מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 9:50 pm
דער עיקר איז אז דאס וואס מען האט געשטופט אינטערן קארפעט זאל מען ווייטער שטופן. איך ווייס פון פלוני וואס קלעימט אז ער איז דער אלטערנאטיוו צו די עסקנים (ה”ה ריי”ה בלום), איך ווייס בברירות די החרבה וואס יענער פלוני האט אלץ אנגעווערטשאפט, זעראו סוקסעס האט ער אויף זיין רוקן, מצידו זאל לב טמא בלייבן שטיין, דער עיקר ער פאטשקעט און מאכט פראבלעם, ועל זה יבא על שכרו. איך ווייס פון יונגעלייט וואס יענער אזוי גערופענער וכו‘ האט צוריקגעשיקט צו דעם טמא‘נעם כת, ווייל ער ווייסט וויאזוי צו מאנאווירן... ווען סאיז ווען נישט אידיש בלוט וואלט איך ווען געלאכט א גוטס.
די עסקנים בראשות ריי”ה און זייער דעת תורה (קענסט זיי פרעגן די נעמען, קענסט אנרופן דעם דעת תורה אליינס, אזויווי איך האב געטון) זענען די איינציגסטע וואס האבן א מאסיווע סוקסעס צו ווייזן אויף זייער רעזומעי. עד כדי כך ריי”ה לענ”ד איז ווערד צו ווערן אויפגענומען דורך די fbi זיי צו לערנען וויאזוי צו דיעלן מיט דעם פראבלעם ווי קולטן, די רעגירונג האט נישט עכט קיין מהלך דערמיט, דעיס איז א לעגיטימע קעיס סטאדי מיט ריי”ה בראש, דעי הייליגע שותפים האבן דעם ערשטן מאל אין היסטאריע אויסגעטראפן א תרופה צו אט די מכה וואס הייסט קולט. עס איז ווי אויסטרעפן דעם אטאם. די חידוש פונעם יאר הונדערט. ווען דו זאלסט ווען וויסן וויפיל קולטן סזענען דא ביי די גוים און ווי שעדליך זיי זענען וואלסטו געכאפט די הפלא‘דיגע געשעעניש פון ריי”ה געוואלדיגע הצלחה, עס מוז זיין אז זכות אבותם פון די הייליגע יוצאים האט זיי מסייע געווען.
איך וויל מיטטיילן זייער א פארווייטאגטע נושא וואס האט א שייכות צו דעם שמועס. איך וועל שרייבן ברמז.
אני הקטן קוק מיך צו צו די פרשה, און וואס איך זעה איז, אז הרב ריי"ה פארשטייט דא די בעסטע אויף אלעם וואס איז נוגע די יוצאים וויאזוי זיי אוועקצושטעלן ריכטיג און זיי זאלן באמת מצליח זיין אויפ'ן עתיד ברוחניות ובגשמיות. איך זאג נישט אז ער העלפט זיי ארויס בייעוץ ובממון, און ער אליין זאגט אויך נישט אזוי, עכ"פ ווילאנג מ'האט זיך נישט געבראכן, [בדרך צחות: בייעוץ חיובית - וואס יא צו טוהן - העלפט ער טאקע נישט, אבער בייעוץ שלילית - וואס נישט צו טוהן - אבער נאך ווי], אויף די עזר איז דא אנדערע אידן רחמנים בני רחמנים וואס געבן זיך איבער בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד. אבער ווער עס וויל ווייסט גוט - און ער קען גרינג וויסן - זיין מהלך וויאזוי מ'דארף דיעלן די קעיסעס, און נישט זיך לאזן פארפירן פון פאלטשע רחמנות.
ס'איז א ביטערע רחמנות אויף געוויסע יוצאים וואס נעמען ייעוץ והדרכה פון אזעלכע וואס זענען בשיטה נישט אין איינקלאנג מיט די אזהרות פון ריי"ה, דאס איז זאכן וואס איך האב געהערט מכלים ראשונים, פון אידן וואס זענען זיך מוסר נפש פאר געוויסע יוצאים, זיי געבן אוועק טעג און נעכט ארויסצוהעלפן מיט א ווארעם הארץ סיי די יוצאים און זיי פאר זייערע זיסע קינדערלעך, זיי ווילן אזוי שטארק זיי העלפן זיך אוועקשטעלן. נאר דא עקא אז אזעלכע וואס זענען מייעץ אנדערע דרכים זענען במזיד ובפשיעות גורם אז די משפחות זאלן סטראגלען און זיך מיטשענען לענגער.
