באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1457

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים שמחת הברית מילה לנכד גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א און דערנאך ביים מסיבת לחיים, פארגעקומען אין ביהמ"ד זעהוויל אין מאנסי.
~🌴~
פיילס
4999137380887800790_121.jpg
4999137380887800793_120.jpg
4999137380887800791_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1457

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר"א
=זונטאג נח=
~אדר"ח חשון~

ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל אשר ווידער שליט"א - תאומים.
ב"ר אפרים פישל פריעד הי"ו.
ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו.
ב"ר הלל כהנא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאך שחרית ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד זעהוויל אין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרב ישראל האגער שליט"א נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט צום מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר די חשובע זיידעס און די גאנצע משפחה,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פון הרה"ק ר' מיכל מ'זלאטשוב זי"ע פון וועם די רך הנימול איז א אייניקל,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 11:40.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון אטריום אין מאנסי ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון בת הרה"ח ר' ישראל שיפף הי"ו - מראשי קהלתינו הק' במאנסי.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

א גוטע נאכט.
~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי



זונטאג פרשת נח א דר״ח חשון


זונטאג פרשת נח

אום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד בית יהושע דקהלתינו הק׳
ווי עס האבן מיטגעדאווענט די בחורים חברי חבורות חיות דקדושה שע״י קהלתינו הק׳ און קרית ייטב לב
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ שלמה מאיר דאסקאל הי״ו

ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן מיט
כהן: מו״ה יואל מרדכי יודא כהן הי״ו
לוי: מו״ה זלמן יוסף גאלד הי״ו
שלישי: הרה״ג ר׳ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט״א דומ״ץ דקהלתינו הק׳
דער רבי האט עולה געווען רביעי
הגבה: הרה״ג ר׳ יחיאל משה פריעד שליט״א ר״מ בישבתינו הק׳
גלילה: הב׳ בן הרה״ח ר׳ הערשל שטערן הי״ו

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט״א דומ״ץ דקהלתינו הק׳

נאכן דאווענען האט הרה״ג ר׳ יחיאל משה פריעד שליט״א ראש חבורת חיות דקדושה איבערגעגעבן א באריכט פארן רבין פון די ימי בין הזמנים העעל״ט בקרב החבורה

דערנאך ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען און קרית יואל ביים ביה״ח דקהלתינו הק׳ ווי דער רבי האט מלוה געווען די מיטה ביים לויה פון הרה״ח ר׳ ברוך הערש פילאפף ז״ל
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש און קרית ייטב לב

ארום 4 אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בנין חברה הצלה ד׳קעטסקילס און קרית ייטב לב בנדבת לבו פון הרה״ח ר׳ זיידא ישראל חיים בערקאוויטש הי״ו בונה ומקים העיר
דער רבי האט געקלאפט א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי עס איז אויך אנוועזנט געווען הרה״ג ר׳ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט״א דומ״ץ דקהלתינו הק׳ ומרבני חברה הצלה ד׳קעטסקילס אזוי אויך די קארדנעיטארס פון חברה הצלה
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען פארן נדבן און די עסקנים

דערנאך ארום 4:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קרית יואל צום שטוב פון הרה״ח ר׳ אברהם יקותיאל יערמיאש הי״ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו הק׳ ווי עס איז פארגעקומען דער סיום כתיבת האותיות אויפן ספר וואס איז געווארן אריינגעגעבן און ביהמ״ד הגדול דקהלתינו הק׳

מיט הגבה איז מכובד געווארן הגה״צ אבד״ק ור״מ שליט״א און מיט גלילה הרה"ח ר' משה אלי עסטרייכער הי"ו מנכ״ל מוסדותינו הק׳
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ פאר א לענגערע צייט און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בתופים ובמחולות
דערנאך איז דער רבי אריבער און שטוב פון הרבני הנגיד ר׳ ישראל גאלדבערגער הי״ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס איז אויך אנוועזנט געווען דער רב שליט״א
דערנאך האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ זלמן לייב מארקאוויטש הי״ו

