בלאט 585 פון 601

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:27 am
דורך בודקע
עזה איינוואוינער הינגעריכטעט דורך כאמאס נאך באשולדיגונגען אז ער האט געהאלפן מדינת ישראל‎, אין א פארמאלע דעקלעראציע, האט כאמאס געזאגט אז דער פארשוין אמין באקרי אבו באכרא איז געפונען געווארן שולדיג אין גרינדן א נייע באוואפנטע גרופע אונטער אנפירערשאפט פון יאסער אבו שאבאב, וועמען כאמאס באשולדיגט שוין לאנג אז שאבאב ארבעט פאר מדינת ישראל אונטערצוגראבן כאמאס פירערשאפט אין עזה. די טויט שטראף אויף אבו באכרא איז שוין די צווייטע פאל וואס כאמאס ברענגט אום אן עזה איינוואוינער זייט אנהייב פון די מלחמה אויף באשולדיגונגען פון ארויסהעלפן מדינת ישראל.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:30 am
דורך בודקע
הויכראנגיקער כאמאס פיגור וועלכער דינט אלס מעיאר פון קהאן יוניס, אפעלירט כאמאס אפצושטעלן מלחמה‎, אלא על דין על באטא האט ארויסגעשטעלט א מעסעדזש אין וועלכע ער זאגט אז אויב וועט כאמאס אפשטעלן די מלחמה אין עזה, וועט דאס אוועקנעמען מדינת ישראל'ס ארגומענטן פאר'ן אנהאלטן זייער מיליטערישע אנוועזנהייט אין די פאלעסטינער טעריטאריע. על באטא איז דער ערשטער כאמאס פיגור ארויסצוקומען מיט אזא רוף, נאכדערצו אז ער טראגט אזא הויכע פאזיציע אז ער איז גענומען געווארן דורך די טעראר גרופע אנצופירן קהאן יוניס.
IMG_20250921_022913.jpg
IMG_20250921_022913.jpg (76.18 KiB) געזען געווארן 371 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:22 am
דורך בודקע
צוויי ראקעטן זענען היינט געשאסן געווארן פון עזה, איינס איז סוקסעספול געווארן אראפ געשאסן, די צווייטע איז געפאלן אין א אפענע שטח אין אשדוד.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:29 am
דורך חלום חלמתי
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:24 am בריטישער פרעמיער מיניסטער סטארמער וועט זונטאג אפיציעל אנערקענען פאלעסטינער לאנד‎, קוועלער זאגן אז די מעלדונג איז פלאנירט געווארן נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געענדיגט זיין צוויי טאגיגע באזוך אין ענגלאנד, וויבאלד מען האט נישט געוואלט עס זאל זיין צופיל פראגעס וועגן דעם בשעת טראמפ'ס באזוך. די אנטוויקלונג קומט אין די זעלבע צייט וואס אן אנקעטע צייגט אז 9 פון יעדע 10 בריטישע בירגער שטיצן נישט סטארמער'ס באשלוס צו אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, און א מערהייט בירגער זאגן אז די אנערקענונג זאל נישט געמאכט ווערן ווילאנג כאמאס קאנטראלירט עזה.
IMG_20250921_022346.jpg
ק.פ.? וועט זינטאג אנערקענען.. האט אנערקענט צוזאמען מיט קאנאדע און אויסטראליע

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:32 am
דורך בודקע
קאנאדע, אוסטראליע, United Kingdom, זענען ארויס געקומען מיט א אפיציעלע אנערקענונג פאר א פאלעסטינע מדינה.
IMG_20250921_103104.jpg
IMG_20250921_103104.jpg (12.45 KiB) געזען געווארן 348 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:35 am
דורך בודקע
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:32 am קאנאדע, אוסטראליע, United Kingdom, זענען ארויס געקומען מיט א אפיציעלע אנערקענונג פאר א פאלעסטינע מדינה.

