בלאט 552 פון 601

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 5:58 pm
דורך שינאווער
אין א מערקוועדיגע ערשיינונג ווערט אנגעוויזן, אז א צאל איינוואוינער פון די רעם געגענט נעבן עזה, וועלכע האבן זיך ביז יעצט אויפגעהאלטן אין רעגירונג-צוגעשטעלטע ערטער אין תל אביב, האבן באשלאסן יעצט זיך צוריק צו קערן גיין רעם, שפירענדיג אז מאמענטאל איז תל אביב אין א גרעסערע געפאר.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:15 pm
דורך פשוט און גראד
דאס איז די בנין וואס די איראנע זאגן אז זיי האבן געטראפן א מדינת ישראל דראון פעקטארי נישט ווייט פון טהרן

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:15 pm
דורך never say never
מדינת ישראל צושטערט איראן פון ארויס שיסן מיסל'ס.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:17 pm
דורך פשוט און גראד
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 6:15 pm דאס איז די בנין וואס די איראנע זאגן אז זיי האבן געטראפן א מדינת ישראל דראון פעקטארי נישט ווייט פון טהרן

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:19 pm
דורך פשוט און גראד
סוריא פארראט איראן: די פירער פון סוריא האט געמאלדן אז די הימלען פון סוריא זענען אפן אראפ צו שיסן אטאקעס פון איראן

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:20 pm
דורך פשוט און גראד
טראמפ צו מדינה

סטאפ די וואר!!

יעדע טאג וואס אדמו"ר מגור איז דא, קאסט 20 מיליון פאר די אמעריקאנא עקאנאמיע

:D :D :D

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:22 pm
דורך never say never
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 6:20 pm טראמפ צו מדינה

סטאפ די וואר!!

יעדע טאג וואס אדמו"ר מגור איז דא, קאסט 20 מיליון פאר די אמעריקאנא עקאנאמיע

:D :D :D
ס'איז פאלש.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:23 pm
דורך פשוט און גראד
never say never האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 6:22 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 6:20 pm טראמפ צו מדינה

סטאפ די וואר!!

יעדע טאג וואס אדמו"ר מגור איז דא, קאסט 20 מיליון פאר די אמעריקאנא עקאנאמיע

:D :D :D
ס'איז פאלש.
האהאהא!

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:25 pm
דורך הדסים
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 6:19 pm סוריא פארראט איראן: די פירער פון סוריא האט געמאלדן אז די הימלען פון סוריא זענען אפן אראפ צו שיסן אטאקעס פון איראן
שוין בעצם אפן זינט אנהייב מלחמה

און אגב די היינטיגע סיריע איז ביי דיפאלט א שונא פאר איראן זייענדיג סוניס

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 6:30 pm
דורך פשוט און גראד
הדסים האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 6:25 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 6:19 pm סוריא פארראט איראן: די פירער פון סוריא האט געמאלדן אז די הימלען פון סוריא זענען אפן אראפ צו שיסן אטאקעס פון איראן
שוין בעצם אפן זינט אנהייב מלחמה

און אגב די היינטיגע סיריע איז ביי דיפאלט א שונא פאר איראן זייענדיג סוניס
יאיא
יעצט איז עס אפיציעיל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 8:06 pm
דורך never say never
אומבאשטעטיגטע באריכטן אז כומעיני איז טויט.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 8:06 pm
דורך פשוט און גראד
לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן איז כומעיני טויט

דער געגענט ווי ער און זיין משפחה האבן זיך אויפגעהאלטן איז געווארן באמבאדירט

Source
יואליש פעלזען סטעטוס
אפאר עקס אקיינטס

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 8:31 pm
דורך הדסים
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 8:06 pm לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן איז כומעיני טויט

דער געגענט ווי ער און זיין משפחה האבן זיך אויפגעהאלטן איז געווארן באמבאדירט

Source
יואליש פעלזען סטעטוס
אפאר עקס אקיינטס
איך פרוביר צו פארשטיין, מדנת ישראל האט נישט קיין בונקער באמבעס אויפצורייסן די נוקלעארע פלענטס איז ווי האבן זיי היצטערט פארשאפט?

