בלאט 564 פון 620

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 10:42 am
דורך מחודש
יאנקל גרויס האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:55 am
יעקב דוד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:43 am ווי קען מען הערן די מעסעדש? אויב סאיז פאר כלל ישראל איז עס פאר מיר אויכט.
יואל וויינגארטען מעסידש פאר כלל ישראל
blocked by netfree

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 1:46 pm
דורך אנעקדאט
מחודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 10:42 am
יאנקל גרויס האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:55 am
יעקב דוד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:43 am ווי קען מען הערן די מעסעדש? אויב סאיז פאר כלל ישראל איז עס פאר מיר אויכט.
יואל וויינגארטען מעסידש פאר כלל ישראל
blocked by netfree
מ'קען עס הערן אויף קווארטל ביי לב טהור אפטיילונג

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 1:52 pm
דורך אנעקדאט
מעלבער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 11:39 am דער חידוש פון די וויינען איז עפעס אויסערגעווענליך. מ׳קען עס אויסהערן צענדליגע מאל און נישט זאט ווערן.

קראקאדייל טרערן איז שוין אן אלטער מושג, אבער ממש וויינען שרעקליך שרעקליך, נישט קענען קומען צום ווארט, ״דוקא״ אויף עפעס וואס דער בוכה זעלבסט איז פון די גרעסטע פושעים און אכזריים אויף דעם ענין אליינס, איז שוין עפעס נעקסט לעוועל.

ווען עס קומט ארויס א זאך דארף מען זיך אראפלערנען וואס דער כח פון לב טהור איז אייביג געווען. אלע אזאלכע דרשות גייען מיט׳ן זעלבן אקצענט, אזוי נאטירליך, געפיליש, אומשולדיג, מיט אסאך קעקעצערייען אינדערמיט. ווי ער וואלט געזאגט אין איין ווארט: וואס ווילן מיר דען? אלעס איז אזוי פשוט און גראד, ס׳נישטא קיין וועג צו טראכטן אנדערש. און דאס לאזט מען אונז אויך נישט?

דער אקצענט איז א הערליכע פעקעדזש פאר די גרעסטע מאס אכזריות קעגן אידן זייט די צווייטע וועלט מלחמה.

דעם וואך ביי א חתונה פון הרב יואל גוטמאן האט מען געזען פילע בחור׳לעך און יוצאים פון לב טהור (אריינגערעכנט אסאך פון דא), די אלע האבן א שטיק צייט צוריק געטראגן אויף זייער פנים די זעלבע ״אומשולדיגקייט״ וואס מען האט דארט איינגעווארצלט, זיי זענען ארויס פון דארט און נישט געקענט עפענען דאס מויל. דא האט מען זיי געזען טאנצן און שפרינגען, רעדן און שמייכלען, אלעס איז געווען גוטמוטיג, רעדעוודיג, פריינטליך, געשמאק. וינועו אמת הסיפים! די פאלשע איידלקייט און קראקאדייל טרערן מיט וואס מ׳האט געטון די גרעסטע מאס אכזריות האט געדויערט צייט אראפצונעמען, און עס אנטפלעקט זיך הערליכע בילדער!!!!

יואל וויינגארטן מנעי קולך מבכי.... ס׳שוין נישטא פאר וועם צו וויינען חוץ פאר דיר אליינס. אלעס לאכט און שיינט!
איך וואלט דאס נישט אנגערופן 'קראקאדייל טרערן'. דאס זענען אמת'ע טרערן פון א טאטע פון קינדער וואס שמאכטעט אין טורמע (נאר די ווערטער וואס ער זאגט זענען נישט אלעס אמת'דיג). איך מיין אז אפילו גרויסע אכזרים ווי נאציס אדער כאמאס טעראריסטן קענען אויך ווערן צושפילט ווען מ'רעדט פון זייערע אייגענע צרות אדער פון משפחה.

