בלאט 553 פון 633
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 11:02 am
דורך חוקר ודורש
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:24 am
אפדעיט:
די 2 קינדער פון ר' אלטער ניסים גאלדמאן זענען צוריק געקערט געווארן צו זייערע עלטערן וויבאלד זיי זענען גווטאמאלישע בירגער.
ב"ה! סוף כל סוף ס'נישט דא קיין בעסערע פלאץ פאר א קינד ווי ביי די עלטערען אליין.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 11:10 am
דורך שעפעריש
חוקר ודורש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 11:02 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:24 am
אפדעיט:
די 2 קינדער פון ר' אלטער ניסים גאלדמאן זענען צוריק געקערט געווארן צו זייערע עלטערן וויבאלד זיי זענען גווטאמאלישע בירגער.
ב"ה! סוף כל סוף ס'נישט דא קיין בעסערע פלאץ פאר א קינד ווי ביי די עלטערען אליין.
הונדערט פראצענט
דאס האט מען זיך איבערצייגט באשיינפערלעך ווי גוט ס'איז געווען פאר די קינדער ווען זיי זענען געווען ביי זייערע עלטערן, אזוי זענען אינאיינעם פארוואגלט געווארן קיין קלאמביע און מיטגעמאכט די גאנצע פיזור הנפש פון די לעצטע צוויי חדשים
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 11:41 am
דורך ברוך כבוד
חוקר ודורש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 11:02 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:24 am
אפדעיט:
די 2 קינדער פון ר' אלטער ניסים גאלדמאן זענען צוריק געקערט געווארן צו זייערע עלטערן וויבאלד זיי זענען גווטאמאלישע בירגער.
ב"ה! סוף כל סוף ס'נישט דא קיין בעסערע פלאץ פאר א קינד ווי ביי די עלטערען אליין.
זייער א ריכטיגע כלל! און איז (כמעט) אלעמאל ריכטיג...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:11 pm
דורך מקשין העולם
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:24 am
אפדעיט:
(די 2 עלטערע קינדער פון יעקב נחום וויינגארטן האט העסקן הדגול הר''ר יואל יושע העשיל בלום הי''ו אריינגענומען צו זיך אין שטוב).
מי מילל ומי פילל?...
קאמענטארן זענען איבריג...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:13 pm
דורך על פי תורה
העסקן הדגול ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט''א ווערט געזען היינט אינדערפרי אין ביהמ''ד מיט די לעכטיגע וויינגארטן קינדער
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:15 pm
דורך על פי תורה
נאך א בילד
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:15 pm
דורך מקשין העולם
.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:43 pm
דורך נאסע שמאטעס
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:15 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:13 pm
העסקן הדגול ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט''א ווערט געזען היינט אינדערפרי אין ביהמ''ד מיט די לעכטיגע וויינגארטן קינדער
די וויץ פונעם יאר הונדערט...
איך וואלט ווען געבעטן הרב יי"ה ער זאל זיי לאזן מיט די בגדי פשע אלס זכר לחורבן. ביי אים אין שטוב וועלן זיי שוין נישט קאליע גיין.
צופעליג מיין הארץ גיט אויס פאר זיי. דאס זענען גאנץ ערוואקסענע קינדער און זיי זענען מסתמא געברעינוואשט און שפירן זיך יעצט ווי ביי די יוונים אין די הענט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:48 pm
דורך מקשין העולם
.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:32 pm
דורך ברוך כבוד
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:13 pm
העסקן הדגול ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט''א ווערט געזען היינט אינדערפרי אין ביהמ''ד מיט די לעכטיגע וויינגארטן קינדער
הה"ד בּוֹר כָּרָה וַיַּחְפְּרֵהוּ וַיִּפֹּל בְּשַׁחַת יִפְעָל. אנטלאפן קיין קאלאמביע ציך צו דערווייטערן פון הרה"צ ר' יי"ה בלום ושותפיו, און דורך די אנטלויפן גופא זענען די קינדער ב"ה אנגעקומען נאך נענטער אזש ביז צו איהם אהיים...
מֵעַז יָצָא מָתוֹק.... ברוך המכין מצעדי גבר ומגיד מראשית אחרית!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:36 pm
דורך פופציגער
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:15 pm
נאך א בילד
מ'זעט א מעין עולם הבא'דיגע הנאה און טיפע טריאומף שטריכן אויף ר' יואל יהושע העשיל'ס געזיכט... אה... וועל דעזערווט נצחון...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:54 pm
דורך לאגיק
פאר די קינדער איז ניחא אז מען פארשפרייט די בילדער? וויאזוי וויל ר' יי"ה בלום געווינען די טראסט פון די קינדער אויב ערלויבט ער צו פארשפרייטן אזעלכע בילדער?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:57 pm
דורך יאנטשי
לאגיק האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:54 pm
פאר די קינדער איז ניחא אז מען פארשפרייט די בידער? וויאזוי וויל ר' יי"ה בלום געווינען די טראסט פון די קינדער אויב ערלויבט ער צו פארשפרייטן אזעלכע בילדער?
