בלאט 59 פון 69

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 1:14 am
דורך never say never
פוטיןקומט למעשה נישט ער שיקט הויכע חברה.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:21 am
דורך מאירוואלף
זעלענסקי איז אן "עקלדיגער מענטש" ווייל ער פאדערט פוטין'ס אנוועזנהייט אין איסטאנבול, — האט לאווראוו געזאגט.

"ער לויפט ארום און פאדערט זיך צו טרעפן פערזענליך. זיינע עלטערע ראטגעבער האבן אים דעמאלט דערקלערט אז ער זאל זיך נישט אזוי נאריש אויפפירן, נאר שנעלער פארהאנדלן," — האט ער צוגעגעבן.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:22 am
דורך מאירוואלף
זעלענסקי טרעפט זיך מיט ארדואן.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:25 am
דורך מאירוואלף
never say never האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 1:14 am פוטיןקומט למעשה נישט ער שיקט הויכע חברה.
נידעריגע חברה....

די דעלעגאציע ווערט געפירט אין שפיץ פונעם געוועזענעם קולטור מיניסטער וולאדימיר מעדינסקי.

א שטיק ליצנות.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:26 am
דורך מאירוואלף
די פלאץ איז גרייט פאר די געשפרעכן.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:27 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:22 am זעלענסקי טרעפט זיך מיט ארדואן.
דאס איז אין אנקארא. די געשפרעכן ברויכן פארקומען אין איסטאנבול.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 8:35 am
דורך מאירוואלף
דער קרעמלין איבער די געשפרעכן אין איסטאנבול מיט אוקריינע: פוטין האט דערווייל נישט קיין פלענער צו קומען קיין טערקיי, די רוסישע דעלעגאציע ווארט אויף דער אוקריינער דעלעגאציע, וואס איז נאך נישט אנגעקומען. אפילו אויב טראמפ קומט קיין איסטאנבול, האט פוטין נישט אזעלכע פלענער אין די קומענדיגע טעג.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:24 am
דורך מאירוואלף
די אוקריינער דעלעגאציע (אן זעלענסקי) וועט זיך טרעפן שפּעטער היינט אין איסטאנבול מיט די רוסישער דעלעגאציע.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:50 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ שיקט זיינע צוויי הויכע דיפלאמאטן וויטקאף און קעלאג אנטיילצונעמען ביי טערקיי געשפרעכן איבער אוקריינע קריג‎

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 9:46 am
דורך מאירוואלף
נאך בלויז צוויי שעה: די דירעקטע געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקריינע אין איסטאנבול האבן זיך געענדיגט, אן קיין שום עכטע פארשריט און אן קיין דורכברוך אין קיין איינע פון ​​די ענינים צו א מעגליכן סוף צום קריג.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 9:48 am
דורך מאירוואלף
דייטשער קאנצלער מערץ: זעלענסקי'ס רייזע קיין טערקיי איז א ריזיגע וויתור פון זיין זייט, און פוטין האט געמאכט א טעות ווען ער איז נישט געקומען. א נייער פעקל סאנקציעס קעגן רוסלאנד איז גרייט און די באשלוס וועגן דעם וועט גענומען ווערן אין בריסל דינסטאג.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 10:01 am
דורך מאירוואלף
זעלענסקי: אונזער שטעלונג: אויב די רוסן ווילן נישט האבן א פולשטענדיגן און אומבאדינגטן וואפן-שטילשטאנד, מוזן זיין שטארקע סאנקציעס. מען מוז ווייטער אויסאיבן דרוק אויף רוסלאנד ביז זי איז גרייט צו ענדיגן די מלחמה.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 10:02 am
דורך מאירוואלף
אוקריינער פארטיידיגונגס מיניסטער אומאוואריו: רוסלאנד און אוקריינע האבן איינגעשטימט אויסצוטוישן 1,000 קריגס-געפאנגענע פון ​​יעדער זייט.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 10:03 am
דורך מאירוואלף
רוסישע דעלעגאציע: מיר האבן באקומען און אנגעצייכנט די פארלאנג פאר א זיצונג צווישן די פירער פון דער רוסישער פעדעראציע און אוקריינע. מיר וועלן פארזעצן די געשפרעכן. מיר זענען צופרידן מיטן רעזולטאט.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 10:11 am
דורך מאירוואלף
זעלענסקי, מאקרון, מערץ, סטארמער און טוסק האבן געהאט א טעלעפאן רוף מיט טראמפ.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 5:42 pm
דורך דער תהלים איד
מאירוואלף האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 9:46 am נאך בלויז צוויי שעה: די דירעקטע געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקריינע אין איסטאנבול האבן זיך געענדיגט, אן קיין שום עכטע פארשריט און אן קיין דורכברוך אין קיין איינע פון ​​די ענינים צו א מעגליכן סוף צום קריג.
אונטער טראמפס זייגער וואלט אזאנס נישט פאסירט

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 1:44 am
דורך מאירוואלף
נאך טראמפ'ס רוף אפצושטעלן די מלחמה שוין מארגן: רוסלאנד האט היינט נאכט ארויסגעשיקט 273 דראונען קיין אוקריינע, פון וועלכע 216 זענען אפגעשטעלט און אראפגעשאסן געווארן. אין קיעוו איז א פרוי אומגעקומען און עטליכע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט א קינד.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 6:38 am
דורך מאירוואלף
9 זענען אומגעקומען אין א רוסישע אטאקע אויף א מיני באס אין סומי, אוקריינע.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 6:40 am
דורך מאירוואלף
ביזנעס עס יוזשועל...

