מדינת ישראל אין מלחמה

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 682

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 7:32 am
אוטובאס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2025 9:17 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:01 am נאכאיינס אין די סעריע...

@הדסים
unnamed - 2025-08-06T010057.996.jpg
נטרונא ניוז ביטס - מאנטאג דברים

די אנפאנג הארגעט די סוף

עס איז אמת אז יעדע פאלעסטינער וואלט אויסגעהונגערט אידן אן א בלינק און די קעגנערשאפט אין די גויאישע צו די מדינה איז קלאר שנאת ישראל

דאס טוישט נישט היסטאריע אז ציונות איז שולדיג אין דעם אבער פארוואס די ליגענטס?
נטרונא האט א מהלך פון פראמאוטן די "לינקע אגענדעס" ווייל אז ס'דא צוויי וועגן נעם איך יענע. טאטאלי ראנג אין מיי אפיניאן.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 644
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1192

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך וואלף »

איך האב עס נישט אויסגעהערט, אבער זייער פאלעסי איז אלץ געווען זיך נישט צו מישן אין די פאליטיקס, רבי יעקב שפירא פלעגט אלס ענטפערן ווען גוים האבן אים געפרעגט איבער זיין מיינוג איבער דאס און יענס אין די מדינה, פארוואס פרעגסטו מיר נישט מיין מיינונג איבער ווענעזועלע קאנפליקטן פאליטיק? איזראעל איז פונקט אזוי א פרעמדע לאנד וואס האט נישט מיט אידן
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 837
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1682

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך צווייטער »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 12:01 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 7:32 am
אוטובאס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2025 9:17 pm

נטרונא ניוז ביטס - מאנטאג דברים

די אנפאנג הארגעט די סוף

עס איז אמת אז יעדע פאלעסטינער וואלט אויסגעהונגערט אידן אן א בלינק און די קעגנערשאפט אין די גויאישע צו די מדינה איז קלאר שנאת ישראל

דאס טוישט נישט היסטאריע אז ציונות איז שולדיג אין דעם אבער פארוואס די ליגענטס?
נטרונא האט א מהלך פון פראמאוטן די "לינקע אגענדעס" ווייל אז ס'דא צוויי וועגן נעם איך יענע. טאטאלי ראנג אין מיי אפיניאן.
זאת ועוד, אין פערזענליכע אפיניאן איז ער א ליבעראל, און ער שמירט עס ארויף אויף קנאות.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5668
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20094

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 7:32 am
משיח משיח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2025 9:44 pm פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן האבן וואנדאליזירט דעם אויטא און די פארנט פון די הויז פון דזשאן אקארי, דער דירעקטאר פון די עזה הומאניטארישע פאנד [GHF] אין ווירדזשיניע.
פארוואס?
די GHF עסן צענטערן און ליפערונגען זענען באוואכט דורך די מדנ"י מיליטער, און די כאמאס פראפעגאנדע טענה'ט אז די זעלנער וועלכע באוואכן דאס ארט שיסן אויף ציוולע צו קאנטראלירן די מאסן.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 3:22 pm

הונגער אדער שיסן ציווילע???

זיי מוזן נעמען איין סטראטעגיע און גיין דערמיט פולי..
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5668
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20094

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 5:46 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 3:22 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 7:32 am

פארוואס?
די GHF עסן צענטערן און ליפערונגען זענען באוואכט דורך די מדנ"י מיליטער, און די כאמאס פראפעגאנדע טענה'ט אז די זעלנער וועלכע באוואכן דאס ארט שיסן אויף ציוולע צו קאנטראלירן די מאסן.
הונגער אדער שיסן ציווילע???

זיי מוזן נעמען איין סטראטעגיע און גיין דערמיט פולי..
דאס איז קלאר אז מענטשן זענען שוין אומגעקומען נעבן די פוד סייטס, כאטש וואס מדנ"י טענה'ט אז מרעדט פון קליינע נומערן, און אז זיי זענען אומגעברענגט געווארן דורך כאמאס, אדער פון די שטופעניש.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1327
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5309

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך Spa 42 »

א קליינע דראון פון מדנ"י איז היינט אראפגעפאלן אין עזה נאכן ליידן פון מעכאנישע פראבלעמען.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1327
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5309

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך Spa 42 »

מיסיל פון תימן קיין א"י איז יעצט אראפגעשאסן געווארן.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

סאודי אראבישע צייטונג: טעראר גרופעס קלערן צו פירן משכונות קיין עזה סיטי אין בעפארברייטונג צו מדינת ישראל'ס אפאראציע איבערצונעמען די שטאט

