן די טויזענטער פונט מצות פון די בארימטע "קרית יואל'ער מצה בעקערי" וואס איז באקאנט מיט אירע פילצאליגע הידורים,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם בעקערי פאר א לענגערע צייט ביי אלע אפטיילונגען און געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן די יאר.

ארום 2:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד פון ווי דער רבי האט אפגערייזט אויף א בליץ באזוך אין מאנטריאל לרגל די שמחת החתונה פון החתן בן בנש"ק הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פאנטאסטישע סכומים פאר קהלתינו הק' די בכל אתר ואתר.

די פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:50, און געלאנדעט ארום 4:35 אינעם לופטפעלד אין מאנטריאל קאנאדע.

פונעם לופטפעלד איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיין אסטראנאמישע נדבה פארן מקוה טהרה החדש אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי געפארן צו בית מדרשינו הגדול,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:15, צום ערשט איז דער רבי אריין בהיכל הכולל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: ר' בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו,
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אנ"ש און די ילדי תשב"ר אריבער שלום נעמען, דערביי האבן שלום גענומען א משלחת פון דייני בעלזא מאנטריאל.

דערנאך איז דער רבי געפארן צו די ארמון זאל אין מאנטריאל צום שמחת החתונה,
דער רבי איז אנגעקומען צום זאל ארום 7:15 מלובש בבגדי שבת (אלץ נכדי זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע)
דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א, און דער רבי האט מסדר געווען די כתובה און געמאכט די קבלת קנין, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט גיסו הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו שליט"א,
דערנאך איז דער רבי ארויס צום חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען,
נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און בפרט פארן מחותן הנגיד ר' יודא הי"ו.

דערנאך ארום 8:05 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד,
אינעם לופטפעלד האבן זיך געזעגענט ראשי ופני קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר'ן ראה"ק הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
די פליגער האט זיך געהויבן ארום 8:45 און געלאנדעט ארום 9:30 אינעם טעטער-בארא לופטפעלד פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

א גוטע נאכט.
~🌴~

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:19 am
דורך אקטיווע שרייבער
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:10 am 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בן בנש"ק הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו פון ק"י, פארגעקומען אין די ארמון זאל אין מאנטריאל קאנאדע.
~🌴~
מען גרייט נישט אן פארן רבין בעפאר דער רבי קומט אן צו א חתונה?

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:23 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:19 am
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:10 am 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בן בנש"ק הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו פון ק"י, פארגעקומען אין די ארמון זאל אין מאנטריאל קאנאדע.
~🌴~
מען גרייט נישט אן פארן רבין בעפאר דער רבי קומט אן צו א חתונה?
אנגרייטן וואס?!?!?!
וואס איז נישט אנגעגרייט???

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:24 am
דורך אקטיווע שרייבער
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:23 am
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:19 am
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:10 am 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בן בנש"ק הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו פון ק"י, פארגעקומען אין די ארמון זאל אין מאנטריאל קאנאדע.
~🌴~
מען גרייט נישט אן פארן רבין בעפאר דער רבי קומט אן צו א חתונה?
אנגרייטן וואס?!?!?!
וואס איז נישט אנגעגרייט???
קוקט נישט אויס ווי דער רביס סעט ברוינפען וכו׳

קען זיין כמאך א טעות

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:25 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
*"קול נהי נשמע מציון"*

אין די היינטיגע נאכט שעות האבן זיך רבבות אלפי שלומי אמוני ישראל אין חו"ל צוזאמגעזעצט און מיטגעהאלטן אויפ'ן טעלעפאון א עמערדזשענסי טעלעקאנפערענץ אן *אסיפת חירום* וואו מ'האט געהערט פייערדיגע דרשות פון הרבנים הגה"צ שליט"א אין שפיץ פון רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א, למען אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק וואס געפינען זיך אין א טיפן אנגסט און פחד אין די לעצטערע וואכן ווען מדינת ישראל איז אריינגעשלעפט געווארן אין א ביטערן מלחמה מיט די אראבער'ס, און קיינער ווייסט נישט מה יולד יום.