אוקריינער שפיאנאזש זאגט אז זיי האבן אטאקירט א רוסישע אמוניציע זאפאס אויף די אקופירטן קריימיע האלבאינזל.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 9:15 am
דורך מאירוואלף
לויט דער הויפט שפיאנאזש דירעקטאראט פון אוקריינע, פלאנירט רוסלאנד ארויסצושיסן היינט נאכט א RS-24 "יאר'ס" אינטערקאנטינענטאל באליסטישע ראקעט פרר טרענירונגס צוועקן. די ציל איז צו אויסאיבן דרוק און דערשרעקן אוקריינע, די אייראפעישע יוניאן, און די נאטא מיטגליד שטאטן.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 11:35 am
דורך מאירוואלף
תשובת המשקל אין רוים...

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 12:42 pm
דורך never say never
טראמפ זאגט אז ער גייט רעדן מארגן מיט פוטין אין זעלענסקי.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 9:20 am
דורך מאירוואלף
דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט דזשעי. די. ווענס סטראשעט נאכאמאל אפצושטעלן די פארמיטלונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע: "עס שיינט אז עס איז דא א שטילשטאנד אין די געשפרעכן צו ענדיגן די מלחמה און פוטין ווייסט נישט ווי אזוי ארויסצוגיין פון די מלחמה. אויב רוסלאנד קאאפערירט נישט - וועלן מיר עווענטועל מעלדן אז דאס איז נישט אונזער מלחמה."

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 5:43 pm
דורך הדסים
מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:20 am דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט דזשעי. די. ווענס סטראשעט נאכאמאל אפצושטעלן די פארמיטלונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע: "עס שיינט אז עס איז דא א שטילשטאנד אין די געשפרעכן צו ענדיגן די מלחמה און פוטין ווייסט נישט ווי אזוי ארויסצוגיין פון די מלחמה. אויב רוסלאנד קאאפערירט נישט - וועלן מיר עווענטועל מעלדן אז דאס איז נישט אונזער מלחמה."
נאכאמאל? אויב רוסלאנד קאאפערירט נישט וועט מען נאכגעבן פאר רוסלאנד און זיך ארויסציען פון די מלחמה?

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 6:21 pm
דורך נקודות טובות
הדסים האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 5:43 pm
מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:20 am דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט דזשעי. די. ווענס סטראשעט נאכאמאל אפצושטעלן די פארמיטלונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע: "עס שיינט אז עס איז דא א שטילשטאנד אין די געשפרעכן צו ענדיגן די מלחמה און פוטין ווייסט נישט ווי אזוי ארויסצוגיין פון די מלחמה. אויב רוסלאנד קאאפערירט נישט - וועלן מיר עווענטועל מעלדן אז דאס איז נישט אונזער מלחמה."
נאכאמאל? אויב רוסלאנד קאאפערירט נישט וועט מען נאכגעבן פאר רוסלאנד און זיך ארויסציען פון די מלחמה?
לאמיר זיך נישט נער'ן. ווען פוטין ווייסט מתחילה ווי אזוי די זאך גייט זיך אויסשפילן, וואלט ער קיינמאל נישט אינוואדירט. נאר וואס, זיין גאווה לאזט אים נישט אויפגעבן. איך קוק דאס אן אלץ סטראשע צו פוטין ווי צו זאגן דאס איז די לעצטע געלעגענהייט פאר אייך צו נעמען א וועג אראפ פון בוים.

אמעריקע וועט צווינגען אוקריינא צו אויפגעבן שטיקער לאנד, און איינגיין אויף געוויסע תנאים וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט איינגעגאנגען אן די פרעשור פון אמעריקע. פוטין וועט פייערן זיג, און די זינלאזע קריג וועט קומען צו אן ענדע. און ווי שטענדיג וועט נאך אמעריקע ארויסגיין מיט א פארלוסט, ווען סיי רוסלאנד און סיי אוקריינא וועלן ביידע ארויסשלעפן גרויסע געווינסן פון אמעריקע זעלבסט. והכל על מקומו יבא בשלום.

אויב זאל פוטין יעצט אפווארפן אמעריקעס גוטן ווילן, איז פשט אז ער גייט זיין געצווינגען צו קעמפן פאר נאך פיר יאר. אוקריינא גייט קיינמאל צום טיש נישט קומען אן אמעריקע. חוץ אין פאל פון אן אטעם באמבע וואס איך געב שוואכע שאנסן צו פארסירן. ס'שטעלט אים אין א ספאט. בין איך טאקע גרייט צו גיין פאר נאך פיר יאר? יתכן ער וועט זיך בארעכענען. עכ"פ דאס איז ווי אזוי איך קוק עס אן.