בלאט 552 פון 633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:59 pm
דורך סענס אף יומער
אין די קומענדיגע מינוטן וועט אי"ה לאנדן די פליגער וואס טוהט צוריקברענגען די אלע משפחות וואס זענען אנטלאפן קיין קאלאמביע דעם פארלאפענעם יו"ט שמיני עצרת, אויף די ניו יארקער באדן.

די דאזיגע אקציע איז ארגאניזירט געווארן - אין קאארדינאציע מיט די קאלאמביע רעגירונג - דורך די אמעריקאנע רעגירונג, וועלכע האלט שטענדיג א וואכזאם אויג אויף אלע יוצאי לב טהור, זיכער צו מאכן אז זיי נעמען נישט קיין שום שריט זיך צוריק צו ארגאניזירן און ווייטער אנגיין מיט זייערע אקטיוויטעטן. ווי נאר די משפחות האבן פארלאזט דאס לאנד און אנטלאפן קיין קאלאמביע, האט זיך די פעדעראלע רעגירונג אריינגעלייגט און נאכגעגאנגען די אלע אנטלאפענע אויף יעדן ריר, און געארבעט אויף אלע פראנטן זיי צוריקצוברענגען קיין אמעריקע.

צוליב דעם וואס די יוצאים זענען לעגאל געווען פארבאטן פון פארלאזן די אמעריקאנע באדן, וועלן די משפחות דארפן אויסשטיין א לעגאלע פראצעדור צו אורטיילן איבער זייער סטאטוס אין די צוקונפט.

דאס דארף דינען אלס א ווייטאגליכע לעקציע און שארפע ווארענונג פאר סיי ווער פון די יוצאים וואס האבן נאך געהאט די מינדעסטע הווא אמינא פון פראבירן צו אנטלויפן, אז אזעלכע שריט וועט נישט טאלערירט ווערן און אריבערגיין אומגעשטערט, נאר וועט שטרענג אינפארסירט ווערן דורך די פעדעראלע רעגירונג וואס איז גרייט צו טוהן אלעס אין זייערע הענט צו פארזיכערן און פארזיגלען דעם לב טהור כת אלס א חלק פון היסטאריע.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 9:52 pm
דורך מרדכי היהודי
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:59 pm
דאס דארף דינען אלס א ווייטאגליכע לעקציע און שארפע ווארענונג פאר סיי ווער פון די יוצאים וואס האבן נאך געהאט די מינדעסטע הווא אמינא פון פראבירן צו אנטלויפן, אז אזעלכע שריט וועט נישט טאלערירט ווערן און אריבערגיין אומגעשטערט, נאר וועט שטרענג אינפארסירט ווערן דורך די פעדעראלע רעגירונג וואס איז גרייט צו טוהן אלעס אין זייערע הענט צו פארזיכערן און פארזיגלען דעם לב טהור כת אלס א חלק פון היסטאריע.
דארף מען יעצט אפשטויבן דו היסטאריע ביכער פון די ספאנישע אונקוועזיציע, און לערנען פון זיין ווי אזוי מען פירט זיך אויף ווי איד אין א לאנד וואס געבט נישט פרידאם אוו ריליג'ן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 10:26 pm
דורך Think and Thank
מרדכי היהודי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 9:52 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:59 pm
דאס דארף דינען אלס א ווייטאגליכע לעקציע און שארפע ווארענונג פאר סיי ווער פון די יוצאים וואס האבן נאך געהאט די מינדעסטע הווא אמינא פון פראבירן צו אנטלויפן, אז אזעלכע שריט וועט נישט טאלערירט ווערן און אריבערגיין אומגעשטערט, נאר וועט שטרענג אינפארסירט ווערן דורך די פעדעראלע רעגירונג וואס איז גרייט צו טוהן אלעס אין זייערע הענט צו פארזיכערן און פארזיגלען דעם לב טהור כת אלס א חלק פון היסטאריע.
דארף מען יעצט אפשטויבן דו היסטאריע ביכער פון די ספאנישע אונקוועזיציע, און לערנען פון זיין ווי אזוי מען פירט זיך אויף ווי איד אין א לאנד וואס געבט נישט פרידאם אוו ריליג'ן

