מדינת ישראל אין מלחמה
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קוועלער: טראמפ האט געשריגן אויף מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו וועגן קאטאר באמבאדירונג אין א טעלעפאן קאל וואס איז אריבער זייער היציג דעם דינסטאג, א קורצע צייט נאכדעם וואס די מדינת ישראל מיליטער האט דורכגעפירט די באמבארדירונג. לויט די קוועלער האט נתניהו רעאגירט אז ער האט געהאט א גאר קורצע געלעגנהייט דורכצופירן אזא באמבארדירונג און אפווישן אלע כאמאס פאליטישע פירער, און ער האט געמוזט נעמען די שאנס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קאנגרעס דעמאקראטן ווארענען מדינת ישראל נישט צו טאן זאכן וואס קענען אויפלעזן "עברעהעם עקארדס", צווישן אנדערן האט מען געהערט פונעם דעמאקראטישן קאנגרעסמאן ברעד שניידער, וועלכער האט געזאגט אז אויב וועט מדינת ישראל אנעקסירן יהודה און שומרון געביטן, וועט דאס ברענגען עטליכע אראבישע לענדער אפצוהאקן באציאונגען. קאנגרעסמאן שניידער זאגט אז די עברעהעם עקארדס איז קריטיש וויכטיג פאר מדינת ישראל'ס אינטערעסן און אויך פאר אמעריקע'ס אינטערעסן, און מען מוזן דאס באשיצן קעגן צוזאמפאלן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די רעגירונג פון קאטאר פארלייקענט א באריכט פון אן אמעריקאנער נייעס אגענטור אז די רעגירונג טוט איבערקלערן איר קאאפאראציע מיט אמעריקא, קאטאר'ס אויסערן מיניסטעריום זאגט אז די זיכערהייט און דיפענס קאאפאראצע מיט אמעריקא איז שטארקער ווי סיי ווען אימער און ווערט בלויז שטארקער. קאטאר'ס פרעמיער מיניסטער האט זיך אויך ווארעמהארציג באדאנקט פאר'ן אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טרמאפ, זאגנדיג, אז די שטיצע פון טראמפ איז א מאכטפולע מעסעדזש פאר זיין לאנד.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
היינט איז פארגעקומען א באגרעבעניש צערעמאניע אין קאטאר'ס הויפטשטא דאהא פאר 6 מענטשען וועלכע זענען אומגעקומען אין די מדינת ישראל אטאקע, 5 פון די אומגעקומענע זענען באגלייט געווארן מיט פאלעסטינער פענער, אין ליניע מיט די ווערטער פון כאמאס אז 5 פון אירע מענטשען זענען אומגעקומען, און איינער מיט א פאן פון קאטאר, ווארשיינליך א זיכערהייט וועכטער פון קאטאר וועלכע איז אומגעקומען. קאטאר'ס עמיר חאמאד על טאני האט מיטגעהאלטן די צערעמאניע, אבער הויעך ראנגיקע כאמאס פירער אדער פיגורן פארבינדן מיט די גרופע האבן זיך נישט געפונען דארט. כאמאס האט היינט פארעפענטליכט א פרישע סטעיטמענט וואס דערקלערט אז מדינת ישראל איז דורכגעפאלן מיט איר פרואוו אומצוברענגן די גרופע'ס פירער אין קאטאר, אבער איז נישט אריין אין דעטאלן פון די גענויע צושטאנד אין וואס זיי געפונען זיך אדער וואו זיי האלטן זיך יעצט אויף.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל האט דורכגעפירט באמבארדירונגן אויף חיזבאלא צילן טיף אריין אין לבנון'ס בּאַקאַ ראיאן, באזונדער האט מדינת ישראל דורכגעפירט א דראון אטאקע אויף א מאטארביציקל אין דרום לבנון, צילענדיג א מענטש מיט'ן נאמען וואסים דזשאַבּאַי, אבער עס איז נישט באקאנט ווער יענער איז. די פרישע באמבארדירונגן קומען עטליכע טעג נאכדעם וואס די לעבענעזער רעגירונג האט באשטעטיגט א שטאפלווייזע פלאן וואס די רעגירונג האפט וועט ענדגילטיג פירן צום אנטוואפענונג פון חיזבאלא.