בלאט 547 פון 601
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 10:23 am
דורך הדסים
מארקעטס זענען נישט געפאלן ווי ערווארטעט.
צפון איינוואוינער זענען איינמאל באפוילן געווארן אריינצוגיין אין שעלטער צוליב אן אנקומענדער דראון.
טראמפ איז ערווארטעט אין די קומענדיגע שעות צו רעדן מיט נתניהו.
מדינת ישראל האט באמבאדירט אין צפון עזה, צוויי מיליטערישע אינזשענירן זענען פארוואונדעט.
מאקרון איז נישט דערקעגן.
טאבריז קוקט אויס ווי לאס אנדזשעלעס.
איראן פארמאכט וואטסעפפ און בלאקירט חלקים פון אינטערנעט.
ינון מגל שלאגט פאר צוצושטעלן הומאניטערישע הילף אין איראן (בכלל קוקט אויס ווי ער גייט ליידיג, ביזי מיט יעדן וואס האט געהאקט ביז יעצט אויף ביבי).
רויטערס, וואל סטריט זשורנאל, פאליטיקא און אלע איזראעליס: די גאנצע זיך צעקריגן מיט טראמפ איז געווען א שפיל.
► Show Spoiler

- image000007_2.jpg (82.11 KiB) געזען געווארן 892 מאל
נאך איין תגובה און איך גיי אריין אין סינדראם
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 10:24 am
דורך וועלווא
השומרים פאר איראן…. די אינטערנעט אין איראן איז אויסגעשאלטערט אויס זארג אז די אפאזיציע זאל זיך נישט ארגענעזירען און דורעכפירען א פוטש (מעסעדש #484848483),
אין די זעלבע צייט איז די פרעזידענט פון איראן ארויס געקומען מיט א רוף אז די פאלק זאל זיך האלטען באחדות און מזאל האלטן טראסט אין די יעצטיגע פירערשאפט
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 10:28 am
דורך וועלווא
איראק פרעמיער האט זיך היינט געטראפען מיט אמעריקאנע באאמטע און אויסגעדריקט אומצופרידענהייט אז די ציונים האבען זיך באנוצט מיט איראקע עיר ספעיס
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 11:42 am
דורך הדסים
אמעריקע האט געשיקט צוויי שיפן צום מיטל מזרח.
אנאליסטן שאצן פאר אז דער פלאן איז א רעזשים טויש אין איראן און דאן א שלום אפמאך מיט סיריע, לבנון און סאודי אראביע. (אויב אמת קען רוסלאנד אייננעמען אוקראינע)
ווי עס קוקט אויס קומט א ענטפער פון איראן אין קורצן.
איראן סטראשעט מיט גיהנום (זיי ווייסן נישט אז טראמפ איז דער שר של גיהנום).
ערשטע אטאקעס אויף איראנ'ס אוראניום פלענט אין קום, א פלענט באגראבן צווישן בערג.
נתניהו רופט די איראנע בירגער אראפצואווארפן דעם איראנעם רעזשים.
אריין אין סינדראם
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 11:47 am
דורך ניקל
סעטעלייט בילד פון די איראנע נאנטעז נוקלעארע פעקטערי

- IMG_20250613_114637_103.jpg (146.85 KiB) געזען געווארן 724 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 11:48 am
דורך ניקל
טראמפ צו ABC
There's more to come
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 11:50 am
דורך דער תהלים איד
זענען די נוקלעארע רעאקטארן "רואינירט"? אדער "געשעדיגט".
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 11:54 am
דורך פשוט און גראד
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 11:50 am
זענען די נוקלעארע רעאקטארן "רואינירט"? אדער "געשעדיגט".
צוטיילט אין אפאר חלקים
1. ס‘דא ‘ביירכערנונג איראניום סייטס
2. רעאקטארס
עיקר ציל איז געווען די בארייכערנונג - אינדעם איז עס א למחצה שליש, געוויסע קאפוט אינגאנצען, געוויסע שוואכער.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 11:55 am
דורך שמח
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 11:54 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 11:50 am
זענען די נוקלעארע רעאקטארן "רואינירט"? אדער "געשעדיגט".
