בלאט 547 פון 633
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:20 pm
דורך נאסע שמאטעס
די זעלבע זאך, נישט ממש אבער ענליך, איז לגבי די מיידלעך מעשה פון לעצטע וואך. פארוואס זענען זיי צוריק אין גוטאמאלע?
איך פארשטיי וואס מענדי קעניג זאגט אז די עצה איז נישט געקומען פון לב טהור נאר פון א יוצא און א עסקן. גוט. אבער צו האבן זיי געפרעגט בעפאר די 2 עסקנים וואס לעזן אויף די קולט און דיעלן מיט די פראסעקיוטער? איך פארשטיי אז זיי האבן נישט געפרעגט. דאן ווער איז שולדיג? וואס האבן יענע אנדערע עסקנים און געהילפן געמיינט? אויף וועמענס חשבון האבן זיי באשלאסן אז דאס איז א טובה? ווייסן זיי דען נישט אז מען האלט אינמיטן א מערכה און מען קען נישט טון קיין אייגענע אקציעס קעגן די געזעץ? אודאי נעבעך געשעט ביטערע זאכן. נעבעך.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 3:40 pm
דורך פינאַטשוָ
איך פאנג אן צו קלערן אז אפשר ענדזויען די חברה דארט די עקשאן און די עטענטשאן פון ווערן ארעסטירט, אפגעטיילט און פארמשפט?
נאך אלעם ווי לאנג עס גייט אן די אלע איבערקערענישן האט קיינער נישט קיין צייט זיי צו געבן תיקונים אדער ח''ו צו מהרהר זיין אויף די הנהלה, עס האלט זיי אקופייט
ס'איז ווי די בחורים וואס מען האלט פארנומען מיט רבישע חתונות
שיגיעת שניהם משכחת עוון - עס האלט זיי הייליגער
די עיקר זיך נישט דרייען ליידיג, דאס נישט, עס ברענגט נישט קיין גוטס
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:23 pm
דורך לומד
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:44 am
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:14 am
לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה
זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו
בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א
22 north Lorna, Monsey NY 10952
אויב מען וויל איינגלידרען די ל"ט יונגלעך געהעריג מיט אונזערע קינדער - אלץ וואס גייען זיי מיט די מער פרימע לבוש (וואלענע ציצית וכדו)?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:35 pm
דורך Who knows
לומד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:23 pm
אויב מען וויל איינגלידרען די ל"ט יונגלעך געהעריג מיט אונזערע קינדער - אלץ וואס גייען זיי מיט די מער פרימע לבוש (וואלענע ציצית וכדו)?
פארוואס נישט? ס'פעלט היימישע אידן מיט די לבוש?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:57 pm
דורך אהא
Who knows האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:35 pm
לומד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:23 pm
אויב מען וויל איינגלידרען די ל"ט יונגלעך געהעריג מיט אונזערע קינדער - אלץ וואס גייען זיי מיט די מער פרימע לבוש (וואלענע ציצית וכדו)?
פארוואס נישט? ס'פעלט היימישע אידן מיט די לבוש?
איך מיין אז כל זמן א מענטש האט זיך געטוישט אינגאנצען קען מען נישט פאדערן פון עם ער זאל גיין ביזן סוף
און דעריבער כל זמן ער גייט נישט מיט א לבוש וואס שרייט ארויס א סטעמפל איך בין פון לב טהור דארף מען פארקוקען און עס איז באמת נישט געפערליך
בפרט אז גאנץ גיך גייען זיי זיין בר מצוה און סייווי גיין אנגעטאן אזוי (איך גלייב אז רוב פון זייערע קינדער גייען נישט גיין אזוי)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:04 pm
דורך פעיק ניוז
בעצם איז בכלל נישט קיין חילוק וועלכן לבוש זיי גייען.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:42 pm
דורך על פי תורה
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:20 pm
די זעלבע זאך, נישט ממש אבער ענליך, איז לגבי די מיידלעך מעשה פון לעצטע וואך. פארוואס זענען זיי צוריק אין גוטאמאלע?