ארום 6 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען און היכל ביהמ״ד הגדול צום שמחת הכנסת ספר תורה דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט און דערנאך מיטן נדבן ר׳ אברהם יקיתואל הי״ו און דער רבי מכבד געווען בנו הגה״צ אבד״ק ור״מ שליט״א צו טאנצן מיטן ספר תורה
דערנאך האט מען אריינגעפירט דעם ספר תורה און ארון קודש און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור
דערנאך איז דער רבי אריבער און שטוב פון דער רב שליט״א ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קביעות מזוזה פארן נייעם צוגעבויטן שטאק
דער רבי האט געקלאפט א מזוזה און דערנאך מכבד געווען דער רב שליט״א
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די הנהלת הקהלה דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען פארן רב און די הנהלת הקהלה
דערנאך איז געווען זמני כניסה לברך ולהתברך
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב און די ביהמ״ד שע״י ביתו פונעם רב שליט״א
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ פישל פריינד הי״ו
דערנאך האט מען ווייטער געזעגענט
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען און די עטרת מייזעלס זאלן צום סעודה לגומרה של תורה
אויפן אויבן אן האט זיך דער רבי באגריסט מיט די פילע רבני ודייני העיר שליט״א
אלס יושב ראש האט געדינט הרה״ח ר׳ משה אלי עסטרייכער הי״ו מנכ״ל מוסדותינו הק׳ און קרית יואל
עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בשבחו פינעם חשוב׳ן נדבן, הרה״ח ר׳ שמואל טייטלבוים הי״ו משב״ק ויד ימינו של מרן רבינו שליט״א
און בתוך דבריו איבערגעגבן די בשורה טובה אז די נדבן ר׳ אברהם יקותיאל הי״ו איז אקעגן געקומען מיט די פאנטאסטישע סומע פון איבער 2 מיליאן דאללער לטובת די אויפבוי פונעם נייעם פליגעל פונעם ביהמ״ד הגדול אויף גארפילד ראוד און צו ארויפבויען אויפן דאך פונעם יעצטיגן היכל הביהמ״ד
וואס וועט דינען אלטס צייטוויליגן ביהמ״ד ביזן אויפבוי פונעם ביהמ״ד הגדול והחדש אויפן שטח הקהלה אויף פארעסט ראוד
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה הגה״צ אבד״ק ור״מ שליט״א
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און דערמאנט לשבח דעם חשובן נדבן ר׳ אברהם יקותיאל הי״ו וואס שטייט שטענדיג לימין די הנהלת הקהלה והמוסדות און קרית יואל
און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט און א ריקוד און אן עקסטערן ריקוד מיטן נדבן ר׳ אברהם יקותיאל הי״ו
ארום 10:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש און וויליאמסבורג.

~🌴🌴~
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1457

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר"א
=מאנטאג נח=
~בדר"ח חשון~

ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל גאלדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדר הפרטי.
דערנאך האט זיך דער רבי באדאנקט פאר הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א און זיין משפחה וועלכע זענען געשטאנען צו די הילף במשך די לעצטע וואך.

אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין ק"י נאכן וויילן די לעצטע וואך אויף אפרוה.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ליפא לעבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף חביב בר"ש מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.


~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער גערער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:50 am
x 60

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער גערער »

בילד
פיילס
5857401606180552404_121.jpg
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1001
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1395

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

דער גערער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:21 am בילד
וואס פשט פון די לעצטע 2 שורות?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
דער גערער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:50 am
x 60

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער גערער »

שטיבלאך.jpg
שטיבלאך.jpg (347.52 KiB) געזען געווארן 1807 מאל
אוועיטער
דער גערער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:50 am
x 60

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער גערער »

בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:23 am
דער גערער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:21 am בילד
וואס פשט פון די לעצטע 2 שורות?
יעדעס צעטל וואס מען הענגט אין גור מוז האבן א אישור
לעצטענס האט מען אייגעפירט אז אלע צעטלעך וואס זענען נישט מזומנים אדער שיעורי תורה נאר איבער מגביות וכדומה קען מען נאר הענגן מוצאי שבת,
דער מודעה האט באקומען א אישור צו הענגען נאך פאר שבת
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1457

