בלאט 586 פון 614
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 12:51 am
דורך קענסט מיך?
פרוביר צוזאמרעכנען אלע 200 און 100 דא אויפן זייטל ואידך זיל גמור.....
משהלע ווי קען מען זיך איינשרייבן פאר מתנות?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:06 am
דורך קטן בקטנים
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:48 pm
ניסן שלמה אלישע בן יוכבד צביה חנה רחמנות !!!!!!! איי מזאל אהים נישט צירייסן פון זיין מאמעס הענט ער איז א קינד פון א יאר אהלב א בן יחיד רחמנות!!!!!!!!
ס'א תקנה אין ל"ט אז מעןן מיז האבן דריי נעמען?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:43 am
דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ
אורך ימים האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 11:46 pm
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 10:45 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 10:40 pm
נו ער זאגט דאך אז זי קען רואיג גיין וואוינען צוזאמען מיט'ן קינד.
ניין איך האב נישט דעס געזאגט נאר אפילו זי וויל נישט ג'יין וואינען ביי יענע משפחה וואס האט די קאסטאדי מען דארף איר לאזן ראוג וואינען און אמעריקא ווייל זי קען סייווי נישט אנטלויפן סע פעלט נישט אויס צי טוהן אזא רציחה אלעס האט א גבול ( אפילו די שופט האט געגעבן רשות אבער די שופט כל הארץ איז זיכער נישט מסכים) רחמנות!!!!!
נאכאמאל, @אין כל חדש שרייבט דאך זייער קלאר, מען כאפט נישט צו די בעבי פון די מאמע, סך הכל האט די מאמע באשלאסן זיך צו אפטיילן פון איר קינד, און נישט מיטגיין וואו איר קינד גייט איינשטיין. וואס דרייסטו איבער?
איך פארשטיי נישט די קינד קען נישט קיין ערגעץ ער איז א קליין קינד ער באלאנגט צי זיין מאמע און נישט צו קיינעם אויף די וועלט !!!! איינער וואס רייסט ארויס איר קינד פון איר הענט און שפטער זאגט איר קענסט אויך מיט קימען ווערט ער נישט אויס .... דורך דעם און אויב די מאמע וויל נישט ג'יין צי יענע פעטער ( איך פארשטיי איר אויך ווער פון אינז זאלן ווילן ג'יין וואינען ביי די הויז פון די וואס שטייט איבער אלע אידושע בלוט וואס גיסט זיך לעצטע יאר )
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:47 am
דורך אורך ימים
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:43 am
אורך ימים האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 11:46 pm
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 10:45 pm
ניין איך האב נישט דעס געזאגט נאר אפילו זי וויל נישט ג'יין וואינען ביי יענע משפחה וואס האט די קאסטאדי מען דארף איר לאזן ראוג וואינען און אמעריקא ווייל זי קען סייווי נישט אנטלויפן סע פעלט נישט אויס צי טוהן אזא רציחה אלעס האט א גבול ( אפילו די שופט האט געגעבן רשות אבער די שופט כל הארץ איז זיכער נישט מסכים) רחמנות!!!!!
נאכאמאל, @אין כל חדש שרייבט דאך זייער קלאר, מען כאפט נישט צו די בעבי פון די מאמע, סך הכל האט די מאמע באשלאסן זיך צו אפטיילן פון איר קינד, און נישט מיטגיין וואו איר קינד גייט איינשטיין. וואס דרייסטו איבער?
איך פארשטיי נישט די קינד קען נישט קיין ערגעץ ער איז א קליין קינד ער באלאנגט צי זיין מאמע און נישט צו קיינעם אויף די וועלט !!!! איינער וואס רייסט ארויס איר קינד פון איר הענט און שפטער זאגט איר קענסט אויך מיט קימען ווערט ער נישט אויס .... דורך דעם און אויב די מאמע וויל נישט ג'יין צי יענע פעטער ( איך פארשטיי איר אויך ווער פון אינז זאלן ווילן ג'יין וואינען ביי די הויז פון די וואס שטייט איבער אלע אידושע בלוט וואס גיסט זיך לעצטע יאר )
בקיצור, פאליטישע חשבונות איז איר וויכטיגער ווי איר קינד. זייער קלאר.
שריי נאר נישט אז מען רייסט אוועק א בעבי פון א מאמע ווען דאס איז נישט די מעשה דא.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:51 am
דורך ממעמקים
מוצאי די היציגע לעצטע פאר בלעטער סאמעטוכע (און יעצט מיט די מאמע קינד סיטואציע)
וויל איך פרעגן, עוורידש יוצא, ווילאנג נעמט ביז ער הערט אויף ניצן אויף יעדע זאך די ווערטער ווי
בלוט, רשעים ארורים, רוצח, שטארבן, הינגערן, צווינגען?
