בלאט 542 פון 633
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:11 pm
דורך קרני פרה
איך גיי מיר דא אננעמען פאר ידידי @מענדי קעניג אינדרויסן פון די טענה׳ריי בנוגע דרכי העסקנים השונים, וואו עס דאכט זיך מיר אז דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס ער מיינט ארויסצוברענגען…..
מענדי׳ס ציל אין די פרשה איז נישט געווען צו צוברעכן לב טהור, הגם ער האט שטארק געהאלפען דערמיט ארבעטנדיג אינאיינעם טאקע מיט די ראשי העסקנים, דערפאר איז נאריש די גאנצע טענה׳ריי צו ער וואלט געקענט אליין אדער נישט… צו ער האט א אנדערע מהלך צו נישט, הוידל בוידל…
זיין ציל איז געווען ארויסצוזען ״זיין״ משפחה פון לב טהור, און אין דעם האט ער מצליח געווען 100% !! אלע זיינע ברודער און שוועסטער זענען אינדרויסן, און ער פארדעם זיך מוסר נפש געווען אין געטון אלעס אויף דער וועלט דאס זאל געשען, אין עס ליגט אויף זיין און זיינע ברודער׳ס קאפ אלע הוצאות פון טויזענטער דאלארן.
נישט דא קיין אנדערע גרויסע משפחה וואס האלט אזוי ווייט ארויס ווי זיין, איז צו זאגן אז ער פארשטייט נישט וויאזוי ארויס צונעמען מענטשן פון לב טהור (אדער לב טהור פון מענטשען…) איז אבסורד
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:15 pm
דורך פופציגער
@מענדי קעניג נאר צו קלארשטעלן, כהאב נישט געשריבן דא פריער דיר צו צימבלען.
האסט שוין אסאך מאל געשריבן וועגן אנדערע עסקנים, קען זיין מ'האט למעשה געמעקט, מאכט נישט אויס, כהאב סתם ארויסגעברענגט א נקודה וואס קען בעצם זיין נוגע פונקט אזוי אן דיין נאמען. סתם א נקודה למחשבה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:19 pm
דורך גרינטליך
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:58 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:56 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:50 pm
איך האב נישט געזאגט אז איך האב א אנונג. איך האב געזאגט אז דו און מענדי האבן נישט.
נאר איין מאל האב איך געזען דא א צומישעניש און איך האב געקאנטאקט איינעם וואס איז בקשר מיט די ראשי עסקנים און יענער האט גערעדט צו מיר בערך 10 מינוט צו פארציילן יענע פרטים, און יענע איינע מאל איז מיר געווען איבער גענוג צו פארשטיין אז אלע וואס רעדן דא אזוי גרויס מיט זייערע געוואלדיגע קשר צו די נושא זענען זיך זייער טועה נישט ווייל זיי ווילן נאר ווייל זיי האבן נישט די עכטע פארשטאנד צו די ארבעט וואס דא ווערט געטון.
חחחחחח......
וואס זאל מען טוהן אז @על פי תורה האט געניג און נאך מאל געזאגט אנדערש ווי דיר.
אויף @מענדי קעניג און @עסקן נמרץ
במחילת כבודך די ביסט א מבין פון 10 מינוט רעד'ן אויפן טלפון ווער איז יא און ווער האט יא אדער נישט קיין אנונג???
ס'איז כמעט ערב ראש חודש כסלו נישט אדר.
דו זאגסט אז דער פראבלעם איז אז @על פי תורה האט זייער גוטע מדות. ודי בזה איך וויל נישט עס זאל נאכאמאל אויסזען אז איך רעדן קעגן איינעם. אבער יעדער ווייסט ווער עס פארמאכט לב טהור. מען דארף עס נישט חזר'ן.
די ענפערסט נאך?
@על פי תורה האט טאקע גוט'ע מידות, אבער ס'געהערט נישט דא אין די שמועס.
(אגב די ביידע עסקנים האבן אויכעט גאלדענע מידות יעדער וואס האט אמאל געקומען און בארירונג מיט זיי וועט צו שטימען אויף דעם.)
ער האט זיי ביידע מספיד געווען מער ווי איינמאל, און זיין לאנגע אינטערוויו אויכעט
אבער די קריכסט ארויף העכער און העכער אויפן בוים.
די רייסט שוין איינמאל אראפ.
יא, דיין פארלעסליך מקורות זענען פון דיין חבר וואס האט גערעדט 10 מינוט מיט זאל זיין אפילו יעדער איינציגסטע עסקן און די גאנצע מסכת ל"ט מרישא עד גמירא.
פון דיין חבר רעדן 10 מינוט קענסטו נאך גארנישט, סאו פליז ריספעקט יארסעלף אנד באק אוף.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:21 pm
דורך גרינטליך
קרני פרה האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:11 pm
איך גיי מיר דא אננעמען פאר ידידי @מענדי קעניג אינדרויסן פון די טענה׳ריי בנוגע דרכי העסקנים השונים, וואו עס דאכט זיך מיר אז דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס ער מיינט ארויסצוברענגען…..
