מדינת ישראל אין מלחמה

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל מיליטערישע טרעקלעך איבערגעפאלן ווילעדזשעס אין סיריע צו זוכן פאר וואפנס‎, לויט די באריכטן זענען אכצן מיליטערישע טרעקלעך אריינגעקומען אין די שטעטלעך פון סיסיאן און דזשאמלא, און זענען אויך איבערגעפאלן דערנעבנדיגע פלעצער, זוכנדיג פאר וואפנס וואס איז געליפערט געווארן דורך איראן און טעראר גרופעס. מדינת ישראל האט נישט קאמענטירט דערווייל, אבער עס קומט נאך וואס מדינת ישראל האט פאריגע וואך מאנטאג דורכגעפירט א באמבארדירונג אויף א וואפנס סטארעדזש נעבן די שטאט האמס.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

עגיפטן פלאנירט אוועקצושטעלן געמיינזאמע קראפט פון אראבישע לענדער ענליך צו נאטא‎, דער פלאן קומט בשעת די פירער פון פילע אראבישע לענדער גרייטן זיך פאר א גרויסע אראבישע איסלאמישע סאמיט וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג אין די קאטארישע הויפטשטאט דאהא. לבנון צייטונגען באריכטן אז עגיפטן איז גרייט צוצושטעלן צוואנציג טויזנט פון אירע טרופן פאר די נייע אראבישע דעפענס קראפט, וואס וועט קומען צו הילף פאר יעדע אראבישע לאנד וואס שטייט אויס אגרעסיע אדער אויסלענדישע אטאקעס.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל זאגט אז צאל עוואקואירטע איינוואוינער פון עזה סיטי איז געוואקסן צו 280,000 דערווייל‎, אין א סטעיטמענט האט כאמאס געלייקנט און געזאגט אז די עכטע צאל פאלעסטינער וואס האבן שוין עוואקואירט פון די שטאט האלט ביי אונטער זיבעציג טויזנט, און אז זיי ווערן געשטערט דורך מדינת ישראל קרעפטן פון פארלאזן די שטאט. ארום איין מיליאן פאלעסטינער ווערן געשאצט צו האבן געוואוינט אין עזה סיטי בעפאר די אנהייב פון די יעצטיגע אפעראציע, און מדינת ישראל צילט אויסצוליידיגן די גאנצע שטאט עס צו קענען אקופירן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

כאמאס טעראר גרופע אומגעברענגט זעקס פאלעסטינער אין עזה אויף באשולדיגונגען פון שפיאנירן פאר מדינת ישראל‎, אין א סטעיטמענט האט כאמאס ארויסגעשטעלט די נעמען פון די זעקס אומגעברענגטע, זאגנדיג אז די זעקס זענען געווען פארמישט אין צוויי אפעראציעס פאר מדינת ישראל אין צפון עזה פארלאפענעם אוגוסט, איבערגעבנדיג פאר מדינת ישראל אינפארמאציע. די זעקס זענען אומגעברענגט געווארן אין צפון עזה, אין איינקלאנג מיט די באשלוסן פון כאמאס'ס מיליטערישע קאמאנד אינעם ראיאן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

איראן ווארנט אראבישע לענדער אז מדינת ישראל גרייט זיך פאר ווייטערדיגע באמבארדירונגען‎, די סטראשע האט מען געהערט פון איאטאלא סאאיד אכמעד כאטאמי, וועלכער האט געווארנט די רעגירונגען פון עגיפטן, ירדן, באכרעין און סאודי אראביע אז זייער קאאפעראציע מיט מדינת ישראל אויף סיי וועלכע פראנט איז פראבלעמאטיש. באזונדער איז באריכטעט געווארן אז דער איראנער פרעזידענט מאסוד פעזעשקיען וועט פארן קיין קאטאר אנטיילצונעמען ביי א סאמיט פון איסלאמישע און אראבישע פירער, וואו מען וועט זיך קאנצענטרירן אויף די מדינת ישראל באמבארדירונג אין דאהא.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

