מדינת ישראל אין מלחמה

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

הימל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 11:36 pm
גרינגראז האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 1:43 pm
פעינטיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 4:40 am א חרידישע בחור האט געהארגעט איין טעראריסט.

די בחור נאכן אטאקע
די צווייטע טעראריסט איז גע'הרג'עט געווארן דורך א חרדי'שע איד וואס האט נישט לאנג צוריק באקומען געווער.
ווער האט גע'הרג'ט די צווייטע טעראריסט?
כ'מיין אז א בחור וואס איז אין די מיליטער אין די חשמונאים בריגאדע
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל האט פארניכטעט נאך א הויעך-שטאקיגע געביידע אין עזה סיטי, צוליב באשולדיגונגן אז די געביידע איז גענוצט געווארן דורך כאמאס, לויט ווי מדינת ישראל באשולדיגט פלעגט כאמאס נוצן דעם געביידע פאר שפיאנאזש אפאראטן און אבזערוואציע פונקטן צו האלטן אן אויג אויף די אומגעגענט. די הויעך-שטאקיגע געביידע איז געווען איינס פון עטליכע געביידעס אין עזה סיטי וועלכע זענען היינט געקומען אינטער אטאקע דורך מדינת ישראל קרעפטן וועלכע גרייטן זיך אויף אפאראציעס גענצליך איבערצונעמען דעם שטאט.
IMG_20250909_005433.jpg
IMG_20250909_005433.jpg (31.59 KiB) געזען געווארן 385 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

עקספערט איבער איראן ווארנט אז איראנער רעזשים גרייט זיך פאר פרישע כוואליע אטאקעס קעגן אידן איבער דער וועלט‎

אליהו יאסיאן האָט געגעבן זיין וואָרענונג ביי אַן אויפטריט אין די חב"ד שוהל אין אָראַנדזש קאַונטי, קאַליפאָרניע, זאָגנדיג אַז איראַן נוצט אויס די יעצטיגע שטילקייט אויסצוברייטערן זייערע מעגליכקייטן און בויען פרישע נעצן פאַר צוקונפטיגע אַטאַקעס. צווישן אַנדערן זאָגט יאסיאן אַז איראַן פאַרמאָגט נעטוואָרקס אין אַמעריקע, וועלכע גרייטן זיך צו פּלאַנירן און אויספירן אַטאַקעס קעגן אידישע צילן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

פירער פון פלאטילא פון עזה הומאניטארישע שיפן זאגן אז איינער פון זייערע שיפן זענען אטאקירט געווארן מיט דראון‎, די פירער פון די פלאָטילאַ זאָגן אַז אַלע פּאַסאַזשירן און מאַנשאַפט אויפן שיף זענען אָקעי, און זיי האָבן געבעטן די אויטאָריטעטן אין טוניזיע צו עפענען אַן אויספאָרשונג, זייענדיג יעצט געאַנקערט אין טוניזיע נאָך וואָס שווערע וועטער האָט אָפּגעשטעלט די רייזע. א וואָרטזאָגער פאַר טוניזיע'ס נעשאָנעל גאַרד האָט קלאָרגעשטעלט אַז עס איז נישט אויפגעכאַפּט געוואָרן קיין שום דראָון אַקטיוויטעט אין די הימלען העכער די פּאָרט וואו די פלאָטילאַ שיפן זענען פּאַרקירט.
IMG_20250909_010403.jpg
IMG_20250909_010403.jpg (42.8 KiB) געזען געווארן 378 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל מיליטער באמבארדירט סירישע שטעט האמס, פאלמיירא און לאטאקיע צילנדיג וואפנס איינריכטונגען‎, צווישן אַנדערן האָבן די באָמבאַרדירונגען געצילט די שטאָט האָמס וואו עטליכע אַמוניציע און מיסיל ווערהאַוזעס ביי רעגירונג מיליטערישע באַזעס זענען אַטאַקירט געוואָרן, און אויך א סירישע לופט פאַרטיידיקונגס צענטער. די באָמבאַרדירונגען האָבן אויך געצילט פּאַלמיירא, און די לאַטאַקיע פּראָווינץ.
IMG_20250909_010532.jpg
IMG_20250909_010532.jpg (34.99 KiB) געזען געווארן 370 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
פעינטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 1750