אמת, פאר די חשוב'ע יוצאים איז זייער שווער זיך צו ביקן צו איינעם וואס זיי זענען ברוגז אויף אים. אבער מיט חיזוק און ייעוץ פון היימישע ווארימע אידן וואלטן זיי זיך געקענט א עצה געבן אן זיך ביקן און קניען בפועל. מ'קען אלעס אויסארבעטן אויף שיינע וועגן, ס'איז היינט א וועלט פון פסיכילאגן און מומחים וואס קענען אויפקומען מיט דרכים ישרים, אזוי אויך איז דא גענוג און נאך וואוילע גוטע קלוגע אידן וואס קענען עצה'נען. דערווייל קומען געוויסע, וואס קען זיין[?] זיי מיינען גוט'ס, אבער די מציאות פאטשט ליידער און פנים, און ווילן זיך נישט דערלערנען.
איך האב געהערט ענינים פון עסקנות וואס האט גענומען אפאר חדשים וואס די אזויגערופענע ארויסהעלפערס האבן אנגעהויבן צו הערן און צו כאפן זאכן וואס ריי"ה בלום האט שוין געזאגט אפאר חדשים פריער, און נאך אלס פרובירט מען און מען חזר'ט איבער די אויסגעדראשענע טעותים וואס ברענגט נאר שוועריגקייטן.
איך שרייב מיט הארץ ווייטאג ווייל איך ווייס פון געוויסע וואס קענען זיך נאכנישט מסדר זיין. לפום ריהטא זענען זיי טאקע אליינס שולדיג, אבער מיר ווייסן דאך אז אין חבוש מתיר עצמו. איז נישט גענוג וואס זיי פלאגן זיך צו דיעלען מיט זייערע ווייטאגן אויף די עסקנים, וואס זייער גוף האט א רעכט דערצו, סוכ"ס האט מען זייער קהלה צובראכן, ס'טוט וויי. אבער אנשטאט זיי צו בארוהיגן, העלפט מען אויף קרומע וועגן, וואס ברענגט נישט קיין גוטס. וואלטן מיר אונז אלע אנשי שלומינו געווען פאראייניגט, וואלטן זאכן געפאלן שנעלער אין פלאץ לשמחת לבם פון יעדעם.
איך ווער נתפעל ווען איך הער נאך פון צייט צו צייט געדאנקען און פאראויסשאצונגן וואס ריי"ה האט געזאגט, און אלעס וואס ער זאגט פאר שטעלט זיך טאקע ארויס אז אזוי איז די מציאות. וואס פון דעם איז א ראיה אז ער האט ארויס די סוגיא לפי די מציאות האמתי. משא"כ די אנדערע במחילת כבודם הרמה איז נישט אזוי, וואס זיי זאגן פאר וויאזוי עס וועט זיך אויסשטעלן, שטעלט זיך ליידער ארויס דאס פארקערטע, ס'איז נישט מצליח.
איך ווייס נישט וואס די עצה איז, אבער אויב יוצאים [ויוצאים בעתיד] לייענען דא וויל איך זיי בעטן פון טיפן הארצן, אז אזוי ווי די מציאות איז א פאקט, למעשה לייגן די עסקנים נישט אראפ די געווער אין די דאזיגע מלחמה. אמת, ס'איז זייער נישט בא'טעמ'ט צו מאמת זיין די אזהרות פון ריי"ה, אז וויאזוי ער האט פאראויסגעשאצט אזוי פאסירט. אמת, ס'איז געשמאקער זיך צו לאזן העלפן פון אזעלכע וואס האבן טענות אויף די עסקנים, ס'שפירט זיך גוט ווי כאילו די זענען אויף מיין זייט, אבער אויב זעהסטו אז זאכן רוקן זיך נישט פאראויס, האב רחמנות אויף דיר אליין, און נעם הילף פון די וואס ווייסן וואס טוט זיך, און נישט פון די וואס זאגן אז זיי ווייסן בעסער.
גלייב מיר, די מיינסט פאר מיר איז יא גרינג משבח צו זיין ריי"ה?... הלמאי ער האט זיך דאך מיט מיר נישט דורכגערעדט?... אבער לתועלת הענין מוז מען זאגן דעם ריינעם אמת לויט די מציאות אפילו ס'קוועטשט...
איך האף אז איך האב יוצא געווען ידי חובתי, ווייל ס'איז כלו כל הקיצין. ולה' הישועה. די אורות פון חנוכה זאל שוין ליכטיג מאכן פאר אונז אלע צוזאמען.