יעדע מאן האט אויך געפילן און יעדע פרוי האט אויך א מוח
קוקט אבער אויס אז אין לב טהור, א חלק פון נישט לאזן טראכטן, איז די וועג וויאזוי מען האט גערעדט ביי די מענער איז נאר מיט געפילן, וואס דאס איז קראנק.
און לכאורה דאס איז די וועג וויאזוי די שווינדלער האבן אלע יארן מצליח געוועהן צו שארן גוטהארציגע אידן׳ס געלט
…עס גייט נאך אן עד היום… אבער מיט globalization נאך אויך!!
געב א קוק, איינער בעט פשוט א קליינע סכום, און קוק ווער עס שרייט!!
און קוק וואס זיי שרייען!! ווען איז געהערט געווארן די שפראך פון
״ווער עס געבט נישט לאזט קינדער הינגערן״ אדער ״דו פארגיסט אידיש בלוט״
חוץ פון לב טהור, ווען האט מען לעצט זיך געלאזט ניצן די שרעקעדיגע סארט שפראך אז בלוט גיסט זיך?
די שפראך האט מען געניצט ביי די חורבן בית המקדש, גזירת תח ותת, אינקוויזיציע, די צווייטע וועלט מלחמה. ניצן די שפראך סתם פאר דיין צוועק, וואס איך גלייב קען זיין איז טאקע א שווערע, אבער סאיז חוזק געמאכט פון די אלע מלחמה איבערלעבער!
איך ווייס פון א געוויסע משפחה וואס מיטשעט זיך געפערליך מיט פרנסה, נישט דא דארט קיין געלט אויף די מינימום, מען מאכט חתונה די קינדער מיט א בודשעט מער ווי סתם געשפארט, מען דארף צאלן די יונגערע קינדער סכר לימוד, נישט דא דארט קיין וואקאציעס, נייע שוך קויפט מען די ביליגסטע נאר ווען סאיז שוין נישט שייך מער צו גיין די אלטע. זיי מאכן יעצט ווידער חתונה, נישט דא קיין געלט וויאזוי…
אויב בעט איך א נדבה, און א צווייטע פרעגט מיר אפ מיין געשיכטע איז יענער א רוצח? יענער האט פארגאסן בלוט?
נייו!! ער איז א פשוטע גוטסקייט לשם גוטסקייט,
ער קען מיך אפפרעגן, און איך קען אים ענטפערן.
סקען מיר ווייטוהן אז ער מאכט אוועק, אבער קיינעםס בלוט האט זיך נישט אויסגעגאסן דא…
מען דארף אויפהערן רעדן די נייע קראנקע געפילישע סארט שפראך וואס די ל״ט פירער האבן אריינגעווישט אין א נערמאלע סאסייעטי. לאמיר צוריק אנהייבן טראכטן, רעדן און פילן און ריעקטן ווי נערמאלע מענטשן ווי מח שולט על הלב,
דער רוצח איז דער וואס לעיבל׳ט אויף יעדע מענטש וואס question׳ט אים אלץ רוצח און בלוט פארגיסער
אז איינער בעט געלט, מיינט נישט אז דו מוזט אים געבן, און אז דו פרעגסט אריין, מיינט נישט אז דו בוסט א שלעכטע מענטש, א בלוט פארגיסער זיכער נישט.
גראדע אין די פאל האט משה׳לע געבעטן ווי א נערמאלע מענטש, נאר געוויסע מענטשן האבן געמיינט זיי דארפן איבערנעמען די ל״ט ציגאנג פון שנארעריי.
לאמיר אלע צוריק ווערן רחמנים בני רחמנים, און געבן ברייטהארציג און אויך וויסן פאר וועם און ווען און וויפול צו געבן!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:54 am
דורך הדסים
ממעמקים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:51 am
געב א קוק, איינער בעט פשוט א קליינע סכום, און קוק ווער עס שרייט!!
און קוק וואס זיי שרייען!! ווען איז געהערט געווארן די שפראך פון
״ווער עס געבט נישט לאזט קינדער הינגערן״ אדער ״דו פארגיסט אידיש בלוט״
*ווער עס מאכט קאלט מענטשן פון געבן פאר א צוועק באשטעטיגט דורך עסקנים און לאכט אפ בפנים פון א נצרך.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 2:16 am
דורך ממעמקים
הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:54 am
ממעמקים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:51 am
געב א קוק, איינער בעט פשוט א קליינע סכום, און קוק ווער עס שרייט!!
