מדינת ישראל אין מלחמה
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל מיליטער ווארנט אז צו איינווארפן עזה סיטי און דערגרייכן צילן דארט וועט דויערן מער ווי א יאר
די רעגירונג וויל אז עזה סיטי זאל ווערן אינגאנצן איינגעווארפן, און דערנאך זאל מען עס קענען אויפבויען פונדאסניי, אבער די מיליטערישע סטראטעגיסטן זאגן אז אזא אונטערנעמונג וועט קאסטן א גאר טייערע פרייז און וועט דויערן לאנג. די באאמטע זאגן אז עס וועט ברענגען א קריזיס אין די רעזערוו יוניטס, וועלכע פלאגן זיך מיט א מאנגל אין רעזערוויסטן וואס ווילן בכלל צוריקקומען אין דינסט, און אויך וועט עס זיין א ריזיקע פאר די פארבליבענע משכונות.
די רעגירונג וויל אז עזה סיטי זאל ווערן אינגאנצן איינגעווארפן, און דערנאך זאל מען עס קענען אויפבויען פונדאסניי, אבער די מיליטערישע סטראטעגיסטן זאגן אז אזא אונטערנעמונג וועט קאסטן א גאר טייערע פרייז און וועט דויערן לאנג. די באאמטע זאגן אז עס וועט ברענגען א קריזיס אין די רעזערוו יוניטס, וועלכע פלאגן זיך מיט א מאנגל אין רעזערוויסטן וואס ווילן בכלל צוריקקומען אין דינסט, און אויך וועט עס זיין א ריזיקע פאר די פארבליבענע משכונות.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל פליגער און טאנקן האבן דורכגעפירט העפטיגע באמבארדירונגן אויף די מזרח און צפון פאר-געגענטער פון עזה סיטי
די באמבארדרונגן און אטאקעס אין די פאר-געגענטער פון עזה סיטי קומען אין בעפארברייטונג צו א גרעסערע אפענסיווע געצילט איבערצונעמען גאנץ עזה סיטי. ווי עס הייסט מאמענטאל וועלן צענדליגער טויזנטער רעזערוויסטן אנקומען קומענדיגע וואך דינסטאג זיך צו גרייטן פאר די אפענסיווע, און די אפענסיווע וועט זיך אנפאנגן ערגעץ אין די נאכפאלגענדע וואכן.
די באמבארדרונגן און אטאקעס אין די פאר-געגענטער פון עזה סיטי קומען אין בעפארברייטונג צו א גרעסערע אפענסיווע געצילט איבערצונעמען גאנץ עזה סיטי. ווי עס הייסט מאמענטאל וועלן צענדליגער טויזנטער רעזערוויסטן אנקומען קומענדיגע וואך דינסטאג זיך צו גרייטן פאר די אפענסיווע, און די אפענסיווע וועט זיך אנפאנגן ערגעץ אין די נאכפאלגענדע וואכן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל האט דורכגעפירט לופט באמבארדירונגן אויף האוטי רעבעלן צילן אין תימן
דאס קומט נאכ'ן באשטעטיגן אז א מיסל וואס די גרופע האט געשאסן פארלאפענע פרייטאג האט פארמאגט אויף זיך א קלאסטער באמבע שפיץ. די באמבארדירונגן אין תימן האבן געצילט עטליכע ערטער, אריין גערעכענט א מיליטערישע באזע אין די צענה געגענט וואו עס געפונט זיך די פרעזידענטליכע פאלאץ און צוויי פאוער פלענטס. די מיסל אטאקע פרייטאג אווענט איז געווען די ערשטע מאל וואס די האוטיס האבן זיך באנוצט מיט א קלאסטער באמבע וואס איז פארבאטן אינטערנאציאנאל. די מיסל האט באטראפן א הויז אין די גינתון געגענט אין צענטרעל ארץ ישראל, אבער עס האט קיינעם נישט פארוואונדעט. אין די הויז האט זיך געפונען א 85-יעריגע פרוי וועלכע איז ארויס אומבאשעדיגט נאכ'ן באצייטענס אריין גיין אין א שוץ צימער.

צענדליגער טויזנטער מארשירן אויף די גאסן פון פולע שטעט איבער אוסטראליע, אויפ'ן רוף פון פרא-פאלעסטינער גרופעס
פראטעסטן און ראליס קומען פאר אין מעלבאורן, סידני און ארום 40 אנדערע שטעט לענגאויס אוסטראליע. ארגאנאזירער פון די דעמאנסטראציעס דרוקן אויס האפענונג אז זיי וועלן באוויזן ארויס צו ברענגן 500 טויזנט מענטשען, א ציפער וואס זיי האבן נאך נישט באוויזן ביז היינט.