איך וואלט ליבערשט צוגעגליכן די טרערן צום באקאנטן משל פון די גרעניץ שווערצעריי מיט א פאלשע לוי', "וויינען וואלט איר געדארפט פריער, יעצט איז שוין צו שפעט".
ווען ער וואלט זיך אויפגעפירט רחמנות'דיג בעבר אפילו ער איז באמת דאס פארקערטע, וואלט ער נישט געדארפט וויינען היינט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 2:05 pm
דורך postit
what's the UK number for קווארטעל?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 3:23 pm
דורך אורך ימים
postit האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 2:05 pm what's the UK number for קווארטעל?
viewtopic.php?p=195334#p195334

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 3:57 pm
דורך יואל מארקוס
אנעקדאט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 1:52 pm
מעלבער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 11:39 am דער חידוש פון די וויינען איז עפעס אויסערגעווענליך. מ׳קען עס אויסהערן צענדליגע מאל און נישט זאט ווערן.

קראקאדייל טרערן איז שוין אן אלטער מושג, אבער ממש וויינען שרעקליך שרעקליך, נישט קענען קומען צום ווארט, ״דוקא״ אויף עפעס וואס דער בוכה זעלבסט איז פון די גרעסטע פושעים און אכזריים אויף דעם ענין אליינס, איז שוין עפעס נעקסט לעוועל.

ווען עס קומט ארויס א זאך דארף מען זיך אראפלערנען וואס דער כח פון לב טהור איז אייביג געווען. אלע אזאלכע דרשות גייען מיט׳ן זעלבן אקצענט, אזוי נאטירליך, געפיליש, אומשולדיג, מיט אסאך קעקעצערייען אינדערמיט. ווי ער וואלט געזאגט אין איין ווארט: וואס ווילן מיר דען? אלעס איז אזוי פשוט און גראד, ס׳נישטא קיין וועג צו טראכטן אנדערש. און דאס לאזט מען אונז אויך נישט?

דער אקצענט איז א הערליכע פעקעדזש פאר די גרעסטע מאס אכזריות קעגן אידן זייט די צווייטע וועלט מלחמה.

דעם וואך ביי א חתונה פון הרב יואל גוטמאן האט מען געזען פילע בחור׳לעך און יוצאים פון לב טהור (אריינגערעכנט אסאך פון דא), די אלע האבן א שטיק צייט צוריק געטראגן אויף זייער פנים די זעלבע ״אומשולדיגקייט״ וואס מען האט דארט איינגעווארצלט, זיי זענען ארויס פון דארט און נישט געקענט עפענען דאס מויל. דא האט מען זיי געזען טאנצן און שפרינגען, רעדן און שמייכלען, אלעס איז געווען גוטמוטיג, רעדעוודיג, פריינטליך, געשמאק. וינועו אמת הסיפים! די פאלשע איידלקייט און קראקאדייל טרערן מיט וואס מ׳האט געטון די גרעסטע מאס אכזריות האט געדויערט צייט אראפצונעמען, און עס אנטפלעקט זיך הערליכע בילדער!!!!

יואל וויינגארטן מנעי קולך מבכי.... ס׳שוין נישטא פאר וועם צו וויינען חוץ פאר דיר אליינס. אלעס לאכט און שיינט!
איך וואלט דאס נישט אנגערופן 'קראקאדייל טרערן'. דאס זענען אמת'ע טרערן פון א טאטע פון קינדער וואס שמאכטעט אין טורמע (נאר די ווערטער וואס ער זאגט זענען נישט אלעס אמת'דיג). איך מיין אז אפילו גרויסע אכזרים ווי נאציס אדער כאמאס טעראריסטן קענען אויך ווערן צושפילט ווען מ'רעדט פון זייערע אייגענע צרות אדער פון משפחה.