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 8:39 pm
דורך פשוט און גראד
הדסים האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 8:31 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 8:06 pm לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן איז כומעיני טויט

דער געגענט ווי ער און זיין משפחה האבן זיך אויפגעהאלטן איז געווארן באמבאדירט

Source
יואליש פעלזען סטעטוס
אפאר עקס אקיינטס
איך פרוביר צו פארשטיין, מדנת ישראל האט נישט קיין בונקער באמבעס אויפצורייסן די נוקלעארע פלענטס איז ווי האבן זיי היצטערט פארשאפט?
נישט פאר די אינפרוסטאקשער ווי מ‘מאכט די נוקס. סיי אלס די עקשעל באמבע, אין סיי די עראפלאן וואס מ‘דארף פאר אזא העוויו באמבע, מ‘דארף דעיס viewtopic.php?t=806&start=13750
אין אפשר דאן אולי ואולי

posting.php?mode=edit&p=181636

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 8:55 pm
דורך never say never
ס'זעהט אויס אז איראן וועט שיסן מיסל'ס און דו נעקסטע 5-10 מינוט אויף מדינת ישראל.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:06 pm
דורך never say never
never say never האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 8:55 pm ס'זעהט אויס אז איראן וועט שיסן מיסל'ס און דו נעקסטע 5-10 מינוט אויף מדינת ישראל.
מיסל זענען אויפן וועג.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:08 pm
דורך never say never
ס'פייפט אונעם גאנצן לאנד.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:11 pm
דורך הדסים
עדה החרדית פארופט א יום תפילה מארגן כ' סיון. (וויכטיג צו געדענקען און מתפלל זיין פאר די אידן אין איראן וואס געפונען זיך כעת אין אן אויסטערלישער סכנה ווען מ'זוכט א שעיר לעזאזל ה"י).

האדמו"ר מקארלין סטאלין איז געפלויגן מיט א פליגער קיין מצרים און פון דארט מיט א מיליטערישע באגלייטונג קיין א"י.

קפריסין רעגירונג שטעלט צו וואך פאר אידישע פלעצער אין לאנד אריינגערעכנט בתי מדרשים און חב"ד הייזער.



בת-ים

100 משפחות עוואקואירט 9 הרוגים ל"ע דערונטער 2 קינדער און הונדערטער פארוואונדעטע.

9-10 בנינים וועלן דארפן ווערן גענצליך איינגעווארפן.

פיקוד העורף רופט יעדן צו גיין אין בונקער ווען מ'הייסט, זיי זאגן אז די אלע וואס זענען גע'הרג'עט געווארן אין בת-ים זענען נישט געווען אין בונקער, נישט אלע בנינים האבן בכלל געהאט א בונקער. (טאטעס פון בחורים אין א"י, זאגט אן אייערע קינדער עס צו נעמען ערנסט ווייל ס'איז נישט קיין דראונס).
► Show Spoiler
די רעטונגס אפעראציעס אין בת-ים קען נעמען איבער 24 שעה.

רוב פון די פעלנדע האט מען געטראפן אין שפיטאל.

משטרה האט באקומען צוטריט צום בייאמעטריק דאטא באזע (וואס אנהאלט פינגער פרינט, די.ען.עי. וכדו') כדי צו קענען אידענטיפיצירן הרוגים.



דובר צה"ל: זונטאג אינדערפרי זענען זיבן דראונס געווארן אראפגעשאסן העכער מדינת ישראל.

זונטאג פארטאגס איז געפאלן א באמבע אויף מכון ווייצמאן אינסטיטוט, מד"י האט נישט באריכטעט אויף ערענסטע שאדנס אנדערע שאצן אז ס'איז יא געווען ערגער ווי ס'קוקט אויס.

