בלאט 551 פון 633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 12:06 pm
דורך בסתר
יואל מארקוס האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 4:35 pm
מעלבער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:16 pm פערזענליכע בקשה צו די חשוב׳ע יוצאים בעלי מסירות נפש וואס דרייען זיך דא:

אפשר קענט איר ארויפלייגן אלטע רעקאדירונגען פונעם אלטן רבי׳ן, פנימי און נישט פנימי. עפעס וואס איר האט מיטגעברענגט אדער ארויסגעשווערצט אויפ׳ן אויפ׳ן וועג צו חירות...?

אבער דוקא אזאלכע וואס זענען ערשטמאליג, במשך די יארן פלעגט כסדר זיין דא דארט ארויסגעליעקטע סחורה, יענץ האט מען שוין געזען.


חנוכה תשע"ז (1:20:18)

נאכן אויסהערן, פרעג פון די ל"ט פארבליבענע, צו זיי גלייבן נישט זייער רבי, וואס זאגט קלאר אז יעדער קען פאלן. אפילו די גרעסטע צדיק.
(אויך קען מען 'אביסל' פארשטיין די שפראך און מהלך און די 'לימודים')
אינטרעסאנט וואס פאר א גרויסע ירא שמים דער רבי איז, ווי מען הערט דארט האט ער אזוי מורא פאר א ברכה לבטלה אזש ער עסט אגאנצען טאג אויפן שהכל פונעם צופרי קאווע (אפי' נאכן מאכן בורא נפשות)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 3:10 pm
דורך חלא בר חמרא
מי כעמך ישראל!

אן אינטערעסאנטע עפיזאד וועלכע הייבט ארויס די הייליגע פעולות פון די עסקני קודש למען יוצאי לב-טהור האט זיך נארוואס אפגעשפילט.

די מעשה האט זיך אנגעהויבן מיט א חשובער יוצא וועלכער האט שוין געהאט א לייסענס פאר אומגעפער א האלבע יאר לטובה. פארט, עס איז אים געווען באשערט א שטיקל עקסידענט, גענוי ווי ס'זאל זיך נישט מאכן פאר אלע פון אונז. דער שאדן איז געווען איבער 5 אלפים. אינשורענס קלעימען איז נישט געווען קיין גוטע אפציע. דעריבער איז מען געגאנגען אויף די קעש אפציע.

שוין, פון וואנעט קראצט אראפ א שווערער ארבייטער א נישטיגע פינף אלפים???

ידידינו וידיד נפש כל חי, א הייליגער עסקן בלב ונפש, וועלכער געפונט זיך גראדע אויכעט דאהי, האט געגעבן א הלוואה אויפ'ן פלאץ פונעם גאנצן סכום פאר ביז א קאלעכיג יאר ארום!!! נישט כספי ציבור, און ער פארמאגט נישט דערווייל קיין טיפע קעשענעס. ער לערנט אין כולל בהתמדה. פון זיין אייגן געלט!

אני הקטן, האב געהערט די מעשה פונעם עסקן מסיח לפי תומו. ער זאגט מיר אז ער גייט יענעם פרעגן (איבער א געוויסע סוגיא מיר האבן דורכגעטאן...) ווען ער וועט אים טרעפן פנים אל פנים. חלא: שמחה זו מה היא עושה? עסקן: גארנישט, כ'גיי אים טראגן דאס געלט... חלא: וועלכע געלט??? עסקן: גארנישט...

שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה.

פארוואס זאג איך עס אייך? איר זאלט דאס וויסן!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 3:28 pm
דורך עסקן נמרץ
מפרסמין עושי מצוה
ידידי היקר ר' @חלא בר חמרא פאר זיין ווארימע נדבה

ידידי היקר ר' @ChatGPT פאר זיין ווארימע נדבה יותר מכפי יכולתו

ידידי היקר ר' @שמואל פוקס פאר זיין ווארימע נדבה און שטענדיגע חיזוק

ידידי היקר ר' @מנהיג פארן צוזאמשטעלן הערליכע סכומים

נאך א חידוש האב איך יעצט באמערקט אז אפאר וואכן צוריק האט איינער שטילערהייט אריינגעווארפן א גלאטע טויזענטער אן קיין פיפס...
ווערט ער געבעטן אריינצוקומען פריוואט זיך אידענטיפיצירן מ'זאל אים קענען געבן די ריכטיגע ייש"כ

אזוי אויך פאר די אנדערע אידן וואס האבן זיך אנגערופן מיט קלענערע און גרעסערע סכומים

זאל די באשעפער ענק אלע באצאלן ענק זאלן קיינמאל נישט דארפן צוקומען לא לידי מתנת בשר ודם ולא לידי הלואתם, קענען שטענדיג זיין פון די געבער'ס, ויתן ויחזור ויתן, והריקותי לכם ברכה עד בלי די, עד שיבלו שפתותיכם מלומר די!!!


ווער ס'וויל זיך נאך משתתף זיין זאל אריינווארפן א נדבה אויף https://toirem.org/23423 און ארויפקומען דא מ'זאל קענען באדאנקען כפי כבודם.

אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו לשמים!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 3:32 pm
דורך על פי תורה
מארגן קומט פאר א גרויסע ברית אין גווטאמאלא בבית הר''ר ניסן יושע יודא מלכא הי''ו מחשובי יוצאי לב טהור.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 3:39 pm
דורך שקיעה
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 3:32 pm מארגן קומט פאר א גרויסע ברית אין גווטאמאלא בבית הר''ר ניסן יושע יודא מלכא הי''ו מחשובי יוצאי לב טהור.
ווער גייט זיין די מוהל?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 4:02 pm
דורך על פי תורה
שקיעה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 3:39 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 3:32 pm מארגן קומט פאר א גרויסע ברית אין גווטאמאלא בבית הר''ר ניסן יושע יודא מלכא הי''ו מחשובי יוצאי לב טהור.
ווער גייט זיין די מוהל?
הרה''ח ר' אהרן ווייס שליט''א פון קרית יואל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 4:57 pm
דורך שקיעה
עס פארן אידן פון ניו יארק צום ברית לכבוד ניסן יושע יודא ?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 5:07 pm
דורך ברוך כבוד
איז דא עפעס אן אפדעיט פון קאלאמביע?
די משפחות זענען נאך דארט?
וואס איז די פלאן?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 5:13 pm
דורך על פי תורה
שקיעה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 4:57 pm עס פארן אידן פון ניו יארק צום ברית לכבוד ניסן יושע יודא ?
עטליכע

Re: כת לב טהור אין קלאמביע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 7:26 pm
דורך מענדי קעניג
ברוך כבוד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 5:07 pm איז דא עפעס אן אפדעיט פון קאלאמביע?
די משפחות זענען נאך דארט?
וואס איז די פלאן?
סקומט צו אן ענדע!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 7:27 pm
דורך מענדי קעניג
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 3:32 pm מארגן קומט פאר א גרויסע ברית אין גווטאמאלא בבית הר''ר ניסן יושע יודא מלכא הי''ו מחשובי יוצאי לב טהור.
הלוואי קען איך מיט האלטן

Re: כת לב טהור אין קלאמביע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 7:50 pm
דורך מענדי קעניג
קלאמביע

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 7:58 pm
דורך ברוך אברהם
געלאנדעט אין פלארידע.

Re: כת לב טהור אין קלאמביע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:10 pm
דורך מסתמא
מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 7:26 pm
ברוך כבוד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 5:07 pm איז דא עפעס אן אפדעיט פון קאלאמביע?
די משפחות זענען נאך דארט?
וואס איז די פלאן?
סקומט צו אן ענדע!
לחיים!!! 🥂

ייש”כ פארן מבשר זיין די גוטע בשורה❤️

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:16 pm
דורך בודקע
ברוך אברהם האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 7:58 pm געלאנדעט אין פלארידע.
ברוך הטוב והמטיב!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:31 pm
דורך על פי תורה
די אלע וועלעכע זענען מוחה כדת של תורה אויף דעם טעמע, זאלן ביטע זיך האלטן צו זייער 40 טעג קבלה און נישט ריפרעשן דעם טעמע...
(@בודקע כ'מיין אויך דיר😉)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:32 pm
דורך נאסע שמאטעס
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:31 pm די אלע וועלעכע זענען מוחה כדת של תורה אויף דעם טעמע, זאלן ביטע זיך האלטן צו זייער 40 טעג קבלה און נישט ריפרעשן דעם טעמע...
(@בודקע כ'מיין אויך דיר😉)
👍

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:33 pm
דורך נאסע שמאטעס
וואו איז זייער דעסטינאציע נאך פלארידע?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:33 pm
דורך אורך ימים
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:31 pm די אלע וועלעכע זענען מוחה כדת של תורה אויף דעם טעמע, זאלן ביטע זיך האלטן צו זייער 40 טעג קבלה און נישט ריפרעשן דעם טעמע...
(@בודקע כ'מיין אויך דיר😉)
זיי האבן נישט געוויסט אז ס'קומט נאך א סצענע אין די פלעי...
קענסט דעי קינדער וואס זאגן נאך א פלעי 'נעה, ס'איז בכלל נישט געווען אינטערעסאנט'...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:34 pm
דורך על פי תורה
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:33 pm וואו איז זייער דעסטינאציע נאך פלארידע?
ניו יארק

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:34 pm
דורך על פי תורה
זיי קומען מיט א פרייוועט דשעט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:39 pm
דורך דעת קדשי
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:34 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:33 pm וואו איז זייער דעסטינאציע נאך פלארידע?
ניו יארק
וואס איז די פלאן אויף ווייטער?ווי גייען זיי וואוינען?
די עסקנים גייען זיי העלפן?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:41 pm
דורך על פי תורה
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:39 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:34 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:33 pm וואו איז זייער דעסטינאציע נאך פלארידע?
ניו יארק
וואס איז די פלאן אויף ווייטער?ווי גייען זיי וואוינען?
די עסקנים גייען זיי העלפן?
האפנטלעך וועט זיין נאך אפדעיטס אין די קומעדיגע פאר שעה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:45 pm
דורך באהאלטן
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:34 pm זיי קומען מיט א פרייוועט דשעט
באצאלט דורך?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:45 pm
דורך על פי תורה
באהאלטן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:45 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 8:34 pm זיי קומען מיט א פרייוועט דשעט
באצאלט דורך?
ערב רב פאנד