בלאט 561 פון 601

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 12:17 pm
דורך עדיטאריעל
שחרית

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 1:42 pm
דורך מסתמא
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יוני 21, 2025 11:30 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יוני 21, 2025 11:03 pm
בודקע האט געשריבן: מוצש"ק יוני 21, 2025 11:00 pm לויט באריכטן:

אמעריקע האט זיך באנוצט מיט 6 בי 2 באמבערס מיט דרייסיג 40 טאן באמבעס אויף די פארדאו נוקלעאר פאסיליטי
איך האב געזעהן אז פארדאו איז אטאקירט געווארן מיט 6 באמבעס וואס איטליכע וועגט 30 טויזנט פונט, דעליווערט דורך די B2 באמבאדיר עראפלאנען. איטליכע עראפלאן קען טראגן ביז 2 שטיק פון די סארט באמבעס, אויב אזוי לפי החשבון איז דא געווען 3 עראפלאנען.
יעצט זאגן זיי גאר 12 באמבעס מיט 6 עראפלאנען... נו וויפיל באטרעפט 12 מאל 30 טויזנט? 360,000 פונט... שומו שמים והאזינו הארץ... ביגטיים האזינו הארץ

Screenshot_20250621_232803_WhatsApp.jpg
אפדעיט, יעצט זאגן זיי 14 באמבעס... מאך די חשבון

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 1:47 pm
דורך דער מוכר
דער מוכר האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 9:40 am אפיציעלע דערקלערונג פון דער תימנישער חוטיס:

מיר זענען אפיציעל אריין אין מלחמה און וועלן אטאקירן אלע אמעריקאנער שיפן אין רויטן ים.

האַלט אייערע שיפן ווייט פונעם ים סוף.
הויכער הוטי באאמטער מוכאמאד על-בוקאיטי האט היינט געזאגט צו אל דזשאזירא: מיר ווארטן אויף איראן'ס באשלוס וועגן איר רעאקציע צו די אמעריקאנער אטאקעס און מיר וועלן רעאגירן לויט דעם.
מיר וועלן שטיין צוזאמען מיט יעדן אראבישן אדער מוסולמענישן לאנד אויב עס ווערט אטאקירט דורך די פאראייניגטע שטאטן,
עס איז דא דירעקטע קאמוניקאציע צווישן די לענדער פון דער קעגנשטאנד בונד און מיר קארדינירן צוזאַמען אויף א נקמה.
אמעריקאנער אטאקעס וועלן נישט שוואך מאכן איראן, נאר וועלן פאראייניקן איר אינערליכע פראנט.
לויט אים, האבן זיי נישט געסטראשעט צו פארמאכן די רויטן ים דורכגאנג - נאר צו אטאקירן אמעריקאנער שיפן אין דעם רויטן ים.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 1:53 pm
דורך דער מוכר
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 1:42 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יוני 21, 2025 11:30 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יוני 21, 2025 11:03 pm

איך האב געזעהן אז פארדאו איז אטאקירט געווארן מיט 6 באמבעס וואס איטליכע וועגט 30 טויזנט פונט, דעליווערט דורך די B2 באמבאדיר עראפלאנען. איטליכע עראפלאן קען טראגן ביז 2 שטיק פון די סארט באמבעס, אויב אזוי לפי החשבון איז דא געווען 3 עראפלאנען.
יעצט זאגן זיי גאר 12 באמבעס מיט 6 עראפלאנען... נו וויפיל באטרעפט 12 מאל 30 טויזנט? 360,000 פונט... שומו שמים והאזינו הארץ... ביגטיים האזינו הארץ

Screenshot_20250621_232803_WhatsApp.jpg
אפדעיט, יעצט זאגן זיי 14 באמבעס... מאך די חשבון
נאר 12 ביי פארדא די אנדערע 2 זאגן זיי איז גענוצט געווארן ביי נאתאנז

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 2:44 pm
דורך דער מוכר
און וואס זאגן אלע רובופליקאנער פאליטשע באמטע + דעמעקראטישער סענעטאר דזשאן פעטערמאן? קוק און ספוילער צו זעהן וואס די ווייסע הויז האט היינט ארומגעשיקט
► Show Spoiler

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 2:48 pm
דורך מסתמא
דער מוכר האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 2:44 pm און וואס זאגן אלע רובופליקאנער פאליטשע באמטע + דעמעקראטישער סענעטאר שאן פעטערמאן? קוק און ספוילער צו זעהן וואס די ווייסע הויז האט היינט ארומגעשיקט
► Show Spoiler
ער הייסט דזשאן נישט שאן

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 2:50 pm
דורך וואוילער
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 4:25 am מלחמת איראן:
איראן סטראשעט צו פארמאכן די הארמוז וואסער אדורכגאנג, ווי 30 פראצענט פון די וועלט'ס אויל פארט אדורך דארטן.

