בלאט 55 פון 217
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 9:53 pm
דורך טיר
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 9:19 pm
געוועזענער גאווערנאר און געוועזענער אידן פריינט קואמא האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענס, וואו ער האט פארלייקענט די באריכטן אז ער און טראמפ זאלן האבן גערעדט, און אז ער זוכט טראמפ'ס שטיצע. ער האט אבער צוגעלייגט אז ער וואלט געווען דער בעסטער קאנדידאט זיך צו באפאסן מיט טראמפ.
דאס קומט נאכדעם וואס מאמדאני האט אים פריער אין טאג אטאקירט מיט די באשולדיגונגען אז ער ארבעט מיט טראמפ צו באזיגן מאמדאני.Pokecut_1754615734071.jpg
פארוואס באטילסטע אים אוהב ישראל ער איז געווען א מאסיווע אנטיסעמיט וואס די אידן האבן די מערסטע געליטן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 10:43 pm
דורך אנדערער
טיר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 9:53 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 9:19 pm
געוועזענער גאווערנאר און געוועזענער אידן פריינט קואמא האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענס, וואו ער האט פארלייקענט די באריכטן אז ער און טראמפ זאלן האבן גערעדט, און אז ער זוכט טראמפ'ס שטיצע. ער האט אבער צוגעלייגט אז ער וואלט געווען דער בעסטער קאנדידאט זיך צו באפאסן מיט טראמפ.
דאס קומט נאכדעם וואס מאמדאני האט אים פריער אין טאג אטאקירט מיט די באשולדיגונגען אז ער ארבעט מיט טראמפ צו באזיגן מאמדאני.Pokecut_1754615734071.jpg
פארוואס באטילסטע אים אוהב ישראל ער איז געווען א מאסיווע אנטיסעמיט וואס די אידן האבן די מערסטע געליטן
ער שרייבט געוועזענער אידן פריינט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:55 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ גרייט זיך צו רעקרוטירן די ארמיי צו צילן דראג קארטעלן אין דרום אמעריקע, וועלכע זיין אדמיניסטראציע האט פריער אין יאר דעזיגנירט אלס טעראריסטישע ארגאניזאציעס.

- im-97931832.jpeg (50.34 KiB) געזען געווארן 674 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 5:38 pm
דורך שאינו יודע לשאול
OpenAI האט ארויסגעשטעלט זייער פיפטע ווערסיע פון זייער עי-איי ChatGPT מאדעל, וועלכע איז מיילן פאראויס אין פארגעשריטנקייט ווי די פריערדיגע מאדעל, ווי די פירמע זאגט.

- unnamed - 2025-08-08T173049.660.png (364.28 KiB) געזען געווארן 642 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 5:40 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט אפגעשיקט א סופבינע צו די ניו יארק אטורני דזשענעראל לעטישע דזשעימס, פארלאנגענדיג דאקומענטן בשייכות די אויספארשונג צי זי האט פארלעצט טראמפ'ס ציווילע רעכטן דורכאויס די מארגעדזש שווינדל קעיס, וואס זי האט אנגעפירט קעגן טראמפ.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 5:43 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט אויפגעזאגט דער URS קאמישאנער בילי לאנג, א געוועזענער קאנגרעסמאן פון מיזורי, ווינציגער ווי צוויי חדשים נאכן אים שטעלן אויפן אמט. טרעזשורי סעקרעטאר בעסענט וועט איבערנעמען אויף צייטווייליג.

- unnamed - 2025-08-08T174109.898.jpg (91.98 KiB) געזען געווארן 640 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 5:46 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ פארלאנגט פון די אוניווערסיטעט אוו קאליפארניע, לאס אנזשעלעס [U.C.L.A.] א שטראף באצאלונג פון ארום א ביליאן דאלער, אויב זיי ווילן צוריק אנהויבן באקומען פעדעראלע פאנדינג. דאס איז די גרעסטע סכום וואס טראמפ האט דערווייל פארלאנגט, פון צווישן די אוניווערסיטעטן וועלכע ער האט סאנקציאנירט.

