בלאט 581 פון 601
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 7:38 pm
דורך לאז געמאך
בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:32 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:29 pm
בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:47 pm
??
פאר אזא אקט זאל מען כאטש האבן פארדינט עפעס פיינע פיש זאפט. סתם פאר נאך א הויכראנגיגע ווארטזאגער?... נע. נע שוין.
קענסט נאך קיינעם נישט גלייבן ווער ס'איז טויט און ווער נישט
ס'פשוט אז כאמאס וועט נישט דורכלאזן די געלעגנהייט ארויסצוקומען מיט ווידעאס ווי זייער פירער שפעטן אפ פון די איזראעלי אטאקעס
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:55 am
דורך פעינטיג
צה"ל ביים אפערירן יעצט אינדערפרי אין ג'נין, אין שומרון
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:57 am
דורך פעינטיג
פעינטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:55 am
צה"ל ביים אפערירן יעצט אינדערפרי אין ג'נין, אין שומרון
פייער אויסטויש.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:02 am
דורך פעינטיג
צה"ל ביים אפערירן דעם נאכט אין אל-קובייבה, די געגנט פון ווי עס קומט איין טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די שוידערליכע אטאקע אין רמות ירושלים.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:07 am
דורך פעינטיג
באהאלטענע אגענטן פון די שב"כ ביים ארעסטירן א געזיכטע טעראריסט אין שכם
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:18 am
דורך פעינטיג
מדינת ישראל האט נאכנישט באקומען קיין קלארע סימנים אויב די אטאקע אין קאטאר איז טאקע געלונגן.
נייעס קוואל אין קאטאר זאגט אז מדינת ישראל האט אטאקירט געציילטע מינוטן נאך די מיטינג האט זיך געענדיגט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:32 am
דורך בודקע
פרעזידענט טראמפ וועט מיטוואך געבן פולע סטעיטמענט איבער מדינת ישראל'ס באמבארדירונג אויף קאטאר, טראָמפּ האָט געזאָגט פאַר רעפּאָרטערס אַז ער וועט געבן א פולע סטעיטמענט דערוועגן מיטוואָך, אָבער אין אַלגעמיין איז ער נישט פרייליך, וויבאַלד אַזאַ באָמבאַרדירונג שטערט סיי וועלכע שאַנס פאַר א דיעל צו באַפרייען משכונות. דער פּרעזידענט זאָגט אַז זיין הויפּט פּריאָריטעט יעצט איז צו מאַכן זיכער אַז די משכונות קומען אַהיים, און ער זאָגט אַז ער האָט געלאָזט וויסן פאַר קאַטאַר אַז ער איז נישט צעפרידן מיט מדינת ישראל'ס שריט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:37 am
דורך פעינטיג
די משטרה האט ארעסטירט 2 באס דרייווערס, נאך די אטאקע אין ירושלים האט איין דרייווער געשריבן אויף א וואטסאפ גרופע אז די טעראריסט וואלט געדארפט שיסן נאך 50 הי"ר, און די צווייטע האט געפאוסט א בילד פון נאסאראלא ימ"ש.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:39 am
דורך פעינטיג
חדשות 12: מען שאצט אז איבער 150,000 מענטשן האבן שוין פארלאזט עזה סיטי.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 4:34 am
דורך פעינטיג
היינט אין עזה
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 4:36 am
דורך פעינטיג
נאך א גרויסע בנין אין עזה גרייט צו פלאך ווערן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 4:39 am
דורך פעינטיג
פעינטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 4:36 am
נאך א גרויסע בנין אין עזה גרייט צו פלאך ווערן.
די בנין וואס מען רעדט פון.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:22 pm
דורך פעינטיג
פעינטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 4:39 am
פעינטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 4:36 am
נאך א גרויסע בנין אין עזה גרייט צו פלאך ווערן.
די בנין וואס מען רעדט פון.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:30 pm
דורך פעינטיג
מדינת ישראל האט באמבאדירט אין תימן היינט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:51 pm
דורך חנן
פעינטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:22 pm
פעינטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 4:39 am
פעינטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 4:36 am
נאך א גרויסע בנין אין עזה גרייט צו פלאך ווערן.
די בנין וואס מען רעדט פון.