לויט די באריכט זענען טעראר גרופעס פארמישט אין פלאנירונג שטאפלן מיט זייערע פירער אין אויסלאנד, און זיי האבן דערווייל נישט געמאכט קיין שום באשלוס. ווי די באריכט געט אן איז די ציל דערפון צו לייגן דרוק אויף מדינת ישראל נישט איבערצונעמען די שטאט, וויסענדיג אז משכונות געפונען זיך דארט און קענען חלילה געשעדיגט ווערן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל אויטאריטעטן מעלדן אז זייטאן געגנט אין עזה סיטי איז שוין כמעט אונטער זייער קאנטראל‎

מען האט באמבארדירט א צאל פלעצער אין זייטאן און דראונס זענען ארומגעפארן מיט מעסעדזשעס צו די איינוואוינער אז זיי זאלן עוואקואירן, און טויזנטער האבן שוין עוואקואירט אין לויף פון די לעצטע פאר טעג. טאנקען האבן פארכאפט א וויכטיגע ראוד ביי די דרום עק פון זייטאן, און בולדאזערס האבן אנגעהויבן איינווארפן געביידעס און אנדערע איינריכטונגען, מיט די הילף פון ספעציעלע ראבאטס און אויפרייס מאטעריאל. אין די קומענדיגע טעג ערווארט מדינת ישראל צו באקומען פולע קאנטראל אויף זייטאן, און פון דארט וועט שוין גיין גרינגער די פלענער פון אקופירן גאנץ עזה סיטי.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

א מדינת ישראל נייעס אגענטור באריכטעט אז פרעמיער מיניסטער נתניהו איז אין ווארהייט יא גרייט פאר א שטאפלווייזע פייעראפשטעל אפמאך מיט כאמאס

כאטש וואס אין די עפענטליכקייט געט ער אן אז ער איז נישט גרייט דערפאר. לויט די באריכט זענען פארהאן אנדערע זאכן וועלכע שטערן דאס גרייכן אן אפמאך, און אויב אלע אנדערע זאכן ווערן געשליכטעט דאן וועט מדינת ישראל אפטרעטן פון איר פאדערונג אז עס מוז זיין א פולקאמע אפמאך. די באריכט לויטעט אז אלע פרואוון די לעצטע פאר טעג צוריק צו שטעלן די פארהאנדלונגן אין שוואונג האבן דערווייל נישט געברענגט קיין שום ערענסטע רעזולטאטן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל אפעראציע צו פארכאפן עזה סיטי וועט דויערן 4 מאנאטן און וועט ארייננעמען 100,000 טרופן‎

לויט די דאָקומענטן, וועלן זיך אויספעלן הונדערט טויזנט טרופּן פאַר די אַפּעראַציע, וואָס דערפון זענען שוין דאָ 74,000 רעזערוויסטן אין פּלאַץ וואָס זענען גרייט אַריינגעשיקט צו ווערן קיין עזה פאַר די אונטערנעמונג. די דאָקומענטן שאַצן אַז צענדליגער טויזנטער פּאַלעסטינער וועלן דאַרפן עוואַקואירט ווערן צו אַנדערע טיילן פון עזה, און אַז דאָס וועט זיין איינס פון די מערסט ריזיקאַלישע טיילן פון די אַפּעראַציע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

כאמאס באקומט נייעסטע ווערסיע פון פייער אפשטעל פארשלאג; קאטאר און עגיפטן פאדערן שנעלע רעאקציע‎

עס איז נישט קלאר די דעטאלן פון די נייע פארשלאג, אבער עס קומט נאכדעם וואס מדינת ישראל האט קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נאר איינגיין אויף א דיעל וואס נעמט אריין די באפרייאונג פון אלע פארבליבענע משכונות. קאטאר און עגיפטן האבן געפאדערט פון כאמאס צו געבן א שנעלע רעאקציע אויף די נייע פארשלאג, און דיפלאמאטן וועלן זיך טרעפן אין די עגיפטישע שטאט על אלאמיין מאנטאג צו פארהאנדלען.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

די אראבישע פרעסע באריכטעט אז כאמאס האט אקצעפטירט א לעצטיגע פייעראפשטעל פלאן וואס איז געווארן פארגעלייגט פאר די טעראר גרופע

לויט ווי עטליכע אראבישע נייעס אגענטורן באריכטן האנדעלט זיך עס פון א פארשלאג וואס איז די לעצטע טעג געווארן צוגעשיקט דורך לענדער וועלכע פארמיטלן שוין א לאנגע צייט פאר אן אפמאך. אויפ'ן מינוט איז נישט געקומען קיין שום עמטליכע מעלדונג פון קיין איין זייט צו באשטעטיגן אדער אפלייקענען די באריכטן, אבער מען ווייסט אז עגיפטן'ס פרעזידענט על סיסי האט היינט אויפגענומען קאטאר'ס פרעמיער מיניסטער פאר א זיצונג נעבן קאירא. די זיצונג איז געווען מיט די אנוועזענהייט פון עגיפטן'ס שפיאנאזש הויפט חאסאן ראשיד, וועלכע שפילט א שטארקע ראלע אין די פייעראפשטעל פארהאנדלונגן. פרעזידענט טראמפ האט נישט רעאגירט צו די באריכטן, נאר ארויס געשיקט א מעסעדזש אין וואס ער דערקלערט אז די איינציגסטע וועג צו באפרייען די משכונות איז דורך קאנפראנטירן און פארניכטן די כאמאס טעראר גרופע, און דאס דארף פאסירן וואס פריער מעגליך.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