IMG_20250921_103104.jpg
IMG_20250921_102526.jpg
IMG_20250921_102526.jpg (37.93 KiB) געזען געווארן 347 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 11:04 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:29 am
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:24 am בריטישער פרעמיער מיניסטער סטארמער וועט זונטאג אפיציעל אנערקענען פאלעסטינער לאנד‎, קוועלער זאגן אז די מעלדונג איז פלאנירט געווארן נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געענדיגט זיין צוויי טאגיגע באזוך אין ענגלאנד, וויבאלד מען האט נישט געוואלט עס זאל זיין צופיל פראגעס וועגן דעם בשעת טראמפ'ס באזוך. די אנטוויקלונג קומט אין די זעלבע צייט וואס אן אנקעטע צייגט אז 9 פון יעדע 10 בריטישע בירגער שטיצן נישט סטארמער'ס באשלוס צו אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, און א מערהייט בירגער זאגן אז די אנערקענונג זאל נישט געמאכט ווערן ווילאנג כאמאס קאנטראלירט עזה.
IMG_20250921_022346.jpg
ק.פ.? וועט זינטאג אנערקענען.. האט אנערקענט צוזאמען מיט קאנאדע און אויסטראליע

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:20 pm
דורך בודקע
מדינת ישראל באאמטע האבן באשטעטיגט אז מען זעט ערענסטע פארשריט אין ריכטונג פון פאטענציאלע שלום אפמאכן מיט סיריע און מיט לבנון, זייערע ווערטער קומען אין צייט וואס מען הערט פון טראמפ אדמיניסטראציע קוועלער אז א פאטענציאלא זיכערהייט אפמאך צווישן סיריע מיט מדינת ישראל איז 99 פראצענט פארטיג. לויט ווי מען הערט פון זיי קען מען ערווארטן א מעלדונג וואס וועט געמאכט ווערן ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
IMG_20250921_141927.jpg
IMG_20250921_141927.jpg (37.77 KiB) געזען געווארן 296 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:35 pm
דורך בודקע
פרעמיער מיניסטער נתניהו אין רעאקציע צו די אנערקענונג פון לענדער פאר א פאלעסטינע מדינה:
"א פאלעסטינער לאנד וועט נישט געגרינדעט ווערן".
די רעאקציע צו די פארזוך צו ארויפצווינגען אויף אונז א טעראריסטישן לאנד אין הארץ פון אונזער לאנד וועט געגעבן ווערן נאך מיין צוריקקער פון די פאראייניגטע שטאטן.

אויך האט מען געהערט א רוף פון מדנ"י באאמטע צו אנעקסירן מדנ"י מיט יו"ש, לויט באריכטן האט נתניהו געבעטן די רעכטע לאגער זיך צו בארוהיגן פון די דריק צו אנעקסירן שטחים, נאך וואס דאס קען ברענגען איבריגע היץ, נתניהו זאגט מען וועט דאס דארפן רוהיג איבערטראכטן און ער וויל נישט אז אינדערויסענדיגע היץ זאל האבן א השפעה אויף זיין החלטה.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:37 pm
דורך בודקע
דאס פאלעסטינער אויטאריטעט'ס אויסערן מיניסטעריום האט באגריסט די אנערקענונג פון א פאלעסטינער מדינה דורך בריטאניע, קאנאדע און אויסטראליע: "די אנערקענונג פון א פאלעסטינער מדינה איז א אנערקענונג פון די גערעכטע רעכטן פון דעם פאלעסטינער פאלק, אריינגערעכנט דעם שוץ פון דער צוויי-שטאטן לייזונג פון די פארברעכנס באגאנגען דורך מדנ"י. מיר רופן צו אנדערע לענדער און בפרט אמעריקע צו זיין אויף דער ריכטיגער זייט פון היסטאריע און זיך אנשליסן אין דער אנערקענונג פון א פאלעסטינער מדינה."

אין די זעלבע צייט האט חאמאס אין א אפעציעל סטעיטמינט אויך באגריסט דאס אנערקענונג פון א פאלעסטינע לאנד: "דאס אנערקענונג איז א וויכטיגע שריט זיך אנצונעמען פאר אונזערע פאלעסטינע ברודער, דאס איז א אנדענק צו די קרבנות וואס די מדינת ישראל האט אפגעקאסט פאר אונזער פאלק, ווי אויך איז דאס א וויכטיגע טריט פארויס צום ענדיגן די מלחמה"

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:50 pm
דורך דער תהלים איד
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:22 am צוויי ראקעטן זענען היינט געשאסן געווארן פון עזה, איינס איז סוקסעספול געווארן אראפ געשאסן, די צווייטע איז געפאלן אין א אפענע שטח אין אשדוד.

ה"י.