און קוק וואס זיי שרייען!! ווען איז געהערט געווארן די שפראך פון
״ווער עס געבט נישט לאזט קינדער הינגערן״ אדער ״דו פארגיסט אידיש בלוט״
*ווער עס מאכט קאלט מענטשן פון געבן פאר א צוועק באשטעטיגט דורך עסקנים און לאכט אפ בפנים פון א נצרך.
פינקטליך דאס האב איך גערעדט וועגן
נישט ווייל איינער,- נישט קיין חיליק פון וואו ער שטאמט, בעט געלט, און עסקנים באשטעטיגן דעם צוועק אלץ לעדזיט, מיינט אז דו מוזט געבן, און דו פארגיסט בלוט אויב נישט, אדער דו פרעגסט וועגן די צוועק אדער דו האקסט אריין וועגן א צווייטע נושא.
פינקט דאס האב איך געמיינט.
די אידן פון ל״ט און די יוצאים מאכן שרעקליך מיט, איך שפיר מיט זייער פיין. איך האב ב״ה זיך משתתף געוועהן מיט געלט ווען איך האב געקענט.
גראדע גייט מיין מעשר געלט חודש׳ליך צו די אויבערדערמאנטע משפחה, און ב״ה אז איך נעם אויך אראפ נאך א שיינע צאל פון מיין חודשליכע געהאלט פאר אנדערע צדקה צוועקן.
אסאך אידן שטייען ליידער אין א שווערע מצב, און האבן נישט קיין סופארט. אויב זיי קומען אויף א פובליק פורעם בעטן, ווערסטו א רוצח פארן פרעגן אדער נישט געבן?
די געפילישע רייד פון בלוט פארגיסונג, און דו ווערסט שוין א רוצח ווייל מן הסתם דארף יענער פארמיולע… אגב, די גאנצע געדאנק פון מאכן געלט בעטלעריי אלץ א דירעקט לינק צו הינגעריגע קינדער איז א סטראטיגישע געדאנק פון שאקלען שטרונעס פון שוואכע הערצער… פרעג עני מארקעטער
כלל ישראל זאל ווייטער געבן ביד הרחבה און כלל ישראל
וויל ווייטער געבן
אבער די קראנקע געפילישע וועג פון בעטן און נעמען אויף א גילט רייד דארף זיך אויפהערן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 2:42 am
דורך הדסים
ממעמקים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 2:16 am

ליין איבער וואס כ'האב געשריבן.
*ווער עס מאכט קאלט און ער מאכט חוזק פונעם נצרך בפניו.
זייער שיין אז איר גיבט אבער נישט פון דעם האב איך גערעדט, קיינער איז נישט מחויב צו געבן און מ'מעג אפילו אסר'ן צו גיין נאך געלט דא, אזוי לאנג ווי מ'גייט דא נאך געלט איז פארלאנגט ביי די תורה נישט צו טשעפען ובפרט ווען עסקנים האבן שוין באשטעטיגט דעם צוועק.
געבן "עצות" איבער אמעריקאנע הילף ארגאניזאציעס, ארויסברענגען פונקט דעמאלט שלא מן הענין ווי שטארק מ'דארף אכטונג געבן נישט צו ווערן איבערגענומען פון טרערן און די וויכטיגקייט פון בלייבן אייז קאלט, ווארענונגען אז דאס געלט גייט פאר לויערס, לצנות'ן אז דאס געלט וועט גיין פאר קאלאמביאנע טיקעטס; דאס איז אלעס געשריבן געווארן דא אויף אידטיש
נאכדעם וואס ר' שמואל פוקס האט באשטעטיגט דעם צוועק און עס געשריבן בשם ר' יי"ה בלום.
חוץ מזה וואס דער צוועק איז שוין פריער געווארן באשטעטיגט ביי העסקן הרב
@לעבער אייער.
פאלגנד איז נאך א קוואוט - אויך געשריבן נאכן באשטעטיגן.
► Show Spoiler
אויב איינער וואונדערט זיך וויאזוי לב טהור האט אייביג באוויזן צו באאיינדרוקן תמימי לב - זאל אביסל קוקן וויאזוי א יעצטיגע לב טהור מיטגליד ארבעט פיבערהאפטיג ווי א מומחה עצום צו פארקירעווען א אשכול וואס דעקט אויף אלעס, צו א 200 דאלערדיגע בקשה, אז פלוצלינג ווערט דאס ממש די צענטער פון די גאנצע לב טהור מערכה, צו מ׳זאל געבן פאר אים 200 דאלער צו נישט.
און נישט סתם פארקריעוועט, נאר מיט א גאר סאפיסטיקירטע ״טענו לו בחיטים והודו בזכר קדשו״ מהלך.