פראטעסטן און ראליס קומען פאר אין מעלבאורן, סידני און ארום 40 אנדערע שטעט לענגאויס אוסטראליע. ארגאנאזירער פון די דעמאנסטראציעס דרוקן אויס האפענונג אז זיי וועלן באוויזן ארויס צו ברענגן 500 טויזנט מענטשען, א ציפער וואס זיי האבן נאך נישט באוויזן ביז היינט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
איראן האט אנגעפאנגן ארויס ווייזן גרייטקייט צו שניידן איר אוראניום בארייכערונג שטאפלן כדי אפצושטעלן ענגלאנד פון צוריק שטעלן יו-ען סאנקציעס
די זעלבע באריכט לויטעט אז איראנער באאמטע זענען אויך גרייט נאכצולאזן פון זייער שטעלונג כדי צו פארמיידן ווייטערדיגע מיליטערישע אטאקעס דורך מדינת ישראל און אמעריקא. די באריכטעט לויטעט אז דער הויעך ראנגיקער איראנער זיכערהייט באאמטער אלי לאַרידזשאַני שטייט אין שפיץ פון די וועלכע זיכן אראפ צו ברענגן די שטימונג, און ארבייט צו איבערצייגן איראנער פירער זיי זאלן ערלויבן צו בארייכערן אוראניום אויף א שטאפל פון בלויז 20 פראצענט ווי איידער 60 פראצענט.
די זעלבע באריכט לויטעט אז איראנער באאמטע זענען אויך גרייט נאכצולאזן פון זייער שטעלונג כדי צו פארמיידן ווייטערדיגע מיליטערישע אטאקעס דורך מדינת ישראל און אמעריקא. די באריכטעט לויטעט אז דער הויעך ראנגיקער איראנער זיכערהייט באאמטער אלי לאַרידזשאַני שטייט אין שפיץ פון די וועלכע זיכן אראפ צו ברענגן די שטימונג, און ארבייט צו איבערצייגן איראנער פירער זיי זאלן ערלויבן צו בארייכערן אוראניום אויף א שטאפל פון בלויז 20 פראצענט ווי איידער 60 פראצענט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
האוטי געזונטהייט מיניסטעריום: 2 מענטשען זענען אומגעקומען און 35 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן פון די היינטיגע מדינת ישראל באמבארדירונגן
א הויעך ראנגיקע האוטי באאמטער זאגט אז די באמבארדירונגן וועלן גארנישט טון אפצושטעלן די האוטיס פון זייערע אנטי-מדינת ישראל אפאראציעס. האזאם על אסאד זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס גייט אפשטעלן די גרופע איז אויב מדינת ישראל שטעלט אפ איר אגרעסיע און באלאגערונג פון עזה.
א הויעך ראנגיקע האוטי באאמטער זאגט אז די באמבארדירונגן וועלן גארנישט טון אפצושטעלן די האוטיס פון זייערע אנטי-מדינת ישראל אפאראציעס. האזאם על אסאד זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס גייט אפשטעלן די גרופע איז אויב מדינת ישראל שטעלט אפ איר אגרעסיע און באלאגערונג פון עזה.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
איראן'ס הויפט גייסטליכער איאטאלא אלי כומעני איז ווידעראמאל ארויס געקומען מיט שארפע רעטאריק אקעגן אמעריקע
כומעני זאגט אז עס זענען פארהאן אזעלכע וועלכע ווילן אז טעהראן זאל זיך בייגן פאר וואשינגטאן, אבער דאס גייט קיינמאל נישט פאסירן, נאר די איראנער פאלק וועט שטיין מיט איר גאנצע קראפט אקעגן אלע וועלכע האבן אזעלכע ערווארטונגן. זיינע ווערטער קומען געציילטע טעג נאכדעם וואס איראנער באאמטע האבן געסטראשעט מדינת ישראל מיט באנייטע שלאכטן, שטייענדיג צוויי חדשים נאכדעם וואס די צוויי לענדער זענען געווען פארמישט אין א 12-טאגיגע מלחמה.
