בלאט 60 פון 61

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 6:00 pm
דורך יאנטשי
זאגסט דו גייסט לייגן א שטיקל, למעשה איז עס א שעה. וועלכע חלק רעדט ער פון דעם?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 6:23 pm
דורך דער תהלים איד
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 6:00 pm זאגסט דו גייסט לייגן א שטיקל, למעשה איז עס א שעה. וועלכע חלק רעדט ער פון דעם?
אה, כהאב געלייגט פון וואו ער רעדט פון דעם, ביז די ענדע פון די דרשה.

כ'האב נישט געהערט ביז וויפיל אריין ער רעדט פון דעם.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:39 pm
דורך תינוק הבורח
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:44 pm
תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:42 pm Screenshot 2026-01-08 163949.png
טאקע א מדריגה!

נאר למען האמת, ס'איז לפי הספה"ק נישט קיין חסרון אמונה צו טון השתדלות אויף א שפעטערע צייט, אויב מ'רעכנט אז מ'גייט עס דארפן.
איך האב שוין לאנג געזוכט א מקור אויף דעם וואס דו זאגסט. פשטות ווען איך לערן חובת הלבבות שער הבטחון, איז נישטא קיין שום סיבה א מענטש זאל אוועקלייגן דאס מינדעסטע פאר אן אנדערן טאג, ווער רעדט פון חתונה מאכן.

מען קען אריינגיין אין א ברייטן שמועס אין דעם נושא, די חורבן איז אז דעת בעה"ב קען זייער אסאך פארפירן דא.

איז אדרבה, אויב איינער האט אמאל דורכגעטוהן די נושא און האט קלארע מקורות איבער בטחון ווען עס קומט אוועקצולייגן געלט, ביטע אריינקומען.
עיין בפלא יועץ ערך ביטחון

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:15 am
דורך צווייטער
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:39 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:44 pm

טאקע א מדריגה!

נאר למען האמת, ס'איז לפי הספה"ק נישט קיין חסרון אמונה צו טון השתדלות אויף א שפעטערע צייט, אויב מ'רעכנט אז מ'גייט עס דארפן.
איך האב שוין לאנג געזוכט א מקור אויף דעם וואס דו זאגסט. פשטות ווען איך לערן חובת הלבבות שער הבטחון, איז נישטא קיין שום סיבה א מענטש זאל אוועקלייגן דאס מינדעסטע פאר אן אנדערן טאג, ווער רעדט פון חתונה מאכן.

מען קען אריינגיין אין א ברייטן שמועס אין דעם נושא, די חורבן איז אז דעת בעה"ב קען זייער אסאך פארפירן דא.

איז אדרבה, אויב איינער האט אמאל דורכגעטוהן די נושא און האט קלארע מקורות איבער בטחון ווען עס קומט אוועקצולייגן געלט, ביטע אריינקומען.
עיין בפלא יועץ ערך ביטחון
שוין יארן וואס איך מוטשע זיך אויף דעם פלא יועץ, דער חובת הלבבות האלט קלאר אנדערש.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:20 am
דורך תינוק הבורח
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:15 am

און איך מוטשע מיך אויפן חובת הלבבות...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 12:40 pm
דורך שכל הישר
בטחון האט אסאך מדריגות און עס ווענד זיך ווי די מענטש האלט...

אויב איינער ווערט נערוועז ווען א קאר פארט פאמעליך אין פראנט פון אים, קען ער נישט זאגן אז ער לייגט נישט אוועק פאר חתונה מאכן... ווייל סקומט פון פוילקייט און אומאחריות.

נאר וואס דען? מען ארבעט ציבוסלעך אויף די אמונה און בטחון מער און מער און מען שטייגט מדריגות...

געהערט אמאל פון א גרויסע גדול, אז מען טאר נישט פאטשקען געלט אויף די חשבון פון בטחון...

אבער אוואדע איז דא מדריגות פון גרויסע ערליכע אידן וואס זענען נישט איבערגעשלאפן מיט א פרוטה אין טאש...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 12:41 pm
דורך תורה ויראה
רבותי, מ'קען עס נאך כאפן פאר ער מעלדט זיך... :P

Screenshot 2026-01-09 100213.png
Screenshot 2026-01-09 100213.png (144.88 KiB) געזען געווארן 1298 מאל

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 09, 2026 1:48 pm
דורך ויצא
צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:34 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 4:44 pm

טאקע א מדריגה!