די היסטארישע אסיפת חירום איז פארגעקומען היינט מיטוואך אויפדערנאכט אין חו"ל אויפ'ן טעלפאון למען אחינו בני ישראל בארה"ק ולמען חיזוק *"מטה הסברה"* דורך די וועד הפעולה שע"י הנהלת העדה החרדית וואס האבן אינטערגענומען א מאסיוון עמערדזשענסי קאמפיין מיט'ן גרעסטן קראפט אויפ'ן שטערקסטן פארנעם, צו פארשפרייטן און אויפקלערן און ראטעווען הונדערטער חרדי'שע בחורים יונגעלייט, וואס זענען ליידער פארכאפט געווארן און אריינגעשלעפט געווארן אינעם שמעלץ טאפ דעם ציוני'סטישן טמא'נעם מיליטער צוליב די פארבלענדעניש וואס די לופט אין די היימישע גאס איז אנגעפעסט מיט מינות און כפירה.

אום 9:15 אויפ'ן אמעריקא'נער זייגער האבן טויזנטער ערליכע אידן וואס ווילן הערן און אננעמען דעם ריכטיגן חובת השעה זיך פארבינדן מיט די ספעציעלע טעלעפאון ליניע'ס וואס איז צוגעשטעלט געווארן פאר'ן הוקאפ צו קענען אקאמענדירן און פארנעמען דעם מאסן ציבור וואס האבן אריינגערופן.

די אסיפה איז געעפנט געווארן דורך *פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהילת סאטמאר מאנסי*, ווען ער האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק אין ירמיה אין דעם יארצייט פון רחל אמנו *"קול ברמה נשמע רחל מבכה על בניה"* און מיט זיין באצויבערנדן לשון און מיט א געוואלדיגע קלארקייט צום ערשט אראפגעלייגט דעם ביטערן מציאות וואו אונז שטיי מיר אצינד, ווען ביום שמחת תורה האבן די רוצחי'שע ישמעאלים זיך איינגעבראכן אין דעם ארץ ישראל'דיגע גרעניץ פון עזה, און מיט א ברוטאליטעט אויסגע'שחטן צענדליגער און הונדערטער אידישע קינדער אנשים נשים וטף אויף א מאסשטרעבליכן פארנעם וואס איז נישט געהערט געווארן זייט דעם צווייטן וועלט מלחמה, און פון דאן איז מדינת ישראל אריין אין א שווערן ביטערן מלחמה מיט די אראבער'ס, און יעדן איינציגן טאג זענען תושבי ארה"ק אין א שרעקליכן אנגעצויגנקייט ווען מ'קען נישט וויסן וואס דעם מארגנדיגן טאג וועט ברענגען מיט זיך. ער האט ארויסגעברענגט ווי רבותינו הק' זצוק"ל האבן שוין פאראויסגעזעהן און פאראויסגעשריגן דעם שרעקליכן מציאות וואס קען ליידער פאסירן אלעס צוליבן די מדינה הטמאה וואס האט זיך אויפגעשטעלט אין ארה"ק וואס חוץ אלע עבירות וואס איז אנגעוואנדן געווארן אין איר, טוהען זיי נאך טאג איין טאג אויס אנרייצן און אויפהעצן דעם עם הדומה לחמור די צואווילדעוועטע אראבער'ס.

ער האט ברייט ארומגערעדט איבער די דעת תורה פון רבותינו הק' זצ"ל וואס ליגט אויפ'ן יעדן איינציגן איד, און די געוואלדיגע מטרה פונעם היינטיגע אסיפה צו ארויסהעלפן דעם וועד הפעולה אין ארה"ק צו ראטעווען די הונדערטער בחורים וואס פאלן ליידער אריין אינעם כור הברזל.

דאן האט מען געהערט א גאר ווארעמע דרשה פון *הגאון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א אב"ד ישראל והזמנים*, וואס האט ברייט אדורכגעשמועסט דעם שרעקליכן מצב אין ארה"ק מיט'ן ריכטיגן מהלך המחשבה וואס פעלט זיך אויס פארן יעדן איינציגן ירא לדבר ה' צו גיין דערמיט, און די טמטום המוחות צווישן אונזערע היימישע קרייזן וואס מ'ווערט פארכאפט מיט מחשבות מינות ואפיקורסות, און די חיוב צו ראטעווען די צענדליגער בחורים וואס קענען פארפאלן ווערן אינגאנצן אין די איצטיגע תקופה מיט'ן זיך אנשליסן אינעם ציוני'סטישן ארמיי, ווען ער האט צוגעענדיגט מיט א תפילה *"הצילנו מיד אחי-ציונים מיד עשו-ישמעאלים"*.