ווער ס׳וויל געבן זאל געבן, יא יא נישט נישט, און אינטערעסאנט אז ביז די ווייטע אידטיש - וואס מ׳דארף עפענען א ניק, מ׳דארף טרעפן א קאמפיוטער און רשות צו שרייבן, און מ׳דארף זיך מוטשען צו שרייבן צוויי האלבע ווערטער אין אידיש, - האט ער נישט מצליח געווען צו בעטן פון קיינעם, דאס איז שוין נאכ׳ן ארומפארן גאנץ קרית יואל און בארא פארק מיט ברייט פארשפרייטע קליפס ווי ער גייט נאך צדקה כדי צו צעשפרייטן אז ״ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים - ווילסט עפעס געבן?״.
ווער עס פארשטייט נישט וואס דא קומט פאר זאל מאכן א מינוט Pause און מאכן א סך הכל פון וויאזוי זיינע דיסקאסיעס דא גייט צו, וואס ער זוכט דא בכלל (איך קען רואיגערהייט זען לאנגזאם און פעלדמאן האבן א שעה דיסקאסיע אויף דעם אופן און דער עולם זאל וויינען פאר געלעכטער).
מוזסט נישט געבן, קענסט פלעין שטיל שווייגן. דזשאסט שאט אפ.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 3:47 am
דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ
פופציגער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:47 pm
מיר זענען מתפלל דאס קינד זאל זיך געפונען אין גוטע הענט.
ולה’ הישועה.
אמן כן יהי רצון ווי איז דא בעסער הענט פאר א קינד פון א יאר אהלב ווי די הענט פון זיין אייגנע מאמע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 3:50 am
דורך ממעמקים
הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 2:42 am
ממעמקים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 2:16 am
פינקטליך דאס האב איך גערעדט וועגן
נישט ווייל איינער,- נישט קיין חיליק פון וואו ער שטאמט, בעט געלט, און עסקנים באשטעטיגן דעם צוועק אלץ לעדזיט, מיינט אז דו מוזט געבן, און דו פארגיסט בלוט אויב נישט, אדער דו פרעגסט וועגן די צוועק אדער דו האקסט אריין וועגן א צווייטע נושא.
פינקט דאס האב איך געמיינט.
די אידן פון ל״ט און די יוצאים מאכן שרעקליך מיט, איך שפיר מיט זייער פיין. איך האב ב״ה זיך משתתף געוועהן מיט געלט ווען איך האב געקענט.
גראדע גייט מיין מעשר געלט חודש׳ליך צו די אויבערדערמאנטע משפחה, און ב״ה אז איך נעם אויך אראפ נאך א שיינע צאל פון מיין חודשליכע געהאלט פאר אנדערע צדקה צוועקן.
אסאך אידן שטייען ליידער אין א שווערע מצב, און האבן נישט קיין סופארט. אויב זיי קומען אויף א פובליק פורעם בעטן, ווערסטו א רוצח פארן פרעגן אדער נישט געבן?
די געפילישע רייד פון בלוט פארגיסונג, און דו ווערסט שוין א רוצח ווייל מן הסתם דארף יענער פארמיולע… אגב, די גאנצע געדאנק פון מאכן געלט בעטלעריי אלץ א דירעקט לינק צו הינגעריגע קינדער איז א סטראטיגישע געדאנק פון שאקלען שטרונעס פון שוואכע הערצער… פרעג עני מארקעטער
כלל ישראל זאל ווייטער געבן ביד הרחבה און כלל ישראל
וויל ווייטער געבן
אבער די קראנקע געפילישע וועג פון בעטן און נעמען אויף א גילט רייד דארף זיך אויפהערן
ליין איבער וואס כ'האב געשריבן.
*ווער עס מאכט קאלט און ער מאכט חוזק פונעם נצרך בפניו.
זייער שיין אז איר גיבט אבער נישט פון דעם האב איך גערעדט, קיינער איז נישט מחויב צו געבן און מ'מעג אפילו אסר'ן צו גיין נאך געלט דא, אזוי לאנג ווי מ'גייט דא נאך געלט איז פארלאנגט ביי די תורה נישט צו טשעפען ובפרט ווען עסקנים האבן שוין באשטעטיגט דעם צוועק.
געבן "עצות" איבער אמעריקאנע הילף ארגאניזאציעס, ארויסברענגען פונקט דעמאלט שלא מן הענין ווי שטארק מ'דארף אכטונג געבן נישט צו ווערן איבערגענומען פון טרערן און די וויכטיגקייט פון בלייבן אייז קאלט, ווארענונגען אז דאס געלט גייט פאר לויערס, לצנות'ן אז דאס געלט וועט גיין פאר קאלאביאנע טיקעטס; דאס איז אלעס געשריבן געווארן דא אויף אידטיש
נאכדעם וואס ר' שמואל פוקס האט באשטעטיגט דעם צוועק און עס געשריבן בשם ר' יי"ה בלום.