איך פארשטיי וואס מענדי קעניג זאגט אז די עצה איז נישט געקומען פון לב טהור נאר פון א יוצא און א עסקן. גוט. אבער צו האבן זיי געפרעגט בעפאר די 2 עסקנים וואס לעזן אויף די קולט און דיעלן מיט די פראסעקיוטער? איך פארשטיי אז זיי האבן נישט געפרעגט. דאן ווער איז שולדיג? וואס האבן יענע אנדערע עסקנים און געהילפן געמיינט? אויף וועמענס חשבון האבן זיי באשלאסן אז דאס איז א טובה? ווייסן זיי דען נישט אז מען האלט אינמיטן א מערכה און מען קען נישט טון קיין אייגענע אקציעס קעגן די געזעץ? אודאי נעבעך געשעט ביטערע זאכן. נעבעך.
קיין איין עסקן איז נישט געווען אינוואלווד אין די מעשה פון פאריגע וואך און נישט געוואוסט ביפאר עס האט פאסירט.
ס'איז געקומען בעיקר פון די משפחה אין גווטאמאלא
און מאסיווע פרעשור אויף זייערס א משפחה מיטגליד א פרישע יוצא.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:48 pm
דורך כאטש טראץ אפי'
לומד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:23 pm
אויב מען וויל איינגלידרען די ל"ט יונגלעך געהעריג מיט אונזערע קינדער - אלץ וואס גייען זיי מיט די מער פרימע לבוש (וואלענע ציצית וכדו)?
איך טראכט אז עס איז אפשר נישט שיין צו מעניפולעטן א צווייטן ווי אזוי ער זאל גיין אנגעטון, ווי לאנג ער טשעפעט נישט קיינעם איז נישט דא קיין שום סיבה אז ער זאל נישט טארן גיין ווי אזוי ער פארשטייט, עס איז דעמאקרעסי צייטן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 7:03 pm
דורך אהא
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:48 pm
לומד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:23 pm
אויב מען וויל איינגלידרען די ל"ט יונגלעך געהעריג מיט אונזערע קינדער - אלץ וואס גייען זיי מיט די מער פרימע לבוש (וואלענע ציצית וכדו)?
איך טראכט אז עס איז אפשר נישט שיין צו מעניפולעטן א צווייטן ווי אזוי ער זאל גיין אנגעטון, ווי לאנג ער טשעפעט נישט קיינעם איז נישט דא קיין שום סיבה אז ער זאל נישט טארן גיין ווי אזוי ער פארשטייט, עס איז דעמאקרעסי צייטן
אויב דעמאקרעסי איז קומט אויס לשיטתך דארף מען זיי אויך נישט אריינעמען ביי אונזער חדרים קהילות וכדו' "דעמאקרעסי" (מקען זיי העלפען מיט געבן אביסל עסען און טרינקען)
נאר אוודאי כדי מען זאל מסכים זיין אריינעמען ביי אונז דארפען זיי זיין גרייט זיך צוצושטעלען מיט א מינימום צו אונזער לעבען שטייגער והוא פשוט
נאר אוודאי ווען מען זעהט וויפיל א מענטש פראבירט זיך צושטעלן גייט מען נישט "עד הסוף" און מען איז מעלים עין פון געוויסע זאכען
(נישט אז די דוגמא פון וואלענע ציצית איז עפעס א פראבלעם נאר דאס וואס דו זאגסט אז זיי קענען ממשיך זיין מיט זייערע קליידער זאג איך אז דאס איז אויפען חשבון פון שיקען קינדער לערנען אין חדר)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:14 pm
דורך מענדי קעניג
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 1:16 am
אויב די אבלאווע איז אנגעפירט געווארן דורך די אימיגראציע, איז די מצב נישט אזוי געפערליך. אויך גענוג ביטער ליידער, אבער נישט אזוי ווי איך האב עס פריער אראפגעלייגט.
לאמיר דאס אויסקלארן:
די פריעדיגע דאקיומענט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דא פריער, איז געווען פון די ICBF - דאס איז די טשיילד פראטעקשן אין קלאמביע. דעריבער האב איך פארשטאנען אז זייי האבן דורכגעפירט די אבלאווע. אויב דאס וואלט טאקע געווען דער מצב, דאן וואלט עס געווען גאר ביטער פאר זיי, אזוי ווי איך האב פריער געשריבן און דאס איז א פראצודור וואס קען נעמען וואכן און חדשים, מיט שווערע קאנצעקווענצן, ביז תפיסה, אפטיילן די קינדער אויף שטענדיג און ערגער.