מענדי׳ס ציל אין די פרשה איז נישט געווען צו צוברעכן לב טהור, הגם ער האט שטארק געהאלפען דערמיט ארבעטנדיג אינאיינעם טאקע מיט די ראשי העסקנים, דערפאר איז נאריש די גאנצע טענה׳ריי צו ער וואלט געקענט אליין אדער נישט… צו ער האט א אנדערע מהלך צו נישט, הוידל בוידל…
זיין ציל איז געווען ארויסצוזען ״זיין״ משפחה פון לב טהור, און אין דעם האט ער מצליח געווען 100% !! אלע זיינע ברודער און שוועסטער זענען אינדרויסן, און ער פארדעם זיך מוסר נפש געווען אין געטון אלעס אויף דער וועלט דאס זאל געשען, אין עס ליגט אויף זיין און זיינע ברודער׳ס קאפ אלע הוצאות פון טויזענטער דאלארן.
נישט דא קיין אנדערע גרויסע משפחה וואס האלט אזוי ווייט ארויס ווי זיין, איז צו זאגן אז ער פארשטייט נישט וויאזוי ארויס צונעמען מענטשן פון לב טהור (אדער לב טהור פון מענטשען…) איז אבסורד
@קרני פרה נישט געקענט דאס זאגן בעסער.
כל מילה פנינה!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:22 pm
דורך נאסע שמאטעס
@גרינטליך וואס וועט זיין אויב איך וועל דיך פארציילן אז מיין חבר'ס נאמען איז @על פי תורה?
איך וויל נישט גיין ווייטער אבער איך ווייס נישט וואס דו רעדסט דא. איך האב גארנישט געזאגט אנדערש.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:26 pm
דורך גרינטליך
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:22 pm
@גרינטליך וואס וועט זיין אויב איך וועל דיך פארציילן אז מיין חבר'ס נאמען איז @על פי תורה?
איך וויל נישט גיין ווייטער אבער איך ווייס נישט וואס דו רעדסט דא. איך האב גארנישט געזאגט אנדערש.
ס'קומט דיר נאך א ענטפער אויף דעם?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:27 pm
דורך מענדי קעניג
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:10 pm
ווער עס וויל הערן די מעשה שהיה, אויף וואס די טעמע האט ב''ה אויפגעלעבט.
עס זענען געווען 2 מיידלעך אין אמעריקע בנות ר' מיכאל יודא גאלדמאן, וויפיל כוחות די עסקנים האבן אריינגעלייגט אין זיי האט מען נישט מצליח געווען זיי אוועקצושטעלן, די סיבה איז געווען די קשר וואס זיי האבן געהאלטן מיט לב טהור, געוויסע עסקנים האלטן אז נישט נאר דאס איז געווען די סיבה, נאר די סיבה איז וויבאלד זיי האבן נאך אישו'ס חוץ לב טהור. על זה יש לדון ולעיין ולפלפל. אבער עכ''פ קיין איין עסקן האלט נישט אז די סעלושן האט געדארפט זיין זיי צוריק צו טראגן אויף גווטאמאלא.
למעשה האבן געוויסע קרובי המשפחה פון גווטאמאלא געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, און זיי האבן אראנדשירט דאס צוריקקער פון די מיידלעך.
א טאג א האלב נאך וואס די מיידלעך זענען שוין געווען אין גווטאמאלא האט די pgn זיי אנגעהויבן זוכן, און נאטורלעך געגאנגען זוכן אין די הויז פון @משה חיים צבי וויבאלד זיין ווייב האט באקומען קאסטעדי אין גווטאמאלא אויף דעי קינדער זיי צו טראגן קיין אמעריקע. זיי האבן פארלאנגט אז עס איז איר אחריות צוריקצוברענגן די קינדער, און אויב נישט וועלן זיי איר מאכן פראבלעמען וויבאלד זי מעג לעגאל נישט צוריק קומען אין גווטאמאלא.
נאך 6 שעה וואס די pgn איז איז געווען דארט זענען די מיידלעך געברענגט געווארן לבית ר' חיים צבי.
דאן האט די pgn גע'טענה'ט אז מרת מלכא מעג נישט האלטן אפילו איר קינד וויבאלד זי האט נישט קאסטעדי אויף איר קינד נאר א פעטער אין אמעריקע.
עס האט געדראעט פאר די 2 מידלעך צוריק צו גיין אין שעלטער און די מצב איבער חיים צבי'ס קינד איז געווען פארנעפלט.
למעשה האט די שופט געפסקנט אז היות חיים צבי'ס ווייב האט קאסטעדי אויף די מיידלעך אין גווטאמאלא קען זי האלטן די קינדער אין גווטאמאלא. און אויך צוגעלייגט אז אויב חיים צבי'ס ווייב מעג האבן קאסטעדי אויף אירע שוועסטערס מעג זי אויך האבן קאסטעדי אויף איר אייגן קינד. אבער חיים צבי מעג נישט זיין אננדערהיים מיט זיי וויבאלד ער האלט אינמיטן זיין לעגאלע פראסעס.