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די בודזשעט עירליין 'ריין-עיר' האט ארויס געשטעלט א ווארענונג אז די עירליין וועט זיך מעגליך נישט צוריק קערן קיין ארץ ישראל, ריין-עיר מייקל אולערי זאגט אז ער איז זייער אומצופרידן מיט טוישונגן איינגעשטעלט ביים לוד לופטפעלד, איבערהויפט העכערע טשארדזשעס וואס מען האט איינגעשטעלט צו נוצן די הויפט טערמינאל. ער זאגט אז אויב מדינת ישראל גייט נישט איינשטעלן קיין שום טוישונגן וועט די עירליין זיך נישט צוריק קערן אפילו נאך די מלחמה, נאר אנפאנגן קוקן אין אייראפעאישע מארקעטס וואו עס זענען פארהאן געלעגענהייטן צו וואקסן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
א באריכט געט אן אז די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן קלערט נאכצוקומען א פארלאנג פון קאטאר צו פארשליסן איר אמבאסאדא אין תל אביב, דאס איז אלץ טייל פון א סעריע שריט אקעגן מדינת ישראל פאר די אטאקע אויף כאמאס פירער אין דאהא. לויט די באריכט איז די עמיראטן גענויגט עס אנצונעמען, זייענדיג שוין א שטיק צייט אומצופרידן מיט'ן מדינת ישראל אמבאסאדאר. די באריכט לויטעט אז קאטאר איז נישט גרייט דורכצולאזן די אטאקע אן א רעאקציע, נאר קוקט אריין אין פארשידענע וועגן וויאזוי צו רעאגירן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
כאמאס האט פארעפענטליכט בילדער פון צוויי הויעך ראנגיקע כאמאס מיטגלידער וועלכע האבן אנטייל גענומען ביי די באגרעבעניש צערעמאניע אין קאטאר, אין די בילדער זעט מען אסאמא האמדאן, א מענטש וועלכע געפונט זיך געווענטליך אין לבנון, און אזוי אויך איזא אל רישק, וועלכע האלט זיך אויף די לעצטע פאר יאר אין קאטאר. אנדערע הויעך ראנגיקע פירער, איבערהויפט די וועלכע זענען געצילט געווארן אין די אטאקע, זענען נישט געזען געווארן ביי די צערעמאניע.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
עס קומען ווייטער פאר זיכערייען נאך פאלעסטינער וועלכע האבן געהאלפן דעם טעראריסט פונעם שיסעריי טעראר אטאקע אין ירושלים בעפאר די אטאקע, אין די זעלבע צייט ווערט באריכטעט אז מען קען ווייטער זען פילע לעכער לענגאויס די צוים צווישן די מערב ברעג און ירושלים, א זאך וואס דער טעראריסט האט אויסגענוצט זיך צו קענען אריין כאפן. די פאליציי זאגט אז באוואכן די לאנגע צוים איז זייער קאמפליצירט, אבער זיי האפן אז יעצט נאך די אטאקע וועט די רעגירונג נעמען מער ערענסטע שריט עס צו אדרעסירן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
אן איראנער נייעס אגענטור באריכטעט אז צוויי מענטשען זענען באפרייט געווארן אין אויסטויש פאר די באפרייאונג פון פרוי צורקאוו דורך קאטעיב חיזבאלא, די איראנער נייעס אגענטור באריכטעט אז איינס פון די באפרייטע איז אימאד אמעז, א לעבענעזער נעווי אפיציר און הויעך ראנגיקע חיזבאלא מיטגליד, וועלכע איז פארכאפט געווארן פאריגע יאר דורך מדינת ישראל קאמאדאס אין לבנון. א חיזבאלא אפיליאירטע נייעס אגענטור באריכטעט אז עס איז נישט פארגעקומען קיין שום אויסטויש, נאר אינטער די באפרייאונג האבן מדינת ישראל מיט אמעריקא זיך פארפליכטעט אז איראק וועט נישט ווערן א ציל פאר מיליטערישע שריט. די באריכט קומט אין צייט וואס אמעריקא מיט מדינת ישראל האלטן זיך דערווייל שטיל און געבן נישט ארויס; קיין שום דעטאלן אויב עס איז פארגעקומען אין אויסטויש פאר איר באפרייאונג.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 264