כומעני זאגט אז עס זענען פארהאן אזעלכע וועלכע ווילן אז טעהראן זאל זיך בייגן פאר וואשינגטאן, אבער דאס גייט קיינמאל נישט פאסירן, נאר די איראנער פאלק וועט שטיין מיט איר גאנצע קראפט אקעגן אלע וועלכע האבן אזעלכע ערווארטונגן. זיינע ווערטער קומען געציילטע טעג נאכדעם וואס איראנער באאמטע האבן געסטראשעט מדינת ישראל מיט באנייטע שלאכטן, שטייענדיג צוויי חדשים נאכדעם וואס די צוויי לענדער זענען געווען פארמישט אין א 12-טאגיגע מלחמה.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
אן איראנער העקינג גרופע האט דורכגעפירט א סייבער אטאקע אויף 'רימון אינטערנעט' אין ארץ ישראל וואס שטעלט צו אינטערנעט פילטערינג סערוויס
די העקערס האבן פארעפענטליכט א רעקארדירונג וואס לויטעט אז זיי האבן באוויזן אריין צו דרינגן אין די אינערליכע קאמפיוטערס פון די קאמפאני און האבן פארמעקט וויכטיגע אינערליכע פיילס. 'אינטערנעט רימון' זאגט אז די קאמפאני האט געארבייט א שטיק צייט צוריק צו שטעלן סערוויס פאר קאסטומערס, און מאמענטאל האבן א מערהייט קאסטומערס שוין צוריק זייער סערוויס.
די העקערס האבן פארעפענטליכט א רעקארדירונג וואס לויטעט אז זיי האבן באוויזן אריין צו דרינגן אין די אינערליכע קאמפיוטערס פון די קאמפאני און האבן פארמעקט וויכטיגע אינערליכע פיילס. 'אינטערנעט רימון' זאגט אז די קאמפאני האט געארבייט א שטיק צייט צוריק צו שטעלן סערוויס פאר קאסטומערס, און מאמענטאל האבן א מערהייט קאסטומערס שוין צוריק זייער סערוויס.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
אנטי מדינת ישראל פראטעסטירער אין פראנקפורט, דייטשלאנד, האבן געשפריצט רויטע פארב קעגן אידישע איינוואוינער וועלכע האבן אויפגעהאנגען בילדער אין שטיצע פאר די חאמאס משכונות.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מענעדזשער פון א פארברענג פּארק אין פראנקרייך ארעסטירט נאכדעם וואס ער האט אנטזאגט 150 אידישע קינדער פון ארץ ישראל אַריינצוקומען
טראץ וואס זיי האבן געהאט באשטעלט טיקעטס פון פאָראויס, האָט דער מענעדזשער געזאגט אז צוליב "פּערזענליכע אידעאלאגיע" קען ער נישט אריינלאזן די קינדער, וועלכע זענען געווען צווישן 8 און 16 יאר אלט. די גרופּע האָט אַריינגעגעבן א קאָמפּלעינט צו די פּאָליציי, וועלכע האָבן אַרעסטירט דעם מענעדזשער, און ער שטייט אויס דריי יאר טורמע פאר רעליגיע דיסקרימינאַציע.
טראץ וואס זיי האבן געהאט באשטעלט טיקעטס פון פאָראויס, האָט דער מענעדזשער געזאגט אז צוליב "פּערזענליכע אידעאלאגיע" קען ער נישט אריינלאזן די קינדער, וועלכע זענען געווען צווישן 8 און 16 יאר אלט. די גרופּע האָט אַריינגעגעבן א קאָמפּלעינט צו די פּאָליציי, וועלכע האָבן אַרעסטירט דעם מענעדזשער, און ער שטייט אויס דריי יאר טורמע פאר רעליגיע דיסקרימינאַציע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
איראנער באאמטע סיגנאליזירן גרייטקייט צו רעדוצירן שטאפלען פון אוראניום בארייכערונג צו באפרידיגן אייראפעאישע לענדער
דער שריט ווערט פאראויסגעשטופט דורך אלי לארידזשאני, דער נייער געשטעלטער סעקרעטאַר פון די איראַנער נאַציאָנאַלע סעקיוריטי קאַונסיל, וועלכער האָט געמאַכט קאָנטאַקט מיט אייראָפּעאישע באַאַמטע דערוועגן. לארידזשאני האָט געזאָגט אַז ער ערוואַרט צו באַקומען צושטימונג פון די פירער פון די איסלאַמישע רעוואלוציאנערע גאַרד, און דער ציל איז אויך צו רעדוצירן די ריזיקע פון ווייטערדיגע אַמעריקאַנער און מדינת ישראל באָמבאַרדירונגען.