כאמאס באאמטער טאכיר על נונא געבט אינטערוויו זינט'ן איבערלעבן מדינת ישראל באמבארדירונג אויף דאהא, קאטאר‎, על נונא האָט געגעבן אַן אינטערוויו פאַר די קאטארישע מידיאַ גרופּע על דזשאַזיראַ, זאָגנדיג אַז מדינת ישראל'ס שריט אַריינגערעכנט די מלחמה אין עזה און די באָמבאַרדירונג אויף קאַטאַר, צייגן אַז מדינת ישראל האָט נישט קיין אינטערעסע עכט אין די משכונות. דער כאַמאַס באַאַמטער האָט געזאָגט אַז ער האָט איבערגעלעבט דעם באָמבאַרדירונג אינאיינעם מיט די אַנדערע כאַמאַס פירער, און ער האָט באַצייכנט די באָמבאַרדירונג אַלס א טאָטאַלע דורכפאַל.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

טערקיי ווארנט מדינת ישראל נישט צו באמבארדירן איר טעריטאריע און נעמט מאסנאמען זינט אטאקע אויף כאמאס אין קאטאר‎, דער טערקישער דעפּיוטי פאַרטיידיקונגס מיניסטער זעקי אקטורק האָט אין א סטעיטמענט געוואָרנט אַז מדינת ישראל'ס שריט קענען אַריינשלעפּן דעם גאַנצן ראַיאָן אין א דיזעסטער. דער מיניסטער האָט געזאָגט אַז מדינת ישראל זאָל זיך נישט וואַגן צו אַטאַקירן טערקישע טעריטאָריע, און אַז אויב זיי וועלן יאָ אַטאַקירן, קענען זיי ערוואַרטן א שטאַרקע רעאַקציע.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל אינפארמירט פראנקרייך איבער צושטאנד פון איראן'ס נוקלעארע פראגראם אין שאטן פון 12 טאגיגע מלחמה‎, לויט א באַריכט אין פראַנצויזישע מידיאַ, האָבן די מדינת ישראל באַאַמטע געזאָגט אַז רוב אוראַניום באַרייכערונג פּלעצער און די איינריכטונגען וואו איראַן האַלט אירע צענטריפיודזשעס זענען פאַרניכטעט געוואָרן, אָבער איראַן האָט ווייטער גאָר אַסאַך מעגליכקייטן. קוועלער זאָגן אַז פראַנקרייך נעמט מדינת ישראל'ס אָפּשאַצונג זייער ערנסט, און נעמט דאָס אין באַטראַכט יעצט ווען די געשפּרעכן מיט איראַן איבער א נוקלעאַרע אָפּמאַך האָבן זיך באַנייט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל מיליטער ערווארט אז כאמאס וועט פרובירן פארכאפן זעלנער בעפאר אפעראציע אין עזה סיטי‎, די באַאַמטע זאָגן אַז כאַמאַס האָט פאַרשטאַרקערט אירע טונעל נעצן אַרום עזה סיטי, צו מאַכן גרינגער פאַר טעראָריסטן זיך אויסצובאַהאַלטן דאָרטן און אָפּוואַרטן זעלנער פאַר סורפּרייז אַטאַקעס און אָבלאַוועס. ערוואַרטנדיג דעם געפאַר, זענען זעלנער אַריבער ספּעציעלע טרענירונג וויאַזוי זיך צו היטן פון ווערן פאַרכאַפּט, דורכ'ן אויסלערנען וויאַזוי כאַמאַס פירט זייערע קאַמפן און וואָס זייערע טאַקטיקן זענען.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