למעשה ארבעט יעצט חיים צבי זיין ווייב זאל פטור ווערן פון די קאסטעדי אויף די 2 קינדער, וויבאלד ער איז אריינגעפאלן דא אין לעגאלע פראבלעמען, איבערפעלער און אינוועסטעגעישנס, אנגעדרייט דורך אנדערע, נאכן לעבן רואיג מיט זיין משפחה פאר די לעצטע 3 חדשים, און ער זוכט זיך בכלל נישט קיין צרות, צו זיין אקטיוו אין קיין מלחמות אדער אקציעס.
עס איז וויכטיג צו אויסקלארן אז חיים צבי האט נישט געוואוסט פון די גאנצע אקציע ביז ווי לאנג די קינדער זענען נישט געווען אויפן פליגער, וויבאלד די וועלעכע האבן עס אנגעדרייט האבן עס שטארק אויסבאהאלטן פון סיי וועם היות זיי האבן געציטערט עס זאל נישט אנקומען צו די עסקנים.
דער באריכט איז נישט געווידמעט זיך צו אננעמען אדער באשולדיגן סיי וועם, נאר בלויז צו ברענגען די פאקטן.
ייש"כ פארן אויסקלארן די מעשה כמו שהוא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:29 pm
דורך נאסע שמאטעס
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:26 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:22 pm
@גרינטליך וואס וועט זיין אויב איך וועל דיך פארציילן אז מיין חבר'ס נאמען איז @על פי תורה?
איך וויל נישט גיין ווייטער אבער איך ווייס נישט וואס דו רעדסט דא. איך האב גארנישט געזאגט אנדערש.
ס'קומט דיר נאך א ענטפער אויף דעם?
ניין. איך האב נישט געפרעגט קיין שאלה.
דו זאגסט מיר אז דער און יענער פארשטייט און ווייסט אלעס ארום די לב טהור מערכה ווייל
@על פי תורה האט באשטעטיגט אז ער איז עוסק וכו'. האסטו מיר געמאכט שמייכלען. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:37 pm
דורך גרינטליך
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:29 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:26 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:22 pm
@גרינטליך וואס וועט זיין אויב איך וועל דיך פארציילן אז מיין חבר'ס נאמען איז @על פי תורה?
איך וויל נישט גיין ווייטער אבער איך ווייס נישט וואס דו רעדסט דא. איך האב גארנישט געזאגט אנדערש.
ס'קומט דיר נאך א ענטפער אויף דעם?
ניין. איך האב נישט געפרעגט קיין שאלה.
דו זאגסט מיר אז דער און יענער פארשטייט און ווייסט אלעס ארום די לב טהור מערכה ווייל @על פי תורה האט באשטעטיגט אז ער איז עוסק וכו'. האסטו מיר געמאכט שמייכלען. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר.
וועלן מיר מאכן חזרה, טאקע אלעמאל א גוט'ע זאך
ס'קומט דיר נאך א ענטפער אויף דעם?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:45 pm
דורך עסקן נמרץ
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:50 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:37 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:12 pm
פארוואס זאגסטו שוין נאכאמאל אז איך רייס אים אראפ? איך קען אים בכלל נישט און איך ווייס נישט ווי ערליך ער איז און ווי חשוב ער איז. איך האב אים ליב ווי יעדן איד.
איין זאך. ער קען נישט צומאכן לב טהור און ער האלט נישט מיט וואס עס טוען די עסקנים וואס פארמאכן עס. איז דאס נישט קלאר?
זייער קלאר!!!
אז דו האסט נישט אהנונג וואס קומט פאר................
איך האב נישט געזאגט אז איך האב א אנונג. איך האב געזאגט אז דו און מענדי האבן נישט.
נאר איין מאל האב איך געזען דא א צומישעניש און איך האב געקאנטאקט איינעם וואס איז בקשר מיט די ראשי עסקנים און יענער האט גערעדט צו מיר בערך 10 מינוט צו פארציילן יענע פרטים, און יענע איינע מאל איז מיר געווען איבער גענוג צו פארשטיין אז אלע וואס רעדן דא אזוי גרויס מיט זייערע געוואלדיגע קשר צו די נושא זענען זיך זייער טועה נישט ווייל זיי ווילן נאר ווייל זיי האבן נישט די עכטע פארשטאנד צו די ארבעט וואס דא ווערט געטון.
איך בין גרייט דיר צו געבן נעקסטע וואך 11 מינוט בל"נ
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:48 pm
דורך נאסע שמאטעס
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:45 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:50 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:37 pm
זייער קלאר!!!
אז דו האסט נישט אהנונג וואס קומט פאר................
איך האב נישט געזאגט אז איך האב א אנונג. איך האב געזאגט אז דו און מענדי האבן נישט.