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך פעינטיג »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:01 am מדינת ישראל האט פארניכטעט נאך א הויעך-שטאקיגע געביידע אין עזה סיטי, צוליב באשולדיגונגן אז די געביידע איז גענוצט געווארן דורך כאמאס, לויט ווי מדינת ישראל באשולדיגט פלעגט כאמאס נוצן דעם געביידע פאר שפיאנאזש אפאראטן און אבזערוואציע פונקטן צו האלטן אן אויג אויף די אומגעגענט. די הויעך-שטאקיגע געביידע איז געווען איינס פון עטליכע געביידעס אין עזה סיטי וועלכע זענען היינט געקומען אינטער אטאקע דורך מדינת ישראל קרעפטן וועלכע גרייטן זיך אויף אפאראציעס גענצליך איבערצונעמען דעם שטאט.
IMG_20250909_005433.jpg
נתניהו זאגט אז מ'האט שוין פארניכטעט 50 הויכע געביידעס אין עזה סיטי.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:06 am

היינט אליינס?

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:07 am

די לעצטע 2 טעג.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:08 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:07 am
פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:06 am

נתניהו זאגט אז מ'האט שוין פארניכטעט 50 הויכע געביידעס אין עזה סיטי.
היינט אליינס?
די לעצטע 2 טעג.
אה, מאכט סענס
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
פעינטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 1750

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך פעינטיג »

צה"ל מיט אן אפיציעלע ווארענונג פאר אלע איינוואוינער פון עזה סיטי, צו פארלאזן עזה סיטי.
פיילס
IMG-20250909-WA0003.jpg
IMG-20250909-WA0003.jpg (203.88 KiB) געזען געווארן 368 מאל
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 682

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:06 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:01 am מדינת ישראל האט פארניכטעט נאך א הויעך-שטאקיגע געביידע אין עזה סיטי, צוליב באשולדיגונגן אז די געביידע איז גענוצט געווארן דורך כאמאס, לויט ווי מדינת ישראל באשולדיגט פלעגט כאמאס נוצן דעם געביידע פאר שפיאנאזש אפאראטן און אבזערוואציע פונקטן צו האלטן אן אויג אויף די אומגעגענט. די הויעך-שטאקיגע געביידע איז געווען איינס פון עטליכע געביידעס אין עזה סיטי וועלכע זענען היינט געקומען אינטער אטאקע דורך מדינת ישראל קרעפטן וועלכע גרייטן זיך אויף אפאראציעס גענצליך איבערצונעמען דעם שטאט.
IMG_20250909_005433.jpg
נתניהו זאגט אז מ'האט שוין פארניכטעט 50 הויכע געביידעס אין עזה סיטי.
איי געס אז יעדע פון דעי 50 זענען שוין די עכטע עכטע הויפטקוואר :oops:
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

אין א אויסנאמליכע שריט האט מדנ"י אטאקירט די הויכראנגיגע חאמאס פירער וואס האבן זיך אויף געהאלטן אין קאטאר ביז יעצט מיט א רואיגקייט, 10 מיליטערישע פליגער האבן א טייל גענומען אין די אטאקעס, לויט מדנ"י זענען זעקס כאמאס פירער געהארגעט געווארן אריינגערעכנט חליל אל-חיה, זאהר ג'בארין ומוסא אבו מרזוק.
IMG_20250909_111442.jpg
IMG_20250909_111442.jpg (37.19 KiB) געזען געווארן 237 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

* Khalil al-Hayya
הויפט פון חאמאס פארהאנדלונגען טיעם

* Zohar Jibrin
פאראנטווארטליך אויף יהודה ושומרון

* Khaled Meshaal
הויפט פון חאמאס פאליטישע ביורא

* Musa Abu Marzouk
דעפיוטי הויפט פון חאמאס

* Hussam Badran
ווארטזאגער פאר חאמאס פאליטישע פליגל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