צוטיילט אין אפאר חלקים
1. ס‘דא ‘ביירכערנונג איראניום סייטס
2. רעאקטארס
עיקר ציל איז געווען די בארייכערנונג - אינדעם איז עס א למחצה שליש, געוויסע קאפוט אינגאנצען, געוויסע שוואכער.
קענסט מסביר זיין די חילוק/דינסט פון די צוויי אפטיילונגען?
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 11:58 am
דורך עדיטאריעל
וויכטיגע ווענדפונקט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 12:08 pm
דורך שטארקע אור
שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 11:55 am
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 11:54 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 11:50 am
זענען די נוקלעארע רעאקטארן "רואינירט"? אדער "געשעדיגט".
צוטיילט אין אפאר חלקים
1. ס‘דא ‘ביירכערנונג איראניום סייטס
2. רעאקטארס
עיקר ציל איז געווען די בארייכערנונג - אינדעם איז עס א למחצה שליש, געוויסע קאפוט אינגאנצען, געוויסע שוואכער.
קענסט מסביר זיין די חילוק/דינסט פון די צוויי אפטיילונגען?
אורעניום בארייכערונג איז די פראצעדור צו קענען נוצן די אורעניום פאר א נוקלער רעאקטער צו פראדוצירן עלקעטעריק און צו מאכן נוקלעארע וואפן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 12:14 pm
דורך שינאווער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 1:38 am
פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער איז אויפגעשטאנען.. ער רופט מדינת ישראל און איראן צו "דעעסקאלירן און רעדוצירן די שפאנונגען דרינאיראן.
כאמאס פארדאמט (וואס לאכסטו)
טערקיי: פארדאמט
ווער נאך ס‘וויל פארדאמען קען שיקען א אימעיל צו
000@000.com
א ריזן דאנק פאר
@פשוט און גראד !!
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 12:23 pm
דורך פשוט און גראד
איך וויל נאך אלץ האבן געשפרעכן מיט איראן, אבער זיי דארפן קומען שנעל ווייל מיין חבר ביבי איז משוגע געווארן.
טראמפ (ווער דען מיינסטו)
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 12:24 pm
דורך שינאווער
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 10:23 am
מארקעטס זענען נישט געפאלן ווי ערווארטעט.
צפון איינוואוינער זענען איינמאל באפוילן געווארן אריינצוגיין אין שעלטער צוליב אן אנקומענדער דראון.
טראמפ איז ערווארטעט אין די קומענדיגע שעות צו רעדן מיט נתניהו.
מדינת ישראל האט באמבאדירט אין צפון עזה, צוויי מיליטערישע אינזשענירן זענען פארוואונדעט.
מאקרון איז נישט דערקעגן.
טאבריז קוקט אויס ווי לאס אנדזשעלעס.
איראן פארמאכט וואטסעפפ און בלאקירט חלקים פון אינטערנעט.
ינון מגל שלאגט פאר צוצושטעלן הומאניטערישע הילף אין איראן (בכלל קוקט אויס ווי ער גייט ליידיג, ביזי מיט יעדן וואס האט געהאקט ביז יעצט אויף ביבי)
רויטערס, וואל סטריט זשורנאל, פאליטיקא און אלע איזראעליס: די גאנצע זיך צעקריגן מיט טראמפ איז געווען א שפיל.
► Show Spoiler
image000007_2.jpg
נאך איין תגובה און איך גיי אריין אין סינדראם
טענק יו סאו מאטש!!