האט מדינת ישראל שוין צוריקגעשאסן און פארניכטעט דעם ארויסשיס צענטער "איינמאל פאר אלעמאל"?

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 3:04 pm
דורך בודקע
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:50 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:22 am צוויי ראקעטן זענען היינט געשאסן געווארן פון עזה, איינס איז סוקסעספול געווארן אראפ געשאסן, די צווייטע איז געפאלן אין א אפענע שטח אין אשדוד.

ה"י.

האט מדינת ישראל שוין צוריקגעשאסן און פארניכטעט דעם ארויסשיס צענטער "איינמאל פאר אלעמאל"?
זיי האבן שוין "איינמאל" זיי האבן שוין פאר "אלעמאל" וחוזר הדין..

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 4:21 pm
דורך אוטובאס
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 3:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 2:50 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 10:22 am צוויי ראקעטן זענען היינט געשאסן געווארן פון עזה, איינס איז סוקסעספול געווארן אראפ געשאסן, די צווייטע איז געפאלן אין א אפענע שטח אין אשדוד.

ה"י.

האט מדינת ישראל שוין צוריקגעשאסן און פארניכטעט דעם ארויסשיס צענטער "איינמאל פאר אלעמאל"?
זיי האבן שוין "איינמאל" זיי האבן שוין פאר "אלעמאל" וחוזר הדין..

יא יא

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 5:30 pm
דורך בודקע
פראנצויזישער פרעזידענט: טראץ וואס מען גייט אנערקענען א פאלעסטינער לאנד וועט פראנקרייך נישט עפענען אן אמבאסאדא ביז כאמאס באפרייט אלע משכונות.