באריכטן איבער איראנער נעווי שיפן אויפן וועג יעצט צום פערסישן גאלף, ווארשיינלעך עס צו בלאקירן אזוי ווי זיי האבן ג'סטראשעט
ווער קען געבן צו פארשטיין פאר אן עם הארץ ווי מיר?
איראן פארפיגט אויף דעם וואסער, ס'איז אין זייער טעראטאריע? נעבן זיי?
זענען זיי גענוג שטארק דארט זיך צו קריגן מיט די וועלט אןיב די וועלט וויל דאס האבן אפן?

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 2:54 pm
דורך בודקע
וואוילער האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 2:50 pm

ווי איך פארשטיי, ס'איז נעבן זיי, ס'איז א שמאלע דורכגאנג, סאוי טעקניקלי קענען זיי לכאורה, אבער ס'גייט גלייך אנצינדן אמעריקע, סאוי איך גלייב נישט אז ס'איז א זאך וואס קען אנהאלטן פאר מער ווי אפאר מינוט

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 2:57 pm
דורך דער מוכר
ווער קען העכער שרייען?
(אלע אמעריקאנע באזעס אין אלע לענדער וועלן פארברענט ווערן)

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 2:58 pm
דורך דער מוכר
נעכטן האבן איראנע העקערס אריינגעהעקט אין די אקאונט פון די רשות העתיקות פון די ציונים און זיי האבן דאס ארומגעשיקט

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 3:04 pm
דורך דער מוכר
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 2:54 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 2:50 pm
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 4:25 am מלחמת איראן:
איראן סטראשעט צו פארמאכן די הארמוז וואסער אדורכגאנג, ווי 30 פראצענט פון די וועלט'ס אויל פארט אדורך דארטן.

באריכטן איבער איראנער נעווי שיפן אויפן וועג יעצט צום פערסישן גאלף, ווארשיינלעך עס צו בלאקירן אזוי ווי זיי האבן ג'סטראשעט
ווער קען געבן צו פארשטיין פאר אן עם הארץ ווי מיר?
איראן פארפיגט אויף דעם וואסער, ס'איז אין זייער טעראטאריע? נעבן זיי?
זענען זיי גענוג שטארק דארט זיך צו קריגן מיט די וועלט אןיב די וועלט וויל דאס האבן אפן?
ווי איך פארשטיי, ס'איז נעבן זיי, ס'איז א שמאלע דורכגאנג, סאוי טעקניקלי קענען זיי לכאורה, אבער ס'גייט גלייך אנצינדן אמעריקע, סאוי איך גלייב נישט אז ס'איז א זאך וואס קען אנהאלטן פאר מער ווי אפאר מינוט
נאדיר א בילד

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 3:37 pm
דורך דער מוכר
גראסי פון די IAEA: אויפן מינוט קען קיינער נישט אפּשאצן, אריינגערעכנט די IAEA די שאדן פון די אונטערערדישע נוקעלארע טונעל אין פארדא

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 3:38 pm
דורך דער מוכר
די חומה פון אלט שטאט ירושלים עיה''ק לעבן שער יפו אין די יעצטיגע מינוטן

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 3:40 pm
דורך דער מוכר
די פארשאלטענע כנסת המינים יעצט באלאכטען מיט די קאלירן פון די אמעריקאנע פאן
(די ציוני וואס שטייט דארטן אן מודירן איז די ספיקער פון די כנסת המינים)

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 3:55 pm
דורך הדסים
דער מוכר האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 3:38 pm די ווענט פון אלט שטאט ירושלים עיה''ק אין די יעצטיגע מינוטן
דאס איז די חומה (קוקט אויס).

