מצילי אש אימעיל
~ דארף נאך מאנסי מצילי אש?! ~
בערך פאר א האלב יאר צוריק האט די מאנסי פייער דעפארטמענט גענומען אויף זיך צו פארשענערן זייער פנים, און האבן געלאזט לויפן א קאמפיין ווי כאילו זיי ווערן כשר, די קאמפיין איז אנגעגאנגען מיט א שטארקייט ווי כאילו אז ממש מ'רעדט פון עטליכע קלייניקייטן, ווי מ'איז נישט מקפיד אויף 96 מינוט מוצאי שבת וכדו', און אפילו דאס וועט מען בס"ד אויך פארעכטן גאר בקרוב
בשעתו ווען די קאמפיין איז געווען בתוקפו, די ערשטע וואך צוויי, האבן אסאך תושבי מאנסי אנגענומען מיט אן ערנסקייט זייערע ווערטער און א אסאך מענטשן האבן געפרעגט מיט א תמימות 'מצילי אש גייט זיך פארמאכן?' י
באמת די שאלה איז זייער א גרויסע קאמפלימענט פאר מצילי אש, אלע שואלים האבן אין זייער סאב-קאנטשעס געהאלטן אז מצילי אש איז אפען פאר א סיבה, און אויב די סיבה ווערט ערפילט דאן וועט זיך מצילי אש פארמאכן, די טעות איז נאר געווען אז זיי האבן געמיינט אז די פראבלעם פון די פייער דעפארטמענט איז אז זיי האבן נאכנישט קיין ווידאוי ווי זיי דאווענען מנחה, און איינמאל ס'איז דא א ווידאוי ווי זיי דאווענען מנחה זענען אלע פראבלעמען געסאלווט
געוויסע אין די פייער דעפארטמענט האבן אבער יא געהאלטן אז די מערכה וועט טוען דאס זייניגע, און אויב מ'גייט במשך הזמן פראפגאנדירן אז די פייער דעפארטמענט ווערט בעסער וועט די מאנסי אידנטום איינזען אז זיי זענען שוין בעסער [א שווערע חשבון? איך ווייס אבער דאס איז די בעסטע וועג ארויסצוברענגען זייער חשבון]
די וואס זענען אריינגעטוען אין די ענין, די אלסווייסערס האבן באלד געכאפט וואס גייט פאר אז דאס אלעס איז נאר א שטורעם, אן ערבוביא, וואס פון דעם לעבט די שטן, ווען ס'ווערט אן ערבוב טוב ורע, און האבן בכלל נישט געזען קיין חידושים די גאנצע צייט, ביי זיי איז אלץ קלאר געווארן אז די פייער דעפארטמענט וויל נישט און טוישט זיך נישט, על כל פנים אין איר יעצטיגע שטאנד, אבער די המון עם האט געהאלטן אז ווי נישט ווי אויב זאגן זיי אז זיי גייען זיך פארעכטן קען מען אנעמען אז עפעס איז בעסער געווארן, [אנשטאט טוען פערציג חילולי שבת א וואך טוען זיי נאר צוואנציג, א גרויסע אויפטוה אויב אמת, אבער ווייט פון זיין שומרי שבת]
*
די פייער דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט א פרישע נאמבער וואס מיט דעם האבן זיי גע'טענה'ט אז ס'וועט פארשנעלערן זייער ריספאנס טיים, אז די דיספעטשינג סיסטעם וועט נישט אוועק נעמען קיין קריטישע מינוטן, און ווי אויך וועלן זיי פארלערנען הלכות שבת, און אזוי ארום וועלן אלע פראבלעמען זיין פאראכטן
די פארגאנגענע וואך האט פאסירט א קאל וואס האט צעווארפן אלע קארטן, ס'איז געווען א קאל ווי א הויז איז ארויף אין פלאמען, די גאנצע הויז איז קאליע געגאנגען, און אלעס איז די שולד פון די פארנאכלעסיקייט פון די היזיגע פייער דעפארטמענט, ס'איז געווען אן ארבעטער וואס האט געארבעט אין די הויז, און עפעס האט עקספלאדירט, און דאס האט פאראורזאכט א פייער, די פלאמבער מיט זיין ארבעטער זענען גלייך ארויס פון הויז, מ'האט גערופן פאר הילף, און די ערשטע האט מען גערופן די פרישע נאמבער פון די פייער דעפארטמענט (נישט ווי אנדערע ווילן פארשפרייטן אז מ”א האט הערטש נאכ’ן אנקומען זיי גערופן, נאר מיר האבן באווייז אז זיי זענען שוין גערופן געווארן פארדעם), און דאן די אנדערע ארגאנעזאציעס, מצילי אש און חברים, ביז צוויי מינוט איז געווען ביים קאל חברים און באלד דערנאך מצילי אש, אבער אויף די פייער דעפארטמענט האט מען געדארפט ווארטן איבער צען מינוט