איך ציטער וואס פון די קינדער גייען אויפוואקסן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:29 pm
דורך בודקע
שטייענדיג א טאג נאך די מדינת ישראל באמבארדירונג אין קאטאר הערשט ווייטער אן אומקלארקייט איבער די צושטאנד פון הויעך ראנגיקע כאמאס פירער, די מדינת ישראל אטאקע האט פארניכטעט א ווילא וואו עס איז פארגעקומען א זיצונג פון הויעך ראנגיקע כאמאס פיגורן, אבער כאמאס לייקענט אז זיי זאלן האבן אומגעקומען. די טעראר גרופע האט דערווייל נישט פארעפענטליכט קיין שום בילדער אדער אנדערע צייכענעס אז זיי לעבן, איבערלאזענדיג די וועלט מיט פראגן צו זיי האבן עס איבערגעלעבט אדער נישט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:31 pm
דורך בודקע
מדינת ישראל האט דורכגעפירט פרישע באמבארדירונגן אין תימן, צילענדיג די הויפטשטאט צענה און אזוי אויך די אַמראַן פראווינץ, לויט ווי די אראבישע פרעסע באריכטעט האט מדינת ישראל אטאקירט וואפן און מוניציאן ווערהאוזעס, און אזוי אויך ברענשטאף צענטערן. די פרישע באמבארדירונגן קומען נאך א כוואליע מיסל און דראון אטאקעס וואס די האוטיס האבן דורכגעפירט די לעצטע צוויי וואכן, אריין גערעכענט א דראון אטאקע וואס האט באטראפן דעם רמון לופטפעלד נעבן אילת.

- IMG_20250910_153037.jpg (27.62 KiB) געזען געווארן 303 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:33 pm
דורך בודקע
מדינת ישראל באאמטע זענען לויט באריכטן געווארן היבש פעסעמיסטיש איבער די סוקסעס פון די אטאקע אויף כאמאס פירער אין קאטאר, לויט ווי מען הערט פון מדינת ישראל רעגירונג קוועלער זענען פארהאן מער און מער אנדייטונגן אז כמעט אלע אדער גאר אלע כאמאס פירער האבן עס איבערגעלעבט. כאמאס זעלבסט זאגט אז די אטאקע האט אומגעברענגט 5 מענטשען, אבער נישט די גרופע'ס פירער, נאר דריי לייב וועכטער, א זון פון חאליל על חיה און על חיה'ס הויפט פארהאנדלער.

- IMG_20250910_153245.jpg (53.79 KiB) געזען געווארן 298 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:38 pm
דורך בודקע
גלאבאלא מלחמה עקספערטן קענען נישט אויפקומען מיט אן ענטפער איבער וואס עס איז פארגעקומען ביי די נעכטיגע מדינת ישראל אטאקע אויף קאטאר, עקספערטן פארשטייען נישט וויאזוי די לאנד'ס פארגעשריטענע לופט פארטיידעגונגס סיסטעמס האבן עס נישט געקענט אפשטעלן. די אמעריקאנער-אליאירטע לאנד פארמאגט פארגעשריטענע סיסטעמס פון אמעריקא, אריין גערעכענט פאטריאט סיסטעמס און טאהד סיסטעמס. קאטאר'ס פרעמעער מיניסטער על טאני האט געלאזט פאלן ווערטער אז מדינת ישראל האט גענוצט א סארט וואפן וואס איז נישט געווארן אויפגעכאפט אויפ'ן ראדאר, אבער איז נישט ארין אין מער דעטאלן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:42 pm
דורך בודקע
מדינת ישראל ווארענט קאטאר אז אויב די כאמאס פירער ווערן נישט ארויס געווארפן אדער געשטעלט צו א פראצעס, דאן וועט מדינת ישראל נעמען שריט, די ווארענונג איז געקומען אין די זעלבע צייט וואס קאטאר'ס פרעמיער מיניסטער על טאני האט געמאלדן אז עס ווערן געוועבט פלענער פאר א רידזשענעל סאמיט צו דיסקסורין א רעאקציע צו מדינת ישראל'ס נעכטיגע אטאקע. על טאני זאגט אז קאטאר טוט יעצט איבערקלערן אלע אירע ראלעס, אריין גערעכענט די ראלע פון פארמיטלן צווישן מדינת ישראל מיט כאמאס.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:43 pm
דורך בודקע
פראנקרייך ווארענט אז די לאנד קען רעאגירן מיט ארויס ווארפן מדינת ישראל דיפלאמאטן אין פאל מען פארשליסט די פראנצוליזישע קאנסולאט אין ירושלים, פראנקרייך ווארענט אז די לאנד קען רעאגירן מיט ארויס ווארפן מדינת ישראל דיפלאמאטן אין פאל מדינת ישראל פירט אויס איר סטראשע צו פארשליסן די פראנצוליזישע קאנסולאט אין ירושלים אלץ פראטעסט אקעגן דעם וואס פראנקרייך גייט אנערקענען א פאלעסטינער לאנד. פראנצויזישע באאמטע זאגן אז די רעגירונג קען נעמען נאך שריט, אריין גערעכענט שניידן די צאל מוסד אגענטן וועלכע ארבייטן אפיציעל אין פראנקרייך. די פראנצויזישע קאנסולט, וועלכע איז אפן שוין זייט יאר 1843 למס', טוט סערווירן פאלעסטינער, און אזוי אויך ארום 25 טויזנט פראנצויזישע בירגער וועלכע וואוינען אין ירושלים.