נאר למען האמת, ס'איז לפי הספה"ק נישט קיין חסרון אמונה צו טון השתדלות אויף א שפעטערע צייט, אויב מ'רעכנט אז מ'גייט עס דארפן.
איך האב שוין לאנג געזוכט א מקור אויף דעם וואס דו זאגסט. פשטות ווען איך לערן חובת הלבבות שער הבטחון, איז נישטא קיין שום סיבה א מענטש זאל אוועקלייגן דאס מינדעסטע פאר אן אנדערן טאג, ווער רעדט פון חתונה מאכן.

מען קען אריינגיין אין א ברייטן שמועס אין דעם נושא, די חורבן איז אז דעת בעה"ב קען זייער אסאך פארפירן דא.

איז אדרבה, אויב איינער האט אמאל דורכגעטוהן די נושא און האט קלארע מקורות איבער בטחון ווען עס קומט אוועקצולייגן געלט, ביטע אריינקומען.
טאקע א נושא, פון איין זייט איז דא די גמרא (סוטה מח:) תניא רבי אליעזר הגדול אומר כל מי שיש לו פת בסלו ואומר מה אוכל למחר אינו אלא מקטני אמנה.

אבער פון די אנדערע זייט, דארף מען אבער עס אנקוקן אין א בחינה פון לכל זמן, דאס הייסט אזוי, אויב איז ווינטער די זמן צו פלאנצן און זוממער די זמן צו שניידן אויב וועט איינער זאגן אום ווינטער יעצט האב איך צו עסן איך דארף מיר נישט זארגן וואס וועט זיין מארגן, גייט עס זיכער נישט אריין אין דעם גדר. אויב יעצט איז די זמן אנצוזייען פאר'ן זוממער, און זוממער איז א זמן צו שניידן פארן יאר דארף ער עס יעצט טון. והה''ד אֹגֵר בַּקַּיִץ בֵּן מַשְׂכִּיל (משלי י', ה)

נאר וואס דען, יעדע פעולה וואס מ'טוט פאר השתדלות דארף ער מעסטן אין וועלכער קאטעגאריע עס פאלט אריין.

און נאכאלץ איז עס א נושא ארוכה
א תשובה פון שבט הלוי בענין

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 7:12 pm
דורך נאסע שמאטעס
זייער א שיינע שמועס און שכוח @ויצא פאר'ן שבט הלוי זייער קלארע דיבורים אז וואס ס'איז בטבע בעולם דארף מען טון און ס'איז נישט חסרון אמונה.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:56 pm
דורך פשוט און גראד
זאל זיין

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:27 pm
דורך בן חיים
איינער ווייסט צו מקען ערגעץ דאונלאודן די שיעורים פון 'יושבי אהל' טעלעפאן ליין ?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:58 pm
דורך בתכתקי
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:56 pm זאל זיין
נייס (אין בעלזא גופא זינגט מען די ניגון אויף די ווערטער)

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 11:57 pm
דורך דעת קדשי
מהר''ל נצח ישראל פרק ל''ז
והנה, מה שאמר 'עתידה פרס שתיפול ביד רומי', הוא היותר קרוב כי מלכות אדום יש לה צורה יותר, ומלכות פרס היא מלכות חומרית (גשמיות). והצורה תמיד שולטת על החומר. אך דע, כי לאחר שתיפול פרס ביד רומי, אז תכלה גם מלכות רומי, כי כבר כלה הכל, ואז יבוא משיח.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 9:10 am
דורך שמח
בן חיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:27 pm איינער ווייסט צו מקען ערגעץ דאונלאודן די שיעורים פון 'יושבי אהל' טעלעפאן ליין ?
ניין, זייער לייבערי אויף voitex/telegrund איז נישט פובליק.
אסאך שיעורים ווערט אויך ארומגעשיקט דורך קהל.

וואס דארפסטו?

כ'קען אפשר שאפן זיין אימעיל אדרעס און קענסט אים פראבירן בעטן.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:49 pm
דורך לאקאלער רב
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:15 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:39 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 5:04 pm

איך האב שוין לאנג געזוכט א מקור אויף דעם וואס דו זאגסט. פשטות ווען איך לערן חובת הלבבות שער הבטחון, איז נישטא קיין שום סיבה א מענטש זאל אוועקלייגן דאס מינדעסטע פאר אן אנדערן טאג, ווער רעדט פון חתונה מאכן.

מען קען אריינגיין אין א ברייטן שמועס אין דעם נושא, די חורבן איז אז דעת בעה"ב קען זייער אסאך פארפירן דא.

