בלאט 58 פון 69

Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:45 am
דורך מאירוואלף
גריגארי סאקסאנאוו, א 68 יעריגער אקטיוויסט באקאנט אלס 'פעטער גרישע', איז ארעסטירט געווארן אין מאסקווע פארן האלטן א "פוטין = היטלער (ימש"ו)" שילד. ער איז פאראורטיילט געווארן צו 20 טעג טורמע און א קנס פון 20,000 רובל. סאקסאנאוו האט א געשיכטע פון ​​אקטיוויזם און איז ארעסטירט געווארן פארשידענע מאל פאר פארשידענע פראטעסטן. בשעת דעם לעצטיגן אינצידענט, האט ער פרובירט אראפצוגיין אין די מאסקווע טייך מיט א שטריק אבער ער איז געפאלן און כמעט דערטרונקען געווארן.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:26 am
דורך מאירוואלף
דער כינעזער פירער אין מאסקווע: רוסלאנד און כינע זענען א פריינטשאפט פון שטאל.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:32 am
דורך מאירוואלף
רוסלאנד און אמעריקע דיסקוטירן די מעגליכקייט פון צוריק מחדש זיין די רוסישע גאז סופלייען פאר אייראפע — רויטערס

Re: נייעס פון דער רוסלאנד אוקראינע קריג.

געפאוסט: פרייטאג מאי 09, 2025 12:17 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:26 am דער כינעזער פירער אין מאסקווע: רוסלאנד און כינע זענען א פריינטשאפט פון שטאל.
ביים טרינקן טיי מיט כאווער פוטין.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 09, 2025 1:05 am
דורך מאירוואלף
פרעזידענט פון טורקמעניסטאן סערדאר בערדימוכאמעדאוו האט געלאנדעט אין מאסקווע פאר זיג טאג פייערונגען.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 09, 2025 4:43 am
דורך מאירוואלף
די פאראדע האט זיך אנגעפאנגן אינעם רויטן סקווער אין מאסקווע.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: פרייטאג מאי 09, 2025 5:24 am
דורך מאירוואלף
פאניע בראט.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 6:31 am
דורך מאירוואלף
פוטין שלאגט פאר פאר קיעוו דירעקטע שלום געשפרעכן — אן קיין תנאים. ער זאגט אז זיי קענען זיך אנהייבן דעם 15טן מאי אין איסטאנבול. ער וועט מארגן רעדן מיט פרעזידענט ארדואן צו בעטן שטיצע אין ארגאנאזירן די געשפרעכן.
"מיר זענען גרייט פאר ערנסטע פארהאנדלונגען," באהויפטעט פוטין.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 6:32 am
דורך מאירוואלף
טראמפ האט רעאגירט אז עס איז א פאטענציעלע גוטע טאג פאר אוקריינע און רוסלאנד.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 6:36 am
דורך מאירוואלף
מאקרון האט באצייכנט פוטין'ס פארשלאג פאר דירעקטע געשפּרעכן מיט אוקריינעִ ווי א ערשטע שריט, כאטש נישט גענוג. ער האט ווייטער באהויפטעט אז פוטין זוכט לכאורה אן ארויסגאנג סטראטעגיע בשעת ער פרובירט גלייכצייטיג צו שלעפן די צײט.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 6:42 am
דורך מאירוואלף
כדי צו אנהייבן די פארהאנדלונגען צווישן רוסלאנד און אוקריינע דעם 15טן מאי, בעט פרעזידענט זעלענסקי אז מאסקווע זאל אנפאנגען א פייער אפשטעל שוין מארגן. ער האט רעאגירט אויף פרעזידענט פוטין'ס פארשלאג פאר דירעקטע געשפרעכן אין איסטאנבול דעם 15טן מאי אן קיין פאראויס'דיגע באדינגונגען, באטראכטנדיג עס אלס א פאזיטיווע שריט צו ענדיגן די מלחמה. ער האט באטאנט אז א פייער אפשטעל איז דער קריטישער ערשטער שריט צו דערגרייכן א דויערהאפטיגן שלום און האט געבעטן רוסלאנד צו באשטעטיגן א פולשטענדיגן פייער אפשטעל אויף מארגן, דעם 12טן מאי, זאגנדיג אז אוקריינע איז גרייט זיך צו באטייליגן אין די פארהאנדלונגען.

זעלענסקי: "עס איז האט נישט קיין שום זין פארצוזעצן די הריגות אפילו פאר איין טאג. מיר ערווארטן אז רוסלאנד זאל באשטעטיגן א וואפן־שטילשטאנד – פולשטענדיג, דויערהאפטיג און פארלעסליך – אנגעהויבן מארגן, דעם 12טן מאי, און אוקריינעִ איז גרייט זיך צו טרעפן."

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 6:58 am
דורך מאירוואלף
דאס אלעס קומט נאך א סאמיט אין קיעוו ווי די פירער פון פראנקרייך, דייטשלאנד, פוילן, ענגלאנד, און אוקריינע האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע דערקלערונג פארשלאגנדיג: א פולשטענדיגע און אומבאדינגטע 30-טאגיקע וואפן-שטילשטאנד, אנהייבנדיג מאנטאג, דעם 12טן מאי, וואס וועט ארייננעמען אלע לאנד, ים, און לופט אפעראציעס. קיין שום תנאים פאר דעם וואפן-שטילשטאנד וועלן נישט אנגענומען ווערן; יעדע רוסישע פארלאנג וועט אויסגעטייטשט ווערן אלס אן אפווארף פון דיפלאמאטיע און א פארזעצונג פון די קריגערייען. דער שטילשטאנד וועט שטרענג באאבאכטעט ווערן אין א מיטארבעט מיט די יונייטעד סטעיטס. אינערהאלב 30 טעג וועלן דיפלאמאטישע איניציאטיוון אנהייבן צו אויפשטעלן די זיכערהייט, פאליטישע, און הומאניטארישע ראמען פאר שלום. פארשטערקערן אוקריינע'ס פארטיידיגונג מעגליכקייטן איז א וויכטיגע נקודה צו פארזיכערן איר זעלבסטשענדיקייט און זיכערהייט. אויב רוסלאנד זאל אפזאגן דעם שטילשטאנד, וועלן שטרענגערע סאנקציעס וואס צילן ענערגיע, באנקירונג, ברענשטאפן, אויל, און נאך איינגעפירט ווערן. די פירער האבן זיך פארפליכטעט צו באשטעטיגן דעם 17טן אי.יו. סאנקציעס פעקל, וואס וועט אנטהאלטן די אנשטרענגונגען צו נוצן איינגעפרוירענע נכסים, און ווייטער פארשטערקערן אוקריינע'ס פארטיידיגונג.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 7:02 am
דורך מאירוואלף
ענגלאנד וועט שיקן קיין אוקריינע נאך פינף RAVEN לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען, בנוסף צו די אכט וואס זי האט שוין געשיקט בעפאר.

די סיסטעמען, באזירט אויף ASRAAM ראקעטן, ארבעטן קעגן דראונען און עראפלאנען פאר א שטרעקע פון 15 קילאמעטער.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 7:05 am
דורך מאירוואלף
פרעזידענט זעלענסקי און פרעזידענט מאקרון האבן א נאנטע און פריינטליכע באציאונג. די ניו יארק טיימס באריכטעט אז זיי קאמוניקירן כסדר דירעקט, אינגארירענדיג פארמאלע דיפלאמאטישע קאנאלן און ניצן אייגענע מעטאדן ווי טעלעפאן רופן, וואטסאפ, און סיגנאל. זייערע שמועסן באהאנדלען כסדר ספעציפישע ענינים, אבער שליסן אויך איין אינפארמעלע אויסטוישן פון אינפארמאציע און געדאנקען. לעצטנס האבן זיך זייערע דיסקוסיעס גערוקט פון וואפן-ליפערונגען צו פאקוסירן אויף מעגליכע וואפן-שטילשטאנדן, קאארדינירן סטראטעגיעס סיי אויפן שלאכטפעלד און סיי מיטן ווייסן הויז. פרעזידענט מאקרון באקומט רעגעלמעסיגע, דעטאלירטע אינפארמאציעס איבער די פארשריט פון דער מלחמה, און זייערע שמועסן שליסן כסדר איין א טיפע אנאליז פון דער שלאכטפעלד סיטואציע, אפילו ביז ספעציפישע לאקאציעס. אין איין אינטערוויו האט פרעזידענט זעלענסקי זיך באצויגן צו פרעזידענט מאקרון אלס א מלחמה-עקספערט.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 7:09 am
דורך מאירוואלף
לויט NBC ניוז, האט דער געוועזענער אמעריקאנער אמבאסאדאר סטיוו וויטקאף, וועלכער דינט אלס א שליח פאר פרעזידענט טראמפ, זיך געטראפן מיט וולאדימיר פוטין דריי מאל און גענוצט קרעמלין-דאלמעטשערס, א אפנויג פון די אפיציעלע פראטאקאל. דער געוועזענער אמעריקאנער אמבאסאדאר מייקל מאקפאל האט אויסגעדריקט זארג, זאגנדיג אז דאס איז נישט קיין קלוגע שריט ווייל עס לאזט וויטקאף אויסגעשטעלט צו א מעגליכע נישט ריכטיגע איבערטייטש פון וואס מען שמועסט אפ, ווי אויך האלט עס צוריק די רעגירונג פון האבן די ריכטיגע רעקארדס פון די שמועסן.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 11:23 pm
דורך הדסים
@מאירוואלף האט געכאפט א דרימל?

פוטין האט געמאלדן אז ער וועט זיך נישט באטייליגן ביים געפלאנטן צאמטרעף מיט זעלענסקי אין טערקיי "ווייל ס'וועט סייווי גארנישט אויפטון"

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 11:23 pm
דורך שינאווער
הדסים האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 11:23 pm @מאירוואלף האט געכאפט א דרימל?

פוטין האט געמאלדן אז ער וועט זיך נישט באטייליגן אינעם געפלאנטן צאמטרעף מיט זעלענסקי אין טערקיי "ווייל ס'וועט סייווי גארנישט אויפטון"
האט ער עס נישט פאררופן???

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 11:24 pm
דורך שינאווער
לאמיר זעהן וויאזוי טראמפ וועט יעצט רעאגירן...

ער האט געהאט געזאגט אז דא וועט מען קענען זעהן ווער עס וויל באמת שלום.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 11:25 pm
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 11:23 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 11:23 pm @מאירוואלף האט געכאפט א דרימל?

פוטין האט געמאלדן אז ער וועט זיך נישט באטייליגן אינעם געפלאנטן צאמטרעף מיט זעלענסקי אין טערקיי "ווייל ס'וועט סייווי גארנישט אויפטון"
האט ער עס נישט פאררופן???
הפה שאסר הפה שהתיר...

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 11:26 pm
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 11:24 pm לאמיר זעהן וויאזוי טראמפ וועט יעצט רעאגירן...

ער האט געהאט געזאגט אז דא וועט מען קענען זעהן ווער עס וויל באמת שלום.
ער האט געפלאנט דארט צו זיין

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג מאי 13, 2025 5:41 am
דורך מאירוואלף
א הויכראנגיקער אוקריינער באאמטער האט געזאגט צו רויטערס: זעלענסקי וועט מסכים זיין זיך צו טרעפן אין איסטאנבול דאנערשטאג נאר מיט פוטין, און נישט מיט קיין אנדערן הויכראנגיקן רוסישן באאמטער.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג מאי 13, 2025 5:57 am
דורך מאירוואלף
קרעמלין: א רוסישע דעלעגאציע גרייט זיך צו פארן צו געשפרעכן מיט אוקריינע אין איסטאנבול דאנערשטאג, מיר וועלן מעלדן ווער עס וועט אונז רעפרעזענטירן ביים שפיץ-קאנפערענץ ווען פוטין וועט עס זען פאר ריכטיג.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג מאי 13, 2025 6:02 am
דורך מאירוואלף
דער נייער פויפסט וועט אפשטאטן א באזוך אין אוקריינע.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: דינסטאג מאי 13, 2025 10:15 am
דורך מאירוואלף
רוסישער וויצע־אויסערן מיניסטער סערגעי ריאבקאוו, בנוגע די געשפּרעכן מיט אוקריינע אונטער טערקיי'ס פארמיטלונג דאנערשטאג: רוסלאנד איז גרייט פאר ערנסטע געשפרעכן מיט אוקריינע, די מציאות אויפן שלאכטפעלד מוז אנערקענט ווערן, אריינגערעכנט די אינטעגראציע פון ​​נייע טעריטאריעס אין רוסישער טעריטאריע.

Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 11:19 am
דורך מאירוואלף
דער פרעזידענט פון בראזיל לולא דא סילווא איז אנגעקומען קיין מאסקווע, צו פרובירן צו איבערצייגן פוטין צו פערזענליך אנטיילנעמען אין געשפרעכן מיט זעלענסקי אין טערקיי.