בלאט 55 פון 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:29 pm
דורך מחישי
רעאליסטיש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:51 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:15 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 6:52 pm @בלומינגראווער איד כ'האף די פייער דעפארטמענט וועט שוין זיין אפן פאר וויזניץ קומט אהער, אז נישט.... 😂
להוי ידוע, וויזשניץ איז שוין געהעריג דא... די עקסטערע געגנט איז נאכנישט פארטיג און די קינדער זענען צוטיילט צווישן מוסדות ויואל משה און מאנסי מוסדות אבער עס איז דא געהעריגע קבוצה און א שיינער מנין יעדן שבת שוין אפאר יאר
וויפיל משפחות פון וויזשניץ איז דא חוץ די איינגעשטעלטע אין ישיבה?
גלייב נישט קיינעם, וואק אריין אין זייער ביהמ”ד שבת צופרי און צייל,

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:33 pm
דורך איד
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:25 pm
איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:19 pm איך בין אביסל צומישט דא

פון איין זייט שרייט מען אז וויזניץ זענען נישט קיין בעלי מחלוקת, און וועלן זיך זיכער נישט קריגן מיט'ן רבי'ן, נאר ביז יעצט האבן זיי פשוט נישט געוויסט
פון די צווייטע זייט שרייט מען אז גערעכט זיי ווייסן שוין לאנג, אבער זענען געבינדן ביי ujc,

וועלכע איז אמת?
אמת איז אוועילעבעל נאר פאר די וואס זענען רעדי צו זיין אין די ערד. אמת מארץ תצמח.
איך פרעג, ווייל יעדער שרייט עפעס אנדערש, אז איך ווער צימושט

מ'האט מסביר געווען אז די רבי האט געשיקט א פרעזענליכע שליחות צום וויזניצע רבי, ווייל ער וועט זיך מסתמא נישט וועלן קריגן, און דעס וואס ער האט ביז יעצט געבויט ווייל ער האט נישט געוויסט אז די רבי וויל נישט, האט מען אים געשיקט זאגן, אזוי וועט ער זעהן די נחיצות הענין, און זיך ארויסציען
האב איך געפרעגט אויב אזוי פארוואס פארפירט מען אין פאבליק?
די רבי שליט''א האט טאקע נאר געזאגט און געשיקט די שליחות פראווייט, אבער פארוואס דרייען די צייטונגען איבער? וויזניץ גייט מסתמא סייווי פאלגן, זיי האבן פשוט נישט געוויסט ביז יעצט
איז געקומען די תירוץ אז זיי ווייסן שוין יא לאנג, נאר זענען געבינדן ביי ujc, און קעגן זיי פירט מען די מערכה