נאר איין מאל האב איך געזען דא א צומישעניש און איך האב געקאנטאקט איינעם וואס איז בקשר מיט די ראשי עסקנים און יענער האט גערעדט צו מיר בערך 10 מינוט צו פארציילן יענע פרטים, און יענע איינע מאל איז מיר געווען איבער גענוג צו פארשטיין אז אלע וואס רעדן דא אזוי גרויס מיט זייערע געוואלדיגע קשר צו די נושא זענען זיך זייער טועה נישט ווייל זיי ווילן נאר ווייל זיי האבן נישט די עכטע פארשטאנד צו די ארבעט וואס דא ווערט געטון.
איך בין גרייט דיר צו געבן נעקסטע וואך 11 מינוט בל"נ
דו האסט אויפגעלעזט לב טהור? מיין צייט איז טייט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:53 pm
דורך ברוך אברהם
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:48 pm

זייער נייגעריג, די יא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:56 pm

לב טהור איז שוין אויפגעלעזט ביי נאו ? איך האב אסאך צייט…
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:58 pm
דורך יאנקל גרויס
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:48 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:45 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:50 pm
איך האב נישט געזאגט אז איך האב א אנונג. איך האב געזאגט אז דו און מענדי האבן נישט.
נאר איין מאל האב איך געזען דא א צומישעניש און איך האב געקאנטאקט איינעם וואס איז בקשר מיט די ראשי עסקנים און יענער האט גערעדט צו מיר בערך 10 מינוט צו פארציילן יענע פרטים, און יענע איינע מאל איז מיר געווען איבער גענוג צו פארשטיין אז אלע וואס רעדן דא אזוי גרויס מיט זייערע געוואלדיגע קשר צו די נושא זענען זיך זייער טועה נישט ווייל זיי ווילן נאר ווייל זיי האבן נישט די עכטע פארשטאנד צו די ארבעט וואס דא ווערט געטון.
איך בין גרייט דיר צו געבן נעקסטע וואך 11 מינוט בל"נ
דו האסט אויפגעלעזט לב טהור? מיין צייט איז טייט...
ער איז א ייד וואס העלפט טאג און נעכט יוצאים פון לב טהור בשעת די ביסט ביזי צו שרייבן אקעגן מנדי מלכה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:59 pm
דורך גרינטליך
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:45 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:50 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:37 pm
זייער קלאר!!!
אז דו האסט נישט אהנונג וואס קומט פאר................
איך האב נישט געזאגט אז איך האב א אנונג. איך האב געזאגט אז דו און מענדי האבן נישט.
נאר איין מאל האב איך געזען דא א צומישעניש און איך האב געקאנטאקט איינעם וואס איז בקשר מיט די ראשי עסקנים און יענער האט גערעדט צו מיר בערך 10 מינוט צו פארציילן יענע פרטים, און יענע איינע מאל איז מיר געווען איבער גענוג צו פארשטיין אז אלע וואס רעדן דא אזוי גרויס מיט זייערע געוואלדיגע קשר צו די נושא זענען זיך זייער טועה נישט ווייל זיי ווילן נאר ווייל זיי האבן נישט די עכטע פארשטאנד צו די ארבעט וואס דא ווערט געטון.
איך בין גרייט דיר צו געבן נעקסטע וואך 11 מינוט בל"נ

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:59 pm
דורך גרינטליך
יאנקל גרויס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:58 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:48 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:45 pm
איך בין גרייט דיר צו געבן נעקסטע וואך 11 מינוט בל"נ
דו האסט אויפגעלעזט לב טהור? מיין צייט איז טייט...
ער איז א ייד וואס העלפט טאג און נעכט יוצאים פון לב טהור בשעת די ביסט ביזי צו שרייבן אקעגן מנדי מלכה
און אקעגן
@עסקן נמרץ
ביידע מענטשן וואס האבן געספענט 10 מינוט עוסק זיין אין די פרשיית ל"ט צוזאמען מיט זייערע חברים, וואס נעמט אויכעט אריין
@על פי תורה און דעם טיטל.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:02 pm
דורך נאסע שמאטעס
יאנקל גרויס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:58 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:48 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:45 pm
איך בין גרייט דיר צו געבן נעקסטע וואך 11 מינוט בל"נ
דו האסט אויפגעלעזט לב טהור? מיין צייט איז טייט...
ער איז א ייד וואס העלפט טאג און נעכט יוצאים פון לב טהור בשעת די ביסט ביזי צו שרייבן אקעגן מנדי מלכה
וחוזר חלילה. איך האב געזאגט אז ער העלפט נישט קיין יוצאים? איך האב געשריבן קעגן מענדי מלכה? עס שפירט ווי איך רעד מיט ילדים פון די גרויסע כיתה ט'. די ווערטלעך זענען עפעס נישט פשוט פעסט. זייטס מיר אלע מוחל.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:11 pm
דורך גרינטליך
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:02 pm
יאנקל גרויס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:58 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 3:48 pm
דו האסט אויפגעלעזט לב טהור? מיין צייט איז טייט...
