פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 4:11 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 4:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 3:51 pm
ס'איז דא אזא ערנסטע פלאן, פאר
שפאט ביליגע פרייזן (עטליעסט אנהייב). דער רבי מהר"א האט עס שוין דערמאנט האלבוועגס.
אבער ווי @פופציגער ערווענט שוין, אפראוועלס איז א שווערע מעשה.
איך האף מ’רעדט פון ערענסט ביליג, אין נישט ביליג ווייל אקארדינגלי איז עס.
מען רעדט אבסאלוטלי פון פרייזן וואס גייען רייך מאכן דעם אינוועסטער. קיינער זאל זיך נישט איינרעדן א נישט.
אידן זיצן דא מיט שטחים, מיט געלט, שוין יארן, און אינוועסטירן געלט און כח און צייט און האראוואניע צו קענען בויען... דאס איז נישט ריין עסקנות, און ערווארט עס נישט.
אין לאַ-לאַ לאנד גייט זיין דירות פאר עכט ביליג.
אבער נעם יעצט מיין ווארט.
ווען מגייט ארויסשטעלן די דירות, גייען זיין א צאל אידן וואס גייען לויפן כאפן, זיי גייען אונטערשרייבן קאנטראקטן פאר פרייזן וואס מען הערט נישט אין די היינטיגע מארקעט, און זיין גליקליך און צופרידן.
אבער דאס רוב וועלן נישט כאפן... טייל וועלן נישט האבן דאס געלט אויף די מינוט פאר דאון פעימענט און נישט ווילן בארגן פאר "פלענער". אקעי, פארשטענדליך. אבער די איבריגע זענען די דראמאטישע טייל... א ריזן צאל אידן וועלן אנשטאט כאפן א דירה, ארויפגיין אויף אייוועלט מיט גאנצעטע חשבונות פארוואס דער דעוועלאפער איז א חי' פאר'ן פארדינען אזויפיל געלט, אנדערע וועלן שרייען אז דאס הייסט נישט ביליג און מ'דארף זיך נישט יאגן צו כאפן, אנדערע וועלן שרייען אז מ'גייט קיינמאל נישט בויען, און געוויס, די מנהלים דארט וועלן זיכערמאכן קיינער זאל נישט קענען פארענטפערן דעם דעוועלאפער ווייל "דא איז נישט קיין אדווערטייזמענט פלאץ".
אפאר יאר שפעטער, ווען הונדערטער אידן וועלן שוין וואוינען דארט, גייען די דערמאנטע קאטעגאריעס טוישן הוטן... די ערשטע קאטעגאריע וועלן זיצן און זיך וויגן אויף באקוועמע בענקלעך אויף זייערע ברייטע פארטשעס על יד ביתם הרחבה אין מאנטיסעלא, זיפן פון א קאווע, הנאה האבן פון די בריאה, באטראכטן די שיינע נארוואס געשניטענע גראז, די קינדער וואס שפילן זיך לוסטיג אויף די גרויסע שטחים, און דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם וואס זיי האבן געהאט שכל צו קויפן א הייזקע ווען ס'איז נאך געווען אזוי ביליג...
די וועלכע האבן פשוט נישט געהאט דאס געלט, האף איך וועלן דאן שוין יא האבן, און טון למעשה און קויפן דאס וואס וועט נאך דאן זיין עוועילעבל, כמאמר החכם, די צייט צו קויפן א דירה איז נעכטן, אבער אויב האסטו נישט געקענט נעכטן ווארט נישט אויף מארגן.
די אנדערע, די "גערעכטע" פארפירער וועלכע וועלן נאך וואוינען אין זייער רענטאל בעיסמענט דירה וואס איז שוין 10 מאל טייערער ווי אפאר יאר פריער און נישט זען דעם וועג ארויס, וועלן דאן ממשיך זיין אויף אייוועלט, טייל מיט חשבונות פארוואס דער דעוועלאפער איז חי' פאר'ן יעצט ארויפגיין מיט די פרייזן, טייל מיט אויספירליכע חשבונות אז די גאנצע ביליגע פרייזן אנהייב איז נאר געווען צו כאפן די מארקעט און קאנטראלן ווי א מאפיא גענג, אנדערע וועלן קומען מיט הסברים צו פראוון אז לכתחילה איז עס אויך נישט געווען ביליג (און זיי וועלן נאכברענגען זייערע אייגענע נעגאטיוויטעטן פון אפאר יאר פריער צושרייבנדיג מיט פאטאס אזעלכע ווערטער ווי "רוח הקודש?" וכו'), און זיי וועלן אויספירן אז ס'דארף ווען זיין איינער וואס זאל בויען א נייע געגנט פאר ביליג, נאר די קאנטראל, טעראר, וואטעווער, גייט עס נישט צולאזן.
און אזוי גייט דער רעדל זיך דרייען ביז מיר וועלן אלע אינאיינעם זוכה זיין צו גיין צום ענדגילטיגן ישוב, קוממיות לארצינו.
לייג אוועק דעם תגובה.