אין די אטאקעס אויף חיפה איז אן אויל רעפיינערי געשעדיגט געווארן און עטליכע איינריכטונגען זענען ארויס פון דינסט, די קאמפעני זאגט אז זי גייט ווייטער אן.

די מיסלס וואס זענען געקומען פון איראן זענען געווען געוויסע מיט א שפיץ פון איינס א האלב טאן.

געוויסע האבן געדארפט זיין היינט אין בונקער איבער צוויי שעה.

אראבער האבן ארויסגעלאזט א פאלשע שמועה איבער א מיסל געפאלן אין מזרח ירושלים, ווען די הילפס כחות זענען אנגעמען זענען זיי באפאלן געווארן מיט ראקעטן.

מדינת ישראל רופט איראנע בירגער וואס וואוינען נעבן מיליטערשע איינריכונגען אדער הויכראנגיגע באאמטע זאלן זיך דערווייטערן פון דארט ווייל זיי וועלן גע'הרג'עט ווערן אין רעאקציע רופט איראן צו א"י איינוואוינער וואס וואוינען נעבן וואפן פאבריקן זיך צו דערווייטערן.

פיקוד העורף פארלענגערט דעם לאקדאון.

3:00 צה"ל מעלדט אז זיי האבן פארניכטעט א זאפאס פון וואפן אין איראן.

נאך ווארענונגען איבער אן אנקומענדער אטאקע איז למעשה גארנישט אנגעקומען, מד"י מעלדט אז זיי האבן באמבאדירט די מיסל לאונטשערס אין איראן.

מדינת ישראל פארלענגערט דעם שאץ אז די מלחמה וועט נעמען 4 וואכן טראץ וואס לויט זיי זענען צילן דערגרייכט געווארן רעקארד שנעל.

געווען באריכטן איבער אראפגעשאסענע געצייג העכערן אמעריקאנעם אמבאסאדע אין איראק, טראמפ סטראשעט איראן מיט אלדאס בייזן אויב זיי דערוואגן זיך צו שיסן אויף אמעריקאנע צילן.

רופן פון אלע זייטן פונעם איזראעלישן רעגירונג צו איראנע בירגער זיי זאלן איבערווארפן דעם רעזשים באקומען טויזנטער לייקס אין איראן, אויך די איראנע קורדן בעטן מ'זאל ארויסגיין מוחה זיין בחוצות העיר.

אנטי רעזשים איראנער האבן זיך אנגעטראגן ארויסצוהעלפן מיט שפיאנאזש.




שווערע אטאקעס היינט אין איראן צווישן אנדערע אין שיראז, איספאהאן, טעהראן, קראמאנשא און מאשהאד אריינגערעכנט עירפארטס, נוקלעארע פאסיליטיס, מיסל לאונטשערס און באליסטיק מיסל פאבריקן און ארסענאלן.
► Show Spoiler
► Show Spoiler
עי.טי.עם. מאשינען אין איראן זענען ארויס פון דינסט אין רעזולטאט פון די אפגעהאקטע אינטערנעט.

נאך דריי גענעראלן זענען גע'הרג'עט געווארן אין א געצילטע אטאקע.

איראן באשטעטיגט 224 טויטע אין איראן מיט איבער 1200 פארוואונדעטע.
► Show Spoiler
א מיסיע אויפצוזוכן ערד-צו-ערד מיסל ארויסשיסער און עס פארניכטן איז אין גאנג אין איראן.

איזראעלי עקספערטן זאגן אז מער ווי צען צילן וואס איז קריטיש אויף צו פארענדיגן נוקלעארע וואפן זענען פארניכטעט.
► Show Spoiler

איראן האט אפגעשטופט די לוויות פון די גע'הרג'עטע מיליטערלייט וואס האט געזאלט פארקומען דינסטאג.

איראן מעלדט אפיציעל אז דער עיר פארס קאמאנדיר איז טויט מיטנעמענדיג נאך זיבן הויכראנגיגע מיליטערלייט.