- IMG_20250910_154236.jpg (27.39 KiB) געזען געווארן 283 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:44 pm
דורך בודקע
א פרישע באריכט ערשינען געט אן אז צוויי הויעך ראנגיקע כאמאס באאמטע זענען פארוואונדעט געווארן אין מדינת ישראל'ס קאטאר אטאקע, די סאודישע באריכט לויטעט אז ביידע פון זיי געפונען זיך אין שפיטאל אינטער א גאר שטרענגע וואך, איינער פון זיי מיט ערענסטע וואונדן. לויט די באריכט האט די קאטאר אטאקע געשאפן גאר ערענסטע שאדענס פאר די אפיס פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, נאכ'ן אטאקירט ווערן מיט 4 באמבעס, אבער חיה מיט די אנדערע כאמאס פיגורן האבן זיך געפונען אין די אפיס פון די געוועזענע כאמאס פירער איסמאאיל האניע און דארט איז געפאלן בלויז איין באמבע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 5:36 pm
דורך שוהם
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:38 pm
גלאבאלא מלחמה עקספערטן קענען נישט אויפקומען מיט אן ענטפער איבער וואס עס איז פארגעקומען ביי די נעכטיגע מדינת ישראל אטאקע אויף קאטאר, עקספערטן פארשטייען נישט וויאזוי די לאנד'ס פארגעשריטענע לופט פארטיידעגונגס סיסטעמס האבן עס נישט געקענט אפשטעלן. די אמעריקאנער-אליאירטע לאנד פארמאגט פארגעשריטענע סיסטעמס פון אמעריקא, אריין גערעכענט פאטריאט סיסטעמס און טאהד סיסטעמס. קאטאר'ס פרעמעער מיניסטער על טאני האט געלאזט פאלן ווערטער אז מדינת ישראל האט גענוצט א סארט וואפן וואס איז נישט געווארן אויפגעכאפט אויפ'ן ראדאר, אבער איז נישט ארין אין מער דעטאלן.
ממש א חידה סתימה... קאל מיך ווען זיי כאפן...
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 5:57 pm
דורך בודקע
האוטי באאמטע אין תימן זאגן אז 35 מענטשען זענען אומגעקומען און 130 זענען פארוואונדעט געווארן פון די מדינת ישראל באמבארדירונגן היינט מיטוואך, זיי זאגן אז א מערהייט אומגעקומענע זענען געווען אין די הויפטשטאט צענה, וואו מדינת ישראל האט אטאקירט א מיליטערישע הויפטקווארטיר און א ברענשטאף סטאנציע. די מדינת ישראל באמבארדירונגן אין תימן זענען געקומען נאך כוואליעס מיסעלס און דראונס וואס די רעבעלן האבן געשאסן אויף ארץ ישראל, צווישן דעם איינס וואס האט באטראפן דעם רמון לופטפעלד נעבן אילת.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 8:34 pm
דורך בודקע
אי-יו קאמישאן פרעזידענט וויל ארויף שטעלן סאנקציעס און א טיילווייזע האנדל סוספענדירונג אויף מדינת ישראל צוליב די מיליטערישע קאמפיין אין עזה, פרוי ליען זאגט אז איינס פון די שריט וואס זי פלאנט צו טון איז איינצופרירן שטיצע וואס קומט פון די פאראיין'ס עקזעקאטיוו פליגל, א שריט וואס וועט נישט דארפן באשטעטיגונג פון אלע אי-יו לענדער. אין פאל זי נעמט טאקע דעם ליניע קען עס האבן ווייטגרייכענדע קאנסעקווענצן פאר מדינת ישראל, וויבאלד די אי-יו איז מדינת ישראל'ס גרעסטע האנדל שותף.

- IMG_20250910_203323.jpg (48.94 KiB) געזען געווארן 175 מאל