לפי זעה אז וויזניץ האט יא געוויסט, און זיי ווילן זיך ארויס ציען, נאר זענען געבינדן, פארוואס האט די רבי געשיקט א משלחת צו וויזניץ? זיי ווייסן וואס די רבי וויל, און זיי ווילן אויך אוועק גיין נאר זענען געבינדן מיט קייטן?
פארוואס האט נישט די רבי געשיקט א שליחות צו ujc ?
פארוואס כאפט מען זיי נישט אהן ביים נאמען? זאלן די צייטונגען שרייבן די אמת, אז וויזניץ וויל עכט ארויסגיין, און זענען געבינדן ביי ujc, און קרית יואל וועט זיי נישט לאזן אונטער האקן דעם הייליגן שטעטל?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:09 am
דורך Azoi Tzi Zugen
@איד זיי זענען נישט געבינדן. זיי ווערן איבערגערעדט.
@בלומינגראווער איד עס איז זייער פאני וויאזוי איר טרייט צו ווארפן אויף וויזניץ אז זיי זענען יא דא פאר מחלוקות, נאר פשוט זיי ווילן נישט פאלגן דעם רבין מהר"א וואס האט די פירערשאפט אין די שטאט, נאר אויב די רבי פון וומסב"ג וועט בעטן וועט ער פאלגן. די גימטריא פון שלום איז נישט מחלוקות, עפעס שטימט נישט מיט דיינע פאוסטס.
די ריינע אמת איז אז איר די ujc זענען די וואס פירן א נערעטיוו צו מאכן קרית יואל פאר מאנסי און ענק שלעפן אריין וויזשניץ פאר ענקער ציהל. און ווי עס קוקט אויס יעצט ווערט ענקער ציהל צופאלן.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:13 am
דורך Azoi Tzi Zugen
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:15 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 6:52 pm @בלומינגראווער איד כ'האף די פייער דעפארטמענט וועט שוין זיין אפן פאר וויזניץ קומט אהער, אז נישט.... 😂
להוי ידוע, וויזשניץ איז שוין געהעריג דא... די עקסטערע געגנט איז נאכנישט פארטיג און די קינדער זענען צוטיילט צווישן מוסדות ויואל משה און מאנסי מוסדות אבער עס איז דא געהעריגע קבוצה און א שיינער מנין יעדן שבת שוין אפאר יאר
אזוי אויך איז ברסלב געהעריג אין קרית יואל. אבער זיי האבן נישט קיין שטעטל דא. פארשטייסט אודאי די חילוק, נאר דו מאכסט זיך עפעס טאמעוואטע. ענק ווילן אז וויזשניץ זאל דא קובע משכנם זיין און עס גייט נישט קענען געשען.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 11:05 am
דורך בלומינגראווער איד
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:09 am @איד זיי זענען נישט געבינדן. זיי ווערן איבערגערעדט.
@בלומינגראווער איד עס איז זייער פאני וויאזוי איר טרייט צו ווארפן אויף וויזניץ אז זיי זענען יא דא פאר מחלוקות, נאר פשוט זיי ווילן נישט פאלגן דעם רבין מהר"א וואס האט די פירערשאפט אין די שטאט, נאר אויב די רבי פון וומסב"ג וועט בעטן וועט ער פאלגן. די גימטריא פון שלום איז נישט מחלוקות, עפעס שטימט נישט מיט דיינע פאוסטס.
די ריינע אמת איז אז איר די ujc זענען די וואס פירן א נערעטיוו צו מאכן קרית יואל פאר מאנסי און ענק שלעפן אריין וויזשניץ פאר ענקער ציהל. און ווי עס קוקט אויס יעצט ווערט ענקער ציהל צופאלן.
מישן מישן אין דער שיסל... מאכט א מישמאש פון מיינע ווערטער, איך האב געשריבן אז לפי וויזשניץ איז מהר"א נישט בעה"ב אינדרויסן פון קרית יואל און אז בלומינג גראוו איז נישט קרית יואל, עקסטער האב איך געשריבן אז מהרי"י האט פיל א שטערקערע השפעה אויף וויזשניצע רבי ווי מהר"א און אויב איז מהר"א מסכים צו טון וואס ער קען אז וויזשניץ זאל אוועקמופן קען ער שיקן שליחים צו זיין ברודער אז ער זאל פרובירן משפיע צו זיין אויף אים (וועט נישט זיין דאס ערשטע מאל וואס די צוויי אדמורים ארבייטן צוזאמען ווען עס קומט צו קרית יואל).

איך קום צוריק אז עטס זענט די וואס זאגן אז וויזשניץ איז דא פאר מחלוקת ווייל אויב ביז עטליכע חדשים גייען זיי נאך ווייטער מיט די פלענער (וואס דערווייל קוקט אזוי אויס) פאר די שכונה מיינט דאך עס אז זיי קריגן זיך יא מיטן מרא דאתרא און אלע תירוצים פון ביז יעצט (עס איז נאר געווען די קהילה, מען האט נישט איבערגעגעבן פארן רבין, UJC לייגט פרעשור וכדו') צופאלן גלייך, משא"כ וואס איך זאג איז אז וויזשניץ האט פון די ערשטע מינוט געוואוסט אז מהר"א וויל עס נישט אבער זיי האבן געהאלטן שוין דעמאלטס אז בלומינג גראוו איז נישט קרית יואל און סך הכל איז עס נאך א דיסאגרימענט וואס די 2 קהילות האבן (אזויווי זמן ר"ת און לערנען חומש מיט די מיידלעך) אן קיין מחלוקת