דאן האט הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילת סאטמאר ובעל 'נר המאיר' געהאלטן א פייערדיגע דרשה, און מיט א הארציגע שטומע גאר שטארק ארומגערעדט איבער דעם "עת צרה הוא ליעקב", און די שפאט פון די *'כוחי ועוצם ידי"* פון די מדינה הציונית נאך די דברי כפירה וואס איז געהערט געווארן פון דעם ראש ממשלת הכופרים, און די געוואלדיגע שחיטות וואס זיי האבן שוין צוגעברענגט משך די יארן, און ארויסגעברענגט די ווייטאג פון די סימפאטיע וואס מ'הערט צווישן אונז פאר די מיליטער און פאר די ציונים, און ליינען זיך אן מיט די מאגאזינען וואס פארקויפן מינות, אונז דארפן טוהן נאר וואס די תורה הייסט און דער באשעפער דארף נישט אונזערע עצות.
דערנאך איז געהערט געווארן א לעבעדיגע גריס פון די פראנטן אין ארץ ישראל דורך *ראש המצילים ושר העסקנים הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויעוץ ווועד הפעולה שע"י העדה החרדית*, ווען ער האט זייער קלאר אראפגעלייגט דעם ביטערן מציאות וואס איבער צוויי טויזנט חרדי'שע בחורים האבן זיך אנגעשלאסן אינעם צה"ל די ציוני'סטישע מיליטער, און ארויסגעברענגט דעם ביטערן אמת וואס עס שפילט זיך ליידער אפ דארטן אינעם מיליטער מיט די פרומע בחורים מיט האר אויפשטעלנדע פאקטן פונעם שמעלצן טאפ, און ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן חוב וואס ליגט אויף אונז א טייל צו נעמען און די פעולות הכבירות וואס ווערט אונטערגענומען אין די טעג וואס אין דעם זכות וועט מען געראטעוועט ווערן פון די שרעקליכן מצב ברוחניות ובגשמיות.

צום הויכפונקט האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם *דבר ה' מירושלים דברות קודש חוצבות להבות אש פון גאון ישראל וקדושו רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א*, דער רב שליט"א האט אנגעפאנגען אז "ס'איז אצינד שרעקליכן מצב אין ארה"ק, און די סכנה איז אויך אויף די אידן אין חו"ל, און עס פעלט זיך אויס גאר אסאך תפילות.

דאן האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבער די שמועות שונות אז גאר אסאך עכטע פרומע בחורים האבן זיך אנגעשלאסן אין די ארטיגע מיליטער וואס איז א מיליטער פון כפירה און מרידה במלכות שמים. און אונז דארפן זיך מחזק זיין און מאכן א מיליטער פון תורה און תפילה און דער באשעפער וועט זיכער העלפן. דער באשעפער שיקט נישט קיין ישועה דורך רשעים, און אלעס וואס אונז זעהען איז נאר א נסיון, און ווען נישט די מדינה וואלט נישט געווען אזויפיל גע'הרגט'ע די לעצטע זיבעציג יאר. אונז זענען מיר מתפלל די מדינה זאל בטל ווערן און ס'זאל ח"ו נישט קאסטן קיין איין אידישע נפש.

דאן האט דער רב שליט"א געזאגט אז ברוך השם עס האט זיך געעפנט א וועד הפעולה אין די עדה החרדית וואס גייען ארום מסביר זיין די ריכטיגע השקפה, און יעדער איינער וואס העלפט און שטיצט זיי וועט זוכה זיין צו כל מילי דמיטב. מיר דארפן אויסשרייען פאר יעדן אז "ה' אחד ושמו אחד און אין עוד מלבדו". מיר פארלאזן זיך ח"ו נישט אויף די נצחונות פון די מדינה נאר אדרבה אונז זעמיר אין א אימה און פחד, און פארלאזן זיך נאר אויף די ישועת ה' וואס וועט קומען בקרוב".