דער שריט ווערט פאראויסגעשטופט דורך אלי לארידזשאני, דער נייער געשטעלטער סעקרעטאַר פון די איראַנער נאַציאָנאַלע סעקיוריטי קאַונסיל, וועלכער האָט געמאַכט קאָנטאַקט מיט אייראָפּעאישע באַאַמטע דערוועגן. לארידזשאני האָט געזאָגט אַז ער ערוואַרט צו באַקומען צושטימונג פון די פירער פון די איסלאַמישע רעוואלוציאנערע גאַרד, און דער ציל איז אויך צו רעדוצירן די ריזיקע פון ווייטערדיגע אַמעריקאַנער און מדינת ישראל באָמבאַרדירונגען.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
אנקעטע: אכציג פראצענט איראנער בירגער ווילן ענדע צום רעזשים פון איסלאמישן פירער איאטאלא כומעיני
די אַנקעטע האָט אויסגעפרעגט כמעט אַכציג טויזנט איראַנער בירגער, און עס שטעלט זיך אַרויס אַז מער ווי אַכציג פּראָצענט אויסגעפרעגטע ווילן אַז די רעזשים זאָל ווערן ערזעצט מיט א נייע דעמאָקראַטישע רעגירונג. נאָר 11 פּראָצענט פון די וואָס זענען אויסגעפרעגט געוואָרן, האָבן געזאָגט אַז זיי שטיצן ווייטער די איסלאַמישע רעוואָלוציע פון 1979 און אַז זיי ווילן אַז אַיאַטאָלאַ כומעיני זאָל פאַרבלייבן דער פירער אין איראַן.
די אַנקעטע האָט אויסגעפרעגט כמעט אַכציג טויזנט איראַנער בירגער, און עס שטעלט זיך אַרויס אַז מער ווי אַכציג פּראָצענט אויסגעפרעגטע ווילן אַז די רעזשים זאָל ווערן ערזעצט מיט א נייע דעמאָקראַטישע רעגירונג. נאָר 11 פּראָצענט פון די וואָס זענען אויסגעפרעגט געוואָרן, האָבן געזאָגט אַז זיי שטיצן ווייטער די איסלאַמישע רעוואָלוציע פון 1979 און אַז זיי ווילן אַז אַיאַטאָלאַ כומעיני זאָל פאַרבלייבן דער פירער אין איראַן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל פארשט א פאל אין עזה וואו ווייניגסטענס 19 מענטשען זענען אומגעקומען אין אן אטאקע אויף א שפיטאל אין חוואן יוניס
פאלעסטינער באאמטע זאגן אז צווישן די 19 מענטשען אומגעקומען אין די מדינת ישראל אטאקע אויף די נאסיר שפיטאל ציילן זיך דריי דזשורנאליסטן, אריין גערעכענט א א פאטאגראפיטס פאר די רויטערס נייעס אגענטור און א פאטאגראפיסט פאר די על דזשאזירע נייעס אגענטור. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז די אטאקע אויף די שפיטאל איז געווארן דורכגעפירט צוליב א קראנטע געפאר וואס איז געקומען פון די דאך פון די שפיטאל געביידע.
פאלעסטינער באאמטע זאגן אז צווישן די 19 מענטשען אומגעקומען אין די מדינת ישראל אטאקע אויף די נאסיר שפיטאל ציילן זיך דריי דזשורנאליסטן, אריין גערעכענט א א פאטאגראפיטס פאר די רויטערס נייעס אגענטור און א פאטאגראפיסט פאר די על דזשאזירע נייעס אגענטור. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז די אטאקע אויף די שפיטאל איז געווארן דורכגעפירט צוליב א קראנטע געפאר וואס איז געקומען פון די דאך פון די שפיטאל געביידע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט'ן איראנער פרעזידענט מעסוד פעזעשקיאן
אין צייט וואס אייראפעאישע לענדער סטראשן צוריק צו שטעלן סאנקציעס אויף איראן. ווי די קרעמלין געט איבער האבן די צוויי ארום גערעדט איבער איראן'ס נוקלעארע פראגראם, אבער די קרעמלן האט נישט געמאלדן מער דעטאלן. ענגלאנד, פראנקרייך מיט דייטשלאנד סטראשן צו אקטיוויזירן א פראוויזשאן פון די 2015 נוקלעארע אפמאך מיט איראן, וואס ערלויבט צוריק צו שטעלן יו-ען סאנקציצעס וואס זענען געוארן אראפ גענומען אויב איראן טוט נישט באגרעניצן איר אוראניום בארייכערונג.