אצינד שרייבן מענדי קעניג, אז די אימיגרעישן האט עס דורכגעפירט, דאס איז שוין אסאך א ליייכטערע מצב. דאס מיינט אז מען וועט זיי פשוט פארטרייבן פון לאנד. געווענליך מיינט דאס, אז מען פארטרייבט אלע עלטערע צו איין לאנד (למשל גואטאמאלא) און די קינדער שיקט מען יעדער איינער דארט וואו ער האט בירגעררעכט, דאס מיינט אז מען צוטיילט די קינדער פון די עלטערן. מיט א געזונטע עסקנות קען מען ערלעדיגן אז די עלטערן זאלן גיין צוזאמען מיט די קינדער און נישט מוזן ווערן אפגעטיילט.
די שאלה איז:
קענען די קינדער זען די עלטערן אצינד, אן א סאשעל ווארקער וואס געפינט זיך אויפן ארט? - אויב נישט, זענען זיי אין ICBF, און דאן איז נישט גוט. אויב נישט, דאן זענען זיי ביי די אימיגרעישן.
ווער פון די רעגירונג איז אצינד אין קאנטאקט מיט די עלטערן? - זענען דאס אגענטן אין בלוי און ווייסע מונדירן? - דאן איז מען ביי די אימיגרעישן - אסאך לייכטער.
די קינדער געפינען זיך פארשפארט, אויף אייזערנע בעטן, מיט שומרים, אינאיינעם מיט אסאך אנדערע קינדער? - דאן טויג נישט די מצב, זיי זענען ביי ICBF.
בקיצור, מען דארף בודק זיין וואו די קינדער געפינען זיך יעצט, און אזוי קען מען וויסן ווער עס האט געמאכט די אבלאווע און וואס עס איז די מצב מיט די קינדער.
אויב איז עס טאקע די אימיגרעישן דעפארטמענט, קען מען זאגן א צווייי מינוט'דיגע מודים מארגן.
לויט ווי איך ווייס איז דאס אנגעפירט גיווארן דוירך די אימגרעישן.
ווי באלד עס איז פארהאנען קינדער ציווישן זיי איז נארמאל אז טשיילד פראטעקשן זאלן מיט קומען פאר די סעפטי פון די קינדער.
אויב די חברה שטעלן זיך נישט אקעגן קענען די אימגרעישן זיי דיפארטן אן אדוירך גיין א פראסעס וואס אינוואלפט טשיילד פראטעקשן און ממילא קורט וואס מיינט לאנגע וואכן.
אויב די קינדער ווערן איבער גיגעבן צו די טשיילד פראטעקשן מיז עס קודם ווערן באשטעטיגט ביי א שופט וואס וועט געבן א צייטווייליגע רשות ביזן משפט וואס קען נעמען אסאך צייט
כהאב נעכטן געשריבן אז די חברה האבן גיחתמנט אז זיי זענען מסכים צו ווערן דיפארטעט, לויט ווי ס'ווערט מיר יעצט קלאר אז נאר א חלק האבן גיחתמנט דערויף ממילא קען זיך דאס ווייטער שלעפן קיינער ווייסט נישט ביז ווען
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:18 pm
דורך מענדי קעניג
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:20 pm
די זעלבע זאך, נישט ממש אבער ענליך, איז לגבי די מיידלעך מעשה פון לעצטע וואך. פארוואס זענען זיי צוריק אין גוטאמאלע?
איך פארשטיי וואס מענדי קעניג זאגט אז די עצה איז נישט געקומען פון לב טהור נאר פון א יוצא און א עסקן. גוט. אבער צו האבן זיי געפרעגט בעפאר די 2 עסקנים וואס לעזן אויף די קולט און דיעלן מיט די פראסעקיוטער? איך פארשטיי אז זיי האבן נישט געפרעגט. דאן ווער איז שולדיג? וואס האבן יענע אנדערע עסקנים און געהילפן געמיינט? אויף וועמענס חשבון האבן זיי באשלאסן אז דאס איז א טובה? ווייסן זיי דען נישט אז מען האלט אינמיטן א מערכה און מען קען נישט טון קיין אייגענע אקציעס קעגן די געזעץ? אודאי נעבעך געשעט ביטערע זאכן. נעבעך.