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 11:12 am
דורך בלומינגראווער איד
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:13 am
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:15 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 6:52 pm @בלומינגראווער איד כ'האף די פייער דעפארטמענט וועט שוין זיין אפן פאר וויזניץ קומט אהער, אז נישט.... 😂
להוי ידוע, וויזשניץ איז שוין געהעריג דא... די עקסטערע געגנט איז נאכנישט פארטיג און די קינדער זענען צוטיילט צווישן מוסדות ויואל משה און מאנסי מוסדות אבער עס איז דא געהעריגע קבוצה און א שיינער מנין יעדן שבת שוין אפאר יאר
אזוי אויך איז ברסלב געהעריג אין קרית יואל. אבער זיי האבן נישט קיין שטעטל דא. פארשטייסט אודאי די חילוק, נאר דו מאכסט זיך עפעס טאמעוואטע. ענק ווילן אז וויזשניץ זאל דא קובע משכנם זיין און עס גייט נישט קענען געשען.
דו ווייסט אליין אז עס איז בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע, ברסלב, טאהש, ספינקא וכו' זענען בעצם סאטמאר אבער הענגן "אויך" אן אין זייערע קהילות, משא"כ וויזשניץ איז א ברי' בפני עצמה, און יא, וויזשניץ איז געהעריג באזעצט דא אין בלומינג גראוו טאקע ווייל עס איז נישט קרית יואל, זיי וואלטן קיינמאל נישט געמופט קיין קרית יואל אפילו נאר די ישיבה איינגעשטעלטע

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 1:09 pm
דורך שבת קודש
קול בחצרות האט געמאלדן אז הרה''ג ר' חיים מאיר שליט''א ר''י וויזניץ בלומנגריוו ווערט רב אין די נייע געגרינדעטע וויזניץ וויאלמבסבורג'ע קהלה אין מאנסי

גייט ער זיין רב אין בלומינגריוו אדער אין מאנסי?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 1:11 pm
דורך חכם עתיק
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 1:09 pm קול בחצרות האט געמאלדן אז הרה''ג ר' חיים מאיר שליט''א ר''י וויזניץ בלומנגריוו ווערט רב אין די נייע געגרינדעטע וויזניץ וויאלמבסבורג'ע קהלה אין מאנסי

גייט ער זיין רב אין בלומינגריוו אדער אין מאנסי?
Both

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 2:09 pm
דורך גלילה
פארוואס זאל ער נישט זיין ביידע ?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 2:29 pm
דורך שינאווער
בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 11:12 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:13 am
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:15 pm

להוי ידוע, וויזשניץ איז שוין געהעריג דא... די עקסטערע געגנט איז נאכנישט פארטיג און די קינדער זענען צוטיילט צווישן מוסדות ויואל משה און מאנסי מוסדות אבער עס איז דא געהעריגע קבוצה און א שיינער מנין יעדן שבת שוין אפאר יאר
אזוי אויך איז ברסלב געהעריג אין קרית יואל. אבער זיי האבן נישט קיין שטעטל דא. פארשטייסט אודאי די חילוק, נאר דו מאכסט זיך עפעס טאמעוואטע. ענק ווילן אז וויזשניץ זאל דא קובע משכנם זיין און עס גייט נישט קענען געשען.
דו ווייסט אליין אז עס איז בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע, ברסלב, טאהש, ספינקא וכו' זענען בעצם סאטמאר אבער הענגן "אויך" אן אין זייערע קהילות, משא"כ וויזשניץ איז א ברי' בפני עצמה, און יא, וויזשניץ איז געהעריג באזעצט דא אין בלומינג גראוו טאקע ווייל עס איז נישט קרית יואל, זיי וואלטן קיינמאל נישט געמופט קיין קרית יואל אפילו נאר די ישיבה איינגעשטעלטע
נו שוין.
עד כאן דברי הלוחמים נגד רבוה"ק.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:09 pm
דורך דער תהלים איד

שלום עליכם!

כ'בין נישט דאהי געווען בערך א וואך. איך זע דו פרובירסט דא מיט אלע אלע כוחות צו מאכן פאר א פאקט אז וויזניץ איז שוין אין קרית יואל. מיט דעם האפסטו אז וויזניץ וועט נישט כאפן וואסערע עולה און אבנארמאלע שריט קעגן סאטמאר רב זי"ע זיי טוען אויב זיי עפענען דא זייער שטעטל.

עס וועט נישט העלפן. ס'איז נארישקייטן. יעדער פארשטייט אז הרב יואל ראטה קען נישט עפענען א שטעטל אין קרית יואל. ס'איז אים ניטאמאל בייגעפאלן! אין וויסטן חלום נישט.