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 682
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די אקטאוועדיגע אומגלויבליכע כוחות פון שפיאנאזש! פון האלטן סיקרעטס! פון סטרערעדזשי! פון טארגעט! פון אידישע קעפ! האצעך אויסדעגליטשט.זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:33 pmאוטש. פארשטינקענע פיש געגעסן און די שטאט פארגעסן?בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:27 pm כאמאס: 5 פון אירע מיטגלידער זענען אומגעקומען אין די אטאקע אין קאטאר, אבער מדינת ישראל איז דורכגעפאלן אומצוברענגן פירער פון די גרופע, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די גרופע באשטעטיגן די טויט פון הימאם על חיה, א זון פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, ווי אויך דזשיהאד לאַבּאַד אל בּילאַל, וועלכע געדינט אלץ אפיס דירעקטער פאר חאליל על חיה. די גרופע האט פארעפענטליכט נאך דריי נעמען פון אומבאקאנטע מענטשען, וועלכע האבן ווארשיינליך געדינט אלץ לייב וועכטער אדער ראטגעבער. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס אינערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז איינס פון אירע זיכערהייט וועכטער זענען אומגעקומען אין די אטאקע. די געביידע, וועלכע איז אינטער וואך דורך קאטאר זייט די שמיני עצרת אטאקע, ווערט ווייטער באוואכט דורך די ארטיגע רעגירונג וועלכע האט אריין געברענגט בולדאזערס אויפצוגראבן די ברוכווארג כדי צו קענען ארויס שלעפן די אומגעקומענע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
איראן: די לאנד'ס בארייכערטע נוקלעארע מאטריאל געפונט זיך אינטער די ברוכווארג וועלכע זענען געשעדיגט געווארן דורכאויס די 12-טאגיגע מלחמה, די באשטעטיגונג איז געקומען פונ'ם איראנער אויסערן מיניסטער אבאס ארכאטשי, וועלכע זאגט אז אלע מאטריאל געפונען זיך דארט און מען האט דערווייל נישט קיין צוטריט צו זיי. ארכאטשי זאגט אז די לאנד'ס אטאמישע ענערדזשי אגענטור האלט אינמיטן דורכפירן אן אפשאצונג צו זען די צושטאנד פון די מאטריאל און אויב מען האט א וועג אנצוקומען דערצו.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קאנאדישע רעגירונג וועט איבערטראכטן און איבערמאכן באציאונגען מיט מדינת ישראל נאך באמבארדירונג אויף קאטאר, מיניסטער אנאנד זאָגט אַז די באָמבאַרדירונג אויף קאַטאַר איז עפּעס וואָס קען נישט אַקצעפּטירט ווערן, וויבאַלד עס איז געווען א פאַרלעצונג פון קאטארישע טעריטאָריע אין א צייט וואָס קאַטאַר זוכט צו פאַרהאַנדלען וועגן א שלום. דער קאנאדישער מיניסטער האָט נישט געוואָלט זאָגן פּונקטליך וואָס דער פּלאַן איז, אָבער עס איז מעגליך אַז קאַנאַדע וועט פּרובירן צו שטעלן עקאָנאָמישע סאַנקציעס קעגן מדינת ישראל.