ער פארשפרייט די בילדער? אין ביהמ"ד 5 גארפילד קען יעדער כאפן בילדער.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:07 pm
דורך חלא בר חמרא
עס קומען אריין באריכטן איבער מרת וויינגארטען (אשת יואליש) איז נישט בנמצא, ועקבותיה לא נודעו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:10 pm
דורך מבקש
פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:36 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:15 pm
נאך א בילד
מ'זעט א מעין עולם הבא'דיגע הנאה און טיפע טריאומף שטריכן אויף ר' יואל יהושע העשיל'ס געזיכט... אה... וועל דעזערווט נצחון...
איך זעה ענדערש מיטגעפיל און רחמנות אויף די זיסע נשמה'לעך וואס מיינען נעבעך אז עולמם חרב בעדם אין אז זיי זענען פארכאפט ביי די וואס ווילן זיי אפ'שמד'ן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:11 pm
דורך מבקש
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:07 pm
עס קומען אריין באריכטן איבער מרת וויינגארטען (אשת יואליש) איז נישט בנמצא, ועקבותיה לא נודעו.
איז זי אויכעט א ברתא דמלכא פונעם ריש מתיבתא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:11 pm
דורך שקיעה
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:07 pm
עס קומען אריין באריכטן איבער מרת וויינגארטען (אשת יואליש) איז נישט בנמצא, ועקבותיה לא נודעו.
ווי איז זי געווען ביז יעצט? אמעריקא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:28 pm
דורך פערל פיסקעל
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:59 pm
דאס דארף דינען אלס א ווייטאגליכע לעקציע און שארפע ווארענונג פאר סיי ווער פון די יוצאים וואס האבן נאך געהאט די מינדעסטע הווא אמינא פון פראבירן צו אנטלויפן, אז אזעלכע שריט וועט נישט טאלערירט ווערן און אריבערגיין אומגעשטערט, נאר וועט שטרענג אינפארסירט ווערן דורך די פעדעראלע רעגירונג וואס איז גרייט צו טוהן אלעס אין זייערע הענט צו פארזיכערן און פארזיגלען דעם לב טהור כת אלס א חלק פון היסטאריע.
איך בין נישט אזוי זיכער אז מען קען שוין אפ אטעמען.......
ווער ס'קוקט אביסל די מאפע זעט וויפל נאך אסאך אזעלעכע קליינע פארשטיפטע דריטע וועלט לענדער ס'איז דא, וואס האט נישט קיין געהעריגע קאמיאניקאציע
מיט די דרויסענדיגע וועלט, ווי למשל קיאבע וכו' וכו' וואס מען קען טוען וואס מ'וויל דארט..... ע"כ דער אייבערשטער זאל אפהיטן, מען קען זיך גארנישט אויסרעכענען
מיט די חברא דאס איז די עקספיריענץ וואס יעדער האט זיך איבערצייגט.........וד"ל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:39 pm
דורך על פי תורה
בילדער פון די שמחת הברית בבית הר״ר ניסן יושע יודא מלכא הי״ו יעצט אין גווטאמאלא בראשות הנגידים הר״ר אברהם גרינהוט הי״ו, הר״ר יואל גרינבוים הי״ו הר״ר מרדכי וואלטער הי״ו וועלעכע האט געדינט אלץ סנדיק און הגה״צ ר׳ עזרא משה כאירה שליט״א.
מיט נאך עטליכע געסט אנשים ונשים יוצאים ועסקנים.
ווערט געזען ציווישן אנדערע האברך החשוב ר׳ ישראל הורוויץ הי״ו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:40 pm
דורך סענס אף יומער
מבקש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:11 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:07 pm
עס קומען אריין באריכטן איבער מרת וויינגארטען (אשת יואליש) איז נישט בנמצא, ועקבותיה לא נודעו.
איז זי אויכעט א ברתא דמלכא פונעם ריש מתיבתא?
יא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:42 pm
דורך על פי תורה
ווערט געזען דער סנדיק הנגיד ר׳ מרדכי ביים טאנצן מיטן בעל שמחה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:44 pm
דורך על פי תורה
הגה״צ ר׳ עזרא משה שליט״א ברכות וקריאת השם
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:44 pm
דורך ברוך כבוד
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:40 pm
מבקש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:11 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:07 pm
עס קומען אריין באריכטן איבער מרת וויינגארטען (אשת יואליש) איז נישט בנמצא, ועקבותיה לא נודעו.
איז זי אויכעט א ברתא דמלכא פונעם ריש מתיבתא?
יא
ווי איז זי געווען ביז יעצט? אויך אין קאלאמביע?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:53 pm
דורך פערל פיסקעל
ניסן יושע יודא מלכא בן ר' הילל שמעון וחתן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 3:56 pm
דורך מקשין העולם
פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:36 pm
מ'זעט א מעין עולם הבא'דיגע הנאה און טיפע טריאומף שטריכן אויף ר' יואל יהושע העשיל'ס געזיכט... אה... וועל דעזערווט נצחון...
דו מיינסט זיכער די מאמר "נצחון הוא מעין עולם הבא". סתם לידיעה ס'דא וואס ברענגן עס פון חז"ל. ס'איז למעשה נישטא אזא חז"ל, נאר א מאמר ידוע.