ער איז א ייד וואס העלפט טאג און נעכט יוצאים פון לב טהור בשעת די ביסט ביזי צו שרייבן אקעגן מנדי מלכה
וחוזר חלילה. איך האב געזאגט אז ער העלפט נישט קיין יוצאים? איך האב געשריבן קעגן מענדי מלכה? עס שפירט ווי איך רעד מיט ילדים פון די גרויסע כיתה ט'. די ווערטלעך זענען עפעס נישט פשוט פעסט. זייטס מיר אלע מוחל.
זעט אויס אז אונז אלע זענען צו קליין צו פארשטיין דיין חכמה, אפשר גיי רעד מיט עלטערע און קלוגערע פון אונז.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:16 pm
דורך נאסע שמאטעס
ריכטיג איך טראכט דערוועגן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:17 pm
דורך נאסע שמאטעס
מקשין העולם האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 1:15 pm
בס"ד
נקודות למחשבה פון מיין קוק ווינקל.
► Show Spoiler
בס"ד
נקודות למחשבה פון מיין קוק ווינקל.
אין א מלחמה מוז זיין איין גענעראל אויף א באטאליאן פון סאלדאטן, יעדער סאלדאט דארף טוהן זיין תפקיד בנאמנות ובשלימות, און די החלטות באלאנגט פאר איין שר צבא אויסשליסליך.
די גענעראלן פון יעדן באטאליאן האבן איין מלך וואס אלע גענעראלן אונטערטעניגן זיך צו זיינע החלטות.
ווער עס לייענט דא די חילוקי דעות וועט זיך אנטרעפן מיטן קיום פונעם באוואוסטן מאמר חז"ל כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, פונקט ווי יעדער זעהט אויס אנדערש אזוי האט אויך יעדער א רעכט צו האבן אן אנדערע מיינונג, און עס איז אוממעגליך אז צוויי מענטשן זאלן זיין איינשטומיג מיט איין מיינונג. איינער וואס האט נישט קיין אנדערע מיינונג פון א צווייטן איז א שוטה שאין לו דעת.
די פראבלעם שאפט זיך ווען ס'איז נישטא קיין ראש.
ביי יעדע אקציע בכלליות ובפרטיות איז מען געווענליך מחשיב יעדער וואס לייגט צו א פלייצע, א האנט, צייט, מוח, כח, געלט ארויסצוהעלפן אנדערע אידן. אבער ווער עס קומט אריין העלפן ברויך זיין גערישט אז ער וועט מוזן פאלגן די החלטות פונעם ראש, און אז נישט איז בעסער ער זאל נישט אריינקומען ווייל ער וועט ציווארפן די סדר, און זיין הילף ווער נתהפך ווערן צו א שטער.
אין א מלחמה וועט דער שונא מרויח זיין ווען די סאלדאטן פון די קעגנער פאלגן נישט די הוראות פונעם גענעראל, ווער רעדט נאך אז די גענעראלן פאלגן נישט די הוראות פונעם מלך, דאן איז די שונא דער געווינער.
לענינינו, ווער עס האלט [און זאגט] אז לב טהור ברויך אנגיין ווי אמאל אן קיין שום שינוי, אזא איינער מאכט נישט חרוב די עצם מערכה, ווייל ער צומישט נישט דעיע זייט, ער האט זיך געשטעלט אויף די אנדערע זייט אינגאנצן וואס אקעגן זיי/אים פירט מען דאך די מערכה.
נאר אבער דער וואס וויל באמת [כל שכן ווען ער זאגט נאר אז ער וויל] 'יא' העלפן צו אויפלעזן לגמרי לב טהור, ער וויל 'נישט' ס'זאל ממשיך זיין ווי פריער, ער איז 'יא' אויף די זייט פון די מערכה בעצם, נאר ער האט אבער חילוקי דעות וויאזוי מען לעזט דעם פראבלעם, נאר דער קען חרוב מאכן אויב ער ווארפט זיך נישט אונטער דעם ראש.
ווער איז די ראש? דאס דארף מען אפמאכן. אבער א ראש מוז זיין. איין מחליט און נישט צוויי.
ס'איז מעגליך אז די בעלי רחמנות קענען זיין די ראש, [גראדע איז מיין פריוואטע וואוט מער נוטה אז נישט, אבער מ'קען און מ'מעג האלטן אנדערש], נאר איין נקודה דארף מען וויסן, אז דער ראש מוז טאקע נישט נעמען די פולע אחריות אז ער גייט אויספירן אלעס וואס ער נעמט זיך אונטער, נישט יעדער מלך געווינט די מלחמה, אבער ער דארף זיך אונטערנעמען צו זיין דער מחליט אויף יעדע ספק אין די טכסיסי המלחמה. דער ראש נעמט זיך אונטער צו פירן און האבן די לעצטע ווארט אין יעדע החלטה בנוגע די מלחמה.