מעקרון האט אין די זעלבע צייט שארף ארינטער געריסן דעם געדאנק פון פארשיקן פאלעסטינער פון עזה. מעקרון זאגט אז עזה איז א טעריטאריע וואס דארף זיין א חלק פון א צוקונפטיגע פאלעסטינער לאנד, און קיינער טאר נישט מיטארבייטן מיט א געדאנק זיי צו פארשיקן פון דארט.
IMG_20250921_172855.jpg
IMG_20250921_172855.jpg (24.72 KiB) געזען געווארן 243 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 12:41 am
דורך בודקע
סאודי אראביע ווארענט מדינת ישראל אז עס גייען קומען ערענסטע קאנסעקווענצן אין פאל מדינת ישראל אנעקסירט חלקים פון די מערב ברעג, עס איז נישט באקאנט וואספארא שריט סאודי אראביע סטראשעט צו נעמען, אבער עס קען אריין נעמען דאס פארשליסן אירע לופט רוימן פאר מדינת ישראל פליגער און אפשטעלן א צאל אומאפיצעלע זיכערהייט און האנדלן אקטיוויטעטן צווישן די צוויי לענדער. די געדאנק פון אנעקסירן חלקים פון די מערב ברעג איז איינס פון א ליסטע רעאקציעס וואס מדינת ישראל באטראכט אין רעאקציע צו דעם וואס לענדער טוען אנערקענען א פאלעסטינער לאנד.
IMG_20250922_004022.jpg
IMG_20250922_004022.jpg (40.16 KiB) געזען געווארן 197 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 12:48 am
דורך בודקע
פרעזידענט טראמפ וויל דורכפירן סאמיט מיט אראבישע פירער אין ניו יארק סיטי צו רעדן וועגן ענדע צו עזה מלחמה‎, צווישן אַנדערן וועלן דאָרט אַנטיילנעמען די פירער פון סאַודי אַראַביע, די יונייטעד אראב עמירעיטס, קאַטאַר, עגיפּטן, ירדן און טערקיי, און מען וועט באַהאַנדלען די טעמע פון די אָנגייענדיגע מלחמה אין עזה. די מיטינג וועט רעדן וועגן א געברויך אַז די לענדער זאָלן צושטעלן טרופּן פאַר עזה צו ערזעצן מדינת ישראל טרופּן, און די מיטינג וועט קומען געציילטע טעג בעפאָר טראָמפּ וועט אויפנעמען דעם מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער נתניהו פאַר א זיצונג אין ווייסן הויז.
IMG_20250922_004717.jpg
IMG_20250922_004717.jpg (53.62 KiB) געזען געווארן 196 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 12:51 am
דורך בודקע
שטארקע דראון אקטיוויטעט העכער שיפן וואס זענען טייל פון די עזה הומאניטארישע הילפס פלאטע, די פרא כאמאס אקטיוויסטן זאגן אז זייערע שיפן זענען עקסטער ארויסגעפארן נאכאמאל פארלאפענעם שבת פון בארצעלאנע, טוניס און דרום איטאליע און האבן זיך שפעטער צוזאמגעטראפן און פארן ווייטער אין ריכטונג פון עזה. יעצט זאגן זיי אז אין די לעצטע 24 שעה זענען אסאך דראונס געקומען העכער זייערע שיפן, אבער עס איז נישט קלאר צי די דראונס זענען מיליטערישע באוואפנטע, אדער סתם סורוועילענס דראונס.
IMG_20250922_005027.jpg
IMG_20250922_005027.jpg (31.83 KiB) געזען געווארן 195 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 12:53 am
דורך בודקע
כאמאס אויסגעפירט טויט שטראף אורטיילן אויף דריי עזה סיטי איינוואוינער פאר ארבעטן מיט מדינת ישראל‎, די דריי זענען געשאסן געווארן צום טויט דורך כאמאס באוואפנטע טעראריסטן אין צענטער פון עזה סיטי, וואו די מאסן האבן געשריגן אללא אכבאר און אנדערע לאזונגען, שיקנדיג א מעסעדזש פאר מדינת ישראל בשעת די עזה סיטי אפעראציע האט זיך שוין אנגעהויבן. א כאמאס באאמטער האט אויך געזאגט אז נאך פינף עזה איינוואוינער האבן זיך אליינס אונטערגעגעבן פאר די כאמאס פאליציי און זיך מודה געווען אז זיי האבן געארבעט פאר מדינת ישראל.
IMG_20250922_005221.jpg
IMG_20250922_005221.jpg (27.69 KiB) געזען געווארן 195 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 3:28 pm
דורך בודקע
א מדינת ישראל באמבארדירוגנ אין עזה האט אומגעברענגט איאַד אַבּו יוסעף, וועלכע האט געדינט אלץ דעפיוטי קאמאנדיר פון כאמאס'ס נעווי איינהייט, באזונדער האט מדינת ישראל אומגעברענגט ארום 15 כאמאס טעראריסטן אין א באמבארדרונג אויף א געביידע אין עזה סיטי פון וואו די טעראר גרופע האט נעכטן געשאסן צוויי ראקעטן אין ריכטונג פון די שטאט אשדוד. דאס קומט אין צייט וואס מדינת ישראל זעצט פאר מיט אירע באמבארדירונגן און אטאקעס אין עזה סיטי, אטאקעס וועלכע קומען פאר מיט אזא שטארקייט אז מען קען זיין הערן ביז קיין תל אביב, וועלכע איז ארום 40 מייל ווייט פון דארט.
IMG_20250922_152649.jpg
IMG_20250922_152649.jpg (31.04 KiB) געזען געווארן 139 מאל
@דער תהלים איד