אין צייט וואס אייראפעאישע לענדער סטראשן צוריק צו שטעלן סאנקציעס אויף איראן. ווי די קרעמלין געט איבער האבן די צוויי ארום גערעדט איבער איראן'ס נוקלעארע פראגראם, אבער די קרעמלן האט נישט געמאלדן מער דעטאלן. ענגלאנד, פראנקרייך מיט דייטשלאנד סטראשן צו אקטיוויזירן א פראוויזשאן פון די 2015 נוקלעארע אפמאך מיט איראן, וואס ערלויבט צוריק צו שטעלן יו-ען סאנקציצעס וואס זענען געוארן אראפ גענומען אויב איראן טוט נישט באגרעניצן איר אוראניום בארייכערונג.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל'ס מיליטערישע פירער טוט לייגן דרוק אויף די רעגירונג אנצונעמען די לעצטע פייעראפשטעל אפמאך אויף וואס כאמאס איז איינגעגאנגן
לויט ווי עס ווערט באריכטעט האט ער געזאגט פאר זיינע ארימיגע אז פרעמיער מיניסטער נתניהו האט יעצט א שאנס אנצונעמען אן אפמאך, און דערביי געווארענט אז איבערנעמען עזה סיטי קען שטעלן אין געפאר דאס לעבן פון משכונות. מדינת ישראל רעגירונג קוועלער זאגן אבער אז די לעצטע פארשלאג וואס כאמאס איז גרייט צו אקעפטירן איז מער נישט רעלעוואנט און די רעגירונג איז נישט גרייט דערפאר.
לויט ווי עס ווערט באריכטעט האט ער געזאגט פאר זיינע ארימיגע אז פרעמיער מיניסטער נתניהו האט יעצט א שאנס אנצונעמען אן אפמאך, און דערביי געווארענט אז איבערנעמען עזה סיטי קען שטעלן אין געפאר דאס לעבן פון משכונות. מדינת ישראל רעגירונג קוועלער זאגן אבער אז די לעצטע פארשלאג וואס כאמאס איז גרייט צו אקעפטירן איז מער נישט רעלעוואנט און די רעגירונג איז נישט גרייט דערפאר.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
א הויכראנגיגער איראנישער באאמטער האט היינט שארף קריטיקירט רוסלאנד, באהויפטענדיג אז זי האט צוגעשטעלט פאר מדינת ישראל סענסיטיווע אינפארמאציע וועגן די לאנד'ס לופט פארטיידיגונג סיסטעמען.
מוכאמאד סאדר, א מיטגליד פון איראן'ס אויספארשונג קאמיטע, האט געזאגט: "רוסלאנד האט צוגעשטעלט פאר מדינת ישראל אינפארמאציע וועגן איראן'ס לופט פארטיידיגונג זייטלעך, די מלחמה האט באוויזן אז די סטראטעגישע בונד מיט מאסקווע איז ווערטלאז,"
סאדר האט אויך באשולדיגט מדינת ישראל אין דירעקטער אחריות פארן טויט פון געוועזענעם איראנישן פרעזידענט עברהים ראיסי, וועלכער איז אומגעקומען אין א העליקאפטער קראך אין מאי 2024: "פון דעם ערשטן מאמענט האב איך געזאגט אז דאס איז געווען אן מארד דורכגעפירט דורך מדינת ישראל."
טראץ דער שפאנונג, זענען די באציאונגען צווישן די לענדער נישט אפגעריסן געווארן. דער קרעמלין האט היינט געזאגט אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט היינט גערעדט מיטן איראנישן פרעזידענט מאסוד פאזאכיאן וועגן טעהראן'ס נוקלעארע פראגראם, ווי אויך וועגן דעם זיצונג וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיטן אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ אין אלאסקא.
אין יאנואר פון דעם יאר האבן זיך די רוסישע און איראנישע פרעזידענטן אויך געטראפן אין מאסקווע, וואו זיי האבן אונטערגעשריבן א סטראטעגישע שותפות אפמאך. די אפמאך איז צו ברענגן קאאפעראציע אין די עקאנאמישע און זיכערהייט פעלדער, ספעציעל אין דעם מיליטערישן אספעקט. אבער, די דיעל שליסט נישט איין א פארטיידיגונגס שפיאנאדזש, אנדערש ווי דער אפמאך וואס איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן רוסלאנד און צפון קארעא.
מוכאמאד סאדר, א מיטגליד פון איראן'ס אויספארשונג קאמיטע, האט געזאגט: "רוסלאנד האט צוגעשטעלט פאר מדינת ישראל אינפארמאציע וועגן איראן'ס לופט פארטיידיגונג זייטלעך, די מלחמה האט באוויזן אז די סטראטעגישע בונד מיט מאסקווע איז ווערטלאז,"
סאדר האט אויך באשולדיגט מדינת ישראל אין דירעקטער אחריות פארן טויט פון געוועזענעם איראנישן פרעזידענט עברהים ראיסי, וועלכער איז אומגעקומען אין א העליקאפטער קראך אין מאי 2024: "פון דעם ערשטן מאמענט האב איך געזאגט אז דאס איז געווען אן מארד דורכגעפירט דורך מדינת ישראל."
