מענדי שטערן האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 4:50 pm
לאמיר אלע פרעגן @על פי תורה וואס די מעשה איז געווען.
פאר איך גיי מסביר זיין וואס די מעשה איז, לאמיר נאר קלארשטעלן וואס מיין שטעלונג איז.
איך בין איינער וואס האלט שוין מיט לב טהור (וויפיל עס איז שייך) די לעצטע 5/6 יאר. איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין שום קאנטאקטן אדער מער אינפארמאציע ווי אנדערע, אבער יא א שטארקע אינטערעסע.
ווען עס איז געשען די איבערפאל האב איך מיך מורא'דיג אריילגעלייגט אין די פרשה, געזען יעדע ווידיאו, געהערט יעדע אינטערווי, נאכגעפאלגט יעדע נייעס, געגעבן ביי די קאמפיין, מתפלל געווען פאר די קינדער וכו' וכו'.
איך האב אייביג געוויסט לב טהור טהור איז א קליפה, לב טהור איז א
שעדליכע פלאץ און ספעציעל איינמאל איך האב זיך אריינגעמישט אין די פרשה און אנגעהויבן רעדן מיט יוצאים און עסקנים, האב איך געזען אז ס'דארף טאקע ווערן צוגעמאכט אבער סאך סאך וויכטיגער ווי איך האב ביז יעצט געמיינט.
איך האב אנגעהויבן הערן זאכן וואס האבן מיך אויפגעשוידערט, עס האט מיך גע'עקל'ט אז ס'זענען בכלל דא מענטשן וואס קענען אויפקומען מיט אזעלכע געדענקן ווי אזוי צו פייניגן די מענטשהייט.
שפעטער האב איך מיך אנגעהויבן באקענען מיט מער און מער פון די וואס ווילן נישט מיטארבעטן מיט די עסקנים. מיט די וואס גייען בלייבן אין לב טהור זאל זיין וואס זאל זיין. איך האב איינגעזען אז
רוב פון זיי, אפילו די וואס זענען יעצט נאך דארט, זענען נישט דארט ווייל זיי ווילן סיין שלעכט נאר ווייל זיי מיינען אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון.
איך גיי יעצט מן הסתם ווערן אראפגעריסן אז איך בין געווארן manipulated ביי זיי אבער לאמיר עס צונעמען און זען אויב איך בין גערעכט.
לאמיר געבן א קוק, אונז האבן דא געהאט די לעצטע 2 וואכן די זכיה צו האבן א גאסט ביי אונז אויף אידטיש. בין איך manipulated פאר'ן זאגן די "זכיה"? ניין.
משה'לע איז א צדיק פון א איד! בין איך manipulated? ניין! איייייי, ער האלט נאך פון לב טהור? אייי, ער גייט נאך מיט די קליידער? אלעס פיין און וואיל, פאקט איז אז משה'לע איז א זעלטענע טייערע איד.
לאמיר גיין ווייטער, אלע יוצאים, וואס זענען זיי? די תירוץ איז רובא דרובא זענען טייערע חשובע אידן, ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט די עסקנים, ווען זיי האבן צוברעכן דער עסקן'ס גלעזער און ארויסגעשלעפט יענער עסקן'ס פיאות, זענען זיי געווען רשעים? ניין!
רוב פון דער אידן זענען/ווילן זיין וואיל און גוט נאר נישט אלעמאל ווייסט מען וואס דאס איז. נישט נאר דאס, אויב גלייבט איר נישט קענט איר פרעגן סיי וועלכע עסקן וואס איז בקשר מיט די זיי אז
רוב פון זיי האלטן אז לב טהור איז געווען א פראבלעם און געציילטע האלטן אפילו אז לב טהור האט מען געדארפט פארמאכן אבער האלטן אז די מהלך וואס די עסקנים האבן גענומען איז געווען נישט די ריכטיגע.
איך האב מיך גארנישט געטוישט פון מיין מינונג אויף לב טהור חוץ אז ס'איז געווען א גרעסערע פראבלעם פון וויפיל איך האב ביז יעצט געמיינט איך ווייס, און איך רעדט מיך נישט איין אז איך ווייס יעצט אפילו האלב פון וואס איז דארט פארגעגאנגען.