חוץ מזה וואס דער צוועק איז שוין פריער געווארן באשטעטיגט ביי העסקן הרב @לעבער אייער.
פאלגנד איז נאך א קוואוט - אויך געשריבן נאכן באשטעטיגן.
► Show Spoiler
אויב איינער וואונדערט זיך וויאזוי לב טהור האט אייביג באוויזן צו באאיינדרוקן תמימי לב - זאל אביסל קוקן וויאזוי א יעצטיגע לב טהור מיטגליד ארבעט פיבערהאפטיג ווי א מומחה עצום צו פארקירעווען א אשכול וואס דעקט אויף אלעס, צו א 200 דאלערדיגע בקשה, אז פלוצלינג ווערט דאס ממש די צענטער פון די גאנצע לב טהור מערכה, צו מ׳זאל געבן פאר אים 200 דאלער צו נישט.
און נישט סתם פארקריעוועט, נאר מיט א גאר סאפיסטיקירטע ״טענו לו בחיטים והודו בזכר קדשו״ מהלך.
ווער ס׳וויל געבן זאל געבן, יא יא נישט נישט, און אינטערעסאנט אז ביז די ווייטע אידטיש - וואס מ׳דארף עפענען א ניק, מ׳דארף טרעפן א קאמפיוטער און רשות צו שרייבן, און מ׳דארף זיך מוטשען צו שרייבן צוויי האלבע ווערטער אין אידיש, - האט ער נישט מצליח געווען צו בעטן פון קיינעם, דאס איז שוין נאכ׳ן ארומפארן גאנץ קרית יואל און בארא פארק מיט ברייט פארשפרייטע קליפס ווי ער גייט נאך צדקה כדי צו צעשפרייטן אז ״ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים - ווילסט עפעס געבן?״.
ווער עס פארשטייט נישט וואס דא קומט פאר זאל מאכן א מינוט Pause און מאכן א סך הכל פון וויאזוי זיינע דיסקאסיעס דא גייט צו, וואס ער זוכט דא בכלל (איך קען רואיגערהייט זען לאנגזאם און פעלדמאן האבן א שעה דיסקאסיע אויף דעם אופן און דער עולם זאל וויינען פאר געלעכטער).
מוזסט נישט געבן, קענסט פלעין שטיל שווייגן. דזשאסט שאט אפ.
איך מאך נישט אוועק אז עס איז נישט קיין שיינע זאך געוועהן.
וואס איך זאג איז אז דער וואס בעט, און אלע אריינמישער זאלן טאקע ווייטער בעטן, אבער אן די בלוט פארגיסעכצער לעיבלס, און אן די גילט טיילונגען.
און עס איז טאקע נישט שיין פון די אלע וואס מאכן חוזק, ואני בתוכם, אבער מען הרגעט נאכנישט קיין בעיבי מיט דעים
קיינער האט נישט געסיינט א שטר אריינצוקומען אין דעם אשכול אז ער וועט פארמאכן די מויל ווען איינער בעט געלט,
על פי תורה מעג מוטשענען משה׳לע פאר אן ענטפער, משה׳לע מיז נישט ענטפערן
מען מעג בעטן געלט, מען מעג פרעגן קושיות, מען מעג פרעגן אוף טאפיק, סטאפ מיט דעי געפילישע קראנקע מעניפיוליעשאן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 4:31 am
דורך ממעמקים
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 3:47 am
פופציגער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:47 pm
מיר זענען מתפלל דאס קינד זאל זיך געפונען אין גוטע הענט.
ולה’ הישועה.
אמן כן יהי רצון ווי איז דא בעסער הענט פאר א קינד פון א יאר אהלב ווי די הענט פון זיין אייגנע מאמע
אמן. זאל שוין זיין גוט פאר אלע יוצאים פון לב טהור
זיי האבן שוין געניג מיטגעמאכט
אלע קינדער זאלן שוין זיין אין זייער אייגענע שטיב, דארט איז די געזונטסטע אין רוב פעלער
פאר די פעלער וואס די עלטערן זענען נישט די געזינטסטע פארן קינד׳ס עתיד, האט הקב״ה אונז געשאנקען וואוילע אידן, עסקנים, מיט א הארץ וואס שרעקט זיך נישט פון די קריטיקירער
זאל שוין פאר יעדעם זיין גוט במהרה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:44 am
דורך מסתמא
אין כל חדש האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 10:28 pm
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:36 pm
שקיעה האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:24 pm
וועמענס קינד איז דאס?
