באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 448

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ענותן »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 1:53 pm וועלכע סאטמאר?
מהר"א
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 496
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 890

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך צווייטער »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 1:53 pm וועלכע סאטמאר?
די מנהל פרעגט פאר גאר אנדערע סיבות, אבער כ׳וועל ענטפערן

לויטן חשבון דארף עס צו זיין מהר״א, ווייל מהר״יי ענדיגט די וואך שבע ברכות פון א אייניקל אין מאנטריאל, און די פלאן איז אז נאר די מחותן הרב יואל פארט אן די זיידע מהר״יי.

פיר אליין אויס
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 157

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

אלפי בני העדה החרדית ישתתפו הערב בעצרת הסברה בביהמ"ד הגדול סאטמאר יואל בירושלים
פיילס
unnamed (9).png
unnamed (23).jpg
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1005
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1467

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לו:
היינט ח' חשון ווערט אפגעצייכענט ביי חסידי סאטמאר מהר"א די זעקס און זיבעציגסטע יום הבהיר פון רבם ומאורם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א,
יאריך ימים על ממלכתו.
עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1272
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4285

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך עדיטאריעל »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 1:47 pm סאטמאר מאנטרעאל
צהלו ורוני יושבת מאנטרעאל - הנה מלכך בא

ברגשי שמחה וועלן אנ"ש מקבל פנים זיין פני הקודש פון רבינו שליט"א וואס וועט אנקומען אויף א ביקור קצר בעירינו דעם מיטווואך הבעל"ט צי מסדר קידושין זיין ביים שמחת נישואין פון מחותנים הרבני הנגיד ר' יהודא ווייס און ידידינו ר' זלמן לייב פריעדמאן
בזמן שהדיק בעיר היא הודה היא זיוה היא הדרה - פרטים יבאו
פיילס
unnamed.jpg
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1005
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1467

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים ארומגיין און זיך אומקוקן אויף די הונדערטער לומדי הכולל אינעם בנין מבצר הכוללים.
~🌴~
פיילס
5021883751025716243_121.jpg
5021883751025716244_121.jpg
5021883751025716242_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1005
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1467

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי קביעות מזוזוה ומסיבת לחיים לרגל די באנייאונג פונעם נייעם אינטערשטן שטאק אינעם בנין מבצר הכוללים.
~🌴~
פיילס
5021883751025716245_121.jpg
5021883751025716246_121.jpg
5021883751025716248_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1005
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1467

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 4:46 pm 🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי קביעות מזוזוה ומסיבת לחיים לרגל די באנייאונג פונעם נייעם אינטערשטן שטאק אינעם בנין מבצר הכוללים.
~🌴~
פיילס
5021883751025716251_121.jpg
5021883751025716249_121.jpg
5021883751025716250_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1397

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:24 am מעמד האדיר חנוכת הבית און הכנסת ספר תורה אין בית המדרש הגדול קהל יטב לב סאטמאר לעיקוואד
בנין משה זושא ניישטאדט
בהשתתפות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
נעכטן ביים מעמד האט די רבי געזאגט אז די קהלה גייט בקרוב עפענען מוסדות לבנים ולבנות
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 162

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:25 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:24 am מעמד האדיר חנוכת הבית און הכנסת ספר תורה אין בית המדרש הגדול קהל יטב לב סאטמאר לעיקוואד
בנין משה זושא ניישטאדט
בהשתתפות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
נעכטן ביים מעמד האט די רבי געזאגט אז די קהלה גייט בקרוב עפענען מוסדות לבנים ולבנות
די נייעס איז דערפרישענד און גאר א שטארקע דערגרייכונג, פארדינט א עקסטרע אשכול , הרחבת גבולי הקדושה סאטמאר מהר"א לעיקוואד
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר (מהרי"י) לעיקוואוד



אצינד מאנטאג אווענט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בבית *כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א*, ווי דער רבי שליט"א האט ממנה געווען *הרה"ח ר' ליפא גאלדמאן הי"ו*, מפארי נכבדי אנ"ש אין לעיקוואוד, אלס פרישער *"אדמיניסטראטאר" אויף די מוסדות הק' אין לעיקוואוד*.

ר' ליפא הי"ו וועט איבערנעמען די אקטיווע פונקציעס אין די מוסדות הק' אין ליכט פון די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון די מוסדות הק' מיט די קרוב צו 800 תלמידים ותלמידות בלעה"ר, בעת דער אמטירנדער אדמיניסטראטאר הר"ר אברהם חיים וויזעל הי"ו וועט זיין פאקוסירט איבער די פאנדרעיזינג און פראגרעמס דעפארטמענטס אין די מוסדות הק'.