די פירער פון עגיפטן און ירדן האבן געלאזט הערן שארפע קריטיק אקעגן מדינת ישראל ביי א סאמיט אין דאהא אין ליכט פון די באמבארדירונג אין קאטאר,עגיפטן'ס פרעזידענט על סיסי האט דערקלערט אז מדינת ישראל איז אריבער אלע רויטע ליניעס, און געווארענט אז מדינת ישראל שאפט א כאאס וואס פאדערט א געמיינזאמע רעאקציע. קעניג אבדולא פון יארדן האט געזאגט פאר די אנוועזענדע אז די מדינת ישראל אטאקע איז א באווייז אז מדינת ישראל'ס געפאר האט נישט קיין שום גרעניצן, דעריבער מוז די רעאקציע זיין זייער קלאר און שארף. דער פירער פון קאטאר שעיך האמאד על טאני האט געזאגט פאר די פארזאמעלטע פירער אז מען זעט זייער קלאר אז מדינת ישראל וויל אז די פייעראפשטעל פארהאנדלונגן זאלן זיך נישט אויסארבייטן. ער האט באשולדיגט אז מדינת ישראל וויל טראנספארמירן עזה צו אן אומבאוואוינבּאַרע שטח כדי צו צווינגן די ארטיגע איינוואוינער עס צו פארלאזן.

אין די זעלבע צייט האט מדינת ישראל'ס פרעמיער מיניסטער געזאגט אז ער טוט נישט אויסשליסן ווייטערדיגע אטאקעס אקעגן כאמאס פירער וואו אימער זיי געפונען זיך נאר.

גלייכצייטיג האט דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא געמאלדן אז ער גייט אפרייזן קיין קאטאר. רוביא, וועלכע האט זיך היינט געטראפן מיט מדינת ישראל פירער אין ירושלים גייט זיך אפשטעלן אין די גאלף לאנד אינטערוועגענס קיין לאנדאן וואו ער וועט אנטייל נעעמן אין א סטעיט באזיך דורך פרעזידענט טראמפ.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל פאליציי אפיצירן האבן פאטאל דערשאסן א פאלעסטינער וועלכע פראבירט אריין צו קומען קיין ירושלים דורך א צוים לאך אין די עטרות געגענט, דאס איז די זעלבע לאך וואס איז גענוצט געווארן דורך די צוויי טעראריסטן וועלכע האבן דורכגעפירט די שוידערליכע שיסעריי אטאקע ביי די רמות אינטערסעקשאן פאריגע וואך. עטליכע טעג צוריק זענען צוויי אנדערע פאלעסטינער געשאסן און פארוואונדעט געווארן ביים פראבירן דורכצוגיין דעם זעלבן ארט. מדינת ישראל פלאגט זיך מיט פילע פאלעסטינער וועלכע נוצן אויס לעכער אין די צוים דורכצוגיין, א מערהייט פון זיי מענטשען וועלכע זיכן ארבייט, אבער צווישן זיי זענען אויך פארהאן מענטשען וועלכע קומען אריין מיט טעראר פלענער, אזויווי מען האט געזען פאריגע וואך.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

עגיפטישער פרעזידענט על סיסי ווארנט אז לאנגיעריגע שלום אפמאך מיט מדינת ישראל האלט אט ביים צוזאמפאלן‎, די וואָרענונג פון על סיסי איז געהערט געוואָרן ביים עמורדזשענסי אַראַבישע איסלאַמישע סאָמיט אין דאָהאַ, קאַטאַר, וואו ער האָט אַראָפּגעריסן מדינת ישראל פאַר אירע מיליטערישע שריט. עגיפּטן און מדינת ישראל האָבן שוין יאָרן צוריק שלום געמאַכט, און האָבן רואיגע באַציאונגען, אָבער על סיסי סטראַשעט אַז אויב מדינת ישראל וועט נישט טוישן איר צוגאַנג, וועט עגיפּטן באַטראַכטן זיך אַרויסצוציען פונעם אָפּמאַך.
IMG_20250916_000803.jpg
IMG_20250916_000803.jpg (34.67 KiB) געזען געווארן 341 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 733

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך משיח משיח »

איראן און עגיפטן וועלן צוריקשטעלן פילע דיפלאמאטישע באציאונגען אויף די העכסטע שטאפלען, אין די קומענדיגע זעקס מאנאטן.
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 733

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך משיח משיח »

אין די סטעיטמענט ביים ענדע פון די עמערדזשענסי סאמיט צווישן אראבישע לענדער איז געבליבן אז די לענדער פארדאמען און פירן דורך סטראשונקעס קעגן מדינת ישראל, אן קיין שום אנדערע קאנקרעטע שריט.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