איך האב נישט גיזאגט דעס וואס דו שרייבסט. ביטע ליין איבער וואס כהאב געשריבן און זיי פינקליך מיט איבער זאגן זאכן בשמי
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:24 pm
דורך מענדי קעניג
דא קענט איר זעהן אויף איינע פון די פארשפרייטע פיקטשערס, אימיגרעישן אופיסער ביי די שעלטער ווי ווערן גיהאלטן די קינדער צוזאמען מיט די עלטערע.
סא דערווייל זענען זיי נישט אונטער טשיילד פראטעקשן נאר אימיגרעישן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:47 pm
דורך ממעמקים
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:24 pm
דא קענט איר זעהן אויף איינע פון די פארשפרייטע פיקטשערס, אימיגרעישן אופיסער ביי די שעלטער ווי ווערן גיהאלטן די קינדער צוזאמען מיט די עלטערע.
סא דערווייל זענען זיי נישט אונטער טשיילד פראטעקשן נאר אימיגרעישן.
מי כעמך לב טהור!!
קוק די מסירת נפש וואס זיי גייען דורך
אפילו אנקומען צו א מצב פון שלאפן אפאר משפחות פרעמדע מענער פרויען ארעסטירט אין 1 שטוב אבי נישט זיך שמדן און אנקומען צו אמעריקע וואו יעדע משפחה קען וואוינען אין אן אייגענע דירה- אזא פירצה השם ישמור!!

- JPEG image.jpeg (133.94 KiB) געזען געווארן 1805 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:12 am
דורך אורך ימים
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:14 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 1:16 am
אויב די אבלאווע איז אנגעפירט געווארן דורך די אימיגראציע, איז די מצב נישט אזוי געפערליך. אויך גענוג ביטער ליידער, אבער נישט אזוי ווי איך האב עס פריער אראפגעלייגט.
לאמיר דאס אויסקלארן:
די פריעדיגע דאקיומענט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דא פריער, איז געווען פון די ICBF - דאס איז די טשיילד פראטעקשן אין קלאמביע. דעריבער האב איך פארשטאנען אז זייי האבן דורכגעפירט די אבלאווע. אויב דאס וואלט טאקע געווען דער מצב, דאן וואלט עס געווען גאר ביטער פאר זיי, אזוי ווי איך האב פריער געשריבן און דאס איז א פראצודור וואס קען נעמען וואכן און חדשים, מיט שווערע קאנצעקווענצן, ביז תפיסה, אפטיילן די קינדער אויף שטענדיג און ערגער.
אצינד שרייבן מענדי קעניג, אז די אימיגרעישן האט עס דורכגעפירט, דאס איז שוין אסאך א ליייכטערע מצב. דאס מיינט אז מען וועט זיי פשוט פארטרייבן פון לאנד. געווענליך מיינט דאס, אז מען פארטרייבט אלע עלטערע צו איין לאנד (למשל גואטאמאלא) און די קינדער שיקט מען יעדער איינער דארט וואו ער האט בירגעררעכט, דאס מיינט אז מען צוטיילט די קינדער פון די עלטערן. מיט א געזונטע עסקנות קען מען ערלעדיגן אז די עלטערן זאלן גיין צוזאמען מיט די קינדער און נישט מוזן ווערן אפגעטיילט.
די שאלה איז:
קענען די קינדער זען די עלטערן אצינד, אן א סאשעל ווארקער וואס געפינט זיך אויפן ארט? - אויב נישט, זענען זיי אין ICBF, און דאן איז נישט גוט. אויב נישט, דאן זענען זיי ביי די אימיגרעישן.
ווער פון די רעגירונג איז אצינד אין קאנטאקט מיט די עלטערן? - זענען דאס אגענטן אין בלוי און ווייסע מונדירן? - דאן איז מען ביי די אימיגרעישן - אסאך לייכטער.
די קינדער געפינען זיך פארשפארט, אויף אייזערנע בעטן, מיט שומרים, אינאיינעם מיט אסאך אנדערע קינדער? - דאן טויג נישט די מצב, זיי זענען ביי ICBF.
בקיצור, מען דארף בודק זיין וואו די קינדער געפינען זיך יעצט, און אזוי קען מען וויסן ווער עס האט געמאכט די אבלאווע און וואס עס איז די מצב מיט די קינדער.