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 12:37 pm
דורך פשוט און גראד
אמעריקא און מד"י נוצן סיריע'ס לופט רוימען ווי ביי זיך אינדערהיים
דאס איז ווערט צו אנאליזירן
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 12:57 pm
דורך פשוט און גראד
טראמפ זאגט אז איראנע רעפרעזענטעטיווס האבן אים גערופן
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 12:59 pm
דורך וועלווא
איראנע עיר דיפענס הייבט זיך אן אויפצווועקן
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 1:02 pm
דורך ניקל
גייסטליכע פירער כומעיני וועט געבן א סטעיטמענט צו די איראנע טעלעוויזיע
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 1:03 pm
דורך שינאווער
לאמיר איבערחזר'ן נישט צו פארגעסן די יסודות הדת.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 1:06 pm
דורך וועלווא
אמעריקאנע פליגער האבן זיך געהויבען צו פאטראליען די הימלען
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 1:12 pm
דורך פשוט און גראד
די סכנה פון איראנער מיסילס – און וואס צו וויסן זיך צו שיצן
ס'איז כדאי צו פארשטיין אז דאס איז פיל ערנסטער ווי דאס וואס מיר האבן שוין געזען פון לבנון און עזה,
מען מוז זיך צוגרייטן ערנסט
די גוטע נייעס: ווער עס היט זיך גענוי לויט די אנווייזונגען, ווערט די סכנה כמעט אינגאנצן פארניכטעט.
די מיסילס פון איראן זענען נישט ווי די ראקעטן פון לבנון, זייערע קעפ וואס וועגן צווישן א האלבן טאן און א טאן, קען מאכן פיל מער שאדן קעגן די ראקעטן, פון לבנון איז געווען גענוג צו גיין אין א אינערליכע צימער צו זיך שיצן, קעגן אן איראנער מיסיל וועט דאס נישט העלפן, די אויפרייס קען דורכגיין עטליכע ווענט און אפילו איינברעכן אלטע געביידעס.
אָבער בונקערס און געשיצטער וואוינונגס-געגנט זענען געבויט פאר אזא סכנה, געדענק דעם שולע וואס איז צופאלן פון א תימנ'ער מיסיל, ווער ס'איז געווען אין בונקער איז ארויס אן א קראץ, דער בונקער איז א געשטימטער באשיצטע צימער, ווי ס'האַלט זיך, אפילו ווען די גאנצע געביידע ארום אים ווערט פארשווינדען, ער איז געמאכט געווארן אייך צו שיצן אפילו אויב די מיסיל האט דירעקט געטראפן אייער געביידע.
קעגן אן איראנער מיסיל וועלן געווענליכע אינערליכע צימערן און טרעפ-הייזער וואס זענען נישט צענטראל און נישט ארומגענומען מיט בעטאן נישט אלעמאל זיין גענוג, עס איז בעסער צו זיין נאנט צו א בונקער אדער אונטערגרונט פארקינג (בעסער איינס באשטעטיגט דורך די הויז-פראנט קאמאנדע) צו פארזיכערן שוץ.
ספעציעל איז וויכטיג צו אויסמיידן צו זיין אין אן אומגעשיצטן צימער (אריינגערעכנט א טרעפ-הויז) אין אן אויבערשטן אדער אונטערשטן שטאק, די מיסילס טרעפן דעכער אדער גאסן-לעוול אין א הויכן פראצענט, און דעריבער זענען דאס די געפערליכסטע שטאקן (סיידן עס איז דארט א סטאנדארט געשיצטער צימער)
אין א הויכער געביידע איז די מערסט געשיצטע שטאק דער ערשטער שטאק העכער דער ערד-שטאק.
נאך וויכטיגע נקודות:
1. די אזעקה קען זיך אפשטעלן 'פאר'ן סוף' פון די באמבארדירונג, די פייפערס ווערן הייס און שטעלן זיך אפ זיך אפצוקילן, דעריבער נאך די ערשטע אזעקה טאר מען נישט ארויסגיין ביז עס איז פאראן א קלארע אנווייזונג.