משכונות משפחות אין ארץ ישראל האט געמאלדן אז זיי פאררופן א צווייטע נאציאנאלא סטרייק אויף קומענדיגע וואך זינטאג

זיי זאגן אז די נעכטיגע סטרייקס און פראטעסטן האבן זייער קלאר געוויזן וואס א מערהייט איינוואוינער ווילן, דעריבער גייען זיי פאררפן א פרישע טאג פון סטרייקס און פראטעסטן אויף קומענדיגע וואך. אין די זעלבע צייט האבן זיי אפגעשיקט א בריוו צום אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ אין וואס זיי אפאלירן צו אים אז ער זאל זען צו גרייכן אן אפמאך וואס זאל ענדיגן דעם מלחמה א ברענגן די באפרייאונג פון אלע משכונות.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

א מדינת ישראל נייעס אגענטור באריכטעט אז די נייע פייעראפשטעל אפמאך נעמט אריין די באפרייאונג פון 10 לעבעדיגע משכונות און א צאל נישט לעבעדיגע

די באריכט לויטעט אז פאר יעדע באפרייטע לעבעדיגע משכון וועט מדינת ישראל ארויס לאזן 140 פאלעסטינער ארעסטאנטן וועלכע סערווירן לעבענסלעגנליכע טערמינען און 60 וועלכע סערווירן מער ווי 15 יאר. אזוי אויך וועלן מדינת ישראל קרעפטן צוריק טרעטן מיט טויזנט מעטער, און מדינת ישראל וועט אריין לאזן מער הילף קיין עזה.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

א הויעך ראנגיקע כאמאס פארשטייער האט באשטעטיגט אז די טעראר גרופע אקצעפטירט די לעצטע פייעראפשטעל פארשלאג קאארדינירט דורך עגיפטן

באסאם נאאים זאגט אז די גרופע פון איר זייט איז גרייט דערויף, אבער ער איז נישט אריין אין מער דעטאלן. לויט ווי די אראבישע פרעסע באריכטעט גייט פארקומען א גרעסערע זיצונג אין עגיפטן צו דיסקוסירן די פלאן, א זיצונג וואס גייט אריין נעמען פארמיטלער מיט מערערע פאלעסטינער פראקציעס. אזוי אויך באריכטעט די אראבישע פרעסע אז די פארשלאג איז יעצט געווארן צוריק געשיקט פאר מדינת ישראל עס איבערצוקוקן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

איראן האט געמאלדן אז די לאנד גייט ווייטער פארזעצן מיט געשפרעכן מיט די יו-ען נוקלעארע וואטשדאג ערגעץ אין די קומענדיגע טעג

כאטש וואס איראן איז גרייט אויף פרישע געשפרעכן מיט די 'איי-עי-אי-עי' איז טעהראן נישט וויליג אריין צו לאזן יו-ען אינספעקטערס ביי אירע נוקלעארע איינריכטונגן. איראן באשולדיגט די 'איי-עי-אי-עי' אויף אויספלאסטערן דעם וועג פאר די אמעריקאנער און מדינת ישראל באמבארדירונגן פריער אין יאר, דורך דעם וואס די אגענטור האט ארויס געגעבן א באריכט וואס האט באשולדיגט איראן אויף פארלעצן אירע נוקלעארע פארפליכטונגן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

יאכיא ראכים סאוואפי, מיליטערישע ראטגעבער צום איראנער פירער כאמינאי: פרישע מלחמה מיט מדנ"י מעגליך
_20250818_144720.JPG
_20250818_144720.JPG (21.41 KiB) געזען געווארן 232 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

א העסליכע אינצידענט איז פארגעקומען אין מעלבאורן-אוסטראליע, וואו א פרוי איז געווארן ארויס געווארפן פון א געשעפט וויבאלד זי קומט פון מדינת ישראל