*דער רבי שליט"א* האט ווארים אנגעוואונטשן דעם אדמיניסטראטאר און אלע חברי הנהלת המוסדות, באצייכענענדיג די *געוואלדיגע הצלחה וואס די מוסדות הק' האבן געהאט די לעצטע פאר יאר*, און זיך באדאנקט פארן ביז איצטיגן אדמיניסטראטאר מו"ה אברהם חיים הי"ו. דער רבי שליט"א האט באטאנט אז ר' אברהם חיים וועט ווייטער שטיין צו הילף זייענדיג עוסק פאר די הכנסות פאר די מוסדות, און דאס זעלבע די איבריגע חברי הנהלת המוסדות וועלן ווייטער ארבייטן לימינו פון דעם פרישן אדמיניסטראטאר מו"ה ליפא הי"ו צו מצליח זיין און פירן די מוסדות הק' על מי מנוחות.

*דער רבי שליט"א* האט שטארק באטאנט אז ער *וועט ווייטער זיין גרייט ביתר שאת ועוז ווי ביז היינט לימינם פון די מוסדות הק' מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס*, אז זיין טיר איז אפן פאר סיי וועלכער ענין ברוחניות ובגשמיות, צו פארזיכערן אז די המשכה פון דען רבי'ן זי"ע'ס הייליגע ירושה זאל קענען אנגיין וואקסן מעלה מעלה בעז"ה שלא יחסר המזג ולא יבוטל התמיד פון די הרחבת גבולי הקדושה לאורך ימים.

~🌴🌴~
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 162

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

בצל התומר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:10 pm 🌴בצל התומר🌴
סאטמאר (מהרי"י) לעיקוואוד



אצינד מאנטאג אווענט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בבית *כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א*, ווי דער רבי שליט"א האט ממנה געווען *הרה"ח ר' ליפא גאלדמאן הי"ו*, מפארי נכבדי אנ"ש אין לעיקוואוד, אלס פרישער *"אדמיניסטראטאר" אויף די מוסדות הק' אין לעיקוואוד*.

ר' ליפא הי"ו וועט איבערנעמען די אקטיווע פונקציעס אין די מוסדות הק' אין ליכט פון די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון די מוסדות הק' מיט די קרוב צו 800 תלמידים ותלמידות בלעה"ר, בעת דער אמטירנדער אדמיניסטראטאר הר"ר אברהם חיים וויזעל הי"ו וועט זיין פאקוסירט איבער די פאנדרעיזינג און פראגרעמס דעפארטמענטס אין די מוסדות הק'.

*דער רבי שליט"א* האט ווארים אנגעוואונטשן דעם אדמיניסטראטאר און אלע חברי הנהלת המוסדות, באצייכענענדיג די *געוואלדיגע הצלחה וואס די מוסדות הק' האבן געהאט די לעצטע פאר יאר*, און זיך באדאנקט פארן ביז איצטיגן אדמיניסטראטאר מו"ה אברהם חיים הי"ו. דער רבי שליט"א האט באטאנט אז ר' אברהם חיים וועט ווייטער שטיין צו הילף זייענדיג עוסק פאר די הכנסות פאר די מוסדות, און דאס זעלבע די איבריגע חברי הנהלת המוסדות וועלן ווייטער ארבייטן לימינו פון דעם פרישן אדמיניסטראטאר מו"ה ליפא הי"ו צו מצליח זיין און פירן די מוסדות הק' על מי מנוחות.

*דער רבי שליט"א* האט שטארק באטאנט אז ער *וועט ווייטער זיין גרייט ביתר שאת ועוז ווי ביז היינט לימינם פון די מוסדות הק' מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס*, אז זיין טיר איז אפן פאר סיי וועלכער ענין ברוחניות ובגשמיות, צו פארזיכערן אז די המשכה פון דען רבי'ן זי"ע'ס הייליגע ירושה זאל קענען אנגיין וואקסן מעלה מעלה בעז"ה שלא יחסר המזג ולא יבוטל התמיד פון די הרחבת גבולי הקדושה לאורך ימים.

~🌴🌴~
איז ער דער וואס איז געווען א ריעל עסטעיט בראוקער?
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


מאנטאג פרשת לך לך



מאנטאג פרשת לך לך

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ג ר׳ זלמן לייב גאלד שליט״א ר״י לקח טוב ירושלים
ובן הרה״ח ר׳ יואל ווייס הי״ו

אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו

ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן מיט
כהן: מו״ה אברהם דוד קאהן הי״ו
לוי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ג ר׳ זלמן לייב גאלד שליט״א
שלישי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ יואל ווייס הי״ו
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ יואל ווייס הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו

אום 11 אזייגער איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

אום 6:15 נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הב׳ אברהם אייזיקאוויטש הי״ו
נאך מנחה איז אריין אל הקודש פנימה די הנהלת מוסדותינו הק׳ פון לעיקוואד ווי עס איז פארגעקומען אן אסיפה ווי דער רבי האט דערביי ממנה געווען הרה״ח ר׳ ליפא גאלדמאן הי״ו אלס פרישער מנכ״ל פאר מוסדותינו הק׳
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די הנהלה