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 3:29 pm
דורך בודקע
די כאמאס טעראר גרופע האט אפגעשריבן א בריוו צום אמעריקאנער פרעידענט דאנעלד טראמפ, פארשלאגענדיג א 60-טאגיגע פייעראפשטעל אפמאך, לויט ווי עס ווערט באריכטעט געפונט זיך יעצט די בריוו ביי פארמיטלער פון קאטאר וועלכע פלאנען עס איבערצוגעבן פאר פרעזידענט טראמפ ערגעץ דעם וואך. טראמפ, וועלכע פראבירט שוין א שטיק צייט צושטאנד צו ברענגן א פייעראפשטעל, האט די לעצטע שטיק צייט אויפגעפאדערט פון כאמאס צו באפרייען אלע משכונות אן קיין אויסנאם.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 3:32 pm
דורך בודקע
מיליטאנטן פון עזה האבן ווידעראמאל געשאסן א ראקעט אין ריכטונג פון דרום ארץ ישראל, די ראקעט איז געשאסן געווארן אין ריכטונג פון די נחל עוז געגענט, און איז געווארן אראפ געשאסן אן אנברענגן שאדענס אדער געשעדיגטע.
IMG_20250922_153200.jpg
IMG_20250922_153200.jpg (19.78 KiB) געזען געווארן 137 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 3:34 pm
דורך בודקע
דער בריטישער פרעמיער מיניסטער פארעפענטליכט אן אפ-עד אין א הויפט מדינת ישראל צייטונג צו פארטיידיגן זיין באשלוס צו אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, אין די ערשטע פאראגראפן פונ'ם אפ-עד ברענגט ער ארויס די שרעקליכע ווייטאג אז אזויפיל משכונות געפונען זיך נאך אין געפענגעניש ביי כאמאס, און זיין קלארע פארלאנג אז אלע פון זיי מוזן באפרייט ווערן. דערנאך ערקלערט ער אז די יעצטיגע רונדע שלאכטן אין די ראיאן מוז קומען צו אן ענדע, דעריבער מוז מדינת ישראל ענדיגן איר אפענסיווע און אריין לאזן הילף צו לינדערן די צושטאנד אין עזה. ער זאגט אז דאס אנרקענען א פאלעסטינער לאנד איז טייל פון א גרעסערע שלום וויזיע וואס צילט צוזאמצוברענגן מדינת ישראל, אראבישע לענדער און אנדערע צו קענען לעבן מיט שלום און פרידן.
IMG_20250922_153400.jpg
IMG_20250922_153400.jpg (22.49 KiB) געזען געווארן 136 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 3:46 pm
דורך בודקע
טראמפ און פירער פון אראבישע לענדער וועלן דיסקוסירן ברייטע פלאן פאר'ן צוקונפט פון עזה, געפירט דורך יו-ען‎, דער זיצונג וועט זיין צווישן די פירער פון סאודי אראביע, יונייטעד אראב עמירעיטס און נאך עטליכע לענדער, און דער ציל וועט זיין צו רעדן וועגן די געברויך פאַר א יו-ען אנגעפירטע מיליטערישע קראפט אין עזה צו סטאביליזירן די טעריטאריע. די פארשלאג פון די אראבישע לענדער איז ערווארטעט אויפגעברענגט צו ווערן ביי א ספעציעלע יו-ען קאנפערענץ, און עס וועט פאדערן אז כאמאס זאל ווערן באזייטיגט, און די אויטאריטעט אויף עזה וועט אריבערגיין צו א נייע פירערשאפט.
IMG_20250922_154328.jpg
IMG_20250922_154328.jpg (43.05 KiB) געזען געווארן 129 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 5:48 pm
דורך חלום חלמתי
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 5:30 pm פראנצויזישער פרעזידענט: טראץ וואס מען גייט אנערקענען א פאלעסטינער לאנד וועט פראנקרייך נישט עפענען אן אמבאסאדא ביז כאמאס באפרייט אלע משכונות.

מעקרון האט אין די זעלבע צייט שארף ארינטער געריסן דעם געדאנק פון פארשיקן פאלעסטינער פון עזה. מעקרון זאגט אז עזה איז א טעריטאריע וואס דארף זיין א חלק פון א צוקונפטיגע פאלעסטינער לאנד, און קיינער טאר נישט מיטארבייטן מיט א געדאנק זיי צו פארשיקן פון דארט.

IMG_20250921_172855.jpg
מאקרוין האט יעצט ביי זיין רעדע אין די יוען אנערקענט פאלעסטינע, דערנאך געזאגט אז דאס איז א געשאנק פאר כאמאס....

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2025 10:05 pm
דורך בודקע
פרעזידענט טראמפ האט פרעזענטירט ברייטע פלאן פאר עזה מלחמה ענדע ביי זיצונג מיט אראבישע פירער פון אכט אראבישע און מוסולמענער לענדער, און ער האט קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט ערלויבן מדינת ישראל צו אנעקסירן די מערב ברעג, טיילן פון די פלאן וואס טראמפ האט פרעזענטירט פאר די אראבישע פירער איז באזירט אויף א פארשלאג וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורכ'ן געוועזענער בריטישער פרעמיער מיניסטער טאני בלעיר, דער פלאן אנטהאלט פיר הויכפונקטן, א ברייטע פלאן צו ברענגען אן ענדע צו די מיליטערישע אפעראציעס אין עזה, אהיימברענגען אלע משכונות, אריינלאזן הומאנטארישע הילף אין עזה, און אריינברענגען א צאל אראבישע לענדער וואס זאלן העלפן מענעדזשן עזה.
IMG_20250924_220316.jpg
IMG_20250924_220316.jpg (45.93 KiB) געזען געווארן 86 מאל