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

"שיעור פתיחת הזמן" דורך רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א אין היכל ישיבתו אין בית שמש
פיילס
5006313287691905909_121.jpg
5006313287691905910_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
הקוראים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:19 pm
x 148

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך הקוראים »

וואודרידזש
שמחת בית השואבה און צווייטע טעג סוכות תשפ״ד
► Show Spoiler
פיילס
1E2D0B6C-EFD7-4685-91B1-09FFF61DAB08.jpeg
46A11221-8C68-4F0B-B2DB-48B27BA80401.jpeg
CE42BBF9-5968-43CC-B71B-26B7AB1C99CF.jpeg
שיעורי תורה, זמנים, מודעות, נייעס, און שמחות בעירינו וואודריזש
https://chat.whatsapp.com/E7aMX1y1NS3BWdVhGWJVda
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6456
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14801

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הקוראים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:31 pm וואודרידזש
שמחת בית השואבה און צווייטע טעג סוכות תשפ״ד
אוי וויי, אויב איך מעג מעיר זיין... וואס האט פאסירט מיט מיין איין איינציג פארבליבענע פלאץ וואו מען מאכט זיך נישט נאריש מיט גנוני מלכות און מיט ברייטע גארטלעך און קאלירטע בעקיטשעס?

נו שוין. יתומים היינו...
איש חסיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:31 am
x 17

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך איש חסיד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:33 pm
הקוראים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:31 pm וואודרידזש
שמחת בית השואבה און צווייטע טעג סוכות תשפ״ד
ניין די טארסט נישט מעיר זיין
כל המבזה תלמיד חכם חייב נדוי בין שביזהו בפניו בין שביזהו שלא בפניו
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1457

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר"א
=דינסטאג נח=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל התחלת הזמן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די תלמידי הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מאלעסק וומ"ס שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.

"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כתר ריזל אין וומ"ס ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה פון די חתונה פון נכד אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, הכלה בת בנו הגה"צ רבי סיני ט"ב שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:30,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס, האדמו"ר ממעליץ שליט"א, האדמו"ר מבורשטין שליט"א, און הגה"צ אב''ד באלחוב שליט"א,
און הגה"צ אב''ד באלחוב שליט"א האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם ספר 'אור הנצח' עובדות וסיפורים פון הרה''ק מ'זידיטשוב זצ"ל וואס איז ארויסגעקומען לרגל די חתונה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די גרויסע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודי קודש,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די געהויבענע מצוה טאנץ פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און דערנאך מיט די חשובע זיידעס, און עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחה,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.

א גוטע נאכט.
~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1457

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכד אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, הכלה בת בנו הגה"צ רבי סיני ט"ב שליט"א, פארגעקומען אין די זאלן פון כתר ריזל אין וומ"ס.
~🌴~
פיילס
5008248088854375449_121.jpg
5008248088854375455_121.jpg
5008248088854375459_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 156

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

סאטמאר מהר''יי
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

זמני שמחה בחצרות קדשינו
סדר החתונה היום יום ד׳ פרשת נח תשפ״ד לפ"ק
נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו עט״ר שליט"א

הכלה בתש”ק בת הרה”צ רבי יואל שליט”א
בן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק חות דעת שליט"א
עב”ג החתן הרב אליעזר זוסיא שליט״א
בן הגה”צ רבי יואל מאסקאוויטש שליט”א אבד"ק מאור הגולה
ומו"ץ בקהלתינו במאנטריאל
בן כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א


מעמד קבלת פנים
בשעה 6:00 • בביהמ״ד הגדול


מעמד החופה
בשעה 7:15 • ברחוב ראדני סטריט
מענער צו לי עוועניו זייט - פרויען צו בעדפארד זייט


סעודת החתונה
לכל הקהל הקודש הזה
אלפי אנ”ש תלמידים וחסידים מכל מקומות מושבותיהם
תיכף אחר החופה באולם ויואל משה