טאקע צייט זאלסט אפשטויבן די היסטאריע ביכער (אויב דו האסט זיי נאך בכלל נישט וועל איך דיר גערן בארגן) און זעהן אז די אינקוויזיציע'ס חטא איז נישט באשטאנען פון נישט לאזן עלטערן פייניגן זייערע קינדער.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 10:42 pm
דורך על פי תורה

הגה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א ביים אנפירן די מסיבת הוואכנאכט בבית הר''ר ניסן יושע יודא מלכא הי''ו
וועם דער דיין האט ספעציעל איינגעלאדנט צו קומען פראווענען ביי זיך אין קהילת אור חדש

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 10:59 pm
דורך על פי תורה
9 קינדער האבן קאסטעדי ביי משפחת בלום און וועלן תיכף ווערן צוטיילט אין די משפחה.
די איבריגע 8 קינדער וועלן גיין דורך די סיסטעם פון די טשיילד פראטעקשן אין אמעריקע. און עסקנים ארבעטן זיי זאלן בלויז אנקומען צו ערליכע היימישע משפחות.
(ביי אזאלעכע נייעס איז וויכטיג צו באטאנען אז דאס איז די מצב יעצט, און אלעס קען זיך טוישן)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:05 pm
דורך דעת קדשי
@על פי תורה די עסקנים האבן געוויסט וואס ס'גייט פאָר אונטער די קוליסן די פּאָר חדשים?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:05 pm
דורך שטילער ניק
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 10:42 pm
הגה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א ביים אנפירן די מסיבת הוואכנאכט בבית הר''ר ניסן יושע יודא מלכא הי''ו
וועם דער דיין האט ספעציעל איינגעלאדנט צו קומען פראווענען ביי זיך אין קהילת אור חדש
Wow
מ'קען וויינען פאר שמחה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:09 pm
דורך על פי תורה
@בודקע איך האב נישט געמיינט צו אטאקירן קיינעם, נאר ארויסצוברענגן א פוינט בדרך שמייכל
איך בעט מחילה אויב עס איז אנגעקוקט געווארן ווי אן אטאקע

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:13 pm
דורך על פי תורה
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:05 pm @על פי תורה די עסקנים האבן געוויסט וואס ס'גייט פאָר אונטער די קוליסן די פּאָר חדשים?
עס איז נישט געווען קיין סוד וואו זיי זענען
מען האט כסדר געהאט קשר מיט זיי

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:16 pm
דורך דעת קדשי
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:13 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:05 pm @על פי תורה די עסקנים האבן געוויסט וואס ס'גייט פאָר אונטער די קוליסן די פּאָר חדשים?
עס איז נישט געווען קיין סוד ווי זיי זענען
מען האט כסדר געהאט קשר מיט זיי
די עסקנים האבן זיי געשיקט מצות און נאך עסנווארג
מיין שאלה איז געווען צי די עסקנים האבן געוואוסט אז די רעגירונג איז אריינגעמישט און אז דאס וואס איז געשען גייט קומען וכדו'

Re: כת לב טהור אין קלאמביע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:18 pm
דורך מענדי קעניג
קלאמביע