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 3:57 pm
דורך דער מוכר
הדסים האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 3:55 pm
דער מוכר האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 3:38 pm די ווענט פון אלט שטאט ירושלים עיה''ק אין די יעצטיגע מינוטן
דאס איז די חומה (קוקט אויס).
יא יא (גלייך לעבן שער יפו פאר ווער עס קען די פלאץ)

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 5:17 pm
דורך דער מוכר
MAKE IRAN GRAET AGAIN

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 5:25 pm
דורך דער מוכר
דער אמעריקאנער פארשטייער אין די יו-ען זיכערהייט קאנסיל האט געזאגט "יעדער איראנישער אטאקע, דירעקט אדער אינדירעקט, אויף אונזערע בירגער אדער אונזערע באזעס וועט באגעגנט ווערן מיט א פארניכטנדיקער רעאקציע."

פאקיסטאן האט געמאלדן אז זי פארדאמט די אמעריקאנער אטאקעס אויף איראן, דאס קומט א טאג נאכדעם וואס זי האט נאמינירט טראמפ פארן נאבעל שלום פרייז נאך זיין פארמיטלערשאפט פון א פייער אפשטעל צווישן איר און אינדיע.

קעניג אבדאללא פון ירדן האט צוזאמענגערופן זיין נאציאנאלן זיכערהייט קאנסיל, און געמאלדן אז זיין לאנד וועט נישט זיין קיין ארענע פון ​​קאנפליקטן.

רוסלאַנד'ס פארשטייער אין די יו.ען. זיכערהייטס קאנסיל: "די מדינה'ס עיר פארס אטאקירט איראן שוין איבער א וואך אין פארלעצונג פון אינטערנאציאנאלע געזעץ."

א גרופע איראנישע ביזנעסלייט, פאליטישע און מיליטערישע פיגורן און הויכראנגיקע שמויליגע חברה האבן אנגעהויבן פלאנירן א אדמיניסטראציע פאר ​​איראן אן כאמענעי אויב ער שטארבט אדער ווערט אראפגעווארפן פון די בענקל. דער פלאן נעמט אריין א פירערשאפט קאמיטע וואס וועט איבערנעמען דאס לאנד און פארהאנדלען מיט די פאראייניגטע שטאטן צו אפשטעלן די אטאקעס פון די מדינה הטמאה (ישראל היום).

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 5:40 pm
דורך דער מוכר
אין א דראמאטישן שריט, האט דאס "משרד השמד (משרד החינוך)" היינט געמאלדן צו איינפרירען די געלטער און ארויסגעבן פון אן פארמאכונגס-באפעל צו ישיבה "תורת מאיר" אין טבריה, נאך אן אויספארשונג דורכגעפירט אין דער ישיבה, אין וועלכן עס איז געפונען געווארן אז די ישיבה האט ווייטער געווען אפען קעגן די אנווייזונגען פון דער היים-פראנט קאמאנד. די אייבעשטער זאל העלפן אז אלע ישיבות זאל אויפהערן נעמען געלט און פאלגן נאר די תורה און זיך נישט רעכנען בכלל מיט די הוראת פון די משרד החינוך

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 5:43 pm
דורך דער מוכר
טראמפ אויף סי-ען-ען: איך שווער אז מיר וועלן טוישן דעם רעזשים אין איראן!

"With my mother we will replace the regime in Iran, we make a vow"