אום 7 אזייגער איז געווען זמני כניסה ביז ארום 10:30 אויפדערנאכט

אום 9 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ בן הרה״ח ר׳ יואל ישראל זופניק הי״ו

נאכן געזעגענען האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת שישא וואס זיצן שבעה ע״פ אחותם ע״ה

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין די קראסנא זאל צום שמחת השבע ברכות פון העסקן החתן יחזקאל שרגא בן הרה״ח ר׳ מיכל וויינגארטן הי״ו מנאמני בית רביה״ק בעל ברך משה זי״ע
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די חתן און מחותנים
דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד
ארום 11:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1016

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך איך »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 1:53 pm וועלכע סאטמאר?
צו ווי עס באלאגט הרבני הנגיד יודא ווייס שליט"א
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1016

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך איך »

איינער האט בילדער פון די מעמד פתיחת הזמן אין ביהמ"ד הגדול מהר"א אין ק"י דעם זונטאג?
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 317
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 252

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:05 am
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 1:53 pm וועלכע סאטמאר?
צו ווי עס באלאגט הרבני הנגיד יודא ווייס שליט"א
ווער איז ר’ יודא ווייס?
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 987
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1016

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך איך »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:11 am
איך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:05 am
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 1:53 pm וועלכע סאטמאר?
צו ווי עס באלאגט הרבני הנגיד יודא ווייס שליט"א
ווער איז ר’ יודא ווייס?
א יוד וואס געט מעלאנעס טעגליך אין ק"י אין איבעראל
א יעדער וואס האט אריינגעטרעטן אין גרויסן ביהמ"ד האט שוין געזעהן זיין נאמען אין גרויס
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1005
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1467

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר"א
=זונטאג לך=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יוסף פליישמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אייזיק ליפא מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יהודה פרידמאן הי"ו.
ב"ר מנחם נייהויזער הי"ו.
ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו.
ב"ר מנחם גרשון אינדיג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 3:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לעיקוואד ווי עס איז פארגעקומען די חנוכת הבית פאר בית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט א מעמד הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו - נדבן הביהמ"ד,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:30 צום שאטער הגדול נעבן די ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א שטיק צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן דער נדבן הרה"ח ר' משה זושא הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיטן ספר תורה,
מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.

דער רבי איז אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.

ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום הכנס"ת,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
דערנאך האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגאון ר' ירוחם אולשין שליט"א - מראשי ישיבה גבוה דלעיקוואד,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי געפארן אויף א באזוך ביי הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א - ר"י גבוה דלעיקוואד,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער קורות ימי אמעריקע נאכן קריג, און די פעולות פון רביה"ק זי"ע און פון הרה"ג ר' אהרן קאטלער זצ"ל צו מחזק זיין אידישקייט אין אמעריקע, און נאך,
דער ראש ישיבה שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין אייראפע צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, און די מצב פון אחינו בני ישראל אין ארה"ק יעצט בעת צרה,
דער דיין שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א - דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון חסידות אין לעיקוואד,
דער דיין שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד צום מעמד חנוכת הבית פאר בית מדרשינו הגדול איינאיינעם מיט די סעודת הכנס"ת אריינגעגעבן דורכ'ן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
במשך די סעודה האבן זיך אנגעזען פילצאליגע רבני ודייני העיר צווישן אנדערע האדמורי"ם מראחמיסטריווקא און סקולען לעיקוואד שליט"א, און הגאונים ר' מלכיאל קאטלער שליט"א און הגאון ר' דוד שוסטאל שליט"א און נאך פילע רבנים און דיינים,
עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש המעמד הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו און האט אויפגעריפן הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו - ראה"ק, וועלכע האט משמיע געווען די דבר הקהילה,
דערנאך האט דער יושב ראש מקדם געווען בברכה הגאון ר' מלכיאל שליט"א וועלכע האט דערנאך משמיע געווען דברי תורה ודברי ברכה לכבוד המעמד,
דערנאך האט דער יושב ראש מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' ב"פ, אפצונעמען א מתנה פון רבינו שליט"א אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר קהלתינו הק' אין לעיקוואד,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בדברי שבח פון קהלתינו הק' אין לעיקוואד,
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגעריפן הרה"ח ר' מרדכי ניישטאדט הי"ו זאל אויפטרעטן לכבוד אביו הרה"ח ר' משה זושא הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה פון קהלתינו הק' מיט די באזוך פון רבינו שליט"א, און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פון אנ"ש פארן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' משה זושא הי"ו,
דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פארן חשובן נדבן א מתנה א פראכטפולע געשטעל פונעם ביהמ"ד, און דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פארן גאנצן ציבור אנ"ש,
דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב"ק, ארויסברענגענדיג צום ערשט די שמחה וואס מען האט אז מען איז מחנך אזא שיין ביהמ"ד אין לעיקוואד, און משמיע געווען לענגערע דברי דרוש אויף פרשת השבוע,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג בשבח פונעם ביהמ"ד וואס איז מיוסד אויף תורה עבודה און גמילות חסדים אזוי ווי אלע אנדערע בתי מדרשים פון קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און געזאגט אז דאס איז א התחלה און צעביסלעך וועט מען בויען נאך בנינים פאר קהלתינו הק' און פארן ת"ת וואס מען וועט מייסד זיין בקרוב, דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו פון ק"י וועלכע האט מנדב געווען אזא שיין ביהמ"ד, און ארויסגעברענגט די שווערע ארבעט פונעם ראה"ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו ואתו עמו אלע איבריגע עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן סיי מיטן בויען דעם ביהמ"ד און פאר אלע אנדערע פעולות פאר קהלתינו הק', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די ראשי הקהילה, עסקנים, און פאר אלע אנ"ש.