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:20 pm
דורך על פי תורה
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:16 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:13 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:05 pm @על פי תורה די עסקנים האבן געוויסט וואס ס'גייט פאָר אונטער די קוליסן די פּאָר חדשים?
עס איז נישט געווען קיין סוד ווי זיי זענען
מען האט כסדר געהאט קשר מיט זיי
די עסקנים האבן זיי געשיקט מצות און נאך עסנווארג
מיין שאלה איז געווען צי די עסקנים האבן געוואוסט אז די רעגירונג איז אריינגעמישט און אז דאס וואס איז געשען גייט קומען וכדו'
געוויסע חלקים יא און געוויסע חלקים נישט
פארשטייט זיך אז די עסקנים זענען נישט געשלאפן און געטון אסאך השתדלות אויף פארשידענע פראנטן, געוויסע הצלחות, און געוויסע דורכפעלער.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:49 pm
דורך על פי תורה
די קאלאמביע גאווערמענט האט מורא געהאט אז די עולם וועט נישט וועלן ארויפגיין אויף די באסעס וכדו' און מאכן ראיאטן. האבן זיי פשוט געזאגט פארן ציבור אז מען פארט אויף גווטאמאלא. און אזוי האבן זיי געהעריג מיטגעארבעט, ביים גיין מיטן באס און שפעטער מיטן פליגער. ביזן אנקומען קיין אמעריקע.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:14 am
דורך על פי תורה
אז מען רעדט שוין פון אור חדש
א אינטערעסאנטע רעקאדירינג ווי ר' יצחק טייכמאן שמועסט מיט א זיס יונגעלע אין אור חדש, בשעת ער זיצט אויף זיין ביציקל....
דער יונגל איז זעלבסט א גר צדק און האט זיך מגייר געווען אינאיינעם מיט זיינע עלטערן.
הגה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א האט נאכן הערן דערפון בשעתו מיר געבעטן עס צו מפרסם זיין, און איך בין יעצט מקיים מצוה לשמוע דברי חכמים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:53 am
דורך על פי תורה
ארויסגייענדיג פון אזא נאכט איז וויכטיג צו געדענקן אז מען רעדט דא פון 29 קרבנות, נישט נאר די קינדער זענען וויקטעם'ס, נאר אויך די עלטערן, זיי זענען אלע געווארן געברעינוואשט דורך אפאר רשעים. מיר זוכן ח''ו נישט צו נקמה נעמען אין זיי, נאר זיי העלפן, מיט הארץ און געפיל. זיי העלפן איין מאל פאר אלעמאל ארויסצוגיין פון די כת ש''ץ שבדורינו און אריינגיין צו די הייליגע כלל ישראל.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:15 am
דורך בודקע
@על פי תורה , ווארט מיך ביי מיין אפיס... ביינונז איז חוצפה ס'ארגסטע....😉

יעצט, יא איך שרייב טאקע אסאך העיט איבער דעם טעמע, אבער ווי מ'קען זיך איבערצייגן האלט איך נישט אז מ'זאל עס ממש פארמאכן, איך שרייב ס"ה אז ס'דארף זיין טשעינדזשעס.

און ניין, איך האב נישט געמאכט קיין קבלה נישט צו ליינען דא, איך בין פולי סובסקרייבד צו דעם טעמע, און סבאדערט מיך יעדע שלעכטע בשורה וואס איך זעה דא, און איך פריי מיך מיט מיט יעדע גוטע בשורה וואס די טייערע עסקנים ברענגען דא, און ס'איז זייער געשמאק ווען ס'מאכט זיך דא (?) א געשמאקע שמועס, ס'איז א טאפיק וואס איז מיך עכט נאנט צום הארץ.

נאר וואס? איך האב א פראבלעם מיט די וועג וויאזוי ס'גייט צו, (ווי מ'האט זיך שוין הייזעריג געמאכט א שטיק צייט צוריק דא איבער דעם..) איך גלייך נישט די שארפע אויסטוישן ווען איינער זאגט זיין מיינונג, פארשטייט זיך ווען ס'איז נישט קיין זאך וואס קען שאדן מאכן, וואס כ'מיין אז כהיום איז עס שוין כמעט נישט שייך, זאכן זענען שוין מער ווייניגער געפאלן אין פלאץ כנראה, לדוגמא, ווען @שמואל פוקס שרייבט א שיין עובדא'לע אויף זיין שטייגער באקומט ער כאילו ער וואלט געלייקנט אין די אני מאמין'ס...
און דאס אז מ'מעקט דא מיט א מעקער טראק לייק ווייסעכוואס, אין די צייט וואס אין אנדערע טעמעס וואלט מען געלאזט אזאלכע סארט פאוסטס, פארשטייט זיך אז כרעד נישט פון פאוסטס וואס זענען נישט איינשטימונג מיט די אידטיש סטאנדארטן, דאס מאכט זייער נישט באטעמט ס'מקום.

און יעצט @על פי תורה און @סענס אף יומער , א גרויסע שכח פארן מיטטיילן די פרייליכע נייעס!! מ'זאל אייביג קענען מעלדן אזאלכע גוטע בשורות!!