- unnamed - 2025-08-08T174403.490.jpg (214.24 KiB) געזען געווארן 636 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 5:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טויזנטער זענען פארארדענט געווארן צו עוואקואירן, ווען א וואלד פייער אין דרום קאליפארניע האט אנגעהויבן לויפן מיט א שנעלקייט, און האט שוין איינגענומען העכער פינף טויזנט אקער.

- download (42).jpeg (147.2 KiB) געזען געווארן 635 מאל

- download (43).jpeg (122.6 KiB) געזען געווארן 635 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 5:54 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דייטשלאנד שטעלט אפ וואפן עקספארטן וועלכע האבן געזאלט אפגעשיקט ווערן קיין מדנ"י.

- unnamed - 2025-08-08T175325.773.png (645.71 KiB) געזען געווארן 633 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 6:00 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ וויל דורכפירן א פרישער צענזוס, אינמיטן פון די צען יאריגע פעריאד ווען עס ווערט געווענליך אפגעהאלטן, וועלכע זאל אויסשליסן אומלעגאלע אימיגראנטן פון די ציילונג.

- gettyimages-1243373801.jpg (80.05 KiB) געזען געווארן 624 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 6:04 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צוויי פענסילוועניע סטעיט טרופערס האבן רעאגירט צו א פאל וואו א פארשוין האט פאטאל דערשאסן זיין שכן, און ווען זיי זענען אנגעקומען צום ארט זיי זיי ענפאנגען געווארן מיט קוילן און פארוואונדעט געווארן. דער שיסער איז אומגעקומען דורכאויס די פייער אויסטויש.

- f6469e55062ae465466572663d44305a.jpeg (62.77 KiB) געזען געווארן 623 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 9:28 am
דורך never say never
פוטין קומט פרייטאג קיין אמעריקע צו דיסקאסין איבער דער מלחמה מיט אוקריינע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 9:30 am
דורך שאינו יודע לשאול
never say never האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 10, 2025 9:28 am
פוטין קומט פרייטאג קיין אמעריקע צו דיסקאסין איבער דער מלחמה מיט אוקריינע
די זיצונג וועט פארקומען אין אלאסקא
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 10:14 am
דורך שאינו יודע לשאול
א זיבעצן יעריגער האט געעפנט פייער אין דער פארנומענער טיימס סקווער אין מאנהעטן, פארוואונדענדיג דריי בעפארן ארעסטירט ווערן, די דריי זענען אין א סטאבילער צושטאנד.

- times-square-shooting-ht-jt-250809_1754745759856_hpMain_16x9.jpg (141.41 KiB) געזען געווארן 511 מאל

- https___do0bihdskp9dy.cloudfront.net_08-09-2025_t_2941275558274eacbf7969490bb55ae6_name_file_1280x720_2000_v3_1_.jpg (120.52 KiB) געזען געווארן 511 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 10:33 am
דורך שאינו יודע לשאול
א מאן האט געעפנט פייער נעבן די CDC הויפטקווארטיר, אנגעבליך צוליב זיינע טעאריעס אנבאלאנגט די קאוויד וואקסין, און אומגעברענגט א פאליציאנט, בעפאר ער איז געשאסן און אומגעברענגט געווארן.

- AP25220797331401_t1200.jpg (252.45 KiB) געזען געווארן 511 מאל

- unnamed - 2025-08-10T103104.653.png (1.17 MiB) געזען געווארן 511 מאל

- WLD63YQZPVDOHIH5U3BGUVIDLI.jpg (225.52 KiB) געזען געווארן 511 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 10:42 am
דורך שאינו יודע לשאול
די לאנדאנע פאליציי האט זיך אנגעהויבן באגיין מיט א שטייפע האנט קעגן טעראר שטיצער, און האבן ארעסטירט נאנט צו פינף הונדערט דורכאויס א פרא כאמאס פראטעסט אין שטאט.

- Pokecut_1754836696746.jpg (230.99 KiB) געזען געווארן 508 מאל

- Pokecut_1754836790642.jpg (188.76 KiB) געזען געווארן 508 מאל

- Pokecut_1754836842851.jpg (172.1 KiB) געזען געווארן 508 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 10:51 am
דורך שאינו יודע לשאול
שיסעריי כוואליע: איינער טויט און ארום צען פארוואונדעט נאך א מאסן שיסעריי אין באלטימאר, מערילענד. צווישן די פארוואונדעטע איז א פינף יעריג מיידל.