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 5:54 pm
דורך דער מוכר
די ניו יארק טיימס באריכטעט אז אמעריקאנער מיליטער און שפינאזש באאמטע האבן אידענטיפיצירט באווייזן אז מיליציעס וואס ווערן געשטיצט דורך איראן גרייטן זיך צו אטאקירן אמעריקאנער באזעס אין איראק און מעגליך אויך אין סיריע.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 6:01 pm
דורך דער מוכר
סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא זאגט אז לויט ווי אמעריקא גלייבט האט די איספאהאן קאמפלעקס אין איראן געהאט אין זיך א גרויס טייל פון די אוראניום, און ער גלייבט זייער שווער אז די איראנער האבן עס אוועק געפירט פון דארט בעפאר די אמעריקאנער באמבארדירונגן. ער זאגט אז מען האט נאך נישט קיין 100 פראצענטיגע אינפארמאציע, אבער עס גלייבט זיך שווער אז איינער זאל ארויס נעמען די מאטריאל פון דארט בעפאר די אטאקעס וויבאלד אויב יא וואלטן עס די ציונים געצילט (אויף וויפיל מען ווייסט פלעגט איראן פארמאגן ארום 400 קילאגראם פון אוראניום בארייכערט אויף א שטאפל פון 60 פראצענט).
דאס איז אין קעגן זאץ פון עלי שאמקהאני, איינע פון כאַמענעי'ס העכסטע ראטגעבער וואס זאגט אז אפילו אויב מיר נעמען אן אז אלע נוקאלעארע פאסיליטיעס זענען חרוב געווארן, איז די שפיל נאך נישט פארטיג. וויבאלד דער באַרייכערטער מאַטעריאַל איז נישט געשעדיגט געווארן.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 11:25 pm
דורך never say never
פריער איז געפלויגן מיסל פון איראן און אלעס איז געווארן אראפגעשאסן.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 11:49 pm
דורך הדסים
דער מוכר האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 6:01 pm סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא זאגט אז לויט ווי אמעריקא גלייבט האט די איספאהאן קאמפלעקס אין איראן געהאט אין זיך א גרויס טייל פון די אוראניום, און ער גלייבט זייער שווער אז די איראנער האבן עס אוועק געפירט פון דארט בעפאר די אמעריקאנער באמבארדירונגן. ער זאגט אז מען האט נאך נישט קיין 100 פראצענטיגע אינפארמאציע, אבער עס גלייבט זיך שווער אז איינער זאל ארויס נעמען די מאטריאל פון דארט בעפאר די אטאקעס וויבאלד אויב יא וואלטן עס די ציונים געצילט (אויף וויפיל מען ווייסט פלעגט איראן פארמאגן ארום 400 קילאגראם פון אוראניום בארייכערט אויף א שטאפל פון 60 פראצענט).
דאס איז אין קעגן זאץ פון עלי שאמקהאני, איינע פון כאַמענעי'ס העכסטע ראטגעבער וואס זאגט אז אפילו אויב מיר נעמען אן אז אלע נוקאלעארע פאסיליטיעס זענען חרוב געווארן, איז די שפיל נאך נישט פארטיג. וויבאלד דער באַרייכערטער מאַטעריאַל איז נישט געשעדיגט געווארן.
אויב קען מען פארשאצן וועט זיך עס מסתמא ענדיגן בערך ווי נאך סולימאני'ס טויט, איראן אטאקירט א האלב אויסגעליידיגטע באזע, קיין געשעדיגטע, אמעריקע סטראשעט, און זייער כבוד איז געראטעוועט.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 10:41 am
דורך דער מוכר
אין מאָסקווע האָט זיך דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין געטראָפן מיטן איראַנישן אויסערן מיניסטער אַבאַס אראכטשי .

א הויך-ראנגיקע באמטע האט געזאגט פאר רויטערס אז אראכטשי האט איבערגעגעבן א בריוו צום רוסישן פרעזידענט פון איראן'ס העכסטן פירער עלי כאַמענעי, בעטנדיג פאר ברייטע הילף נאך דער גרעסטער מיליטערישער אפעראציע דורכגעפירט קעגן איראן זינטן 1979.
די קוועלער האבן נישט געזאגט אין וואספארא סארט הילף איראן איז אינטערעסירט.

איראנישע קוועלער האבן געזאגט אז איראן איז "נישט צופרידן" מיט דער שטיצע וואס רוסלאנד האט איר ביז יעצט געגעבן אין דער מלחמה קעגן די מדינה און די פאראייניגטע שטאטן, און דאס איז געווען די מעסעדזש וואס דער אויסערן מיניסטער אבאס אראכטשי האט איבערגעגעבן ביי זיין באגעגעניש מיט פוטין היינט.

דער איראנישער אויסערן מיניסטער זאגט אז פוטין האט אים צוגעזאגט אריינצוגעבן א רעזאלוציע צום יו-ען זיכערהייטס-קאנסיל וואס פארדאמט דעם אמעריקאנער אטאקע, אויך ער זאגט אז די זיצונג מיט פוטין איז געווען גוט, די צוויי האבן דיסקוטירט איבער די אנטוויקלונג פון די סיטואציע אין מיטל מזרח