הופעת כ”ק מרן רבינו שליט”א
לסעודת החתונה לפאר על ראש שמחתו בקרב קהלא קדישא הדין
בשעה 9:30


ריקודין של שמחה
בשעה 10:00 • באולם ויואל משה


מצוה טאנץ של רבינו שליט״א
ברכת המזון בשעה 11:30
ותיכף אחר כך המצוה טאנץ של כ”ק מרן רבינו שליט"א
בשאטער חצר התלמוד תורה ויואל משה


זמנים לנשים
קבלת פנים: 6:00 אין "עטרת אברהם"
באדעקן: 7:00 ⋅ חופה: 7:15
סעודת החתונה אין עטרת אברהם


ויה"ר ששמחה בבית רבינו שליט"א יושפע לנו שפע קודש וכל טוב סלה, אמן.
פיילס
unnamed (17).jpg
unnamed (16).jpg
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 156

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

חרוזין פאר מצוה טאנץ
https://www.dropbox.com/scl/fi/uowh5cis ... 7thls&dl=0
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

באריכט סאטמאר מהר''א דינסטאג נח
► Show Spoiler


בילדער גאלעריע
https://www.filemail.com/d/ucgfadsmtxwiyxk
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מפאר בראש ביים שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע''א הכלה בת הגה"צ ר' סיני טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


מאנטאג פרשת נח ב׳ דר״ח חשון


מאנטאג פרשת נח

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ג ר׳ דוד יואל בלום שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען און היכל ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית
בעל תפילה איז געווען מו״ה משה קובטשיק הי״ו
צו הלל איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ הערשל לויפער שליט״א ראה״כ כולל בוקר

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן מיט
כהן: מו״ה נח גראס הי״ו
לוי: מו״ה הירצקא שטיינבערג הי״ו
שלישי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ג ר׳ דוד יואל בלום שליט״א
רביעי: החתן שלמה זלמן דאווידזאהן ני״ו
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ג ר׳ דוד יואל בלום שליט״א
צו מוסף איז צו געגאנגען מו״ה חיים כתריאל פירטה הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו דערנאך איז אריין אל הקודש פנימה דער בר מצוה בחור ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו

דערנאך ארום 11:30 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

און די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה״ח ר׳ גדלי טייטלבוים הי״ו וואס זיצט שבעה ע״פ אחיו הרה״ח ר׳ חיים צבי טייטלבוים ז״ל
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך און די בית האופה דקהלתינו הק׳
דער רבי איז געווארן אפגעווארט דורך דער מנהל בית האופה הרה״ג ר׳ דוד ראזענבערג שליט״א ובנו הרה״ח ר׳ חיים צבי הי״ו
דער רבי איז ארום און אלע אפטיילונגען פונעם בעקעריי פאר א לענגערע צייט און באקומען א באריכט דורכן יו״ר בית האופה העסקן ר׳ אלטר ברוך עקשטיין הי״ו

ארום 6 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ ברוך יודא רייך הי״ו

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צום שטוב פון בנו הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א
ווי עס איז פארגעקומען א רייכע סעודת ראש חודש פאררופן דורכ׳ן בונה ומקים הרבני הנגיד ר׳ ליפא בר״מ פריעדמאן הי״ו
ווי עס זענען געווארן געלאדענט א ענגע צאל נגידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט ריזיגע נדבות פאר׳ן גמר המקח פונעם בנין הת״ת החדש ״בנין ליפא פריעדמאן״ זיך גרייטנדיג צום 20 מיליאן דאלערדיגער קלאוזינג אין די נאענטע טעג בעזר השם
עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א
אזוי אויך האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו משב״ק און הרה״ח ר׳ בערל לעפקאוויטש הי״ו חבר הנהלת המוסדות
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען און די לעגעסי זאל ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ יעקב לייב דאווידזאהן הי״ו פון וויליאמסבורג און הכלה בת הרה״ח ר׳ ישעי אשר זעליג גערטנער הי״ו פון בארא פארק
דערנאך איז דער רבי צוריק אנגעקומען און שטוב פון הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א ווי עס זענען אריין אל הקודש פנימה די נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים אדירים לטובת די בנין התלמוד תורה ווי דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און אנגעוואונטשען ברכת קדשו
אום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ משה נפתלי גוטמאן הי״ו
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת דרוממער וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח ר׳ אהרן צבי דרוממער ז״ל
אום 11 אזייגער איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש און וויליאמסבורג.