באריכטן איבער שווערע טרעפיק אויפן וועג ארויס פון טעהראן.
► Show Spoiler
בילדער פון שווערע רינשטאק אויסגוס אין טעהראן.
► Show Spoiler
מדינת ישראל זאגט אז זיי האבן יא די מעגליכקייט צו פארניכטן גענצליך איראנ'ס נוקלעארע פראגראם.

מד"י סטראשעט פאר הונדערט בנינים אין איראן קעגן יעדע אראפגעפאלענע אין א"י.

מערב איראן האט היינט געהאט אן ערדציטערניש פון 4.2.



אמעריקאנע מידיע באריכט אז מד"י האט געוואלט הרג'ענען כאמענאי און טראמפ האט נישט געלאזט, מדינת ישראל לייקענט עס.

נתניהו זאגט אז ער לאזט טראמפ אליינס באשליסן איבער אפענס קעגן איראן.

איראן ווידערהאלט עטליכע מאל אז זיי זענען גרייט אפצושטעלן די מלחמה, דער אויסערן מיניסטער אראקטשי האט אויך געזאגט אז דער פיינט האט שוין גענוג באצאלט אויף די אטאקעס.

דער פרעזידענט פון קפריסין זאגט אז איראן האט אים געבעטן איבער צוגעבן א מעלדונג פאר מדינת ישראל און ער וועט עס טון שפעטער, איראן לייקענט עס.

פוטין האט געמאלדן אז ער איז גרייט צו פארהאנדלען צווישן מדינת ישראל און איראן, מאקרון זאגט אז פוטין איז נישט פאסיג דערצו.

ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד האבן פארגעשלאגן צו פירן געשפרעכן צווישן די זייטן.



עטליכע פלענער בנוגע נתניהו'ס קעיס זענען געווארן אפגעשטופט אריינגערעכנט אן אויפטריט אין געריכט און א הירינג פונעם אטוירני זשענעראל.

דא וואס זאגן אז די אפעראציעס אין איראן נעמט אויך אריין סתם דאס שעדיגן זייער עקאנאמיע




טאקער רופט טראמפ זיך ארויסצוציען פונעם מלחמה. הענעטי, לעווין און נאך רופן פאר א פולע אריינטריט אינעם מלחמה און ביידע זייטן כאפן זיך ארויף אויף יעדן אויסדרוק לטובתם און לערנען אריין דערין ק"נ פשטים.


ס'איז מיר נישט געלונגען צו מאכן א קלארן סך הכל פונעם היינטיגן טאג, האפנטליך בקרוב.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:12 pm
דורך never say never
100 מיסל'ס קומען צו פליען.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:15 pm
דורך never say never
פיר איז געפאלן און תל אביב.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:16 pm
דורך never say never
2 היטס און חיפה.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:19 pm
דורך never say never
א אויפרייס און ירושלים.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:20 pm
דורך פשוט און גראד
הדסים האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 9:11 pm עדה החרדית פארופט א יום תפילה מארגן כ' סיון. (וויכטיג צו געדענקען און מתפלל זיין פאר די אידן אין איראן וואס געפונען זיך כעת אין אן אויסטערלישער סכנה ווען מ'זוכט א שעיר לעזאזל ה"י).

האדמו"ר מקארלין סטאלין איז געפלויגן מיט א פליגער קיין מצרים און פון דארט מיט א מיליטערישע באגלייטונג קיין א"י.

קפריסין רעגירונג שטעלט צו וואך פאר אידישע פלעצער אין לאנד אריינגערעכנט בתי מדרשים און חב"ד הייזער.



בת-ים

100 משפחות עוואקואירט 9 הרוגים הי"ד דערונטער 2 קינדער און הונדערטער פארוואונדעטע.

9-10 בנינים וועלן דארפן ווערן גענצליך איינגעווארפן.