נאך די דב"ק האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער חשוב'ער נדבן הביהמ"ד,
נאכן בענטשן איז געווען א געלעגענהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין שלום נעמען פון רבינו שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1005
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1467

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר"א
=מאנטאג לך=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן סופר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אליעזר יואל ראזענבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה א תהילים פאר אלע בחורים וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קופת זכרון משה פאר מוסדות הק' עטה"ק בארה"ק.

ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין מבצר הכוללים לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם אינטערשטן שטאק אינעם בנין,
דער רבי איז צום ערשט ארום אויף אלע פיר שטאקן פונעם כולל ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל הכולל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א,
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין צום מסיבת לחיים בהיכל הכולל מיט די באטיילוגונג פון די אריבער אכט הונדערט לומדי הכולל און די הנהלה גשמיות פונעם כולל,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ולומדי הכולל און פאר די הנהלת הכולל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה בפרשת השבוע, און ממשיך געווען מיט דברי שבח פון די כולל אינגעלייט, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די לומדי הכולל, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די ראשי ולומדי הכולל, און ארויסגעברענגט לשבח פון די הנהלת הכולל וואס האבן אהערגעשטעלט דעם נייעם שטאק און זייער עבודת הקודש פון א גאנץ יאר, און בפרט פון הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו וואס ער איז סיי א נדבן און סיי א עסקן צו שאפן גרויסע געלטער, הקב"ה ישלם שכרם וכל מילי דמיטב תמיד.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' יוסף לייב קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מענדל ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אביגדור הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא שניצער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י שטויבער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.

א גוטע נאכט.
~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1614

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פארפאלענער »

חסידי וויזניץ אלוועלטליך וואונטשן זיך מזל טוב לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים, ווען נעכטען פארמיטאג איז געבוירן געווארן די ערשטע אור אור אייניקל דור חמישי ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א,
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
מאה שערים
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:45 am
x 100

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מאה שערים »

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן באזוכט ביי אבדק"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א מהר"א
פיילס
1000224718.jpg
1000224719.jpg
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1272
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4285

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך עדיטאריעל »

מרן המשגיח הרב דן סגל שליט"א נעכטן ביי סנדקאות
אין שטוב פון הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שכטר שליט''א
פיילס
1000222986.png
1000222979.png
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
דער גערער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:50 am
x 60

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער גערער »

די נייע שטיבלאך אין בית מדרש הגדול גור


5866258026313399835_121.jpg
5866258026313399835_121.jpg (115.04 KiB) געזען געווארן 602 מאל
5866258026313399833_121.jpg
5866258026313399833_121.jpg (105.44 KiB) געזען געווארן 602 מאל
5866258026313399838_121.jpg
5866258026313399838_121.jpg (95.12 KiB) געזען געווארן 602 מאל
אוועיטער
דער גערער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:50 am
x 60

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער גערער »

5875240855923703170_121.jpg
5875240855923703170_121.jpg (147.59 KiB) געזען געווארן 599 מאל
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1614

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 12:13 pm חסידי וויזניץ אלוועלטליך וואונטשן זיך מזל טוב לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים, ווען נעכטען פארמיטאג איז געבוירן געווארן די ערשטע אור אור אייניקל דור חמישי ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א,
האדמו"ר מוויזניץ פארט אי''ה קומענדיגע זונטאג לפאר על ראש שמחתו הגדולה, שמחת הברית וואס גייט פארקומען ביום ב' הבעל"ט בבית מדרשו קהל צמח צדיק ויזניץ אין מאנסי
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
שרייב פאוסט