א פרישע באריכט ערשינען דעקט אויף אז מדינת ישראל טוט באוואפענען טויזנטער דרוזן אין דרום סיריע, לויט די באריכט טוט מדינת ישראל צושטעלן וואפן און געהאלט פאר ארום 3 טויזנט דרוזישע קעמפער אין די אסווידא געגענט וואו עס איז פריער אין יאר פארגעקומען היציגע שלאכטן צווישן די דרוזן מיט בעדואינער און רעגירונג קרעפטן.
די באריכט קומט אין צייט וואס לאקאלא דרוזישע פירער טוען עמטליך פארלאנגן צו באקומען מער אייגענע אויטאנאמיע און א הומאניטערישע קארידאר צו פארבינדן אסווידא מיט די גולן ראיאן אין מדינת ישראל.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל האבן אפגעפונען צוויי ראקעטן אין די מערב ברעג, עטליכע טעג נאכוואס מיליטאנטן האבן ארויס געשאסן א ראקעט פון א מערב ברעג שטעטל, די ראקעט געשאסן פאריגע וואך איז געפאלן אין א פאלעסטינער שטעטל נאנט צו שאסיי 443, א הויפט הייוועי צווישן תל אביב און ירושלים. מדינת ישראל זיכערהייט באאמטע ווארענען שוין לאנג אז טעראר גרופעס אין די מערב ברעג ארבייטן צו אנטוויקלן ראקעט מעגליכקייטן, א געפאר וואס אויב עס קומט צושטאנד קען עס ברענגן פרישע זיכערהייט ריזיקעס פאר צענטרעל ארץ ישראל.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל פרעזענטירט פארשלאג פאר סירישע רעגירונג מיט דעטאלן איבער זיכערהייט אפמאך‎, דער פלאן שטעלט אוועק סעקיוריטי זאנעס וואס וועלן זיך ציען פון די סירישע הויפטשטאט דמשק ביז צום מדינת ישראל גרעניץ, און נעמט אריין א דעמיליטעריזירטע זאנע און א נאו-פליי זאנע. אין אויסטויש וועט מדינת ישראל זיך ארויסציען פון די געגנטער אין סיריע וואס זיי האבן לעצטנס פארכאפט, און דערווייל האט די סירישע רעגירונג נאכנישט קאמענטירט אויף די נייע פארשלאג.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל מיליטער נוצט ספעציעלע טאקטיקן צו באשיצן לעבנס פון זעלנער ארום עזה סיטי‎, העליקאפטערס ווערן אריינגעברענגט צו באמבארדירן הויפענעס ברוכווארג בעפאר טרופן גייען אריין אהין, מיט'ן ציל אז אויב כאמאס האט דארט באהאלטן אויפרייס מאטעריאל אדער טעראריסטן, זאל אלעס ווערן אומשעדליך. אלעס אינאיינעם האט די מדינת ישראל מיליטער דורכגעפירט מער ווי 800 באמבארדירונג רונדעס אין ווייניגער ווי צוויי וואכן ארום עזה סיטי, געצילט צו פארזיכערן די ערד פאר די טרופן.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 733

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך משיח משיח »

איראן האט דערמארדעט א מענטש, נאך וואס ער האט "שפיאנירט פאר מדינת ישראל.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

דער הויעך ראנגיקער מדינת ישראל מיניסטער רון דערמער גייט אפהאלטן א זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ'ס פארשטייער סטיוו וויטקאף אין לאנדאן פאר א לעצטע פארזיך צוריק אויפצולעבן די געשפרעכן פאר א פייעראפשטעל אין עזה. וויטקאף געפונט זיך מאמענטאל אין לאנדאן צוזאמען מיט פרעזידענט טראמפ וועלכע איז אהין געגאנגן פאר א גרעסערע סטעיט באזיך.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל פארטיגט די ארבייט ציצוגרייטן א נייע לעזער פארטיידעגונגס סיסטעם וואס גייט קענען אראפ שיסן דראונס, מיסעלס, ראקעטן און מארטערס, די נייע 'אייראן ביעם' סיסטעם גייט אקטיוויזירט ווערן די קומענדיגע שטיק צייט זייט-ביי-זייט מיט פילע אנדערע לופט פארטיידעגונגס סיסטעמס וועלכע זענען שוין אין קראפט. איינס פון די בענעפיטן פון די נייע סיסטעם איז, אז אויסער דעם וואס עס קען אראפ שיסן סיי דראונס און סיי מיסעלס, וועט יעדע אראפשיסער קאסטן נישט מער ווי צענדליגער טויזנטער שקלים, אין קאנטראסט צו די מיליאנאן שקלים וואס מען צאלט פאר יעדע אראפשיסער פון די 'עראו' לופט פארטיידעגונגס סיסטעם.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