שמואל משה עמרם ראזנער בן יחיד די באקאנטע... האט גענומען קאסטדי אויף דעיע יונגל די מענטש איז די פעטער פון די מאמע
יא די בן יחיד איז געבוירן געווארן ביי די מאמעס 16 און א האלב יאר, (די באשעפער זאל באהיטן ווען דאס קינד איז שוין נישט קיין בן יחיד), גיי רעכען 9 חדשים אויף צוריק..., ווען מען האט מיט די גרעסטע מאס רשעות חתונה געמאכט ביי לב טהור די מאמע ביי די 12 יאר האסטו אויך געשריגן רחמנות?????!!!!!!!! האסט אויך ארויס געלייגט בקשו רחמים????
דברים נוקבים, א פחד וואס לב טהור איז געווען
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:52 am
דורך שמועות טובות
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:48 pm
ניסן שלמה אלישע בן יוכבד צביה חנה רחמנות !!!!!!! איי מזאל אהים נישט צירייסן פון זיין מאמעס הענט ער איז א קינד פון א יאר אהלב א בן יחיד רחמנות!!!!!!!!
@משה יוסף מנחם העלבראנץ
רחמנות איז די מאמע וואס האט א מאמע וואס האט איר חתונה געמאכט ביי די 12 בידיה... וד"ל
א יעדע אידישע נשמה וואס מען קען מוז מען אוועק רייסן פון די באבעס שווארצע קאנטראל אפגעזעהן די קאנסעקווענצן
איך ווייס זייער גוט פונקטליך וואס און ווי אזוי די נשמה'ס וואס זענען אונטער די באבע'ס קאנטראל וואקסן אויס און זעהן אויס
דו האלטסט ענדערש זאל די אומשולדיגע נשמה'לה ווייטער צודרוקט ווערן פון די באבע מיט איר מאנסטערישע לעבנס קאנטראל?
קודם לאזן די וואונדן ווייטער וואקסן און נאכדעם קומען פארהיילן?
כ'מיין וואס איז דיין חשבון דא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:55 am
דורך א שרייבער
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:36 pm
מיר אלע יודן גלייבן די אייברשטער וועט נקמה נעמן פון דעם ווער קען טראכטן וואס גייט ער יעצט טוהן ארויס שלעפן א בן יחיד פון זיין מאמעס הענט די קינד וויינט מאמע די מאמע שרייט קולות מיין אלישע מיין אלישע סע גרינגער פאר א מאמע צי שטארבן ווי דעס זעהן איי איי רחמנות!!!!!!! די מאמע שרייט יעצט מיין קינד מיין אלישע רחמנות!!!!!!!! פעטער כאפ אים נישט צו פון מיך
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:48 pm
איי מזאל אהים נישט צירייסן פון זיין מאמעס הענט ער איז א קינד פון א יאר אהלב א בן יחיד רחמנות!!!!!!!!
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 10:33 pm
סע פעלט נישט אויס צי צירייסן דאס בן יחיד פון די מאמע זי קען סייווי נישט ארויס ג'יין מדארף רחמנות האבן אויף איר זי איז א פושטע אידושע פרו זי איז נישט קיין לידער זי איז קום 18 יאר נעבעך פארוואס פעלט אויס ארויס שלעפן איר קינד רחמנות!!!!!
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 27, 2025 10:45 pm
זי קען סייווי נישט אנטלויפן סע פעלט נישט אויס צי טוהן אזא רציחה אלעס האט א גבול ( אפילו די שופט האט געגעבן רשות אבער די שופט כל הארץ איז זיכער נישט מסכים) רחמנות!!!!!
טייערע
@משה יוסף מנחם העלבראנץ
איך וויל נישט קאלט מאכן דיינע געפילן ווען דו ביזט אזוי איבערגענומען, אבער פארגעס נישט.
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס מ'נעמט צו א קינד פון די מאמע.
אלע קינדער פון לייבוש מלכה האט מען צוגענומען פון זייער מאמע...
אלע קינדער פון מאיר יואל מלכה האט מען צוגענומען פון זייער מאמע...
אלע קינדער פון יושע לעווי הי"ד האט מען צוגענומען פון זייער מאמע...
אלע קינדער פון זייער אסאך אנדערע משפחות האט מען צוגענומען פון זייער מאמע...
רחמנות!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:57 am
דורך מנחם גאלד
ווי מען הערט האט די יעצטיגע הנהלה פון לב טהור פארבאטן פאר @משה יוסף מנחם העלבראנץ ווייטער צו שרייבן דא.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:59 am
דורך שמועות טובות
מנחם גאלד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:57 am
ווי מען הערט האט די יעצטיגע הנהלה פון לב טהור פארבאטן פאר @משה יוסף מנחם העלבראנץ ווייטער צו שרייבן דא.