@על פי תורה , כאפ א בליק 👇
viewtopic.php?p=220430#p220430
viewtopic.php?p=220454#p220454
viewtopic.php?p=220797#p220797
viewtopic.php?p=220802#p220802
viewtopic.php?p=220809#p220809

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:16 am
דורך בודקע
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:06 pm
אורך ימים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 10:20 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 9:27 pm

דיסלייק
פארוואס דיסלייק?
קומען יודן און האמערן טאג און נאכט אז מדארף צומאכן דעם טעמע
בו בזמן וואס זיי קומען אריין דא כסדר בעטן אן אפדעיט
#היפיקריטעי
אן אריינגיין אין די פרטי הדברים.

איז עס אן אטאקע אקעגן א ניק. אין ספעציעיל א רעספעקטירטע ניק.
🤗

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:20 am
דורך על פי תורה
בודקע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:15 am @על פי תורה , ווארט מיך ביי מיין אפיס... ביינונז איז חוצפה ס'ארגסטע....😉

יעצט, יא איך שרייב טאקע אסאך העיט איבער דעם טעמע, אבער ווי מ'קען זיך איבערצייגן האלט איך נישט אז מ'זאל עס ממש פארמאכן, איך שרייב ס"ה אז ס'דארף זיין טשעינדזשעס.

און ניין, איך האב נישט געמאכט קיין קבלה נישט צו ליינען דא, איך בין פולי סובסקרייבד צו דעם טעמע, און סבאדערט מיך יעדע שלעכטע בשורה וואס איך זעה דא, און איך פריי מיך מיט מיט יעדע גוטע בשורה וואס די טייערע עסקנים ברענגען דא, און ס'איז זייער געשמאק ווען ס'מאכט זיך דא (?) א געשמאקע שמועס, ס'איז א טאפיק וואס איז מיך עכט נאנט צום הארץ.

נאר וואס? איך האב א פראבלעם מיט די וועג וויאזוי ס'גייט צו, (ווי מ'האט זיך שוין הייזעריג געמאכט א שטיק צייט צוריק דא איבער דעם..) איך גלייך נישט די שארפע אויסטוישן ווען איינער זאגט זיין מיינונג, פארשטייט זיך ווען ס'איז נישט קיין זאך וואס קען שאדן מאכן, וואס כ'מיין אז כהיום איז עס שוין כמעט נישט שייך, זאכן זענען שוין מער ווייניגער געפאלן אין פלאץ כנראה, לדוגמא, ווען @שמואל פוקס שרייבט א שיין עובדא'לע אויף זיין שטייגער באקומט ער כאילו ער וואלט געלייקנט אין די אני מאמין'ס...
און דאס אז מ'מעקט דא מיט א מעקער טראק לייק ווייסעכוואס, אין די צייט וואס אין אנדערע טעמעס וואלט מען געלאזט אזאלכע סארט פאוסטס, פארשטייט זיך אז כרעד נישט פון פאוסטס וואס זענען נישט איינשטימונג מיט די אידטיש סטאנדארטן, דאס מאכט זייער נישט באטעמט ס'מקום.

און יעצט @על פי תורה און @סענס אף יומער , א גרויסע שכח פארן מיטטיילן די פרייליכע נייעס!! מ'זאל אייביג קענען מעלדן אזאלכע גוטע בשורות!!


@על פי תורה , כאפ א בליק 👇
viewtopic.php?p=220430#p220430
viewtopic.php?p=220454#p220454
viewtopic.php?p=220797#p220797
viewtopic.php?p=220802#p220802
viewtopic.php?p=220809#p220809
👍👍👍