איך וואלט ליבערשט צוגעגליכן די טרערן צום באקאנטן משל פון די גרעניץ שווערצעריי מיט א פאלשע לוי', "וויינען וואלט איר געדארפט פריער, יעצט איז שוין צו שפעט".
ווען ער וואלט זיך אויפגעפירט רחמנות'דיג בעבר אפילו ער איז באמת דאס פארקערטע, וואלט ער נישט געדארפט וויינען היינט.
וואלסט ווען געווען גערעכט.
אבער נישט ביי די פאל.
זה דרכם כסל למו. זיין וויינען איז גארנישט קיין חידוש ביי די וואס קענען איהם.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 8:27 pm
דורך מענדי שטערן
על פי בקשת הציבור לייגן מיר ארויף די ערשטע 2 חלקים פון די גאר אינהאלטסרייכער שמועס מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 10:20 pm
דורך שקיעה
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 8:27 pm על פי בקשת הציבור לייגן מיר ארויף די ערשטע 2 חלקים פון די גאר אינהאלטסרייכער שמועס מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א
ווען גייט ארויף חלק ג׳ ?!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 9:16 am
דורך מסתמא
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 8:27 pm על פי בקשת הציבור לייגן מיר ארויף די ערשטע 2 חלקים פון די גאר אינהאלטסרייכער שמועס מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א
זייער זייער אינטערעסאנט. עקסטער קודאוס צו ר‘ יהושע העשיל פארן נישט זאגן קיין נעמען, סיי נעמען פון יוצאים און סיי נעמען פון די געוועזענע פירער. סאיז מורא‘דיג מורא‘דיג אינהאלטסרייך.

ר‘ יהושע העשיל איז די היראו פון די יאר הונדערט. ער איז א גוטע דוגמה פון מידת האכזריות צו ברענגען רחמנות, זאל ער נאר האבן רחמים מן השמים זה לעומת זה בכל מקום אשר יפנה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 3:02 pm
דורך אנעקדאט
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 9:16 am
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 8:27 pm על פי בקשת הציבור לייגן מיר ארויף די ערשטע 2 חלקים פון די גאר אינהאלטסרייכער שמועס מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א
זייער זייער אינטערעסאנט. עקסטער קודאוס צו ר‘ יהושע העשיל פארן נישט זאגן קיין נעמען, סיי נעמען פון יוצאים און סיי נעמען פון די געוועזענע פירער. סאיז מורא‘דיג מורא‘דיג אינהאלטסרייך.

ר‘ יהושע העשיל איז די היראו פון די יאר הונדערט. ער איז א גוטע דוגמה פון מידת האכזריות צו ברענגען רחמנות, זאל ער נאר האבן רחמים מן השמים זה לעומת זה בכל מקום אשר יפנה.
ממש ענינא דיומא, בקדושת לוי בתחלת קדושה ה' מבאר שנס חנוכה הי' בדרך זה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 4:11 pm
דורך דער תהלים איד
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 8:27 pm על פי בקשת הציבור לייגן מיר ארויף די ערשטע 2 חלקים פון די גאר אינהאלטסרייכער שמועס מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 4:12 pm
דורך דער תהלים איד
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 8:27 pm על פי בקשת הציבור לייגן מיר ארויף די ערשטע 2 חלקים פון די גאר אינהאלטסרייכער שמועס מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א
ח"ב


Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 5:29 pm
דורך עומד על תלת
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 9:16 am
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 8:27 pm על פי בקשת הציבור לייגן מיר ארויף די ערשטע 2 חלקים פון די גאר אינהאלטסרייכער שמועס מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א
זייער זייער אינטערעסאנט. עקסטער קודאוס צו ר‘ יהושע העשיל פארן נישט זאגן קיין נעמען, סיי נעמען פון יוצאים און סיי נעמען פון די געוועזענע פירער. סאיז מורא‘דיג מורא‘דיג אינהאלטסרייך.

ר‘ יהושע העשיל איז די היראו פון די יאר הונדערט. ער איז א גוטע דוגמה פון מידת האכזריות צו ברענגען רחמנות, זאל ער נאר האבן רחמים מן השמים זה לעומת זה בכל מקום אשר יפנה.
ווען די טיימ‘ס פרעגט מיר איז ער די מען אויף די יאר...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:12 pm
דורך פשוט און גראד
עומד על תלת האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 5:29 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 9:16 am
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 8:27 pm על פי בקשת הציבור לייגן מיר ארויף די ערשטע 2 חלקים פון די גאר אינהאלטסרייכער שמועס מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א
זייער זייער אינטערעסאנט. עקסטער קודאוס צו ר‘ יהושע העשיל פארן נישט זאגן קיין נעמען, סיי נעמען פון יוצאים און סיי נעמען פון די געוועזענע פירער. סאיז מורא‘דיג מורא‘דיג אינהאלטסרייך.