די מדינת ישראל מיליטער האָט באַשטעטיגט באַריכטן אַז די אויפרייסן זענען געווען פון געצילטע באָמבאַרדירונגען, און ווי באריכטן גיבן אן איז עס געווען מיט קאארדינאציע פון אמעריקע. צווישן די כאַמאַס פּאָליטישע פירער וואָס זענען געצילט געוואָרן זענען קאַליל על האחיא, זאהאר דזשאבארין, מוכאַמעד דאַרוויש, כוסעם באדראן, טאכער על נאנאו און מוסאַ אַבו מאַרזוק, און געוויסע באריכטן גיבן אן אז אויך איז מעגליך געצילט געווארן דער לאַנגיעריגער כאַמאַס פירער קאַלעד מאשאל, וועמען מדינת ישראל האָט שוין פּרובירט אומצוברענגען אין ירדן מיט 30 יאָר צוריק. קוועלער זאָגן אַז מדינת ישראל האָט געהאַט באַקומען דעם אָקעי פון פּרעזידענט טראָמפּ פון פאָראויס דורכצופירן די געצילטע באָמבאַרדירונג אין קאַטאַר. אין א סטעיטמענט האָט קאַטאַר'ס אויסערן מיניסטעריום פאַרדאַמט די מדינת ישראל באָמבאַרדירונג, זאָגנדיג אַז עס איז געווען א ווילדע און אומלעגאַלע שריט. דערווייל איז נישט קלאָר צי איינער פון די כאַמאַס פירער האָבן איבערגעלעבט די באָמבאַרדירונג.
IMG_20250909_111948.jpg
IMG_20250909_111948.jpg (52.3 KiB) געזען געווארן 228 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

קעגענזייטיגע באריכטן אין די אראבישע פרעסע אויב און וועלכע הויעך ראנגיקע כאמאס פירער זענען אומגעקומען אין מדינת ישראל'ס אטאקע אין קאטאר, טייל באריכטן געבן אן אז דער הויעך ראנגיקע פירער חאליל על חיה איז אומגעקומען אין די אטאקע, אין צייט וואס אנדערע באריכטן געבן אן אז ער האט באוויזן עס איבערצולעבן. אזוי אויך זענען ארויס געקומען באריכטן איבער נאך דריי וואס זענען אומגעקומען אין די אטאקע, אריין גערעכענט חאליד מעשאל. מדינת ישראל האט דערווייל נישט באשטעטיגט איין וועג אדער די אנדערע, אבער ארטיגע רעגירונג קוועלער זאגן אז ווי עס קוקט אויס זענען א מערהייט אנוועזענדע כאמאס פירער אומגעקומען. גלייכצייטיג האט א כאמאס קוואל באשטעטיגט אז די אטאקע איז געווארן דורכגעפירט אין צייט וואס פירער פון די גרופע האבן זיך אראפ געזעצט צו דיסקוסירן פרעזידענט טראמפ'ס פייעראפשטעל פארשלאג. ערשטע באריכטן איבער דעטאלן פון די אטאקע זעלבסט געבן אן אז די אטאקע איז געווארן דורכגעפירט דורך א געמיש פון באמבארדיר פליגער וועלכע האבן אראפ געלאזט שווערע באמבעס אויף די געביידע און אזוי אויך דראונס. איראן האט פארעפענטליכט א סטעיטמענט צו פארדאמען די אטאקע, און אזוי אויך האט עס די פאלעסטינער אויטאריטעט פארדאמט, זאגענדיג, אז די אטאקע איז אן ערענסטע פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלא געזעץ. די עלטערן פון צוויי משכונות אין עזה זענען אויך ארויס געקומען אויסדרוקן אויפברויז איבער דעם וואס די רעגירונג האט דורכגעפירט אזא אטאקע אין צייט וואס מען האט ערענסט דיסקוסירט א פייעראפשטעל פארשלאג.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