פיקוד העורף רופט יעדן צו גיין אין בונקער ווען מ'הייסט, זיי זאגן אז די אלע וואס זענען גע'הרג'עט געווארן אין בת-ים זענען נישט געווען אין בונקער, נישט אלע בנינים האבן בכלל געהאט א בונקער. (טאטעס פון בחורים אין א"י, זאגט אן אייערע קינדער עס צו נעמען ערנסט ווייל ס'איז נישט קיין דראונס).
► Show Spoiler
די רעטונגס אפעראציעס אין בת-ים קען נעמען איבער 24 שעה.

רוב פון די פעלנדע האט מען געטראפן אין שפיטאל.

משטרה האט באקומען צוטריט צום בייאמעטריק דאטא באזע (וואס אנהאלט פינגער פרינט, די.ען.עי. וכדו') כדי צו קענען אידענטיפיצירן הרוגים.



דובר צה"ל: זונטאג אינדערפרי זענען זיבן דראונס געווארן אראפגעשאסן העכער מדינת ישראל.

זונטאג פארטאגס איז געפאלן א באמבע אויף מכון ווייצמאן אינסטיטוט, מד"י האט נישט באריכטעט אויף ערענסטע שאדנס אנדערע שאצן אז ס'איז יא געווען ערגער ווי ס'קוקט אויס.

אין די אטאקעס אויף חיפה איז אן אויל רעפיינערי געשעדיגט געווארן און עטליכע איינריכטונגען זענען ארויס פון דינסט, די קאמפעני זאגט אז זי גייט ווייטער אן.

די מיסלס וואס זענען געקומען פון איראן זענען געווען געוויסע מיט א שפיץ פון איינס א האלב טאן.

געוויסע האבן געדארפט זיין היינט אין בונקער איבער צוויי שעה.

אראבער האבן ארויסגעלאזט א פאלשע שמועה איבער א מיסל געפאלן אין מזרח ירושלים, ווען די הילפס כחות זענען אנגעמען זענען זיי באפאלן געווארן מיט ראקעטן.

מדינת ישראל רופט איראנע בירגער וואס וואוינען נעבן מיליטערשע איינריכונגען אדער הויכראנגיגע באאמטע זאלן זיך דערווייטערן פון דארט ווייל זיי וועלן גע'הרג'עט ווערן אין רעאקציע רופט איראן צו א"י איינוואוינער וואס וואוינען נעבן וואפן פאבריקן זיך צו דערווייטערן.

פיקוד העורף פארלענגערט דעם לאקדאון.

3:00 צה"ל מעלדט אז זיי האבן פארניכטעט א זאפאס פון וואפן אין איראן.

נאך ווארענונגען איבער אן אנקומענדער אטאקע איז למעשה גארנישט אנגעקומען, מד"י מעלדט אז זיי האבן באמבאדירט די מיסל לאונטשערס אין איראן.

מדינת ישראל פארלענגערט דעם שאץ אז די מלחמה וועט נעמען 4 וואכן טראץ וואס לויט זיי זענען צילן דערגרייכט געווארן רעקארד שנעל.

געווען באריכטן איבער אראפגעשאסענע געצייג העכערן אמעריקאנעם אמבאסאדע אין איראק, טראמפ סטראשעט איראן מיט אלדאס בייזן אויב זיי דערוואגן זיך צו שיסן אויף אמעריקאנע צילן.

רופן פון אלע זייטן פונעם איזראעלישן רעגירונג צו איראנע בירגער זיי זאלן איבערווארפן דעם רעזשים באקומען טויזנטער לייקס אין איראן, אויך די איראנע קורדן בעטן מ'זאל ארויסגיין מוחה זיין בחוצות העיר.

אנטי רעזשים איראנער האבן זיך אנגעטראגן ארויסצוהעלפן מיט שפיאנאזש.




שווערע אטאקעס היינט אין איראן צווישן אנדערע אין שיראז, איספאהאן, טעהראן, קראמאנשא און מאשהאד אריינגערעכנט עירפארטס, נוקלעארע פאסיליטיס, מיסל לאונטשערס און באליסטיק מיסל פאבריקן און ארסענאלן.
► Show Spoiler
► Show Spoiler
עי.טי.עם. מאשינען אין איראן זענען ארויס פון דינסט אין רעזולטאט פון די אפגעהאקטע אינטערנעט.