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קאטאר האט פאררופן אן אמערדזשענסי אראבישע-איסלאמישע סאמיט אויף קומענדיגע וואך צו דיסקוסירן די מדינת ישראל אטאקע אויף כאמאס פיגורן, קאטאר'ס פרעמיער מיניסטער על טאני זאגט אז די לאנד וויל צוזאמברענגן רידזשענעל אליאירטע פאר א פאראייניגטע רעאקציע אקעגן מדינת ישראל'ס פרעצעדענטלאזע שריט. קאטאר ארבייט מיט אנדערע לענדער אויף פארשידענע רעאקציעס, אריין גערעכענט לעגאלע שריט וועלכע קענען גענומען ווערן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל האט באטראכט צו אטאקירן כאמאס פירער אין טערקיי; עגיפטן ווארנט נישט צו צילן כאמאס פירער אין זייער טעריטאריע, עגיפּטישע באַאַמטע האָבן אויך היינט געוואָרנט די אַמעריקאַנער רעגירונג אַז סיי וועלכע מדינת ישראל אַפּעראַציע אויף עגיפּטישע טעריטאָריע צו צילן כאַמאַס פיגורן, וועט האָבן גאָר ערנסטע האַרבע קאָנסעקווענצן. עגיפּטן האָט אויך קלאָרגעשטעלט אַז אין פאַל קאַטאַר וויל טאַקע פאַרטרייבן די כאַמאַס פירער און אָפּשפּאַרן זייערע אָפיסעס אין דאָהאַ, שטייט עגיפּטן גרייט זיי אַריינצונעמען.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל באאמטער דערקלערט אז באמבארדירונג אויף קאטאר איז געווען בלויז א טיילווייזע סוקסעס, דער באַאַמטער זאָגט אַז די "מוסד" שפּיאָנאַזש אַגענטור איז געווען אויסגעשפּראָכן קעגן די אַפּעראַציע, און צוליב דעם האָבן זיי נישט צוגעשטעלט שפּיאָנאַזש אינפאָרמאַציע איבער די צושטאַנד אין דאָהאַ האַרט בעפאָר די אַפּעראַציע. קוועלער זאָגן אַז דאָס איז מעגליך די סיבה פאַרוואָס די באָמבאַרדירונג איז נישט געווען הונדערט פּראָצענט סוקסעספול, וויבאַלד מען האָט נישט געהאַט קלאָרערע אינפאָרמאַציע איבער וואו די כאַמאַס פירער געפונען זיך.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פרעזידענט טראמפ האט געלאזט פאלן ווערטער אז עטליכע משכונות אין עזה זענען מעגליך געשטארבן אין די לעצטע פאר טעג, די פרישע באמערקונגן פון טראמפ איז די לעצטע אין א רייע אזעלכע ווערטער די לעצטע פאר וואכן אנצוגעבן אז די צאל לעבעדיגע משכונות איז ווייניגער ווי די עמטליכע ציפער וואס מדינת ישראל געט אן. דורכאויס די לעצטע פאר וואכן האבן מדינת ישראל באאמטע געזאגט אז לויט זייער אינפארמאציע זענען פארהאן 20 לעבעדיגע משכונות, אבער עס זענען פארהאן איינס אדער צוויי אין זייער אן ערענסטן געזונט צושטאנד.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
כאמאס טעראר גרופע באשטעטיגט אז זייער הויפט פיגור קאליל על האחיא האט איבערגעלעבט קאטאר באמבארדירונג, די טעראָר גרופּע זאָגט אַז על האחיא האָט אָנגעפירט מיט די רעליגיעזע טיילן פון די באַגרעבעניש צערעמאָניע פאַר זיין זוהן וועלכער איז געווען צווישן די זעקס וואָס זענען אומגעקומען אין די באָמבאַרדירונג. כאַמאַס האָט דערווייל נישט אַרויסגעשטעלט קיין שום בילדער אָדער רעקאָרדירונג צו איבערצייגן אַז על האחיא האָט איבערגעלעבט, און ביי די בילדער פון די באַגרעבעניש צערעמאָניע זעט מען אים נישט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