טראץ דער שפאנונג, זענען די באציאונגען צווישן די לענדער נישט אפגעריסן געווארן. דער קרעמלין האט היינט געזאגט אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט היינט גערעדט מיטן איראנישן פרעזידענט מאסוד פאזאכיאן וועגן טעהראן'ס נוקלעארע פראגראם, ווי אויך וועגן דעם זיצונג וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיטן אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ אין אלאסקא.
אין יאנואר פון דעם יאר האבן זיך די רוסישע און איראנישע פרעזידענטן אויך געטראפן אין מאסקווע, וואו זיי האבן אונטערגעשריבן א סטראטעגישע שותפות אפמאך. די אפמאך איז צו ברענגן קאאפעראציע אין די עקאנאמישע און זיכערהייט פעלדער, ספעציעל אין דעם מיליטערישן אספעקט. אבער, די דיעל שליסט נישט איין א פארטיידיגונגס שפיאנאדזש, אנדערש ווי דער אפמאך וואס איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן רוסלאנד און צפון קארעא.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
די צה"ל ווארטזאגער מיט א סטעיטמענט איבער די היינטיגע אטאקע אויף א שפיטאל אין חאן יניס ווי 4 דזשורנאליסטן זענען געווארן אומגעברענגט:
"מיר ארבעטן אויף זייער א שווערע און קאמפלעצירטע פראנט מיט חאמאס, זיי ניצן ציווילע בנינים און אפילו שפיטעלער פאר זייערע אקטן, און מיט דעם שפיטאל האבן זיי זיך אויך באנוצט, מיט דעם אלם האבן מיר נאכאלץ די אחריות צו אויספארשן די פאסירונג, און זיכער מאכן דאס זאל מער נישט געשעהן".
"מיר ארבעטן אויף זייער א שווערע און קאמפלעצירטע פראנט מיט חאמאס, זיי ניצן ציווילע בנינים און אפילו שפיטעלער פאר זייערע אקטן, און מיט דעם שפיטאל האבן זיי זיך אויך באנוצט, מיט דעם אלם האבן מיר נאכאלץ די אחריות צו אויספארשן די פאסירונג, און זיכער מאכן דאס זאל מער נישט געשעהן".
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
מדינת ישראל אפיצירן האבן ארויס געראטעוועט א מענטש וועלכע האט זיך אריין געכאפט אומלעגאל צום קבר יוסף הצדיק און איז געקומען אינטער אטאקע
ווען דער איד האט פראבירט אוועק צו פארן מיט זיין קאר האט די קאר אויפגעהערט ארבייטן, און ביים ארויס קומען זען וואס עס גייט פאר מיט די קאר איז ער אטאקירט געווארן דורך פאלעסטינער וועלכע האבן דערנאך געג'נב'ט זיין קאר. אפיצירן זענען אין איילעניש אהין געקומען אים ארויס ראטעווען, און דערנאך ארויס געשטעלט א דערמאנונג אז מענטשען זאלן נישט אהין גיין וויבאלד עס קען זיין א לעבענסגעפאר.
ווען דער איד האט פראבירט אוועק צו פארן מיט זיין קאר האט די קאר אויפגעהערט ארבייטן, און ביים ארויס קומען זען וואס עס גייט פאר מיט די קאר איז ער אטאקירט געווארן דורך פאלעסטינער וועלכע האבן דערנאך געג'נב'ט זיין קאר. אפיצירן זענען אין איילעניש אהין געקומען אים ארויס ראטעווען, און דערנאך ארויס געשטעלט א דערמאנונג אז מענטשען זאלן נישט אהין גיין וויבאלד עס קען זיין א לעבענסגעפאר.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
פרעזידענט טראמפ האט ווידערהאלט זיינע ווערטער אז די צאל לעבעדיגע משכונות אין עזה איז ווייניגער ווי 20
טראמפ זאגט אז א דאנק אים מיט זיינע מענטשען ווי סטיוו וויטקאף און אנדערע זענען פילע משכונות באפרייט געווארן, אבער יעצט רוקט זיך גארנישט. ער זאגט אז ער האט שוין לאנג געהאלטן אז איינמאל מען קומט אן צו די לעצטע 10-20 משכונות וועלן זאכן זיין זייער שווער, וויבאלד כאמאס ווייסט אז ווי נאר די לעצטע משכונות זענען באפרייט איז די גרופע מער גארנישט ווערד, דעריבער געפונט מען זיך אין זייער א שווערע לאגע.