נאך דריי גענעראלן זענען גע'הרג'עט געווארן אין א געצילטע אטאקע.

איראן באשטעטיגט 224 טויטע אין איראן מיט איבער 1200 פארוואונדעטע.
► Show Spoiler
א מיסיע אויפצוזוכן ערד-צו-ערד מיסל ארויסשיסער און עס פארניכטן איז אין גאנג אין איראן.

איזראעלי עקספערטן זאגן אז מער ווי צען צילן וואס איז קריטיש אויף צו פארענדיגן נוקלעארע וואפן זענען פארניכטעט.
► Show Spoiler

איראן האט אפגעשטופט די לוויות פון די גע'הרג'עטע מיליטערלייט וואס האט געזאלט פארקומען דינסטאג.

איראן מעלדט אפיציעל אז דער עיר פארס קאמאנדיר איז טויט מיטנעמענדיג נאך זיבן הויכראנגיגע מיליטערלייט.

באריכטן איבער שווערע טרעפיק אויפן וועג ארויס פון טעהראן.
► Show Spoiler
בילדער פון שווערע רינשטאק אויסגוס אין טעהראן.
► Show Spoiler
מדינת ישראל זאגט אז זיי האבן יא די מעגליכקייט צו פארניכטן גענצליך איראנ'ס נוקלעארע פראגראם.

מד"י סטראשעט פאר הונדערט בנינים אין איראן קעגן יעדע אראפגעפאלענע אין א"י.

מערב איראן האט היינט געהאט אן ערדציטערניש פון 4.2.



אמעריקאנע מידיע באריכט אז מד"י האט געוואלט הרג'ענען כאמענאי און טראמפ האט נישט געלאזט, מדינת ישראל לייקענט עס.

נתניהו זאגט אז ער לאזט טראמפ אליינס באשליסן איבער אפענס קעגן איראן.

איראן ווידערהאלט עטליכע מאל אז זיי זענען גרייט אפצושטעלן די מלחמה, דער אויסערן מיניסטער אראקטשי האט אויך געזאגט אז דער פיינט האט שוין גענוג באצאלט אויף די אטאקעס.

דער פרעזידענט פון קפריסין זאגט אז איראן האט אים געבעטן איבער צוגעבן א מעלדונג פאר מדינת ישראל און ער וועט עס טון שפעטער, איראן לייקענט עס.

פוטין האט געמאלדן אז ער איז גרייט צו פארהאנדלען צווישן מדינת ישראל און איראן, מאקרון זאגט אז פוטין איז נישט פאסיג דערצו.

ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד האבן פארגעשלאגן צו פירן געשפרעכן צווישן די זייטן.



עטליכע פלענער בנוגע נתניהו'ס קעיס זענען געווארן אפגעשטופט אריינגערעכנט אן אויפטריט אין געריכט און א הירינג פונעם אטוירני זשענעראל.

דא וואס זאגן אז די אפעראציעס אין איראן נעמט אויך אריין סתם דאס שעדיגן זייער עקאנאמיע




טאקער רופט טראמפ זיך ארויסצוציען פונעם מלחמה. הענעטי, לעווין און נאך רופן פאר א פולע אריינטריט אינעם מלחמה און ביידע זייטן כאפן זיך ארויף אויף יעדן אויסדרוק לטובתם און לערנען אריין דערין ק"נ פשטים.


ס'איז מיר נישט געלונגען צו מאכן א קלארן סך הכל פונעם היינטיגן טאג, האפנטליך בקרוב.
Wowowowoowow!!!! !!!!!!!

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:25 pm
דורך never say never
איינס געפאלן און בני ברק.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:27 pm
דורך פופציגער
יישר כח @הדסים פאר די שיינע מסודר’דיגע באריכט!!