אויב איז עס טאקע די אימיגרעישן דעפארטמענט, קען מען זאגן א צווייי מינוט'דיגע מודים מארגן.
לויט ווי איך ווייס איז דאס אנגעפירט גיווארן דוירך די אימגרעישן.
ווי באלד עס איז פארהאנען קינדער ציווישן זיי איז נארמאל אז טשיילד פראטעקשן זאלן מיט קומען פאר די סעפטי פון די קינדער.
אויב די חברה שטעלן זיך נישט אקעגן קענען די אימגרעישן זיי דיפארטן אן אדוירך גיין א פראסעס וואס אינוואלפט טשיילד פראטעקשן און ממילא קורט וואס מיינט לאנגע וואכן.
אויב די קינדער ווערן איבער גיגעבן צו די טשיילד פראטעקשן מיז עס קודם ווערן באשטעטיגט ביי א שופט וואס וועט געבן א צייטווייליגע רשות ביזן משפט וואס קען נעמען אסאך צייט
כהאב נעכטן געשריבן אז די חברה האבן גיחתמנט אז זיי זענען מסכים צו ווערן דיפארטעט, לויט ווי ס'ווערט מיר יעצט קלאר אז נאר א חלק האבן גיחתמנט דערויף ממילא קען זיך דאס ווייטער שלעפן קיינער ווייסט נישט ביז ווען
פון וואו קענסטו וויסן ווער עס חתמ'עט און ווער נישט? דו האסט קשר מיט זיי?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 6:52 am
דורך נר נשמה
בפ איד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:00 am
די עסקנים גייען נאכאמאל העלפן אזוי ווי בעפאר?
אוודאי! וואס פאר א שאלה?
העלפן א איד זיך שטעלן אויף די פיס?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 7:15 am
דורך Antwerp Boy
למעשה ווי אזוי איז קאלאמביע געוואר געווארן אז לב טהור איז דארט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 7:28 am
דורך ז'וריקער
Antwerp Boy האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 7:15 am
למעשה ווי אזוי איז קאלאמביע געוואר געווארן אז לב טהור איז דארט?
פון שכנים וואס האבן אריינגערופן ריפארטען זעהן מענטשן - מענער פרויען און קליינע פיצי קינדער - וואס גייען אנגעטון מיט א מאדנע קאליר שאל און פירן זיך אויף מאדנע...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 9:30 am
דורך נאסע שמאטעס
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 10:18 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:20 pm
די זעלבע זאך, נישט ממש אבער ענליך, איז לגבי די מיידלעך מעשה פון לעצטע וואך. פארוואס זענען זיי צוריק אין גוטאמאלע?
איך פארשטיי וואס מענדי קעניג זאגט אז די עצה איז נישט געקומען פון לב טהור נאר פון א יוצא און א עסקן. גוט. אבער צו האבן זיי געפרעגט בעפאר די 2 עסקנים וואס לעזן אויף די קולט און דיעלן מיט די פראסעקיוטער? איך פארשטיי אז זיי האבן נישט געפרעגט. דאן ווער איז שולדיג? וואס האבן יענע אנדערע עסקנים און געהילפן געמיינט? אויף וועמענס חשבון האבן זיי באשלאסן אז דאס איז א טובה? ווייסן זיי דען נישט אז מען האלט אינמיטן א מערכה און מען קען נישט טון קיין אייגענע אקציעס קעגן די געזעץ? אודאי נעבעך געשעט ביטערע זאכן. נעבעך.
איך האב נישט גיזאגט דעס וואס דו שרייבסט. ביטע ליין איבער וואס כהאב געשריבן און זיי פינקליך מיט איבער זאגן זאכן בשמי
ביסט גערעכט, האסט נישט געשריבן עסקן נאר יוצא. איך האב נישט מדייק געווען ווייל עס מאכט נישט אזא חילוק צו מיין נקודה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:48 am
דורך סאלי
וועלעכע משפחות איז די רעדע דא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:54 pm
דורך גארנישט
עס דארף באטאנט ווערן אז די חברה זענען איצט ווי א שיף אן א רידער, זינט יעקב נחום ימ''ש איז אין לאך.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:16 pm
דורך ז'וריקער
גארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:54 pm
עס דארף באטאנט ווערן אז די חברה זענען איצט ווי א שיף אן א רידער, זינט יעקב נחום ימ''ש איז אין לאך.