- Baltimore_1734490994562_hpMain_16x9.jpg (148.05 KiB) געזען געווארן 504 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 10:58 am
דורך שאינו יודע לשאול
פאריגע וואך אינעם ווייסן הויז: טראמפ מיט די פירער פון אזערביזשאן און ארמעניע, וועלכע האבן אונטערגעשריבן א שלום אפמאך פארגעשריבן דורך פרעזידענט טראמפ, ברענגענדיג אן אן ענדע צו א יארן-לאנגער קאנפליקט. דער אזערביזשאנער פרעזידענט האט שפעטער געזאגט אז ער וועט נאמינירן טראמפ פאר די נאבעל שלום פרייז.

- Pokecut_1754837754329.jpg (164.84 KiB) געזען געווארן 503 מאל

- Pokecut_1754837815969.jpg (161.71 KiB) געזען געווארן 503 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 8:59 pm
דורך מהודר
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 08, 2025 5:46 pm
טראמפ פארלאנגט פון די אוניווערסיטעט אוו קאליפארניע, לאס אנזשעלעס [U.C.L.A.] א שטראף באצאלונג פון ארום א ביליאן דאלער, אויב זיי ווילן צוריק אנהויבן באקומען פעדעראלע פאנדינג. דאס איז די גרעסטע סכום וואס טראמפ האט דערווייל פארלאנגט, פון צווישן די אוניווערסיטעטן וועלכע ער האט סאנקציאנירט.unnamed - 2025-08-08T174403.490.jpg
די בנין זעהט אביסל אויס ווי להבדיל די לעגענדארע וויזניצע בית המדרש
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:57 am
דורך שאינו יודע לשאול
עס ווערט באריכטעט אז טראמפ פלאנירט צו רעקרוטירן די נאציאנאלע גארד אין וואשינגטאן די.סי., צו ברענגען אן ענדע צו די קרימינאלע כוואליע וועלכע פלאגט די לינק געפירטע שטאט.

- unnamed - 2025-08-11T095612.029.jpg (179.58 KiB) געזען געווארן 336 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:05 am
דורך שאינו יודע לשאול
אטורני דזשענעראל פאם באנדי האט אנאנסירט א פופציג מיליאן דאלארדיגע באלוינונג פאר ווער ער וועט פירן צו די ארעסט פון דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלאס מאדורא.
די פעדעראלע רעגירונג באשולדיגט אים אין שטיין אונטער עטליכע דראג קארטעלן וועלכע שמוגען אריין די סחורה אין די פאראייניגטע שטאטן.

- Pokecut_1754920918777.jpg (138.98 KiB) געזען געווארן 328 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:22 am
דורך חיימ'קע
תוצאות פון די ערד ציטערניש אין רוסלאנד
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 12:03 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט יעצט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענס וואו ער האט באשטעטיגט אז ער וועט אריינברענגען 800 נאציאנאלע גארד זעלנער אין די.סי. צו באוואכן די שטאט.

- unnamed - 2025-08-11T120012.164.jpg (105.58 KiB) געזען געווארן 266 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:46 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מארד כוואליע: א באוואפנטער פארשוין האט אומגעברענגט דריי מענטשן פארנט פון א טארגעט געשעפט אין אוסטין, טעקסאס, און איז אנטלאפן אין א גע'גנב'טע קאר, בעפאר ער איז געכאפט און ארעסטירט געווארן.

- unnamed - 2025-08-11T184429.321.jpg (286.69 KiB) געזען געווארן 188 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:58 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איינער איז אומגעקומען און צענדליגער זענען פארוואונדעט געווארן ווען אן אייזן-פאבריק אין פענסילוועניע האט אויפגעריסן, און טייל ארבעטער זענען פארכאפט געווארן אין דעם ברענענדיגן קאמפלעקס.

- unnamed - 2025-08-11T185524.360.png (665.32 KiB) געזען געווארן 168 מאל

- unnamed - 2025-08-11T185300.982.png (754.36 KiB) געזען געווארן 168 מאל

- hq720 (15).jpg (63.29 KiB) געזען געווארן 168 מאל