אין די קריטישע צען מינוט האבן זיך די פונקן פייער צושפרייט אין די הויז און דורך די רויעך און די וואסער איז די גאנצע הויז געגאנגען א גאנג, מצילי אש האט גארנישט געקענט טוען צו די פייער אין אזוי ארום האט א משפחה פארלוירן די דאך איבערן קאפ, בשעת ווען די פייער דעפארטמענט נעמט זיך די צייט צו קומען צום קאל
*
מיר שרייבן אז מצילי אש האט גארנישט געקענט צו פארלעשן די פייער, דארף מען אויסשמועסן אז מ'האט בס"ד זיכער געמאכט אז די הויז איז ליידיג פון מענטשן, און ווי אויך אז מצילי אש פארמאגט די טרעינונג צו קענען פארלעשן אזא פייער, מצילי אש האט נאר נישט די קליידער דערפאר, די קליידער דעפאר קומט אויס צו א ווערט פון עטליכע הונדערט טויזענט דאללער צו קענען אויסשטאפירן עטליכע אין צוואנציג אינגעלייט, זאל ווען מצילי אש האבן די קליידער, וואלט ווען מצילי אש געקענט ראטעווען די הויז אויף אן אופן אז מ'וואלט אפילו נישט געוויסט פון די פייער, איז מיט דעם וואס מצילי אש האט לעת עתה נישט די געלט צו קענען איינקויפן די קליידער איז ארויף אין פלאמען פול מער, ה"י
ווען די ערשטע טראק איז ערשינען צום צענע איז נאר געווען צוויי מעמבערס אויפן קאל, אין זיי האבן געבעטן הילף פון די מצילי אש און חברים מעמבערס וואס זענען דארט געווען אויפן סצענע
ביי די קאל איז געווען נאך א גילוי, ס'איז ערשינען צום קאל לכה"פ צוויי פרויען, און האבן ארומגעלאכט צוזאמען מיט די מעמבערס, מ'האט קלאר געזעהן אז ס'איז דא א שיינע צוזאמען ארבעט צווישן די אלע, און נאכן קאל זענען זיי אהיים צוזאמען אויף די טראק, ווען זיי זענען געווען אנגעטוען אויף א געמיינעם אופן ה"י
אויב האט מען געמיינט אז מ'ווייסט שוין אלעס, און אונז ווייסן שוין וואס די דעפארטמענט קען אלץ טוען צוטרעטען אויף די תורה, זענען מיר נעכטן שאקירט געווארן אויף די פרישע שטאפל וואס די דעפארטמענט איז געגאנגען, ווען זיי האבן אריינגעגעבן קלאגעס אויף א מצילי אש מעמבער מיט’ן טענה אז ער האט נישט ריכטיג צוגעטשעפעט די פייפ צום פאמפ, די קלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן דורך נישט קיין צווייטן קערפערשאפט ווי 'מאנסי פייער דעפארטמענט', דאס זענען די היימישע קאמישאנערס וואס פארטרעטן אונזער געגענט וואס אלע פון זיי פארופן זיך אלץ היימישע אידן [אויב מ'קען רופן א מסור א היימישע איד], מיט די הילף פון זייערע סטראטעגיסטן, וואס זענען אפיציעל דארט כדי צו קענען אויפטוען פון אינווייניג, און אלעס באיצטלא דרבנן, דאס אויפטוען פון אינעווייניג באשטייט פון מסר'ן אידן רח"ל... ווי נצחון קען אלץ פארפירן ה"י
אויב איינער האט נאך געהאט א ספק אז אפשר איז ער נישט מחלל שבת ווייל זיין רב זאגט אים אנדערש די הלכה, [ער האלט אז מ'מעג רייכענען שבת ווען מ'דארף, רח"ל מהאי דעתא, אבער די שרייבער פון די שורות האט שוין געהערט אזעלכע ווערטער], מ'קען לעגאל גארנישט טוען מיט די פרויען וואס זענען שוין א חלק פון די דעפארטמענט, קומט אבער די מעשה לא ללמד על עצמו יצא אלא על הכלל כולו יצא, זיי זענען דא מיט איין ציל לעקור את כל הקודש לנו, זיי ווילן טרעטן אויף די תורה ניצן זיי די פייער טראקס דערפאר
און אונזער שאלה צו די אלע אידן וואס שטייען אין די זייט, און פראבירן צו זאגן אז מ'דארף אויך הערן די צווייטע צד, וואס איז די צווייטע צד? א קופה של שצרים, א בור של צואה? וואס האלט עטס אן? וואס וועט געשען אויב די פייער דעפארטמענט וועט קלאר פארשטיין אז מיט די תורה קען זיך א איד נישט שפילן??? י
די תירוץ אויף אונזער שאלה: 'דארף נאך מאנסי מצילי אש?!' איז אז ס'איז קיין שאלה
מאנסי דארף און וועט טוען אלעס אז מצילי אש זאל בליען און וואקסן און האבן די כוחות אריבערצוגיין אירע שוועריקייטן אין די כל התחלות קשות, און נאר וואקסן פון די אלע שוועריקייטן, און מיר וועלן מודיע זיין פאר אלע שטעלט ענק צו צו די געווינערס, די תורה וועט געווינען