ר‘ יהושע העשיל איז די היראו פון די יאר הונדערט. ער איז א גוטע דוגמה פון מידת האכזריות צו ברענגען רחמנות, זאל ער נאר האבן רחמים מן השמים זה לעומת זה בכל מקום אשר יפנה.
ווען די טיימ‘ס פרעגט מיר איז ער די מען אויף די יאר...
פארשטייסטו מיר.. זיי טרייען דיר צו ריטשען אפאר מאל.. שיקסטו זיי צו דיין מעיל באקס.. נאכדעם קומסט אריין דא שיעף אז ....

ס‘גייט נישט אזוי

הייב אויף נעקסט טיים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm
דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ
הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:19 pm
דורך נאסע שמאטעס
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
ז'כותו י'גן ע'ליכם

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:35 pm
דורך אין כל חדש
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
משה יוסף מנחם עס זעהט אויס אז די זיכסט בזיונות, "ביטע ביטע סטאפ ברענגן זאכן פון דיין זיידע, ווייל אויף יעדע זאך וואס די וועסט ברענגן וועט מען ברענגן זיינע מעשים (טובים) רעים וואס ער האט אלץ מטמא געוועהן ערליכע אידישע קינדער מיט א אויסרייד אז ער איז העכער די תורה עפ"ל, און אז עס איז תיקונים..... איטיש איז נישט געמאכט געווארן משבח צו זיין מחטיאים את הרבים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:38 pm
דורך אין כל חדש
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
וואס הייבסטו נאכאמאל אן??? נאכדעם וועסטו גיין זיך אפרעדן אז מען באשמיצט דיין זיידע? פארוואס רעדסטו פון עם בשבח???? כלל ישראל וויל נישט הערן און וויסען און געדענקן פון עם, די זיכסט שטארק אז מען זאל ארויס קומען מיט דיין זיידעס סדר היום פון צענדליגע עדים נאמנים?????????????????? וואס איז דיין מטרה יעצט???