דאס איז נישט עפעס וואס איך האב אמאל באהאלטן, אדרבא, רוף אן ביי וועלכע פאברענטע לב טהור מיטגליד איר ווילט און פרעג אים צו איך האב אמאל באהאלטן אז איך האלט פייער קעגן לב טהור.
נישט נאר האב איך עס נישט באהאלטן, נאר פינקט פארקערט. איך האב אלעמאל געזאגט צו זיי אז לב טהור דארף זיך צומאכן און אז איך האב מתפלל געווען אז ס'זאל געשען.
צוריק צו דאס אז איך קען נישט שרייבן אידיש.
איך האב קיינמאל נישט געקענט שרייבן אידיש און זיכער נישט אויף א קיבארד, אויף אזוי ווייט אז יעדע מאל איך האב געשיקט אן אינטערווי צום producer אין ארץ ישראל (גראדע א צדיק פון א איד, איין טאג וועל איך אי"ה דערציילן מער איבער אים אי"ה), האב איך צוגעשריבן אז חוץ פון אויסארבעטן די רעקורדינג זאל דער און דער זאך זאל מען שניידן, שטעל צאם די הקדמה מיט די שמועס אא"וו.
ווען איך האב עס געשיקט האט ער מיר געזאגט אז ער פארשטייט נישט קיין ענגליש, האב איך עס פראבירט צו שרייבן אין אידיש ( ניטאמאל געהאט א אידישע קיבארד) אבער בכלל נישט מצליח געווען.
האב איך אייביג אריינגעזאגט א רעקורדינג וואס מען דארף פארעכטן.
שפעטער האב איך אנגעהויבן זיין בקשר מיט די לב טהור אידן און נאך שפעטער האב איך אנגעהויבן שרייבן אויף אידטיש, האב איך מיך איינגעהאנדלט א אידישע קיבארד און פראבירט צו נוצן אידיש וואס מער און טאקע, עס האט גענומען גאר לאנג צו שרייבן (איך רעדט פון אידטיש) עד כדי כך אז רוב פון מיינע פאוסט'ס האב איך נישט געשריבן אויף איינמאל. איך פלעג שרייבן אביסל יעצט און אביסל שפעטער ווייטער געשריבן. על פי תורה פלעג איך שרייבן ענגליש און פאר practice, האב איך אנגעהויבן שרייבן אידיש.
דער וואס זעט מיינע מעסעזשעס (וועט זען כמעט אייביג) גלייך ווען ס'גייט ארויף וועט זען אז ביז 10 מינוט נאך וואס עס גייט ארויף, טוישט זיך די עס די גאנצע צייט די ספעלינג אדער געוויסע ווערטער וויבאלד מענטשן (אריינגערעכנט מענטשן וואס manipulaten מיך) וואס קענען מיך וועלן שיקן א מעסעזש אז מען שרייבט עס מיט אן "ע" און נישט מיט אן "א" וכו'.
אויף דעם אז איך בין נישט געווען שארפ קיינמאל, אין אנהויב האב איך דרך נאר געזאגט אז דער אינטערווי איז/גייט ארויפגיין.
איינמאל איך האב געשריבן עפעס מער דערפון, בין איך אייביג געבליבן מיט די זעלבע טאן.
עטליכע האבן שוין געזאגט אז אנדערע שרייבן עס פאר מיך. קיין איינער האט נישט געשריבן קיינמאל פאר מיך חוץ 2 מאל.
1- ווען עפעס האט געזאלט ארויפגיין פרייטאג נאכמיטאג וואס ביי מיך וואלט שוין געווען שבת, האב איך געבעטן א ידיד פון אמעריקא זאל עס שרייבן איינמאל עס גייט ארויף אויף קווארטעל.
2- ווען איך האב פראבירט צו ארויפלייגן אן אינטערווי אויף אידטיש און נישט געוויסט ווי אזוי האב איך נאכאמאל געגעבן עקסעס צו איינער און געבעטן ער זאל עס אפלאודן פאר מיך.
איך ווייס נישט פארוואס איך האב דאס אלעס געשריבן אבער איך האף אז עס איז קלאר.