די מיליטערישע פליגל פון כאמאס האט פארעפענטליכט א סטעיטמענט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר די שרעקליכע אטאקע נעכטן אין ירושלים, די טעראר גרופע זאגט אז די צוויי טעראריסטן וועלכע האבן דורכגעפירט די אטאקע זענען ביידע געווען מיטגלידער אין די גרופע. די גרופע האט אבער נישט ארויס געשטעלט קיין שום דעטאלן איבער דאס אויספלאנירן און דורכפירן די אטאקע זעלבסט.
IMG_20250909_112341.jpg
IMG_20250909_112341.jpg (39.19 KiB) געזען געווארן 223 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

נתניהו ביים מיטהאלטן די אטאקעס אין קאטאר.
IMG_20250909_112906.jpg
IMG_20250909_112906.jpg (26.87 KiB) געזען געווארן 218 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

ווי ערווארטעט..

יו ען טשיף גוטטערס פארדאמט די אטאקע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 682

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

ס'איז טאקע א ריעל געוואגטע אקציע. בשעת'ן זיצן א מיטינג וועגן פארהאנדלען? וואף.

גאנץ שווער צו פארדייען אפגעזעהן אלסדינג ארום
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:35 am ס'איז טאקע א ריעל געוואגטע אקציע. בשעת'ן זיצן א מיטינג וועגן פארהאנדלען? וואף.

גאנץ שווער צו פארדייען אפגעזעהן אלסדינג ארום
בד"וו, ווייל חאמאס זאגט אזוי מוז נישט מיינען אז ס'איז אמת, ווען דו וועסט הערן אז מדנ"י זאגט עס קענסטו עס גלייבן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
גייזער
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:13 pm
x 92

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך גייזער »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:41 am
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:35 am ס'איז טאקע א ריעל געוואגטע אקציע. בשעת'ן זיצן א מיטינג וועגן פארהאנדלען? וואף.

גאנץ שווער צו פארדייען אפגעזעהן אלסדינג ארום
בד"וו, ווייל חאמאס זאגט אזוי מוז נישט מיינען אז ס'איז אמת, ווען דו וועסט הערן אז מדנ"י זאגט עס קענסטו עס גלייבן.
די מדינה זענען גארנישט קלענערע שקרנים ווען ס'קומט צו די זאכן...
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

הויכראנגיקער חמאס באאמטער, הישאם קאסם: אין דעם אטאקע אויף דער באוועגונג'ס הויפטקווארטיר אין דאכא, זענען די פירער פארוואונדעט געווארן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:50 am הויכראנגיקער חמאס באאמטער, הישאם קאסם: אין דעם אטאקע אויף דער באוועגונג'ס הויפטקווארטיר אין דאכא, זענען די פירער פארוואונדעט געווארן.
שב"כ קוועלער: ס'קוקט אויס ווי די אטאקעס זענען געלונגען אין ציל, דאס אז כאמאס לייקנט איז נישט קיין חידוש, אונז האמיר געוואוסט אז זיי וועלן פרובירן צו פארלייקענען.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

גייזער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:49 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:41 am
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:35 am ס'איז טאקע א ריעל געוואגטע אקציע. בשעת'ן זיצן א מיטינג וועגן פארהאנדלען? וואף.

גאנץ שווער צו פארדייען אפגעזעהן אלסדינג ארום
בד"וו, ווייל חאמאס זאגט אזוי מוז נישט מיינען אז ס'איז אמת, ווען דו וועסט הערן אז מדנ"י זאגט עס קענסטו עס גלייבן.
די מדינה זענען גארנישט קלענערע שקרנים ווען ס'קומט צו די זאכן...
גערעכט, אבער ווען ס'קומט צו מאכן אויס זעהן כאילו יעצט האבן זיי שוין עכט געוואלט מיט ארבעטן און פונקט וכו' וכו', זענען חאמאס געלערנטע ליגענערס
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2848
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10591

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מיליטערישע מקור: מיר שאצן אז 6 הויכראנגיגע פון 8 חאמאס באאמטע זענען עלימינירט געווארן, מען ווארט נאך אבער אויף לעצטער באשטעטיגונג.

קאטאר באריכטעט, אז אין ס"ה איז דא 17 טויטע אין די מדנ"י אטאקע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
שרייב פאוסט