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:57 pm
דורך מסתמא
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
הייליגער טייערער ר‘@משה יוסף מנחם העלבראנץ, פארוואס? פארוואס טוסטו דאס? אז דו שרייבסט ‘הייליגער‘ גייט מען דיר מוזן בעל כרחינו איבערווייזן אז די מעשה איז פארקערט, מרעדט פון ‘טומאה‘ פון די ערגסטע סארט. פארוואס זאל אן אייניקל פירן צו דעם אז מזאל בארעדן זיין אייגענעם זיידע? בלוט איז נישט קיין וואסער. ובפרט ווען מקוקט אויף א שיינע טייל פון דיין זיידע‘ס קינדער און אייניקלעך זעהט מען קלאר אז ענק שטאמען פון ערגעץ הייליגע זיידעס און באבעס וואס האבן זיך געמיט פאר ענק. עס איז א חידוש ווי אזא טמא האט אויפגעשטעלט אזא לעכטיגע שטוב. עס זענען דא זיידעס און באבעס וואס האבן זיך געמיט פון אויבן צו מאכן א סוף צו דעם שיגעון רציחה וטומאה גערופן מיטן שיין קלונגעדיגן נאמען ‘לב טהור‘. פארוואס זאלסטו פארשעמען דיין זיידע און נאך שלא לתועלת? פארוואס זאלסטו מאכן אויסקוקן ווי דיין גאנצע יחוס איז אך ורק פון עפעס אן עובר עבירות ווען עס איז קלאר אז דו שטאמסט פון הייליגע זיידעס און באבעס? דו האסט א הערליכע משפחה פון אמתע צדיקים יוצאים וועלכע ציילן זיך אין די ערשטע שורה פון כלל ישראל, פארוואס מאכסטו זיי צער? הער אויף נוצן די ‘הייליג‘ ווארט ווייל מגייט דיר מוזן אויפפראסקענען מיט טריקענע פאקטן און סגייט ציפן פאר יעדעם. להוי ידוע אז ‘פאקטן‘ איז נישט בגדר בחינות וואס מקען דרייען אזוי און מקען דרייען אזוי, א פאקט איז אן אבסאלוטער מציאות, עס איז געקריצט אין שטיין, מאי דהוה הוה, עס איז אלעס ליידער ידוע ומפורסם בפרטי פרטים מיט נעמען, זמנים, מקומות מיט צענדליגע עדות, און אין מיין תורה שטייט על פי שנים עדים יקום דבר, און דאס איז חוץ די קלא דלא פסיק וואס האט עקסטערע דינים אינעם שולחן ערוך וואס מיר ערב רב פאלגן. דעריבער, מיט די גאנצע ריספעקט בעט איך דיר בשם כלל ישראל ובשם משפחתך החשובה, הער אויף טרעטן אין די בלאטע פון ‘הייליגע‘ זיידע. איך ליעב דיך מיט מיין גאנצע הארץ און איך ליעב דיין גאנצע משפחה. אדרבה שרייב און ברענג ריקארדינגס וויפיל עס גייט, אבער ביטע ‘הייליג‘ נישט ארום, פשוט עס גייט זיך נישט גוט ענדיגן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 11:04 pm
דורך על פי תורה
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
וועלעכע זיידע? ר' הלל שמעון? טאקע א חשוב'ע יוד.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 11:12 pm
דורך אין כל חדש
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
משה יוסף מנחם ברענג פון דיין "הייליגע זיידע" די ריקארדינג ווי ער שרייט אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא, והר סיני עשן כולו מפני אשר ירד עליו האש, וכו' וכו' אויב די האסט נישט קיין ריקארדינג דערפון קען איך דיך פארשאפן א ריקארדינג, ווי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אויף אן אבי אבות הטומאה "הייליגע זיידע", מען האט דיך שוין דא מערערע מאל געווארענט אז אויב די וועסט שרייבן בשבחו וועט קומען בגנותו במלא חפניים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 11:27 pm
דורך שמועות טובות
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
@משה יוסף מנחם העלבראנץ
אדער אדער
אדער מאכסטו א חרם דרבינו גרשום אויף אלעס פון לב טהור אריינגערעכענט הדלקת נר חנוכה און אלע אנדערע זכרונות
אדער נעמסטו אראפ די חרם דרבינו גרשום פון אלעס פון לב טהור
און אלע טויזנטער בריוון פון דורכאויס דעם גאנצן לב טהור סובמאכטע פונעם ערשטען ביזן לעצטן טאג וואס ליגן היינט צוטאג אין הענט פון גאר אסאך אירע וואס שטייט דערויף חרם דרבינו גרשום וועט אויך ווערן נתפרסם צוזאמען מיט דיינע זאכן וואס דו ביסט מפרסם

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 11:35 pm
דורך שקיעה
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
אויך מיר הייליג
א חוטא ומחטיא

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 11:43 pm
דורך שמועות טובות
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין שמיילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:13 am
דורך בודקע
אין כל חדש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 11:12 pm
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 10:18 pm הדלקת נר חנוכה בשנת תשע"ג דורך מיין היילגע זיידע זי"ע שמעו ותחי נפשכם
משה יוסף מנחם ברענג פון דיין "הייליגע זיידע" די ריקארדינג ווי ער שרייט אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא, והר סיני עשן כולו מפני אשר ירד עליו האש, וכו' וכו' אויב די האסט נישט קיין ריקארדינג דערפון קען איך דיך פארשאפן א ריקארדינג, ווי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אויף אן אבי אבות הטומאה "הייליגע זיידע", מען האט דיך שוין דא מערערע מאל געווארענט אז אויב די וועסט שרייבן בשבחו וועט קומען בגנותו במלא חפניים
שיק אריין די רעקארדינג...
אישי איז אויך גוט..