צום שליס האט דער יו"ר ר' יעקב ווייס אויסגערופן די *החלטות האסיפה*, צום ערשט אז שלומי אמוני ישראל וועלן שופך שיח זיין און מתפלל זיין צום באשעפער אז "שומר ישראל שמור שארית ישראל", און שלומי אמוני ישראל וועלן זיך מחזק זיין מיט די אמונה הטהורה מיט'ן לערנען די ספרים פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און די עיקר וועלן זיך שלומי אמוני ישראל אנגארטלען ארויסצוהעלפן און שטיצן דעם "מטה ההסברה" שע"י וועד הפעולה צו ראטעווען טויזנטער בחורים אריינצופאלן אין דעם טמא'נעם מיליטער, און זיך אנשליסן מיט לכה"פ 250 דאלער און מיעוטי היכולת מיט 180 דאלער, און ווער ס'וועט זיך אנשטרענגען מיט טויזנט דאלער און העכער וועט זוכה זיין צו מקבל זיין א פערזענליכע ברכת קודש פון רבינו הגדול הגאב"ד שליט"א.

*"ברוך המקדש שמו ברבים"*

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:32 am
דורך בצל התומר
🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

מיטוואך פרשת לך לך

מיטוואך פרשת לך לך

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין היכל הישיבה גדולה
בעל תפילה איז געווען הב׳ בן הרה״ח ר׳ יודל עפשטיין הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די חתנים תלמידי הישיבה ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו אזוי אויך זענען אריין אל הקודש פנימה שלום נעמען פון רבין די תלמידים פון אויסלאנד

במשך פונעם סדר הלימוד איז דער רבי עטליכע מאל אריינגעקומען און היכל הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים

ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הישיבה ווי דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט די דרשת פתיחת הזמן פאר די תלמידי הישיבה
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די פסוקי הפרשה און ארויס געברענגט מפי ספרים וסופרים אז עס איז נישט שייך א איד זאל זאגן אז ער קען נישט לערנען אדער דאווענען, נאר דער בוכ"ע איז מקבל יעדע איד אין וועלכע מצב ער זאל נאר נישט זיין, ובפרט אין אזעלעכע שווערע זמנים קוקט די באשעפער ארויס אויף יעדע קליינע פעולה און אויף יעדע תפילה פון א יעדע אידיש קינד.
דער רבי האט נאכגעזאגט דאס ווארט פון הרה"ק ר' בנימין ראבינאוויטש זצ״ל אז די בוכ"ע איז משגיח מן החלונות ומציץ מן החרכים, אבער אז ווען א איד וועט גוט קוקן קען מען אריין קוקן אינעם שפאלט און מען זעט די השגחת הבורא.
דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר והדרכה צום נייעם זמן, ובפרט נזהר צו זיין בעניני בין אדם לחבירו, 
נזהר צו נישט צו ליגן אין די אלע נייעסן פון די גאס, וואס עס איז קיינעם נישט מעלה ומוריד די אלע זאכן, א איד דארף לעבן העכער די הויות העולם, ווי די אייבישטער האט אויפגעהויבן אברהם אבינו העכער די גאנצע בריה און געזאגט כה יהיה זרעיך,
דער רבי האט מסיים געווען געווען מיט ברכת קדשו פאר די תלמידים און מרביצי תורה.

אום 3:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה שלום דוב טענענבוים הי״ו

ארום 5:25 איז דער רבי אריינגעקומען אוין די נזר גאלדא זאלן צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו וואס איז געווארן אפגעראכטן דורך רבינו שליט״א מיוחד פאר די קינדער און אייניקלעך בני משפחת המלוכה
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה
עס האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א און הרב חיים הערש ראזענבערגער שליט״א נכד רבינו
מיט דברי בדחנות האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ שלום יוסף פריינד הי״ו
ביים שמחה האט זיך אויך משתתף געווען די פעטער פונעם חתן האדמו״ר מפאפא שליט״א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און זיך אויפגעשטעלט און א ריקוד
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה״צ ר׳ מנשה מאיער שליט״א אב״ד גרינוויל
מיט די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען די ערשטע דריי ברכות הגה״צ ר׳ יואל שליט״א, די מחותן הגה״צ ר׳ יואל מאסקאוויטש שליט״א, הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א, חדב״ן הגה״צ ר׳ אלחנן פילאפף שליט״א,
ברכה אחריתא: די זיידע הגה״צ אב״ד חוות דעת שליט״א
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים, און אין א ריקוד מיט די קינדער און אייניקלעך
מען האט פארענדיגט אום 7:20

דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון
החתן בן הרה״ח ר׳ יוסף יוזפא ווייסמאן הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ יואל אביגדור ווייס הי״ו אין די זאלן פון פרדס צבי
און ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ יואל טייטלבוים הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ יואל קארפען הי״ו און די זאלן פון פרדס פיגא

דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

זמני כניסה איז געווען פון ארום 8 אזייגער ביז 10:30 אויפדערנאכט

אום 9 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ משה קלמן פריעדמאן ני״ו

נאכן געזעגענען איז דער רבי אנגעקומען אין די רויעל מענער׳ס זאל צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה״ג ר׳ יואל צבי ראטענבערג שליט״א חתן הגה״צ ר׳ שלמה לייב וויינבערגער שליט״א אב״ד פאיע וחבר הבד״ץ דקהלתינו הק׳ און הכלה בת האדמו״ר מאלעסק שליט״א
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען די חתן און מחותנים דערנאך זיך אויפגעשטעלט און ריקוד מיט די חתן, מחותנים און די זיידעס און א עקסטערן ריקוד מיט הגה״צ ר׳ שלמה לייב וויינבערגער שליט״א אב״ד פאיע וחבר הבד״ץ דקהלתינו הק׳

אום 10:55 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:59 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:25 am *"קול נהי נשמע מציון"*

אין די היינטיגע נאכט שעות האבן זיך רבבות אלפי שלומי אמוני ישראל אין חו"ל צוזאמגעזעצט און מיטגעהאלטן אויפ'ן טעלעפאון א עמערדזשענסי טעלעקאנפערענץ אן *אסיפת חירום* וואו מ'האט געהערט פייערדיגע דרשות פון הרבנים הגה"צ שליט"א אין שפיץ פון רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א, למען אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק וואס געפינען זיך אין א טיפן אנגסט און פחד אין די לעצטערע וואכן ווען מדינת ישראל איז אריינגעשלעפט געווארן אין א ביטערן מלחמה מיט די אראבער'ס, און קיינער ווייסט נישט מה יולד יום.
► Show Spoiler

"דבר ה' מירושלים"

דברות קודש פון רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:54 am
דורך פארפאלענער
הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א ביי קבר רחל

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:54 am
דורך פארפאלענער
האחים, האדמו"ר מתו"א, ר"י תו"א, והאדמו"ר ממבקשי אמונה בקבר רחל אמנו

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:55 am
דורך פארפאלענער
סדר השבת של המשפיע הרהצ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט''א אין בארא פארק

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:56 am
דורך פארפאלענער
כ"ק מרן אדמו"ר מקאסוב שליט"א בביקור אצל מרן הגרש''א שטרן שליט"א השוהה בימים אלו בארה''ב כשבמשך שעה ארוכה ישבו יחדיו ביחידות בבית האכסניה הנה''ח ר' חיים גליק הי''ו

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:56 am
דורך פארפאלענער
שמחת הברית לנכד אדמו"ר מבאבוב שליט"א

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:57 am
דורך פארפאלענער
1000229413.jpg
1000229413.jpg (88.07 KiB) געזען געווארן 667 מאל

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:57 pm
דורך כרוספדין
IMG-20231026-WA0025.jpg
IMG-20231026-WA0025.jpg (199.79 KiB) געזען געווארן 628 מאל

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 1:04 pm
דורך סטעישאן וועעגן
כבוד המנהלים, איז שייך צו מאכן א תקנה אז די אלע לאאאאאאאאנגע באריכטן זאל מוזן גיין אין ספוילער?

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:38 pm
דורך פארפאלענער
מאקאווא:

אויף א תפילה ביים קבר רחל
מאקאווא.jpg
מאקאווא.jpg (125.2 KiB) געזען געווארן 518 מאל
ביים ציון הק' מהרה"ק מבעלזא זי"ע
מאקאווא1.jpg
מאקאווא1.jpg (132.25 KiB) געזען געווארן 518 מאל
ביי א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א
מאקאווא2.jpg
מאקאווא2.jpg (146.72 KiB) געזען געווארן 518 מאל

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:38 pm
דורך פארפאלענער
פתיחת הזמן בישיבת סעדערהעלי

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:39 pm
דורך פארפאלענער
כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ בית שמש שליט"א באזוכט ביי הגה"צ אב"ד אנטווערפען שליט"א

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:40 pm
דורך פארפאלענער
כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ לאנדאן שליט"א גייט וויילן אויף שבת אין טאראנטא לטובת מוסדותיו הק' אין לאנדאן