מקורות:
ספר מעשיות לר' נסים גאון, מובא בסדר הדורות ערך ר' יהושע בן לוי
רבי יהושע בן לוי מצא דבר שנתעלף ונבהל עליו עד שנגלה לו סוד האמת ועיקר היושר ונודע לו ספקו ונתברר לו הדבר, וזה הוא: שצם ימים רבים וישב בתענית והתפלל לבוראו ית׳ שמו שיראה לו את אליהו ז״ל, והנה אליהו לקראתו ונראה אליו ויאמר לו היש לך חפץ אצלי אמלא אותו לך. ויאמר לו ריב״ל אני נכסף ללכת עמך ולראות מעשיך בעולם שמועיל על ידך ואלמד חכמה גדולה ממך, ויאמר לו אליהו לא תוכל לשאת (לסבול) כל מה שתראה ממעשי ותטריח אותי לדעת ראיות מעשי ופעלי. ויאמר לו ריב״ל אדוני לא אשאל ולא אנסה ולא אטריח עליך בשאלה, שרצוני לראות מעשיך ודבריך היאך הם ולא יותר. ויעש עמו אליהו תנאי שאם יבקש ר׳ יהושע ממנו לדעת סבת מעשיו מאותות ומנפלאות וכמו כן שאם יבקש ממנו שום שאלה שלא ילך עמו עוד.
אח״כ הלכו שניהם יחדיו עד שהגיעו לבית איש מסכן אביון ורש ואין לו כלום כ״א פרה אחת שהיתה עומדת עמו בחצר והאיש ואשתו יושבים פתח השער, ויראו אותם באים כנגדם ויצאו לקראתם וישאלו להם לשלום וישמחו עמם, ויושיבום במיטב ביתם ויביאו לפניהם מה שנזדמן להם לאכול ולשתות ויאכלו וישתו וילינו שם, ויהי בבקר ויקומו ללכת לדרכם ויתפלל אליהו על הפרה שתמות ותמת מיד, וילכו שניהם, וראה ריב״ל ותמה על הדבר ונתעלף ויאמר בנפשו לא היה שכר לעני הזה מן הכבוד אשר כבדנו אלא להרוג את פרתו? ואין לו זולתה, ויאמר אל אליהו אדוני למה המתה הפרה של האיש הזה והוא עשה לנו כבוד, ויען אליהו ואמר לו זכור התנאי שהיה ביני ובינך להסכת ולשתוק ולהחריש, רק אם רצונך להפרד ממני אני אומר לך, והחריש ולא שאלו עוד.
וילכו שניהם כל היום, ויהי בערב ויבואו אל בית עשיר אחד ולא פנה להם ולא השגיח עליהם לכבדם, וישבו בביתו בלא אכילה ובלא שתיה, והיה לאיש העשיר בביתו קיר שנפל ועליו לבנותו, ויהי בבקר ויתפלל אליהו ויבנה הקיר, וילכו שניהם משם.
והיגון והתמה נוסף לו בלב ר׳ יהושע על מעשה אליהו אבל כבש את יצרו מלשאלו למה היה הדבר, וילכו לדרכם כל היום והגיעו בערב לבית הכנסת גדול שהיו שם ספסלים מכסף ומזהב וכל אחד ואחד יושב על כסאו איש כפי כבודו ויקרו. ויאמר אחד מהם מי יאכיל את העניים האלו הלילה הזה, ויען אחד מהם לאמר רב להם בלחם ומים ומלח שהביאו הם לכאן, וימתינו ולא כבדום כהוגן וכשורה וילינו וישבו במקומם עד אור הבקר, ויהי בבקר ויקומו ללכת, ויאמר להם אליהו ישימכם אלהים כולכם ראשים, והלכו לדרכם כל היום, ונוסף לר״י יגון על יגון אך ירא לשאלו.
ויבואו עד עיר אחת והשמש פנה לערוב ויראו אותו בעלי העיר ויצאו לקראתם בלב טוב ובשמחה גדולה ויקבלום בסבר פנים יפות, וישמחו עמהם ויושיבום במיטב ביתם בבית הגדול שלהם, ויאכלו וישתו וילינו שם בכבוד גדול, ויהי בבקר ויתפלל אליהו ויאמר לא יתן בכם הקב״ה אלא ראש אחד.
ויהי כשמוע ר״י את דבריו ולא יכול עוד התאפק ולהחריש על כל המעשים האלה שעשה אליהו, ויאמר לו עתה הודיעני סודותם. ויאמר לו אליהו עתה שיש בלבך להפרד ממני אני אפרש לך הכל ואודיעך סוד הדברים ועיקר המעשים שראית.
דע כי האיש שהרגתי פרתו, אותו היום היה נגזר על אשתו למות ואני התפללתי לאל להיות פרתו פדיון נפש אשתו, ועוד ראיתי ע״י האשה טובה הרבה ותועלת גדול בביתו.
והאיש העשיר שבניתי לו הקיר, כי אם הייתי מניחו לבנותו היה מגלה יסודו והיה מוצא בו מטמון גדול מזהב ומכסף וע״כ בניתי לו, והנה מהרה יפול הקיר ולא יבנה עוד.
והאנשים שהתפללתי עליהם ברוב שרים וברוב ראשים, לפי שהוא רעה להם ומחלוקת גדולה בעצתם ומחשבתם, כי כל מקום שבו ראשים הרבה נשחת ונחרב ונאשם. והאנשים שהתפללתי עליהם בראש אחד הוא טובה להם ולישובם, לפי שיאחדו מעשיהם ועצתם תתקיים בעצה אחת ורוח מחלוקת לא יבא ביניהם, ולא תחליף עצתם ולא תופר מחשבתם. על כן יאמרו המושלים ברוב חובלים תטבענה הספינות ובראש אחד תתישב עיר,
ועוד צוה אליהו ויאמר לו הנני הולך מעמך לכן אודיעך באשר תועיל: אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל יסיתך יצרך ואל תתמה עליו לפי שהוא לרעתו, ואם ראית צדיק מיצר ונצטער כל ימי חלדו ויגע ועמל ברעב ובצמא ובערום ובחוסר כל או יסורין באין עליו אל יחרה אפך ואל תכעס ברוחך, ואל יתעך יצרך ולבך לחשוב שום ספק ביוצרך, והיישר אותו בדעתך ובלבך כי צדיק הוא וצדיק דינו ועיניו על דרכי איש, ומי יאמר לו מה תעשה. ואח"כ שאלו איש לרעהו לשלום וכל אחד הלך לדרכו.
***
מכתב מהרב ישעי' גרויס ז"ל אב"ד בערבעשט קערעסטיר, קובץ גינת ורדים ד עמוד רצו.
אכתוב לך מה ששמעתי מאת כ"ק מרן בעל ויואל משה זצלה"ה בשעת אסיפת קהל בביתו נאוה קודש ביום ד' בערב קודם שנפל למשכב ל"ע בעש"ק.
אצל האסיפה היה אז המדובר אודות בנין הביהמ"ד ברחוב ראדני ואכתוב לך שלשה דברים מה שאמר אז מרן זצ"ל.
א) היה אז מדובר אודות לעשות קאמיטע לצורך בנין הביהמ"ד וכמה אנשים יהיו בהקאמיטע, ואמר אז מרן זצ"ל אשר בקאמיטע זה צריך שיהיה מעט אנשים לכל היותר שלשה. והסביר את הענין כך, כי אם יהיו הרבה אנשים בהקאמיטע אז לא יהיה בשום פעם איזה החלטה כי כשם שאין פרצופותיהם שוות כך אין דיעותיהם שוות ולא יגיעו להחלטה אחת ובמילא לא יגמור הדבר, אבל אם יהיה רק שלשה אנשים, ואם יקראו אותם לאסיפה אזי לאחד מהם יהיה תירוץ מפני מה אינו יכול לבוא אל האסיפה, והשני לא יהיה בעיר, וישאר רק אחד ולא יהיה לו שום התנגדות, והוא יעשה כמו שהוא מבין והדבר יהיה נגמר.
***
נאך מקורות
פרעגטס יעדן וואס איז אקטיוו אין קהל, יעדע גבאי, יעדער מנהיג, אלע רפואה ארגאניזאציעס, יעדע ישיבה, יעדע מוסד, וועט אייך באשטעטיגן די אויבענדערמאנטע יסודות.
נאך מקורות קען מען זעהן אין ספר נתן חכמה און אין ניצוצי תומר בשם רביה"ק מסאטמאר זי"ע ווי ווייט ער האט אלעמאל געבעקט די מנהלים מיט זייערע טעותים, וטעמו ונימוקו עמו אז אן קיין הנהגה איז נאך ארגער, והדברים ידועים ומפורסמים.
איר שרייבט זייער הייליג און קלאר. יישר.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:18 pm
דורך פשוט און גראד
קוקט אויס ווי מענטשען פארגעסען אז דא איז א מקום הרבים - יעדער מיט זיינע שיטות מעגן רעדן - אין יעדער וואס רעדט דארף זיין גרייט צו ווערן אפגעפרעגט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:25 pm
דורך משה חיים צבי
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:10 pm
ווער עס וויל הערן די מעשה שהיה, אויף וואס די טעמע האט ב''ה אויפגעלעבט.
עס זענען געווען 2 מיידלעך אין אמעריקע בנות ר' מיכאל יודא גאלדמאן, וויפיל כוחות די עסקנים האבן אריינגעלייגט אין זיי האט מען נישט מצליח געווען זיי אוועקצושטעלן, די סיבה איז געווען די קשר וואס זיי האבן געהאלטן מיט לב טהור, געוויסע עסקנים האלטן אז נישט נאר דאס איז געווען די סיבה, נאר די סיבה איז וויבאלד זיי האבן נאך אישו'ס חוץ לב טהור. על זה יש לדון ולעיין ולפלפל. אבער עכ''פ קיין איין עסקן האלט נישט אז די סעלושן האט געדארפט זיין זיי צוריק צו טראגן אויף גווטאמאלא.