טראמפ זאגט אז א דאנק אים מיט זיינע מענטשען ווי סטיוו וויטקאף און אנדערע זענען פילע משכונות באפרייט געווארן, אבער יעצט רוקט זיך גארנישט. ער זאגט אז ער האט שוין לאנג געהאלטן אז איינמאל מען קומט אן צו די לעצטע 10-20 משכונות וועלן זאכן זיין זייער שווער, וויבאלד כאמאס ווייסט אז ווי נאר די לעצטע משכונות זענען באפרייט איז די גרופע מער גארנישט ווערד, דעריבער געפונט מען זיך אין זייער א שווערע לאגע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
חיזבאלא'ס גענעראל סעקרעטער קאסאם האט געגעבן א פרישע רעדע אין וואס ער האט נאכאמאל דערקלערט אז די גרופע גייט נישט אויפגעבן אויף אירע וואפן
קאסאם זאגט אז ווען נישט חיזבאלא'ס אקטיוויטעטן די לעצטע 17 יאר וואלט מדינת ישראל שוין דערגרייכט בעירוט, גענוי ווי מדינת ישראל האט דערגרייכט דמשק. ער זאגט אז די גרופע וועט אנהאלטן איר ווידערשטאנד מויער אקעגן מדינת ישראל, און נישט אויפגעבן אויף אירע וואפן וועלכע דינען אלץ באשיצונג אקעגן מדינת ישראל.
קאסאם זאגט אז ווען נישט חיזבאלא'ס אקטיוויטעטן די לעצטע 17 יאר וואלט מדינת ישראל שוין דערגרייכט בעירוט, גענוי ווי מדינת ישראל האט דערגרייכט דמשק. ער זאגט אז די גרופע וועט אנהאלטן איר ווידערשטאנד מויער אקעגן מדינת ישראל, און נישט אויפגעבן אויף אירע וואפן וועלכע דינען אלץ באשיצונג אקעגן מדינת ישראל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
א פרישע באריכט ערשינען געט אן אז אמעריקא האפט צו מעלדן אן אפמאך צווישן מדינת ישראל מיט סיריע ארום די טעג פון די יו-ען גענעראל פארזאמלונג
דער סירישער פרעזידענט גייט אדרעסירן די גענעראל פארזאמלונג קומענדיגע סעפטעמבער 25 למס', די זעלבע טאג וואס דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער גייט אנקומען קיין ניו יארק פאר זיין רעדע וואס גייט זיין א טאג שפעטער. דערווייל איז נישט געקומען קיין שום אפיציעלע מעלדונג פון וואשינגטאן אז מען שטייט ביים שוועל פון אן אפמאך, אבער מען ווייסט אז אמעריקא'ס פארשטייער צו סיריע טאם באראק איז שטארק אקטיוו די לעצטע פאר טעג.
דער סירישער פרעזידענט גייט אדרעסירן די גענעראל פארזאמלונג קומענדיגע סעפטעמבער 25 למס', די זעלבע טאג וואס דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער גייט אנקומען קיין ניו יארק פאר זיין רעדע וואס גייט זיין א טאג שפעטער. דערווייל איז נישט געקומען קיין שום אפיציעלע מעלדונג פון וואשינגטאן אז מען שטייט ביים שוועל פון אן אפמאך, אבער מען ווייסט אז אמעריקא'ס פארשטייער צו סיריע טאם באראק איז שטארק אקטיוו די לעצטע פאר טעג.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
משוגענער זאל נישט אויסגערעדט זייןבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:44 pm מדינת ישראל אפיצירן האבן ארויס געראטעוועט א מענטש וועלכע האט זיך אריין געכאפט אומלעגאל צום קבר יוסף הצדיק און איז געקומען אינטער אטאקע
ווען דער איד האט פראבירט אוועק צו פארן מיט זיין קאר האט די קאר אויפגעהערט ארבייטן, און ביים ארויס קומען זען וואס עס גייט פאר מיט די קאר איז ער אטאקירט געווארן דורך פאלעסטינער וועלכע האבן דערנאך געג'נב'ט זיין קאר. אפיצירן זענען אין איילעניש אהין געקומען אים ארויס ראטעווען, און דערנאך ארויס געשטעלט א דערמאנונג אז מענטשען זאלן נישט אהין גיין וויבאלד עס קען זיין א לעבענסגעפאר.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