שרייבן ימ"ש אויף א איד איז קיין קינדער שפיל! רשע מרושה, יא. שגץ, יא. אכזר, יא. ימ"ש און שר"י איז אבער נישט קיין טיטל פאר א איד... לענ"ד.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:21 pm
דורך גארנישט
ז'וריקער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:16 pm
גארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:54 pm
עס דארף באטאנט ווערן אז די חברה זענען איצט ווי א שיף אן א רידער, זינט יעקב נחום ימ''ש איז אין לאך.
שרייבן ימ"ש אויף א איד איז קיין קינדער שפיל! רשע מרושה, יא. שגץ, יא. אכזר, יא. ימ"ש איז אבער נישט קיין טיטל פאר א איד... לענ"ד.
ידיעה בעלמא, א מחלל שבת בפרהסיא איז יינו יין נסך..
(קען זען אז עס קומט נישט דא אריין איך שרייב סתם)
עס זענען אבער דא אידן פאר וועם די טיטל איז יא געמאכט, אויב איז דא איינער אינעם דור, דאן איז דאס דער הונט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:24 pm
דורך ז'וריקער
גארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:21 pm
ז'וריקער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:16 pm
גארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:54 pm
עס דארף באטאנט ווערן אז די חברה זענען איצט ווי א שיף אן א רידער, זינט יעקב נחום ימ''ש איז אין לאך.
שרייבן ימ"ש אויף א איד איז קיין קינדער שפיל! רשע מרושה, יא. שגץ, יא. אכזר, יא. ימ"ש איז אבער נישט קיין טיטל פאר א איד... לענ"ד.
ידיעה בעלמא, א מחלל שבת בפרהסיא איז יינו יין נסך..
(קען זען אז עס קומט נישט דא אריין איך שרייב סתם)
עס זענען אבער דא אידן פאר וועם די טיטל איז יא געמאכט, אויב איז דא איינער אינעם דור, דאן איז דאס דער הונט
אה, הונט איז א גוטע טיטל...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:39 pm
דורך מנהיג
"זיכה רבים וזכה אדונינו בר יוחאי"
זייענדיג טעגליך בקשר מיט די ראשי העסקנים פון מאנטריאל-קרית טאהש הצדיקים הרב אהרן הערש שרייבער והרב שלו' פנחס באנדא, האב איך מיטגעהאלטן די ספיקות וואס זיי האבן געהאט צו יא אדער נישט צו פארן מיט'ן נסיעה פון כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א, מפני כמה סיבות, ובעיקר אז זיי האבן נישט געקענט פועל'ן ביי זיך איבערצולאזן די טייערע משפחות היוצאים, ווי אויך זייענדיג מיט נישט צו פולע קעשענעס נאכן אויסהאלטן די אלע נפשות יקרות די פארגאנגענע חדשים.
אלע ספיקות זענען אבער אוועקגעפאלן באקומענדיג די ידיעה אז די צדיקימ'לעך לבית לעווי גארן מיטצוהאלטן די נסיעה און ברויכן איינעם צו די האנט, ברגע האחרון ממש זענען טיקעטס באשטעלט געווארן, און די בעלי מסירות נפש האבן באגלייט די יוצאים דורכאויס די נסיעה.
אט זעהט די שמייכל אויף זייערע פנימ'ער און זאגט מיר צו קאמענטארן זענען נויטיג...
"הוא ימליץ טוב בעדיכם אדונינו בר יוחאי!!!"
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:46 pm
דורך אהא
ז'וריקער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 1:16 pm
גארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 12:54 pm
עס דארף באטאנט ווערן אז די חברה זענען איצט ווי א שיף אן א רידער, זינט יעקב נחום ימ''ש איז אין לאך.
שרייבן ימ"ש אויף א איד איז קיין קינדער שפיל! רשע מרושה, יא. שגץ, יא. אכזר, יא. ימ"ש און שר"י איז אבער נישט קיין טיטל פאר א איד... לענ"ד.
עס איז ידוע די שאלה פון איינע פון די גרויסער צו מען קען מתיר זיין ווייב אן חליצה
און די תשובה איז ניין ווייל אויף עם זאגט אויך די תורה "
ולא ימחה שמו מישראל"