למעשה האבן געוויסע קרובי המשפחה פון גווטאמאלא געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, און זיי האבן אראנדשירט דאס צוריקקער פון די מיידלעך.
א טאג א האלב נאך וואס די מיידלעך זענען שוין געווען אין גווטאמאלא האט די pgn זיי אנגעהויבן זוכן, און נאטורלעך געגאנגען זוכן אין די הויז פון @משה חיים צבי וויבאלד זיין ווייב האט באקומען קאסטעדי אין גווטאמאלא אויף דעי קינדער זיי צו טראגן קיין אמעריקע. זיי האבן פארלאנגט אז עס איז איר אחריות צוריקצוברענגן די קינדער, און אויב נישט וועלן זיי איר מאכן פראבלעמען וויבאלד זי מעג לעגאל נישט צוריק קומען אין גווטאמאלא.
נאך 6 שעה וואס די pgn איז איז געווען דארט זענען די מיידלעך געברענגט געווארן לבית ר' חיים צבי.
דאן האט די pgn גע'טענה'ט אז מרת מלכא מעג נישט האלטן אפילו איר קינד וויבאלד זי האט נישט קאסטעדי אויף איר קינד נאר א פעטער אין אמעריקע.
עס האט געדראעט פאר די 2 מידלעך צוריק צו גיין אין שעלטער און די מצב איבער חיים צבי'ס קינד איז געווען פארנעפלט.
למעשה האט די שופט געפסקנט אז היות חיים צבי'ס ווייב האט קאסטעדי אויף די מיידלעך אין גווטאמאלא קען זי האלטן די קינדער אין גווטאמאלא. און אויך צוגעלייגט אז אויב חיים צבי'ס ווייב מעג האבן קאסטעדי אויף אירע שוועסטערס מעג זי אויך האבן קאסטעדי אויף איר אייגן קינד. אבער חיים צבי מעג נישט זיין אננדערהיים מיט זיי וויבאלד ער האלט אינמיטן זיין לעגאלע פראסעס.
למעשה ארבעט יעצט חיים צבי זיין ווייב זאל פטור ווערן פון די קאסטעדי אויף די 2 קינדער, וויבאלד ער איז אריינגעפאלן דא אין לעגאלע פראבלעמען, איבערפעלער און אינוועסטעגעישנס, אנגעדרייט דורך אנדערע, נאכן לעבן רואיג מיט זיין משפחה פאר די לעצטע 3 חדשים, און ער זוכט זיך בכלל נישט קיין צרות, צו זיין אקטיוו אין קיין מלחמות אדער אקציעס.
עס איז וויכטיג צו אויסקלארן אז חיים צבי האט נישט געוואוסט פון די גאנצע אקציע ביז ווי לאנג די קינדער זענען נישט געווען אויפן פליגער, וויבאלד די וועלעכע האבן עס אנגעדרייט האבן עס שטארק אויסבאהאלטן פון סיי וועם היות זיי האבן געציטערט עס זאל נישט אנקומען צו די עסקנים.
דער באריכט איז נישט געווידמעט זיך צו אננעמען אדער באשולדיגן סיי וועם, נאר בלויז צו ברענגען די פאקטן.
א גרויסן שכוח אויף אלעס וואס די העלפסט און די טוהסט מיט א מוראדיגע געטריישאפט לטובת די יוצאים, ישלם ה' משכרתך שלימה.
און שכוח צו ארויס שרייבן די מעשה כמו שהוא דברים כהוויתן, אהן צולייגן קיין לטוב אדער למוטב.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:27 pm
דורך ממעמקים
די מאמע פון די מיידלעך קען נישט ארויספארן ווייל זי האט נישט קיין פאספארט
ל״ט האט בעבר באוויזן וואס זיי קענען ווען עס האט זיך אויסגעפעלט פאר זייער טובה צו באזארגן זייער חברה מיט לעגאלע פאפירן.
סא די מאמע האט נישט א פאספארט ווייל זי וויל נישט אדער ווייל זי קען נישט למשל לעגאלע פראבלעמען?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:28 pm
דורך אהא
די גאנצע טענהריי איז שוין אריין אין א שאלה פון תאוות הניצחון
עס האט שוין גארנישט מיט לב טהור
איך מיין מען דארף עפענען א באזונדערע אשכול וואס זאל הייסן תאוות הניצחון און יעדע מאל וואס עס איז נוגע אריבערפירען דארטען
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:31 pm
דורך ממעמקים
אהא האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:28 pm
די גאנצע טענהריי איז שוין אריין אין א שאלה פון תאוות הניצחון
עס האט שוין גארנישט מיט לב טהור
איך מיין מען דארף עפענען א באזונדערע אשכול וואס זאל הייסן תאוות הניצחון און יעדע מאל וואס עס איז נוגע אריבערפירען דארטען
סשוין דא אזא אשכול- נאר די מערכת האט דארט צוטריט
מריפט אן יענע אשכול ״געמעקטע פאוסטס״