צוליב וואס?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:03 am
דורך נר נשמה
ווייל ער קען נאך ר"ל ווערן אויפגעקלערט אדער לפחות באקומען פייגלעך אין קאפ
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:06 am
דורך מסתמא
נר נשמה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:03 am
ווייל ער קען נאך ר"ל ווערן אויפגעקלערט אדער לפחות באקומען פייגלעך אין קאפ
אלעס ווייל ער מיינט עס אמת‘דיג, און ווען מען מיינט עס אמת‘דיג העלפט דער אויבערשטער
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:29 am
דורך מענדי קעניג
בסתר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:01 pm
קוקט אויס אז איר קענט נישט זייער וועג פון שנארען, פון ווי מיינט איר אז זיי האבן געהאט $3M צו ניצען פאר לויערס די לעצטע יאהר? און פארוואס האבן זיי נישט גענוצט די געלט וואס זיי האבן זיך אנגעזאמעלט די אלע יאהרן צו בויען שיינע הייזער?
איך קען זיי גוט, זיי מאכן זיך אלע מאל נעבעכדיג, זיי קענען בעהטן פון 20 מענטשן זאלן זיי געבן געלט און אויסצאהלן א שמחה (ברית, קידוש, בר מצוה) און נאכדעם וועט א 21סטע מענטש דארפן גיין און געשעפט בייצאהלן די ביל (בעיני ראיתי)
איז ממילא זענען זיי זיך אליין שילדיג, און אויב זיי ווילן עפעס זאלן זיי זאגן וואס זיי דארפן און מ'זאל עס בייצאהלן, אז די גיבסט קעש איז עס פאר לויערס
3M$
חחחחחחחחח
"איך קען זיי גוט"
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:50 am
דורך מענדי קעניג
מנחם גאלד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 10:57 am
ווי מען הערט האט די יעצטיגע הנהלה פון לב טהור פארבאטן פאר @משה יוסף מנחם העלבראנץ ווייטער צו שרייבן דא.
דעס גישעהט ווען צו פיל מענטשן נעמען זיך אן אויף עהם און רעדן שיין.
זיי האבן מורא ער הייבט זיך אן צו מתחבר זיין צו די ערב רב.
בקיצור פון איין זייט דארף מען נזהר זיין נישט צו סתם וויי טוהן א צווייטן פון צווייטן זייט דעס אז משה יוסף מנחם קומט דא ארויף און שרייבט איבער סיי וואס באווייזט אז ער איז דא על מנת כן און ממעג עהם פארהאלטן און פרעגן אפילו אויב געוויסע מאל איז עס ווייטאגליך, ער קען נישט זיך נעמען קאמפלעמען אז מפייניגט עהם און יעדער מיז רעדן שיין צו עהם.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:53 am
דורך גרינטליך
ממעמקים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 12:41 am
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 2:11 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 1:19 pm
דעם חנוכה האט דער חכם נר''ו אפגעשיקט א שיינע מתנה און א ווארימע בריוו פאר די משפחה אין אמעריקע וואס האט אריינגענומען זייערע לעכטיגע קינדער. זיך באדאנקנדיג אויף די אלע כוחות וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, און ב''ה מען זעט ווי צופרידן די קינדערלעך.
עס איז באמת א שיינע זאך.
ר' אברהם גרינהוט און ר' יואל גרינבוים צאלן יעדע חודש טויזנטער דאלארן פאר די הוצאות פון די קינדער אליין (נאך טויזנטער דאלארן פאר די אנדערע ברודערס), ממילא איז צום ערווארטן א שיינע מתנה בקרוב אויך פאר ר' אברהם.
מיין טאטע האט טאקע גשיקט א סעט פין ילקוט שמעוני פין 10 כרכים פאר וואס האלטן מיין ברודער מיין טאטע איז זייער נתפעל פין זיי
אויב דער עולם וועט מאכן זיכער אז עס ענדיגט זיך נישט די פלוס פון 200 דאללער נדבות וואס זיי קענען געבן אויב זיי ווילן נישט בארגן פאר משה׳לע דער מלמד, דאן קען מען רעדן פון נאך מתנות
אבי געהאקט.
ביודעי ומכירי, משה'לע האט יעצט אויף די מינוט פארשידינע גרויסע פערזענליך ההוצאות, און ער דארף דאס פאר חיי שעה.
נישט פאר גארנישט אנדערש.
ביטע נישט עם מאכן א פארברעכער.
