בצל התומר
סאטמאר מהר״יי
מיטוואך פרשת נח- שמחת החתונה בחצרות קדשינו
שמחת החתונה בחצרות קדשינו
״וחסידים ברנה יגילו״
שמחת החתונה לנכדת כ״ק מרן רבינו שליט״א
עס איז געגאנגען אינטער די חופה החתן הרב אליעזר זוסיא שליט״א בן הגה״צ ר׳ יואל מאסקאוויטש שליט״א אב״ד מאור הגולה ומו״ץ בקהלתינו הק׳ און מאנטריאל א זוהן פון הגה״צ אדמו״ר משאץ שליט״א נשיא מוסדות נועם אלימלך און א איידעם ביי האדמו״ר מסקולען שליט״א
הכלה בתש״ק בן הגה״צ ר׳ יואל שליט״א בנו חביבו פון מרן רבינו שליט״א א איידעם ביי הגה״צ ר׳ אנטשיל אשכנזי שליט״א אב״ד חוות דעת ור״מ בישיבתינו הק׳
אום 3:30 נאכמיטאג איז דער רבי געגאנגען און מקוה
דערנאך איז געווען זמני כניסה לברך ולהתברך בביתו נאוה קודש ביז ארום 5:45
ארום 6 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הב׳ אברהם אייזיקאוויטש ני״ו
אום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים און ביהמ״ד הגדול
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין הר״ר שמואל ביקעל שליט״א
דער רבי האט מסדר געווען די כתובה עדים זענען געווען הרבני הנגיד ר׳ ישראל גאלדבערגער הי״ו פון קרית יואל און הרבני הנגיד ר׳ יודא אשר ראטבארד הי״ו פון מאנטריאל
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די חתן מחותנים די זיידעס און פארן גאנצן ציבור
דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן און די זאלן פון עטרת אברהם פארן ארויסגיין צום חופה האט דער רבי געבענטשט די חתן און מכבד געווען די זיידע האדמו״ר מסקולען שליט״א צו בענטשן
אום 8 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד החופה פארענט פון ביהמ״ד הגדול אויף ראדני סטריט
דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין עדי קידושין זענען געווען הגה''צ רבי יוחנן וואזנער שליט״א ראב''ד סקווירא אין הרה"ג ר' יוסף שטראססער שליט״א דומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר שכונת ווענהארן אין מאנטריאל
מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד חוות דעת שליט"א מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס הגה"צ אבד"ק ביסטריץ שליט"א, הגה"צ אבד"ק זענטא, הגה"צ אב"ד גבעת שאול, הגה"צ אב"ד מקור חיים אין הגה"צ אב"ד נעפלאמיץ שליט"א. מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן האדמו''ר מסקולען שליט''א.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשען ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור און געטאנצן מיט די זיידעס און מחותנים
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ חיים אהרן פלאהר הי״ו משב״ק.
״קול רנה וישועה באהלי צדיקים״
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען און די זאלן פון ויואל משה צום סעודת החתונה דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אדמור״ם ורבנים וקרובי המשפחה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט
דער רבי האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשען לחיים
ארום 10:45 איז דער חתן אריינגעקומען און זאל דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט די חתן און מחותנים און א עקסטערן ריקוד מיט די זיידע האדמ״ר מסקולען שליט״א
דערנאך איז דער גאנצע ציבור אדורך וואונטשען לחיים
אזוי אויך זענען געקומען פילע רבנים ואדמורי"ם אָפגעבן א ברכת מזל טוב באזונדער האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס האחים האדמור''ים לבית סקולען.
ארום 12 אזייגער איז דער רבי ערשינען אונעם גרויסן שאטער שע״י חצר בנין ויואל משה
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה״צ ר׳ מיכל מאסקאוויטש שליט״א מ׳שאץ
מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הגה״צ אב״ד ביסטריץ, הגה״צ אב״ד וויטקא, הגה״צ אב״ד רענדיק, הגה״צ אלטר אליעזר הוראוויץ, הרה״ג ר׳ בערל שפיטץ שליט״א
ברכה אחריתא: הגה״צ גאב״ד קהלתינו מאנסי שליט״א
דערנאך האט דער בדחנא דמלכה הר״ר אלעזר קליין שליט״א אויסגעריפן דעם רבין צום מצוה טאנץ
צווישן אנדערע האט ער דערמאנט די געוואלדיגע קשר וואס דער רבי האט געהאט מיטן זיידן פון חתן הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, סיי ביים גרויסארטיגן כינוס כלל ישראל למען קדושת ישראל און אזוי אויך דורכאויס די יארן א אויסטערלישע נאנטשאפט און קשר עליון דאורייתא
נאכן גראמען האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור
דער רבי האט אנגעטוען דעם צאנזער גארטל און בגיל ורנן איז דער רבי צוגעטרעטן צו די ריקודין של מצוה אנגעכאפט מיט די מחותנים
דער רבי האט געטאנצן מיט גרויס התלהבות און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים מיטן מחותן האדמו"ר מסקולען שליט"א
דערנאך האט דער זיידע פון די כלה הגה״צ אב״ד חוות דעת שליט״א געטאנצן מצוה טאנץ
דערנאך די זיידע פון די חתן האדמו״ר מסקולען שליט״א
און דערנאך די מחותנים און חתן כלה
נאך מצוה טאנץ ארום 4 אזייגער פארטאגס האט דער רבי אנגעוואונטשען פאר חתן כלה
און מען האט ארויס באגלייט דעם רבין בשירה ובזמרה.
~


~