איז אדרבה, אויב איינער האט אמאל דורכגעטוהן די נושא און האט קלארע מקורות איבער בטחון ווען עס קומט אוועקצולייגן געלט, ביטע אריינקומען.
עיין בפלא יועץ ערך ביטחון
שוין יארן וואס איך מוטשע זיך אויף דעם פלא יועץ, דער חובת הלבבות האלט קלאר אנדערש.
איך טרעף נישט קיין ערך בטחון אין פלא יועץ, סאומטינג ראנג?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:40 pm
דורך צווייטער
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:49 pm
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:15 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:39 pm

עיין בפלא יועץ ערך ביטחון
שוין יארן וואס איך מוטשע זיך אויף דעם פלא יועץ, דער חובת הלבבות האלט קלאר אנדערש.
איך טרעף נישט קיין ערך בטחון אין פלא יועץ, סאומטינג ראנג?
דעפינעטלי

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:12 pm
דורך לאקאלער רב
דו זעהסט דא בטחון?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:18 pm
דורך תינוק הבורח
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:40 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:49 pm
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:15 am

שוין יארן וואס איך מוטשע זיך אויף דעם פלא יועץ, דער חובת הלבבות האלט קלאר אנדערש.
איך טרעף נישט קיין ערך בטחון אין פלא יועץ, סאומטינג ראנג?
דעפינעטלי
חס ושלום, עס איז אין ערך הבטחה.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm
דורך בן חיים
שמח האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 9:10 am
בן חיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:27 pm איינער ווייסט צו מקען ערגעץ דאונלאודן די שיעורים פון 'יושבי אהל' טעלעפאן ליין ?
ניין, זייער לייבערי אויף voitex/telegrund איז נישט פובליק.
אסאך שיעורים ווערט אויך ארומגעשיקט דורך קהל.

וואס דארפסטו?

כ'קען אפשר שאפן זיין אימעיל אדרעס און קענסט אים פראבירן בעטן.
שכוח
איך זוך די שיעורים פון הרב לוי יצחק האניג שליט"א אויף נ"ך
אז מרעדט שוין, ווי קען מען זיך אויפסיינען צו באקומען די שיעורים וואס זיי שיקן אויף אימעיל?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 4:17 pm
דורך תורה ויראה
Screenshot 2026-01-14 161518.png
Screenshot 2026-01-14 161518.png (144.62 KiB) געזען געווארן 583 מאל

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:16 pm
דורך שמח
בן חיים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:42 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 9:10 am
בן חיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:27 pm איינער ווייסט צו מקען ערגעץ דאונלאודן די שיעורים פון 'יושבי אהל' טעלעפאן ליין ?
ניין, זייער לייבערי אויף voitex/telegrund איז נישט פובליק.
אסאך שיעורים ווערט אויך ארומגעשיקט דורך קהל.

וואס דארפסטו?

כ'קען אפשר שאפן זיין אימעיל אדרעס און קענסט אים פראבירן בעטן.
שכוח
איך זוך די שיעורים פון הרב לוי יצחק האניג שליט"א אויף נ"ך
אז מרעדט שוין, ווי קען מען זיך אויפסיינען צו באקומען די שיעורים וואס זיי שיקן אויף אימעיל?
קרית יואלע קהילה אימעילס
וומסב''ג קהילה אימעילס

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 5:04 pm
דורך אמת ואמונה
היינט איז די יארצייט פון ר' מנחם שטארק הי"ד.

@דער תהלים איד האט בשעתו געעפענט די אשכול אויף אייוועלט!!!

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 76#p785776

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:28 pm
דורך וויענער חסיד
ר יואליש קרויס האט געהאט אן אינטערוויו מיט שלומי זייענץ, ער וואוינט און געגנט פון ישיבת מיר, און דערציילט שרעקליכע זאכן וואס טוט זיך אפ דארט מיט די בחורים[צניעות וד"ל] ,איז עס אמת?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:43 pm
דורך אויגעלעך
וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:28 pm ר יואליש קרויס האט געהאט אן אינטערוויו מיט שלומי זייענץ, ער וואוינט און געגנט פון ישיבת מיר, און דערציילט שרעקליכע זאכן וואס טוט זיך אפ דארט מיט די בחורים[צניעות וד"ל] ,איז עס אמת?
וואו?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 5:44 pm
דורך וויענער חסיד
אויף טיף טיף פאדקעסט מיט שלומי זייענץ