~🌴🌴~
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


דינסטאג פרשת נח



דינסטאג פרשת נח

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ג ר׳ מנחם נתנאל יונגרייז שליט״א דומ״ץ ביהמ״ד בית יעקב דקהלתינו הק׳ און בלומינגראוו

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד הגדול
בעל תפילה איז געווען מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו דערנאך איז אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחור ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו

און די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פילאפף וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח ר׳ ברוך צבי פילאפף ז״ל
אום 5 אזייגער האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה שלום דוב טענענבוים הי״ו
דערנאך איז אריין אל הקודש פנימה די חברי הנהלת מוסדותינו הק׳ פון לעיקוואוד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דאס עפענונג פון די נייע פלייש געשעפט דקהלתינו הק׳ ווי דער רבי האט ממנה געווען א וועד הנהלה פארן געשעפט
דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די הרחבת גיבולי הקדושה דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די הנהלה

אום 6:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון
החתן בן הרה״ח ר׳ יעקב יחיאל מיכל וויינגארטען הי״ו מנאמני בית רביה״ק בעל ברך משה זי״ע הכלה בת הרה״ח ר׳ יוסף מאיר ראזענבערג הי״ו און די זאלן פון ויואל משה
און ביים חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ שלום שיף הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ יעקב עקיבא הירש הי״ו און די זאלן פון קאנטינענטאל
און ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ טובי גדלי פריינד הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ ליפא גרינבוים הי״ו און די זאלן פון פרדס פיגא
אום 7:30 איז געווען זמני כניסה ביז ארום 10:30 אויפדערנאכט
בין הנכנסים איז אריין אל הקודש פנימה האדמו״ר מאלעסק שליט״א לרגל די חתונה פון א קינד
עס האט זיך פארצויגן א שמועס דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ יחזקאל ברייער ני״ו

נאכן געזעגענען איז דער רבי אנגעקומען און די זאלן פון קאנטינענטאל צו די שמחת החתונה פון החתן בן הרה״ח ר׳ שלום שיף הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ יעקב עקיבא הירש הי״ו חתן המשב״ק הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די חתן מחותנים און די זיידעס
דערנאך זיך ארויסגעלאזט און א ריקוד מיט די חתן און מחותנים און אן עקסטערן ריקוד מיט הרה״ח ר׳ משה הי״ו
אום 11:15 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 684
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 373

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך וואסאפשט »

@לעבער מיט שוואמען
@בצל התומר
ביטע אויב איר קענט אריינקומען מיט בילדער פון קבלת פנים חופה סעודה און באלד פון ריקודין און מצוה טאנץ
יישר כח
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמאר מהר''א

*מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א*

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו יואל טייטלבוים שליט''א
בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א
וחתן הגה''צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט''א אב''ד לינסק.

*שישו ושמחו בשמחת רבינו*

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 547

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך אויגעלעך »

סאטמארע נייעס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 10:32 pm סאטמאר מהר''א

*מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א*

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו יואל טייטלבוים שליט''א
בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א
וחתן הגה''צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט''א אב''ד לינסק.

*שישו ושמחו בשמחת רבינו*

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
דאכט זיך שוין די צווייטע כ"י
די ערשטע געווען ממש פאר די נסיעה קיין סיגוט
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך יום טוב »

1000214937.jpg
1000214937.jpg (222.74 KiB) געזען געווארן 1026 מאל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך יום טוב »

.
פיילס
1000214936.jpg
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 672

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

איינער וואס איז פשט אז עס נעמט אזוי לאנג צו ברענגן די בילדער פון די נעכטיגע חתונה?

מען האלט שוין 20 שעה נאכן קבלת פנים.
שרייב פאוסט