פיין זאל עס אויסגערעדט זיין... ער האט געוואלט גיין סועסייד און נאך זיין א וויקטעם נאכדעם..שוהם האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 25, 2025 11:41 pmמשוגענער זאל נישט אויסגערעדט זייןבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:44 pm מדינת ישראל אפיצירן האבן ארויס געראטעוועט א מענטש וועלכע האט זיך אריין געכאפט אומלעגאל צום קבר יוסף הצדיק און איז געקומען אינטער אטאקע
ווען דער איד האט פראבירט אוועק צו פארן מיט זיין קאר האט די קאר אויפגעהערט ארבייטן, און ביים ארויס קומען זען וואס עס גייט פאר מיט די קאר איז ער אטאקירט געווארן דורך פאלעסטינער וועלכע האבן דערנאך געג'נב'ט זיין קאר. אפיצירן זענען אין איילעניש אהין געקומען אים ארויס ראטעווען, און דערנאך ארויס געשטעלט א דערמאנונג אז מענטשען זאלן נישט אהין גיין וויבאלד עס קען זיין א לעבענסגעפאר.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
די מדינת ישראל זיכערהייט קאבינעט גייט היינט אפהאלטן א זיצונג איבערצוגיין די ווייטערדיגע מלחמה פלענער אין עזה
לויט די יעצטיגע פלאן וועט די געדאנק פון א משכונות באפרייאונג אפמאך נישט דיסקוסירט ווערן ביים זיצונג, אויסער אויב עס וועלן זיין מיניסטארן וועלכע גייען עס פארלאנגן. די זיצונג איז באגרעניצט צו נעמען נישט מער ווי א באשטימטע צייט, וויבאלד פרעמיער מיניסטער נתניהו און אנדערע מיניסטארן ווילן גיין מיטהאלטן א 'ווי-איי-פּי' אווענט ביי א רעסטוראנט אין ירושלים, א באשלוס וואס שטייט אויס קריטיק. גלייכצייטיג איז קאטאר ארויס געקומען מיט א רוף צו לענדער איבער די וועלט זיי זאלן אנפאנגן לייגן מער דרוק אויף מדינת ישראל איינצוגיין אויף אן אפמאך. א ווארטזאגער פאר קאטאר'ס אויסערן מיניסטעריום זאגט אז די פלאן וואס כאמאס האט אקצעפטירט איז אין ליניע מיט וואס מדינת ישראל איז גרייט געווען, און יעצט פאדערט זיך פון מדינת ישראל עס אנצונעמען.
לויט די יעצטיגע פלאן וועט די געדאנק פון א משכונות באפרייאונג אפמאך נישט דיסקוסירט ווערן ביים זיצונג, אויסער אויב עס וועלן זיין מיניסטארן וועלכע גייען עס פארלאנגן. די זיצונג איז באגרעניצט צו נעמען נישט מער ווי א באשטימטע צייט, וויבאלד פרעמיער מיניסטער נתניהו און אנדערע מיניסטארן ווילן גיין מיטהאלטן א 'ווי-איי-פּי' אווענט ביי א רעסטוראנט אין ירושלים, א באשלוס וואס שטייט אויס קריטיק. גלייכצייטיג איז קאטאר ארויס געקומען מיט א רוף צו לענדער איבער די וועלט זיי זאלן אנפאנגן לייגן מער דרוק אויף מדינת ישראל איינצוגיין אויף אן אפמאך. א ווארטזאגער פאר קאטאר'ס אויסערן מיניסטעריום זאגט אז די פלאן וואס כאמאס האט אקצעפטירט איז אין ליניע מיט וואס מדינת ישראל איז גרייט געווען, און יעצט פאדערט זיך פון מדינת ישראל עס אנצונעמען.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2437
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8220
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
איראן סטראשט צו קעמפן מיט די גרעסטע שטארקייט צו פארמיידן דאס צוריק שטעלן אינטערנאציאנאלא סאנקציעס אראפ גענומען אינטער די 2015 אפמאך
די פראקלאמאציע איז געקומען אין בעפארברייטונג צו א זיצונג וואס דארף היינט פארקומען אין גענף מיט ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד וועלכע ווילן צוריק שטעלן די סאנקציעס. די דריי לענדער סטראשן צו נוצן א מעכאניזעם פון די נוקלעארע אפמאך צוריק צו שטעלן די סאנקציעס, אויסער אויב איראן טוט צוריק באגרעניצן איר נוקלעארע פראגראם.