פאר וויזשניץ אויך נישט!

נאר וואס? די UJC וואס ארבעט קעסל און כלים אז בלומינגראוו זאל זיין א שטח הפקר ברוחניות (נישט בגשמיות, ווייל בגשמיות איז די קארופציע און קאנטראל העכער די השגות אנושי), זיי שטיפן א מיסיע צו ברענגען וויזשניץ, דורך צוזאגן גליקן פאר'ן וויזניצער ראה"ק און אינוועסטאר ר' שמעון דושיסנקיא, און דורך 2 וויזשניצע אידן וואס וואוינען נעבן די ישיבה און זוכן סועסייד.

יעדער נארמאלער מענטש ערווארט/האפט/גלייבט אז וויזשניץ גייט עס למעשה נישט באגיין אזא שריט און ס'גייט נישט פאסירן.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:13 pm
דורך ווערווייס
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:40 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:19 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:10 pm

Lol, די שטארקע קרית יואל קהילה וואס האט הונדערטער מיליאנען דאלארן פאר יעדן פראיעקט און פאליטישע פארבינדונגען איבעראל אבער די UjC אין די קליינע בלומינג גראוו (וואס ווי מען פארקויפט דא האט נישט קיין 5% בלומינג גראוו אונטער זיך) כאפט זיי אן מיט "אייזערנע קייטן" און "גרויסע הבטחות", היש לך ליצנות גדולה מזו?

דאס איז חוץ דער פאקט אז מען זעט אז דו האסט נישט גערעדט צו קיינער פון די וויזשניצע עסקנים, די וויזשניצע קרי' ווערט געשטופט דורך וויזשניצע עסקנים און נאך יעדע מערכה ווערן זיי נאר מער מאטיווירט צו גיין ווייטער.

צו גייט זיך וויזשניץ ברעכן פון די לחץ און אויפגעבן זייערע פלענער אין בלומינג גראוו? שוואכע טשענסעס אבער מעגליך, אבער דער שקר וואס מען פרובירט צו פארקויפן דא און אינעם היימשטאט אז "זיי האבן בכלל נישט געוואוסט אז זייער שטעטל איז נגד רצון מרא דאתרא" און אז "UJC פארפירט נעבעך די הייליגע וויזשניצע קהילה" איז נאריש, קינדעריש און מאכט נאר וויזשניץ מער וועלן אנגיין מיט זייער ארבייט.
איך האב נישט געטראכט אז דער ווארטזאגער פון ujc גייט זאגן אנדערשט. איך האב אבער געשריבן פאר ווער עס וויל וויסן וואס איך האב געהערט פון קראנטע מענטשן. וויזשניץ איז נישט אזעלכע בעלי מחלוקות ווי דו ווילסט זיי מאכן פאר.

און איך האב נישט געהאלטן אז אן אנטי UJC שרייבער גייט אמאל שרייבן פארקערט, יעדער קען גלויבן וואס ער וויל אבער די פירער פון די מערכה מאכן ווייניגער און ווייניגער סענס פון טאג צו טאג.

יישר כוח פארן מיר באקרוינען אלס "ווארטזאגער פון UJC", טיפיקל ענטפער ווען איינער האט נישט וואס צו ענטפערן.

וויזשניץ דארפן נישט זיין קיינע בעלי מחלוקת ווען זיי האלטן אז וואס זיי טוען איז נישט שלעכט, פונקט ווי ווען זיי האבן נישט אנגענומען סאטמארע חומרות אין ווייץ און אנדערע זאכן (אריינגערעכנט זמן ר"ת) זענען זיי נישט פלוצלינג "בעלי מחלוקת", די בעלי מחלוקת (אפילו אויב גערעכט) זענען די וואס עקספעקטן אז טיף אינמיטן דעוועלאפן א געגנט שרייען "מוף ערגעץ אנדערש", פון וויזשניץ זייט קריגן זיי זיך נישט מיט קיינעם נאר בויען פאר זיך.
ווער געדענקט די מערכה אין מאנסי צווישן סאטמאר אין וויזניץ מיטן פייפער וואס גאב"ד סאטמאר מאנסי האט אפגעשטעלט ווען ער איז געווארן רב
דארט האט וויזניץ פארשטאנען עפעס וואס היינט (זאגט מען) אז זיי פארשטייען נישט

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:14 pm
דורך חכם עתיק
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:09 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 11:12 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:13 am

אזוי אויך איז ברסלב געהעריג אין קרית יואל. אבער זיי האבן נישט קיין שטעטל דא. פארשטייסט אודאי די חילוק, נאר דו מאכסט זיך עפעס טאמעוואטע. ענק ווילן אז וויזשניץ זאל דא קובע משכנם זיין און עס גייט נישט קענען געשען.
דו ווייסט אליין אז עס איז בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע, ברסלב, טאהש, ספינקא וכו' זענען בעצם סאטמאר אבער הענגן "אויך" אן אין זייערע קהילות, משא"כ וויזשניץ איז א ברי' בפני עצמה, און יא, וויזשניץ איז געהעריג באזעצט דא אין בלומינג גראוו טאקע ווייל עס איז נישט קרית יואל, זיי וואלטן קיינמאל נישט געמופט קיין קרית יואל אפילו נאר די ישיבה איינגעשטעלטע
שלום עליכם!

כ'בין נישט דאהי געווען בערך א וואך. איך זע דו פרובירסט דא מיט אלע אלע כוחות צו מאכן פאר א פאקט אז וויזניץ איז שוין אין קרית יואל. מיט דעם האפסטו אז וויזניץ וועט נישט כאפן וואסערע עולה און אבנארמאלע שריט קעגן סאטמאר רב זי"ע זיי טוען אויב זיי עפענען דא זייער שטעטל.

עס וועט נישט העלפן. ס'איז נארישקייטן. יעדער פארשטייט אז הרב יואל ראטה קען נישט עפענען א שטעטל אין קרית יואל. ס'איז אים ניטאמאל בייגעפאלן! אין וויסטן חלום נישט.

פאר וויזשניץ אויך נישט!

נאר וואס? די UJC וואס ארבעט קעסל און כלים אז בלומינגראוו זאל זיין א שטח הפקר ברוחניות (נישט בגשמיות, ווייל בגשמיות איז די קארופציע און קאנטראל העכער די השגות אנושי), זיי שטיפן א מיסיע צו ברענגען וויזשניץ, דורך צוזאגן גליקן פאר'ן וויזניצער ראה"ק און אינוועסטאר ר' שמעון דושיסנקיא, און דורך 2 וויזשניצע אידן וואס וואוינען נעבן די ישיבה און זוכן סועסייד.

יעדער נארמאלער מענטש ערווארט/האפט/גלייבט אז וויזשניץ גייט עס למעשה נישט באגיין אזא שריט און ס'גייט נישט פאסירן.
האט מען שוין עפעס צוריקגעהערט פון האדמו''ר מ'וויזניץ וומס''ב שליט''א?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:16 pm
דורך ווערווייס
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:09 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 8:51 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:53 pm

וואס זיי טוען ביי זיך אין זייער גוט זיי זענען מיר גארנישט שולדיג. אבער מאכן א שטאט ביי יענעם כדי נישט צו מאכן ביי מיין ברודער, איז מחלוקות, און עס גלייבט נישט קיינער אז זיי אליינס זוכן דאס. ממילא מאכט זייער אסאך סענס וואס די יודעי דבר זאגן אז עס איז דא א כח וואס איז באקאנט מיט וואס זיי טוען אלס אין די דירעקציע און זיי טוען כל מה שבידם זיי מסית צו זיין. יעדער געדענקט די דרשה פונעם יו"ר ujc אז מען קוקט ארויס אויף וויזניץ צו קומען קיין בלומינגראוו, דאס איז זייער ציל און זיי ארבעטן דערויף.
עס איז במציאות דא וויזניצע עסקנים אין בלומינגראוו וואס שטיפן די קרי’,

און זיי האבן אגאנצען צייט איבערגעגעבן פאר די שטוב אז עכט איז נישט די סאטמאר רבי וואס וויל עס נישט נאר ראשי קהילה וכו.
זיכער, דער רב וואס וואוינט דא און דער רבי וואס האלט אלעס מיט ווען עס קומט צו בלומינג גראוו האט נישט געוואוסט די לעצטע 5 יאר אז מהר"א שמעקט עס נישט... וועמען פרובירט מען צו פאפן? אגב, אויב מהר"א וויל באמת אז וויזשניץ זאל זיך אוועקציען זאל ער אינוואלוון זיין ברודער מהרי"י, דער וויזשניצער רבי האט גאר אסאך רעספעקט פאר אים, מער ווי פאר מהר"א (ביים ר"ת מערכה איז עס נאר מסודר געווארן נאך א שמועס מיט מהרי"י), דערווייל אבער שטיצן די מהרי"י גענויגטע רבנים אין בלומינג גראוו שטארק די וויזשניצע שכונה.

איך בין נייגעריג וואס דער ספין וועט יעצט זיין אז וויזשניץ גייט ווייטער מיטן פראיעקט און כ"ע מודה אז דער וויזשניצער רב און רבי האבן באקומען דעם קלארן מעסעדזש פון מהר"א, אפשר אויב וויזשניץ וועט מאכן דעם מיידל סקול אביסל ארויפצו וועט מען דערקלערן זיג...
יו מעיד מיי דעי, האב איך נישט געוואוסט וואסערע כח מהרי"י האט
אפשר זעצט מען זיך טאקע אראפ מיט מהרי"י און מען בעט אים ער זאל פועלן ביי וויזניץ
לויט מיינע ידיעות האבן די רבני מהרי"י אין בלומינג גראוו זיך שוין געשטעלט אין די זייט און זיי שטופן שוין נישט דעם וואגן, איך פארשטיי מען טאר נישט פירן א מערכה, ווייל מען טאר נישט ארויסהעלפן די אנדערע זייט, אבער אויב מהרי"י האט אזא כח, פארוואס טאקע זיך נישט אראפזעצן מיט אים, ווער קען איבערגעבן פאר עסקני מהר"א

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:17 pm
דורך דער תהלים איד
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:14 pm האט מען שוין עפעס צוריקגעהערט פון האדמו''ר מ'וויזניץ וומס''ב שליט''א?
דירעקט, נישט.

אומדירעקט, הערט מען אז דער רבי האט געוואלט מבטל זיין די פלענער, און UJC ארבעט יעצט העפטיג מיט ר' שמעון דושינסקיא. וואס דער וויזשניצער רבי וועט למעשה מחליט זיין ווייס איך נישט.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:19 pm
דורך ווערווייס
בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 11:05 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:09 am @איד זיי זענען נישט געבינדן. זיי ווערן איבערגערעדט.
@בלומינגראווער איד עס איז זייער פאני וויאזוי איר טרייט צו ווארפן אויף וויזניץ אז זיי זענען יא דא פאר מחלוקות, נאר פשוט זיי ווילן נישט פאלגן דעם רבין מהר"א וואס האט די פירערשאפט אין די שטאט, נאר אויב די רבי פון וומסב"ג וועט בעטן וועט ער פאלגן. די גימטריא פון שלום איז נישט מחלוקות, עפעס שטימט נישט מיט דיינע פאוסטס.
די ריינע אמת איז אז איר די ujc זענען די וואס פירן א נערעטיוו צו מאכן קרית יואל פאר מאנסי און ענק שלעפן אריין וויזשניץ פאר ענקער ציהל. און ווי עס קוקט אויס יעצט ווערט ענקער ציהל צופאלן.
מישן מישן אין דער שיסל... מאכט א מישמאש פון מיינע ווערטער, איך האב געשריבן אז לפי וויזשניץ איז מהר"א נישט בעה"ב אינדרויסן פון קרית יואל און אז בלומינג גראוו איז נישט קרית יואל, עקסטער האב איך געשריבן אז מהרי"י האט פיל א שטערקערע השפעה אויף וויזשניצע רבי ווי מהר"א און אויב איז מהר"א מסכים צו טון וואס ער קען אז וויזשניץ זאל אוועקמופן קען ער שיקן שליחים צו זיין ברודער אז ער זאל פרובירן משפיע צו זיין אויף אים (וועט נישט זיין דאס ערשטע מאל וואס די צוויי אדמורים ארבייטן צוזאמען ווען עס קומט צו קרית יואל).