ניינציג פראצענט פון אנטלאפענע איינוואוינער אין קיבוצים נעבן עזה נאך אקטאבער 7 האבן זיך שוין צוריקגעקערט‎, די רעגירונג האָט אינוועסטירט גאָר אַסאַך צוריקצובויען די שטעטלעך און די קיבוצים וואָס זענען חרוב געגאַנגען פון די שיסערייען און פייערס וואָס די טעראָריסטן האָבן אונטערגעצינדן, און אויך צוריקצועפענען די שולעס און אַנדערע איינריכטונגען. לויט פרישע סטאַטיסטיקס האָבן זיך פרישע צוויי אַהאַלב טויזנט משפּחות באַזעצט אין די געגנטער נאָנט צו עזה אין די לעצטע שטיק צייט, אַריינגערעכנט 50 משפּחות אין די 13 ערגסטע באַטראָפענע קיבוצים.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

צוויי מענטשען זענען אומגעקומען אין א שיסעריי טעראר אטאקע ביי די אלענבי גרעניץ צווישן מדינת ישראל מיט ירדן, די אטאקע איז געווארן דורכגעפירט דורך א ירדענער פארשוין וועלכע האט אריבער געפירט הומאניטערישע הילף צו גרייכן עזה, אבער ווען זיין טראק האט געהאלטן אינמיטן אן אינטערזיכונג ביי א מדינת ישראל טשעקפוינט איז ער ארויס געקומען און געעפענט פייער פון וואס צוויי מענטשען זענען אומגעקומען. אפיצירן אויפ'ן סצענע האבן אים אומגעברענגט צוזאמען מיט א צווייטן, אבער דעטאלן פון די צווייטער איז דערווייל נישט באקאנט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

באריכט: פרעזידענט טראמפ האט געלאזט הערן פאר זיינע געהילפן אז ער איז זייער בייז אויפ'ן מדינת ישראל פרעמיניער מיניסטער צוליב זיינע מלחמה שריט, די באריכט דערציילט אז כאטש וואס טראמפ איז אנטוישט מיט די ריכטונג וואס נתניהו נעמט איז ער נישט גרייט ארויס צו קומען עפענטליך אקעגן אים און ער איז נישט גרייט צו נעמען קיין שום שריט אקעגן אים. טראמפ קען נעמען פארשידענע שריט דורך אפשטעלן אדער באגרעניצן אמעריקא'ס מאסיווע מיליטערישע און פאליטישע שטיצע פאר מדינת ישראל, אבער ער נעמט דערווייל דעם ריכטונג פון שטיין אין די זייט און נישט שטערן מדינת ישראל פון נעמען איר אייגענעם צוגאנג.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 8043

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן איז גרייט צו שניידן דיפלאמאטשע באציאונגן מיט מדינת ישראל אין פאל נתניהו גייט אנעקסירן חלקים פון די מערב ברעג, זיי זאגן אז כאטש וואס די רעגירונג באטראכט דעם מעגליכקייט צו שניידן באציאונגן, ווערט נישט גענומען אין באטראכט דעם געדאנק פון גענצליך אפהאקן באציאונגן. דאס איז אין קעגענזאץ צו עפענטליכע קאמענטארן פון א פארשטייער ביי די עמיראטן אויסערן מיניסטעריום, וועלכע האט געווארענט אז אנעקסירן די מערב ברעג איז א רויטע ליניע וואס קען שטעלן אין געפאר די 'עיברעהעם עקורדס'.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שרייב פאוסט