2. זיך לייגן אדער קניען איז אלעמאל גוט, אויב מען קען, זיכער אינדרויסן, אדער אין א צימער מיט א פענסטער, אבער אויך אין אן אינערליכע צימער רעדוצירט דאס די שאנסן צו ווערן געשעדיגט פון א נאנטן אויפרייס.
3. וויכטיג איז צו פארשליסן די טיר און דעם פענסטער אין דעם געשיצטן ראַם, אויב זיי זענען אפן קען די שאקל אריינקומען ביז צו נישטיג מאכן די גאנצע שוץ אין פאל דער אויפרייס איז געשען פון די זייט פונעם עפענונג.
4. אין א פארקינג איז וויכטיג זיך אפצוטיילן פון דעם עפענונג און אויב עס זענען דאָ עטליכע שטאקן איז בעסער נישט צו זיין אין די אויבערשטע.
לסיכום:
1. יא עס איז מער סכנה'דיג מען קען נישט זיין רואיג צוליב אונזער עקספעריענס פון לבנון אדער תימן
2. קלארע אנווייזונגען רעדוצירן די סכנה צו א מינימאלן נומער, דער חילוק צווישן זיך היטן און נישט היטן איז א רעדוקציע פון סכנה מיט 100 מאל און מער.
3. ס'איז גאר וויכטיג צו שטרעבן צו א סטאנדארט געשיצטן צימער, און אויב איר צווייפלט איז בעסער צו דערנענטערן זיך פון פאראויס צו אזא צימער אין אייער אומגעגנט.
אין יעצט צום עיקר העיקרים. תשובה, תפילה, וצדקה, לזכות, אין בשם כלל ישראל
קרעדיט @לייפציגער סוחר
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 1:19 pm
דורך פשוט און גראד
קוקט אויס ווי איראן האט צוריק עטאבלירט זייער דעפענס סיסטעמס קומען ארויס ווידעאס צום ערשטן מאל אין די מלחמה פון גאר אסאך פלעצער אין איראן ווי עיר דעפענס ארבעט אריין
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 1:25 pm
דורך פשוט און גראד
נעקסטע רונדע איראן - מד"י אפדעיטס
הוטיס שיקן מיסילס קיין מד"י - מעלדונגען אז עס האט געלאנדעט נעבן חברון אין א .....פאלעסטינער מושב
כומעיני גייט האלט א דרשה צו אדרעסירן דאס פאלק
באריכטן אז עיר דעפענסעס צוריק אנגעהויבן ארבעטן אין איראן און שיסט אראפ דראונס - אנדערע זאגן סאיז סתם אנטי-עירקרעפט ראקעטס
איראן זאגט זיי האבן אראפגעשאסן א דראון פון מד"י נעבן די פארדאו נוקלעארע איינריכטונג
איראן מידיע זאגט אז שווערע דעפענסעס ווערן געזען ארום כומעיניס וואוין-ארט
פאטאליטעטן נומער אין איראן ביי 104
שפעקולאציע - וויצע ווענס און טאלסי גאבארד מערקווירדיג שטיל - זיי זענען ארומגענומען מיט אמעריקע ערשט שיטה האלטער וואס ברויזן אז מד"י וועט אריינשלעפן אמעריקע אין נאך א מלחמה
אמעריקאנער אליאירטע אינעם ראיאן האבן געוואוסט איבער די אטאקע אריינגערעכנט קאטאר
מד"י שיקט ארויס א פרישע מעלדונג פאר בירגער זיי זאלן זיין גרייט נעבן שעלטערס מעגליך איבער רעאקציע פון איראן
מיסילס געזען העכער איראק אויפן וועג קיין מד"י
מד"י טוישט אפעראציע פון צוויי וואכן ביז די איראנער סכנה איז עלימינירט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 1:27 pm
דורך פשוט און גראד
דעלטא און יונייטד קענסלן אלע פלייטס במשך די גאנצע זומער. לכה"פ ביז סוף אוגוסט
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: פרייטאג יוני 13, 2025 1:30 pm
דורך פשוט און גראד