אויפדעקונג: מדינת ישראל'ס "מוסד" געהאט צוגעגרייט פולע ערד אפעראציע אין קאטאר, אבער זיך אנטזאגט עס אויסצופירן, לויט א פרישע אויפדעקונג, האָט די "מוסד" שפּיאָנאַזש אַגענטור שוין געהאַט פּלאַנירט א גאַנצע אַפּעראַציע אויף דער ערד אין קאַטאַר, אויסצופירן א געצילטע אַטענטאַט אויף די העכסטע כאַמאַס טעראָר פירער. דער פּרעמיער מיניסטער האָט געוואָלט אַז די מוסד'ס פּלאַן זאָל ווערן אויסגעפירט, אָבער די אַגענטור האָט זיך אַנטזאָגט, און דעריבער איז מען געווען געצווינגען צו נוצן א לופט באָמבאַרדירונג, וואָס האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַלס אומסוקסעספול.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל זיכערהייט הויפטן ווארענען אז אפעראציע צו פארכאפן עזה סיטי וועט פירן צום טויט פון משכונות, די באַאַמטע זאָגן אַז טראָץ וואָס דער פּלאַן און ציל זענען קלאָר, איז אָבער זיכער אַז די אַפּעראַציע וועט דויערן לאַנגע חדשים, פיל לענגער ווי די רעגירונג ערוואַרטעט, און עס מוז נישט זיין אַז ביים ענדע וועט מען באַווייזן צו פאַרכאַפּן די שטאָט בכלל. איין גענעראַל האָט געוואָרנט אַז אויב גייט מען פאָראויס מיט דעם פּלאַן, וועט זיין מדינת ישראל'ס שולד אויב די איבריגע לעבעדיגע משכונות שטאַרבן אַלס רעזולטאַט פון די שלאַכטן אויף דער ערד.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט מאמדאני פארשפרעכט צו ארעסטירן נתניהו אויב באזוכט ער אין סיטי, מאמדאני האט געזאגט אין א פרישע אינטערוויו אז ער וויל אויספאלגן די ארדער פון די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט וואס זוכט צו שטעלן נתניהו פאר א פראצעס איבער מלחמה פארברעכנס אין די עזה מלחמה, און אז אזא שריט וועט צייגן אז ניו יארק סיטי שטעלט זיך צו צו אינטערנאציאנאלע געזעץ. אבער עקספערטן זאגן אז צו ארעסטירן נתניהו ווען ער באזוכט אין ניו יארק סיטי וועט זיין אומפראקטיש און וועט אויך זיין מעגליך אומלעגאל.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
סעקרעטערי אוו סטעיט רוביא געפארן קיין מדינת ישראל פאראויסצורוקן פייער אפשטעל געשפרעכן, רוביא איז ערווארטעט זיך צו טרעפן מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו פאר געשפרעכן, וואו רוביא איז ערווארטעט צו לייגן פרישע דרוק וועגן א פייער אפשטעל וואס וועט פירן צו די באפרייאונג פון אלע משכונות אויפאמאל. דער סעקרעטערי אוו סטעיט האט אויך געזאגט אז ער וועט רעדן מיט מדינת ישראל באאמטע וועגן די סטראשונקעס אז זיי וועלן אנעקסירן די מערב ברעג שטחים פון יהודה און שומרון אויב א פאלעסטינער לאנד ווערט אנערקענט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פרעזידענט טראמפ מעלדט גרייטקייט צו שטעלן מאסיווע סאנקציעס אויף רוסלאנד, אבער נאר אינאיינעם מיט נאטא, טראמפ זאגט אז נאטא לענדער זענען נישט אינגאנצן פארפליכטעט צו העלפן אוקראינע געווינען די מלחמה, אריינגערעכנט מיט דעם וואס פילע נאטא אייראפעאישע לענדער קויפן ווייטער גאר אסאך אויל און אנדערע ענערגיע פראדוקטן פון רוסלאנד. דער פרעזידענט האט אויך אפעלירט צו שטעלן פופציג ביז הונדערט פראצענט טאריפס אויף כינע, צוליב כינע'ס הילף פאר רוסלאנד, און די טאריפס וועלן אראפגענומען ווערן נאך וואס די מלחמה קומט צו אן ענדע.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק