בלאט 58 פון 65
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:07 am
דורך יאנטשי
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 10:59 am
איך ווייס אליינס נישט פארוואס דער זכו גייט מיר אויף די געהירן. אבער יעדע אימעיל מאכט מיך נאכאמאל נערוועז... יעצט קומט ער מיט א מעידזשאר הסכמה... רבי איד, אז דו האסט נישט שרייב נישט. עס איז בעסער ווי שרייבן וואס דו האסט נישט...
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די הלכדיגע מציאות, איבער די כשרות וכדו', אבער זיי זענען גאר גרויס אין די חישן אינדוסטריע, ממש די סאמע גרעסטע.
די אופן פון די שאלות ותשובה אויף די פראומא שיעור איז בעצם נישט קיין פראבלעם פאר זיך, עס ווייזט נאר וויאזוי די גאנצע 'מכון' אפערירט...
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:10 am
דורך עומד על תלת
ער זאגט אויפן דעמא אז ער האט באקומען א עידוד פין זיין רבי שליט"א,
ווי באלאנגט ער?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:20 am
דורך וזה ברור
עומד על תלת האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:10 am
ער זאגט אויפן דעמא אז ער האט באקומען א עידוד פין זיין רבי שליט"א,
ווי באלאנגט ער?
ער האלט זיך פאר א בעלזער חסיד, גראדע די אפיציעלע קאמפעני חיים של אושר איז קעגן זיינע מהלכים.
אזוי אויך איז ער בכלל נישט קיין דיין ווי ער גיבט זיך אן קען זיין אז ער האט הוראה אבער קיין אפיציעלער איז קיינמאל געווען אינערגעץ
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:22 am
דורך חלום חלמתי
וזה ברור האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:20 am
עומד על תלת האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:10 am
ער זאגט אויפן דעמא אז ער האט באקומען א עידוד פין זיין רבי שליט"א,
ווי באלאנגט ער?
ער האלט זיך פאר א בעלזער חסיד, גראדע די אפיציעלע קאמפעני חיים של אושר איז קעגן זיינע מהלכים.
אזוי אויך איז ער בכלל נישט קיין דיין ווי ער גיבט זיך אן קען זיין אז ער האט הוראה אבער קיין אפיציעלער איז קיינמאל געווען אינערגעץ
די בעלזא דיין הרב וועטשטיין געבט א הסכמה
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 1:37 pm
דורך Think and Thank
זאלמעלע באלד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 10:10 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:58 am
יאנטשי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:50 pm
וועלכע גמח?
די מתנגדים פון יענע קהילה האבן זיכער געמאכט צו עפענען א נייע טעמע און פאמפן די דורכפאל.
מתנגדים פון יענע קהילה? האו אבאוט אז מענטשן האבן פארלוירן זייער האב און גוטס און האבן געפענט א נייע טעמע?
ס'איז אמת אז מענטשן האבן פארלוירן אסאך געלט, אבער די טרוקענע מציאות איז אז דער וואס האט געעפנט די טעמע איז א מתנגד פון יענע קהילה, כמבואר אין זיינע פאוסטס אין אנדערע טעמעס.
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 1:42 pm
דורך שבת קודש
אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:28 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:57 pm
אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:17 pm
איך זעה אז ער האט געלאזט אין גאנג יעצט א קורס פאר מענער, זעהט אויס ער איז גרייט פאר נאך מכות רצח....
גראדע בינעך זייער איבערגענומען פונעם דעמאו, און איך האב זיך אויפגעסיינט (דעמאו קען מען הערן אויף די נייע זכו מענער ליין 845.209.1818)
כ'זעה אויך אז דארט טוט זייער מארקעטינג, דארט וואלט נישט אנגענומען עפעס וואס זיי זענען נישט זיכער אין די קראנטקייט און ערליכקייט דערפון.
די אינטרא פונעם דיין מיט א פאלשע וואויס-טשענדזשער שואל מיט פארמאלע געשטיקלטע שאלות, מאכט עס מורא'דיג אראפגעברענגט זיין כבוד. עס האט געמאכט ביי מיר א רושם אויף פארקערט ווי סהאט געדארפט. אויך דאס אז די דיין זאגט אז ס'וואלט ווערד געווען טויזנט דאלאר. פאסט נישט אזוי שטארק.
כ'הער דיין טענה,
אבער מה נפשך, פילסטו קענסט מרוויח זיין, טאנץ אריין, די שיעורים איז נאר ער נישט די שואל,
דעיס אז זיין מארקעטער האט געמאכט א נארישע עי איי וואויס איז נישט עכט זיין פראבלעם און ריפלעקט נישט ממש די שיעורים
רוב קלאסן/שיעורים כהיום איז א סקעם הוילע שטותים, פארוואס זאל איך האלטן אז דאס איז יא א ריכטיגע זאך?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 8:26 pm
דורך תורה ויראה
די מתיונים האבן אויך אנגעפאנגען צינדען חנוכה לעכט?

- Screenshot 2025-12-09 120145.png (62.17 KiB) געזען געווארן 1582 מאל
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:14 pm
דורך היימישע זייגער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 1:42 pm
אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:28 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:57 pm
די אינטרא פונעם דיין מיט א פאלשע וואויס-טשענדזשער שואל מיט פארמאלע געשטיקלטע שאלות, מאכט עס מורא'דיג אראפגעברענגט זיין כבוד. עס האט געמאכט ביי מיר א רושם אויף פארקערט ווי סהאט געדארפט. אויך דאס אז די דיין זאגט אז ס'וואלט ווערד געווען טויזנט דאלאר. פאסט נישט אזוי שטארק.
כ'הער דיין טענה,
אבער מה נפשך, פילסטו קענסט מרוויח זיין, טאנץ אריין, די שיעורים איז נאר ער נישט די שואל,
דעיס אז זיין מארקעטער האט געמאכט א נארישע עי איי וואויס איז נישט עכט זיין פראבלעם און ריפלעקט נישט ממש די שיעורים
רוב קלאסן/שיעורים כהיום איז א סקעם הוילע שטותים, פארוואס זאל איך האלטן אז דאס איז יא א ריכטיגע זאך?
ווייל עס איז! פינטל
האט הסכמות פון רבים וטובים
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 1:03 am
דורך הדסים
היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:14 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 1:42 pm
אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:28 pm
כ'הער דיין טענה,
אבער מה נפשך, פילסטו קענסט מרוויח זיין, טאנץ אריין, די שיעורים איז נאר ער נישט די שואל,
דעיס אז זיין מארקעטער האט געמאכט א נארישע עי איי וואויס איז נישט עכט זיין פראבלעם און ריפלעקט נישט ממש די שיעורים
רוב קלאסן/שיעורים כהיום איז א סקעם הוילע שטותים, פארוואס זאל איך האלטן אז דאס איז יא א ריכטיגע זאך?
ווייל עס איז! פינטל
האט הסכמות פון רבים וטובים
איז וואס איז פשט אז זיי לייגן נאר הסכמות פון ועד מכון זכו, די רבנים זוכן זיך נישט קיין וויזויהייסטעס?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 1:14 am
דורך מיין מיינונג
זאלמעלע באלד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 10:10 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:58 am
יאנטשי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:50 pm
וועלכע גמח?
די מתנגדים פון יענע קהילה האבן זיכער געמאכט צו עפענען א נייע טעמע און פאמפן די דורכפאל.
מתנגדים פון יענע קהילה? האו אבאוט אז מענטשן האבן פארלוירן זייער האב און גוטס און האבן געפענט א נייע טעמע?
פערזענליך געהערט פון א איד, ער האט דערלייגט אין דעם צוזאמפאל 250 אלפים ה"י.
(ווען ער האט עס געהאט האב איך נישט געהערט פון אים...)
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 3:21 pm
דורך תורה ויראה

- Screenshot 2025-12-10 152057.png (209.52 KiB) געזען געווארן 1532 מאל
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 9:15 pm
דורך היימישע זייגער
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 1:03 am
היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:14 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 1:42 pm
רוב קלאסן/שיעורים כהיום איז א סקעם הוילע שטותים, פארוואס זאל איך האלטן אז דאס איז יא א ריכטיגע זאך?
ווייל עס איז! פינטל
האט הסכמות פון רבים וטובים
איז וואס איז פשט אז זיי לייגן נאר הסכמות פון ועד מכון זכו, די רבנים זוכן זיך נישט קיין וויזויהייסטעס?
דא האסטו נאך 20 הסכמות
- z.pdf
- (7.4 MiB) דאונלאודעד 121 מאל
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 12:34 am
דורך דעת קדשי
לחיים
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 9:11 pm
דורך הבוחר בתורה
וזה ברור האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:20 am
עומד על תלת האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:10 am
ער זאגט אויפן דעמא אז ער האט באקומען א עידוד פין זיין רבי שליט"א,
ווי באלאנגט ער?
ער האלט זיך פאר א בעלזער חסיד, גראדע די אפיציעלע קאמפעני חיים של אושר איז קעגן זיינע מהלכים.
אזוי אויך איז ער בכלל נישט קיין דיין ווי ער גיבט זיך אן קען זיין אז ער האט הוראה אבער קיין אפיציעלער איז קיינמאל געווען אינערגעץ
מיט וואס איז די אפיציעלע קאמפעני חיים של אושר קעגן זיינע מהלכים?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 7:26 pm
דורך הדסים
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 10:51 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 11, 2025 6:06 pm
שטיינזאלץ האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 11, 2025 6:03 pm
הגאון רבי חיים פלאהר שליט״א, צוזאמען מיט נאך חשובע רבנים, האבן שוין ארויסגעגעבן א אפענער כתב הכחשה
א פרייליכן פורים
ינתן גם מחר ליהודים אשר בשושן
image000001.jpg
image000000.jpg
פורים קאהיר...
@דער תהלים איד מ'ווארט מיר אויפן פרישן אפדעיט
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 4:25 am
דורך טראכט אריין
וזה ברור האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:20 am
עומד על תלת האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:10 am
ער זאגט אויפן דעמא אז ער האט באקומען א עידוד פין זיין רבי שליט"א,
ווי באלאנגט ער?
ער האלט זיך פאר א בעלזער חסיד, גראדע די אפיציעלע קאמפעני חיים של אושר איז קעגן זיינע מהלכים.
אזוי אויך איז ער בכלל נישט קיין דיין ווי ער גיבט זיך אן קען זיין אז ער האט הוראה אבער קיין אפיציעלער איז קיינמאל געווען אינערגעץ
די אפיציעלע קאמפאני חיים של אושר האט פארשידענע אנדערע מהלכים ווי ר' משה עבער, יאמפעלע רב, און ר' אהרן גראסמאן.
נישט אפיציעל קעגן קיינעם, פשוט די אפיציעלע הדרכה פון די קהילה איז אביסל אנדערש ווי די דריי שטארק אנגענומענע מדריכים.
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 4:40 pm
דורך דער תהלים איד
איך האב נישט קיין אנונג ווען און וויאזוי, אבער דער וואס האט צוזעצט און צובראכן א ווינקל פון מיין קאר, זאל וויסן אז איך בין אים עס מוחל במחילה גמורה, אויב ער איז א איד.
אבער סתם... אלס הלכה און אלס מענטשהייט וואלט ער מיר געמעגט איינמעלדן אז ער האט עס געטון בטעות, און הערן צו איך וויל עס נעמען פון זיין אינשורענס (איך וואלט געענטפערט אז נישט, כ'זאג נאר).

- image000000.jpg (368.77 KiB) געזען געווארן 705 מאל
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 11:39 pm
דורך נקודות טובות
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 4:40 pm
איך האב נישט קיין אנונג ווען און וויאזוי, אבער דער וואס האט צוזעצט און צובראכן א ווינקל פון מיין קאר, זאל וויסן אז איך בין אים עס מוחל במחילה גמורה, אויב ער איז א איד.
אבער סתם... אלס הלכה און אלס מענטשהייט וואלט ער מיר געמעגט איינמעלדן אז ער האט עס געטון בטעות, און הערן צו איך וויל עס נעמען פון זיין אינשורענס (איך וואלט געענטפערט אז נישט, כ'זאג נאר).
image000000.jpg
פארוואס וואלסטו נישט גענומען קיין געלט פון אים, ער איז מחויב דיר צו באצאלן. ער איז א מזיק. זיכער נישט קיין מזיד, אבער דאס פטר'ט נישט.
איך פארשטיי אז דו ווילסט נישט מאכן אן אינשורענס קלעים, דו ווילסט נישט שאדן מאכן יענעם מיט דעם וואס די פרימיעם גייט אים ארויפגיין פאר א נארישע קלעים. אבער זאל ער באצאלן קעש. פארוואס דארפסטו עס באצאלן? (חוץ אויב דו ביסט סתם אזוי ניטש מקפיד, און דיין קאר איז סיי ווי צוזעצט...)
איך קוק עס אן מער ווי אזא עיגאו פראבלעם אז עס פאסט דיר נישט צו בעטן יענעם געלט. נעה! ס'גוט.... מאך נישט קיין עסק... ס'פיין, סעט שוין מיטגיין...
וואס עפעס נישט מאכן קיין עסק? פארוואס וועט עס מיטגיין? יענער האט דיר געהעריג שאדן געמאכט! (חוץ טאמער דו ביסט פון די וואס טראגן צוריק די קאר סוף פון די ליעס אין שאפפינג בעגס...)
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 12:52 am
דורך יאנטשי
עפעס א מעשה ליגט מיר אין קאפ אז ביים בריסקער האט איינער בטעות צובראכן א כלי, און די רביצין האט געפרעגט פארוואס ער איז נישט מוחל דאס געלט, האט ער געזאגט אז אלע געלט וואס מענטשן געבן מיר איר נאר על דעת אז איך קען לערענען וכו' און עס איז מעגליך גניבת דעת, דא אז יענער צוברעכט מיין כלי קומט ער מיר דאס געלט ע"פ תורה אן קיין שום שאלות, פארוואס זאל איך אים מוחל זיין?
@דער תהלים איד @נקודות טובות
עכ"פ, מיר האט שוין אויך איינער געטון אזאנס, איך וואלט הנאה געהאט ער קומט מיר אפצאלן אדער פארעכטן די שאדן, אבער למעשה אז ער איז נישט געקומען בין איך אים מוחל.
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 7:08 am
דורך להגדיל הטראסק
עס ווענציך ווי שטארק דער שאדן איז, ווי שטארק עס שטערט מיר, צו איך וואלט עס אליינס פארראכטן צו נישט.
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 11:01 am
דורך דער תהלים איד
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 11:39 pm
איך פארשטיי אז דו ווילסט נישט מאכן אן אינשורענס קלעים, דו ווילסט נישט שאדן מאכן יענעם מיט דעם וואס די פרימיעם גייט אים ארויפגיין פאר א נארישע קלעים. אבער זאל ער באצאלן קעש. פארוואס דארפסטו עס באצאלן? (חוץ אויב דו ביסט סתם אזוי ניטש מקפיד, און דיין קאר איז סיי ווי צוזעצט...)
מיין קאר איז אלט א יאר מיט עפעס. ס'האט נאכנישט געהאט ביז יעצט קיין איין קריץ, אפגערעדט פון אזא שניט/לאך.
עכ"ז, וואלט איך נישט גענומען געלט פון א איד צוליב דעם, כאטש ער איז מחוייב מדינא.
ווען איינער גיסט אויס א קאווע אויף מיר בטעות, ברבים, און איך האב בושות, איז מעגליך אז איך קען אים רופן צו די"ת און באקומען געלט פאר בושת... אבער אלס א מאמין גלייב איך נישט אז דאס איז מיין תפקיד אויף דער וועלט, צו ארויספרעסן געלט פון 'טעותים' פון אנדערע אידן.
חוץ אויב יענער איז א מיליאנער...
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 11:35 am
דורך תינוק הבורח
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 11:01 am

אויף בושות דארף מען זיין א מתכוון, אנדערש ווי אויף היזק וואס אדם מועד לעולם.
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 20, 2025 11:42 pm
דורך נקודות טובות
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 11:01 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 11:39 pm
איך פארשטיי אז דו ווילסט נישט מאכן אן אינשורענס קלעים, דו ווילסט נישט שאדן מאכן יענעם מיט דעם וואס די פרימיעם גייט אים ארויפגיין פאר א נארישע קלעים. אבער זאל ער באצאלן קעש. פארוואס דארפסטו עס באצאלן? (חוץ אויב דו ביסט סתם אזוי ניטש מקפיד, און דיין קאר איז סיי ווי צוזעצט...)
מיין קאר איז אלט א יאר מיט עפעס. ס'האט נאכנישט געהאט ביז יעצט קיין איין קריץ, אפגערעדט פון אזא שניט/לאך.
עכ"ז, וואלט איך נישט גענומען געלט פון א איד צוליב דעם, כאטש ער איז מחוייב מדינא.
ווען איינער גיסט אויס א קאווע אויף מיר בטעות, ברבים, און איך האב בושות, איז מעגליך אז איך קען אים רופן צו די"ת און באקומען געלט פאר בושת... אבער אלס א מאמין גלייב איך נישט אז דאס איז מיין תפקיד אויף דער וועלט, צו ארויספרעסן געלט פון 'טעותים' פון אנדערע אידן.
חוץ אויב יענער איז א מיליאנער...
אאהה... הייסט דו האסט שוין גענומען דיין שוואכקייט, און געמאכט דערפון א שיטה... נישט סתם א שיטה, נאר אמונה גאר! איך הער.
איך זעה נישט וואו אין די וועלט אמונה קומט אריין אין שמועס דא. ווען יענער האט נישט דאס געלט, און דו ווישט דיר אפ די נאז. אדער ווען יענער זאגט דיר קלאר איך האלט נישט ביים צאלן, און דו נעמסט אים נישט צום דין תורה, פארשטיי איך. זאגסט המקום ימלא חסרוני און פארטיג. אבער פלעין? בעטן פון יענעם געלט פארן דיר מזיק זיין? וואו קומט אריין אמונה? זייער א שוואכע שיטה דאס... טרעף עפעס בעסערס. אלץ אמונה און בטחון וואלסטו אויך נישט געדארפט אז יענער זאל דיר קומען זאגן איי עם סארי... גלייב אז עס איז דיר געווען באשערט די היזק, און יענער איז נאר די שטעקן... פארוואס דארפסטו יענער זאל דיר קומען זאגן? זארגסט זיך פאר זיין הלכה'דיגע אחריות?
מיין פוס!
בנוגע דיין צוזאמשטעל צו בושת. גאט אין הימל! איר וועט מיר מוזן מוחל זיין פאר די לשון, אבער אזעלכע שטותים צו רעדן? ביסטו
@דער תהלים איד וועמען איך קען? עס פאסט פשוט נישט פאר דיר, איך מיין איך גיי בעטן די הנהלה צו מעקן דיין פאוסט פשוט מפני כבודך. רעדט מען דען פון רייך ווערן אויף יענעמס טעות? אדער אפשר פון קלעימען אינשורענס ווען מען פאלט אין פראנט פון יענעמס פראפערטי ווי
@פופציגער ווייטאגט? בסך הכל האט יענער אריינגעבעקט אין דיין קאר און דיר געשחטן די באמפער, זאל ער מוחל זיין באצאלן די פאר הונדערט דאלער וואס קאסט צו פיקסן!
דו כאפסט? איך נעם מיך פשוט אן פאר דיר....
וחוץ מזה, אפשר פארציילסטו מיר וועלכע בי"ד פסק'ענט דיני בושת? פון פשטות השלחן ערוך איז מען נישט דן דיני בושות בזמן הזה.
נאר וואס? וואו איך האב געשריבן אויבן. עס איז אן עיגאו פראבלעם, עס "פאסט נישט" זיך נאריש צו מאכן אויף די פאר דאלער, It's beyond my dignity... איך גיי מיך עפעס משוגע מאכן אויף די "נארישע" פאר הונדערט דאלער? איך בין עפעס א שנארער? נע, איך וועל אים זאגן ס'איז גוט.... איי טיף אין הארץ וואלסטו געקענט באשטיין צו טרעפן אין די פאסט אן ענוועלאופ מיט 500 דאלער? דאס דארף שוין יענער נישט וויסן...
דער אמת איז אז איך מיין נישט דיר, דו ביסט באמת א בעל מידות און דיין אמונה איז צום באווינדערן. נאר דו האסט אמאל געזאגט אז עס איז דא נאך איינער וואס באניצט זיך מיט דיין ניק מזמן לזמן, אים מיין איך!
אגב, אז מען רעדט שוין. איך זוך צו מאכן אן עד יעצט, אפשר קענסטו מיר עס מאכן און אויב ס'איז באשערט זאלסט מאכן געלט דערויף וועט עס שוין דער אויבערשטער צושיקן? איך גיי דיר אבער נישט באצאלן, מסכים?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:24 am
דורך תינוק הבורח
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 20, 2025 11:42 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 11:01 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 11:39 pm
איך פארשטיי אז דו ווילסט נישט מאכן אן אינשורענס קלעים, דו ווילסט נישט שאדן מאכן יענעם מיט דעם וואס די פרימיעם גייט אים ארויפגיין פאר א נארישע קלעים. אבער זאל ער באצאלן קעש. פארוואס דארפסטו עס באצאלן? (חוץ אויב דו ביסט סתם אזוי ניטש מקפיד, און דיין קאר איז סיי ווי צוזעצט...)
מיין קאר איז אלט א יאר מיט עפעס. ס'האט נאכנישט געהאט ביז יעצט קיין איין קריץ, אפגערעדט פון אזא שניט/לאך.
עכ"ז, וואלט איך נישט גענומען געלט פון א איד צוליב דעם, כאטש ער איז מחוייב מדינא.
ווען איינער גיסט אויס א קאווע אויף מיר בטעות, ברבים, און איך האב בושות, איז מעגליך אז איך קען אים רופן צו די"ת און באקומען געלט פאר בושת... אבער אלס א מאמין גלייב איך נישט אז דאס איז מיין תפקיד אויף דער וועלט, צו ארויספרעסן געלט פון 'טעותים' פון אנדערע אידן.
חוץ אויב יענער איז א מיליאנער...
אאהה... הייסט דו האסט שוין גענומען דיין שוואכקייט, און געמאכט דערפון א שיטה... נישט סתם א שיטה, נאר אמונה גאר! איך הער.
איך זעה נישט וואו אין די וועלט אמונה קומט אריין אין שמועס דא. ווען יענער האט נישט דאס געלט, און דו ווישט דיר אפ די נאז. אדער ווען יענער זאגט דיר קלאר איך האלט נישט ביים צאלן, און דו נעמסט אים נישט צום דין תורה, פארשטיי איך. זאגסט המקום ימלא חסרוני און פארטיג. אבער פלעין? בעטן פון יענעם געלט פארן דיר מזיק זיין? וואו קומט אריין אמונה? זייער א שוואכע שיטה דאס... טרעף עפעס בעסערס. אלץ אמונה און בטחון וואלסטו אויך נישט געדארפט אז יענער זאל דיר קומען זאגן איי עם סארי... גלייב אז עס איז דיר געווען באשערט די היזק, און יענער איז נאר די שטעקן... פארוואס דארפסטו יענער זאל דיר קומען זאגן? זארגסט זיך פאר זיין הלכה'דיגע אחריות?
מיין פוס!
בנוגע דיין צוזאמשטעל צו בושת. גאט אין הימל! איר וועט מיר מוזן מוחל זיין פאר די לשון, אבער אזעלכע שטותים צו רעדן? ביסטו @דער תהלים איד וועמען איך קען? עס פאסט פשוט נישט פאר דיר, איך מיין איך גיי בעטן די הנהלה צו מעקן דיין פאוסט פשוט מפני כבודך. רעדט מען דען פון רייך ווערן אויף יענעמס טעות? אדער אפשר פון קלעימען אינשורענס ווען מען פאלט אין פראנט פון יענעמס פראפערטי ווי @פופציגער ווייטאגט? בסך הכל האט יענער אריינגעבעקט אין דיין קאר און דיר געשחטן די באמפער, זאל ער מוחל זיין באצאלן די פאר הונדערט דאלער וואס קאסט צו פיקסן!

נאך א סיבה לפטור
אמר רב פפא לא שנו אלא בו אבל בבגדו לא וניהוי כי בייש בדברים אמרי במערבא משמיה דרבי יוסי בר אבין זאת אומרת ביישו בדברים פטור מכלום:
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:57 am
דורך סוחר

...What an attack for no good reason
עס איז זייער נארמאל און ארענטלעך (אויב איז מען נישט געדריקט אין געלט) צו מוותר זיין אויף היזק. גארנישט מיט עגאו צו טון.
און דיין צושטעל צו באשטעלן א עד אומזיסט... איז דאס די נקודות טובות וואס איך קען...? כ‘גיי בעטן די הנהלה זאל מעקן דיין פאוסט פשוט מפני כבודך...
פארשטייסט טאקע נישט קיין חילוק פון פארגעבן פאר איינעם אויף א טעות, ביז טון דזאבס פאר מענטשן בחנם??
און ווי ביזטו מדמה מזיד לשוגג, ואונס כרצון?? עס מוז זיין א צווייטער ניצט דיין ניק...
און אין ע סייד נאוט, נישט יעדער איינער פריידט זיך צו $500 וואס קומט מעגליך פון א אנגעשטרענגטע איד, און יא, עס איז ריכטיג ארויסצוברענגען אז א מענטש דארף נאך אלס זיין ארענטלעך און אנרופן וועם ער האט מזיק געווען, אפגעזען צו דיין פיס אדער דיין הענט טראכטן נישט אזוי...
כ‘זיך נישט אנצונעמען פערזענלעך פאר‘ן תהילים יוד נאר פשוט למען האמת, ער איז ארויפגעקומען מיט א ריכטיגע תגובה, און מאיזה סיבה איז אויסגעגאסן געווארן א טוץ פון שורות אומפארשטענדלעך. עס שיינט מער צו זיין א חובת גברא, ווי א חובת חפצא...