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:58 am
דורך מרדכי היהודי
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:13 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:05 pm @על פי תורה די עסקנים האבן געוויסט וואס ס'גייט פאָר אונטער די קוליסן די פּאָר חדשים?
עס איז נישט געווען קיין סוד וואו זיי זענען
מען האט כסדר געהאט קשר מיט זיי
די עסקנים האבן זיי געשיקט מצות און נאך עסנווארג
אין קלאמביע איז פסח שני אויסגעפאלן היי יאר שמחת תורה? ווער דארף מצה?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:03 am
דורך בודקע
מרדכי היהודי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:58 am
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:13 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:05 pm @על פי תורה די עסקנים האבן געוויסט וואס ס'גייט פאָר אונטער די קוליסן די פּאָר חדשים?
עס איז נישט געווען קיין סוד וואו זיי זענען
מען האט כסדר געהאט קשר מיט זיי
די עסקנים האבן זיי געשיקט מצות און נאך עסנווארג
אין קלאמביע איז פסח שני אויסגעפאלן היי יאר שמחת תורה? ווער דארף מצה?
פאר די פאר וואס גייען אויף דייעט און רעגולע חלה/ברויט איז נישט גוט פאר זיי.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:31 am
דורך Think and Thank
מרדכי היהודי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:58 am
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:13 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 11:05 pm @על פי תורה די עסקנים האבן געוויסט וואס ס'גייט פאָר אונטער די קוליסן די פּאָר חדשים?
עס איז נישט געווען קיין סוד וואו זיי זענען
מען האט כסדר געהאט קשר מיט זיי
די עסקנים האבן זיי געשיקט מצות און נאך עסנווארג
אין קלאמביע איז פסח שני אויסגעפאלן היי יאר שמחת תורה? ווער דארף מצה?

אין לב טהור לאזט מען די קינדער נאר עסן געציילטע זאכן, אריינגערעכנט מצה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:24 am
דורך על פי תורה
אפדעיט:
9 פון די 17 קינדער זענען צוטיילט געווארן
אלע ציווישן משפחת בלום החשובה
(די 2 עלטערע קינדער פון יעקב נחום וויינגארטן האט העסקן הדגול הר''ר יואל יושע העשיל בלום הי''ו אריינגענומען צו זיך אין שטוב).

די איבריגע 5 וועלן צוטיילט ווערן היינט במשך דעם טאג נאך וואס זיי ווילן דורכגיין די געריכטליכע קאסטעדי.

די 2 קינדער פון ר' אלטער ניסים גאלדמאן זענען צוריק געקערט געווארן צו זייערע עלטערן וויבאלד זיי זענען גווטאמאלישע בירגער.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 7:54 am
דורך כבוד מלכים
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:14 am אז מען רעדט שוין פון אור חדש
א אינטערעסאנטע רעקאדירינג ווי ר' יצחק טייכמאן שמועסט מיט א זיס יונגעלע אין אור חדש, בשעת ער זיצט אויף זיין ביציקל....
דער יונגל איז זעלבסט א גר צדק און האט זיך מגייר געווען אינאיינעם מיט זיינע עלטערן.
הגה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א האט נאכן הערן דערפון בשעתו מיר געבעטן עס צו מפרסם זיין, און איך בין יעצט מקיים מצוה לשמוע דברי חכמים.
גייט בר מצוה האבן עטליכע וואכן ארום

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 10:50 am
דורך ברוך כבוד
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:14 am אז מען רעדט שוין פון אור חדש
א אינטערעסאנטע רעקאדירינג ווי ר' יצחק טייכמאן שמועסט מיט א זיס יונגעלע אין אור חדש, בשעת ער זיצט אויף זיין ביציקל....
דער יונגל איז זעלבסט א גר צדק און האט זיך מגייר געווען אינאיינעם מיט זיינע עלטערן.
הגה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א האט נאכן הערן דערפון בשעתו מיר געבעטן עס צו מפרסם זיין, און איך בין יעצט מקיים מצוה לשמוע דברי חכמים.
WOW
צוקער זיס!
שכוח פאר'ן ברענגען

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 10:52 am
דורך ברוך כבוד
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:24 am אפדעיט:
9 פון די 17 קינדער זענען צוטיילט געווארן
אלע ציווישן משפחת בלום החשובה
(די 2 עלטערע קינדער פון יעקב נחום וויינגארטן האט העסקן הדגול הר''ר יואל יושע העשיל בלום הי''ו אריינגענומען צו זיך אין שטוב).

די איבריגע 5 וועלן צוטיילט ווערן היינט במשך דעם טאג נאך וואס זיי ווילן דורכגיין די געריכטליכע קאסטעדי.

די 2 קינדער פון ר' אלטער ניסים גאלדמאן זענען צוריק געקערט געווארן צו זייערע עלטערן וויבאלד זיי זענען גווטאמאלישע בירגער.
קען איינער ביטע אויסרעכענען מי ומי ההולכים (השבים) מארץ קאלאמביע?