די געשעפט אייגענטומער האט פארשטאנען פון די פרוי'ס אקצענט אז זי דארף צו קומען פון מדינת ישראל, דעריבער האט זי איר געפרעגט פון וואו זי קומט, און איינמאל זי האט באשטעטיגט אז זי קומט טאקע פון מדינת ישראל האט זי איר געהייסן פארלאזן דעם געשעפט. דערנאך האט זי נאכגעשריגן דעם פרוי אלץ איינע וואס הארגעט פיצלעך קינדער, און פארמאכט די טיר אויף איר.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל'ס פרעמיער מיניסטער מאכט אוועק די מעלדונג פון כאמאס אז די גרופע האט אקצעפטירט א פרישע פייעראפשטעל אנבאט

זיינע ווערטער זענען געקומען נאכדעם וואס כאמאס האט ארויס געשטעלט אן עמטליכע סטעיטמענט אז די גרופע איז גרייט אנצונעמען א פארשלאג וואס ליגט אויפ'ן טיש. לויט באריכטן האט כאמאס נאכגעלאזט פון צוויי פריערדיגע פארלאנגן, איינס די צאל ארעסטאנטן מיט לעבענסלענגליכע טורמע טערמינען וועלכע דארפן באפרייט ווערן, און איינס ווי א גרויסע באפער זאנע מדינת ישראל מעג אנהאלטן ביים גרעניץ. מדינת ישראל רעגירונג קוועלער זאגן אז די רעגירונג איז מער נישט גרייט אויף א טיילווייזע אפמאך, נאר בלויז אויף א פולקאמע אפמאך וואס פירט צום באפרייאונג פון אלע משכונות.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

א פאלעסטינער פרוי פון די שטאט חברון אין די מערב ברעג איז ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס אז זי האט שפיאנירט פאר איראן

די 24-יעריגע פרוי איז געוען אין פארבינדונג מיט אן איראנער אגענט וועלכע האט איר ארויס געגעבן פארשידענע פארארדענונגן און אויפגאבעס וואס דורכצופירן. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז די פרוי האט זיך מודה געווען אויף די באשולדיגונגן אקעגן איר, אבער איר קעיס איז אינטער צענזור דעריבער קענען זיי נישט ארויס געבן מער אינפארמאציע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

איראנער פארלאמענט מיטגליד סטראשעט אז נעקסטע מיסיל אטאקע וועט דירעקט צילן וואשינגטאן די-סי‎

די סטראַשע האט מען געהערט פון אַמיר כאיאט מאקאדאם, א מיטגליד פון די איראַנער פּאַרלאַמענט, וועלכער האָט געזאָגט אַז אפשר איראַן'ס נעקסטע מיסיל וועט באַטרעפן דירעקט אין אַמעריקע'ס הויפּטשטאָט וואַשינגטאָן. מאקאדאם זאָגט אַז איראַן האָט שוין יעצט די מעגליכקייט צו אַטאַקירן אַמעריקאַנער טעריטאָריע, דורכ'ן נוצן קרוז מיסילס אויף שיפן אינעם וואַסער.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2025 8:49 pm איראנער פארלאמענט מיטגליד סטראשעט אז נעקסטע מיסיל אטאקע וועט דירעקט צילן וואשינגטאן די-סי‎

די סטראַשע אהט מען געהערט פון אַמיר כאיאט מאקאדאם, א מיטגליד פון די איראַנער פּאַרלאַמענט, וועלכער האָט געזאָגט אַז אפשר איראַן'ס נעקסטע מיסיל וועט באַטרעפן דירעקט אין אַמעריקע'ס הויפּטשטאָט וואַשינגטאָן. מאקאדאם זאָגט אַז איראַן האָט שוין יעצט די מעגליכקייט צו אַטאַקירן אַמעריקאַנער טעריטאָריע, דורכ'ן נוצן קרוז מיסילס אויף שיפן אינעם וואַסער.
מ'דארף אפשר עפענען א פרישע טעמע "איראן אין מלחמה מיט אמעריקע"?🤔
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2622
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9268

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

פאוסט דורך בודקע »

כאמאס האט אנגעהויבן אריינרוקן משכונות קיין עזה סיטי, צוריקצוהאלטן מדינת ישראל מיליטער פון אקופירן שטאט‎

די טעראָר גרופּע האָט געזאָגט אין די לעצטע 24 שעה אַז זיי וועלן אָנהייבן אַריינברענגען משכונות פון אַנדערע טונעלן און אַנדערע געגנטער אַריין קיין עזה סיטי, וואו זיי וועלן זיי האַלטן אין געביידעס וואָס מדינת ישראל פּלאַנירט צו אַטאַקירן. די פרישע אַגרעסיווע שריט פון כאַמאַס, קומט אינמיטן וואָס קאַטאַר און עגיפּטן האָבן באַנייט זייערע פּרואוון אויסצואַרבעטן א פייער אָפּשטעל, מיט'ן ציל צוריקצוהאַלטן מדינת ישראל פון אויסברייטערן די עזה אַפּעראַציעס.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
שרייב פאוסט