אויב וויל מען פרעגן שטארקע קשיות וועגן ל"ט בדרך כבוד, איז איין זאך.
אבער נישט עם וויי טוהן אומזיסט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:58 am
דורך גרינטליך
קענסט מיך? האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 12:51 am
פרוביר צוזאמרעכנען אלע 200 און 100 דא אויפן זייטל ואידך זיל גמור.....
משהלע ווי קען מען זיך איינשרייבן פאר מתנות?
די ווילסט דוקא?
ס'מיר פשוט באמת שווער צוקוקן ווי אומטראכטענדיג, גיסט מען אידיש בלוט.
וועל איך עס ארויסשרייבן.
איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט יעצט הוצאות וואס זענען לעבענס וויכטיג וואס קאסטן ארום $2,000
נישט אלץ באלאנגט ווערן געשריבן ברבים דא אויף אידטיש.
ער האט חשבונות ווי ער וועט קענען צאם שטעלן א חלק פון די געלט האפענטליך.
ער האט געבעטן א הלוואה אויף $200.
משה'לע אליין האט נישט געוואוסט דעמאלסט וואס דאס קאסט אלעס.
גלייב מיר ווען די וואלסט געוואוסט פון וואס מרעט דא, וואסט זיך געשעמט פון זיך אליין, אראפ צו רייסן.
ביטע, טוה נישט אויס מענטשן ברבים.
ווילאנג איך ווייס איז ער א יוד, וואס די תורה האט נישט מתיר געווען אויף אונטערהאלטונג זיין בלוט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 12:24 pm
דורך שמואל פוקס
די לעצטע פאר בלעטער, קוקט שוין אויס ווי דער עולם שעמט זיך אז מען האט אראפגעריסן משה יוסף מנחם מיט זיין צוועק. יעדער פראבירט זיך צו פארענטפערן און אטאקירן יענעם אויף רעכטס און לינקס, אבי צו מסביר זיין אז ער איז יא "געווען" גערעכט...
ס'איז גארנישט געשען. מען האט געהאט א טעות, מען איז אויפגעקלערט געווארן, און אלעס איז בסדר. איך ווער נתפעל פון די ניק " Think and Thank ". ער זאגט קלאר, איך האב געמיינט, איך האב געהערט אנדערש און אלעס טוישט זיך... וואס איז שוין געשען?
לגופו של ענין: העלפט ארויס וועמען מען דארף, מען דארף זיך נישט דינגען און זיך רייסן אויף זאכן וואס עס איז נישט נוגע (סיידן אז עס איז דא א מטרה אנצוקומען צו נאך 14 עמודים אויף אידטיש, אזוי אז מען זאל שוין האלטן ביי 600 עמודים... אויסער דעם זענען די אלע דיבורים אומרעלעוואנט.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 12:31 pm
דורך נח איש צדיק
גרינטליך האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 11:58 am
קענסט מיך? האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 12:51 am
פרוביר צוזאמרעכנען אלע 200 און 100 דא אויפן זייטל ואידך זיל גמור.....
משהלע ווי קען מען זיך איינשרייבן פאר מתנות?
די ווילסט דוקא?
ס'מיר פשוט באמת שווער צוקוקן ווי אומטראכטענדיג, גיסט מען אידיש בלוט.
וועל איך עס ארויסשרייבן.
איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט יעצט הוצאות וואס זענען לעבענס וויכטיג וואס קאסטן ארום $2,000
נישט אלץ באלאנגט ווערן געשריבן ברבים דא אויף אידטיש.
ער האט חשבונות ווי ער וועט קענען צאם שטעלן א חלק פון די געלט האפענטליך.
ער האט געבעטן א הלוואה אויף $200.
משה'לע אליין האט נישט געוואוסט דעמאלסט וואס דאס קאסט אלעס.
גלייב מיר ווען די וואלסט געוואוסט פון וואס מרעט דא, וואסט זיך געשעמט פון זיך אליין, אראפ צו רייסן.
ביטע, טוה נישט אויס מענטשן ברבים.
ווילאנג איך ווייס איז ער א יוד, וואס די תורה האט נישט מתיר געווען אויף אונטערהאלטונג זיין בלוט.
אמת
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 12:37 pm
דורך מנחם גאלד
@משה יוסף מנחם העלבראנץ האט גענצליך צובראכן זיין טמא'נע סמארטפאן אפאר מינוט צוריק נאכן באקומען א דירעקטע הוראה איבער דעם פון די ראשי לב טהור צו אויפהערן שרייבן אויף אידטיש, און ער האט אליין מחליט געווען עס צו צוברעכן.

- image000000 (31).jpg (184.57 KiB) געזען געווארן 824 מאל