לדבריך אז אינעם עבר האט שוין מהר"א געארבעט צוזאמען מיט מהר"י ווען עס ק'ומט צו ק"י, קומט אויס אז יעצט אז מען שיקט נישט קיין שליחים מיינט עס אז מהר"א וויל עכט נישט אז וויזניץ זאל נישט קומען, נאר?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:24 pm
דורך חכם עתיק
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:17 pm
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:14 pm האט מען שוין עפעס צוריקגעהערט פון האדמו''ר מ'וויזניץ וומס''ב שליט''א?
דירעקט, נישט.

אומדירעקט, הערט מען אז דער רבי האט געוואלט מבטל זיין די פלענער, און UJC ארבעט יעצט העפטיג מיט ר' שמעון דושינסקיא. וואס דער וויזשניצער רבי וועט למעשה מחליט זיין ווייס איך נישט.
איז דעיס קראנט? אדער מקוה נייעס?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:38 pm
דורך בלומינגראווער איד
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:17 pm
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:14 pm האט מען שוין עפעס צוריקגעהערט פון האדמו''ר מ'וויזניץ וומס''ב שליט''א?
דירעקט, נישט.

אומדירעקט, הערט מען אז דער רבי האט געוואלט מבטל זיין די פלענער, און UJC ארבעט יעצט העפטיג מיט ר' שמעון דושינסקיא. וואס דער וויזשניצער רבי וועט למעשה מחליט זיין ווייס איך נישט.
איז דעיס קראנט? אדער מקוה נייעס?
נקוט כללא זה בידך, יעדע זאך וואס ווערט געשריבן קעגן בלומינג גראוו/UJC איז א פאקט, אפילו ווען עס מאכט נישט קיין סענס און יעדע זאך וואס איז פרא בלומינג גראוו/UJC אפילו עס מאכט דאס מערסטע סענס איז א באלאן, שקצים, יחידים, איינגערעדט וכדו'

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:52 pm
דורך דער תהלים איד
בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:38 pm
חכם עתיק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:17 pm

דירעקט, נישט.

אומדירעקט, הערט מען אז דער רבי האט געוואלט מבטל זיין די פלענער, און UJC ארבעט יעצט העפטיג מיט ר' שמעון דושינסקיא. וואס דער וויזשניצער רבי וועט למעשה מחליט זיין ווייס איך נישט.
איז דעיס קראנט? אדער מקוה נייעס?
נקוט כללא זה בידך, יעדע זאך וואס ווערט געשריבן קעגן בלומינג גראוו/UJC איז א פאקט, אפילו ווען עס מאכט נישט קיין סענס און יעדע זאך וואס איז פרא בלומינג גראוו/UJC אפילו עס מאכט דאס מערסטע סענס איז א באלאן, שקצים, יחידים, איינגערעדט וכדו'
ווער עס וויל קען טשעקן טרעק רעקארדס פון ניקס.

וד"ל.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:56 pm
דורך שבת קודש
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד
בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס.
ווי זענען די אפערס?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:58 pm
דורך חלום חלמתי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד איך האב דאס שוין געשריבן לעצטע וואך אבער דעם שבת האב איך עס נאכאמאל געהערט פון איינעם וואס איז נאנט צו די זאך. וויזשניץ וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן זייער פלאן פאר א שטעטל דא אין קרית יואל, בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס. נאר די ujc האלט זיי אן מיט אייזערנע קייטן און גרויסע הבטחות. ממילא האט די פריוואטע שליחות נישט גענוג געהאלפן און מען האט אנגעהויבן א גרויסע מערכה וואס ווי יענער זאגט מיר גייט עס גיין עד הסוף נישט קעגן וויזשניץ נאר קעגן די מגושמים וואס ווילן זיי שלעפן כדי צו מאכן דא א מאנסי.
ער האט כמעט פארטיגע הייזער און מ'געבט אין אפערס אז ער קען גיין אנהייבן נאכאמאל פון אלף....

משוגע זאל ער זיין עס צו נעמען ווען ער באקומט נאר חיזוק אין בלומנגראוו

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:59 pm
דורך חכם עתיק
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:56 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד
בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס.
ווי זענען די אפערס?
@דער תהלים איד העט זעכער וויסן צו ענפערן גלייב איך

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 4:03 pm
דורך חכם עתיק
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:56 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד
בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס.
ווי זענען די אפערס?
מ'האלט עס נאך אינמיטן בויען... געב עס אביסל צייט..
ווייל איך גלייב נישט אז אנהייבן נאכאמאל פון אלף איז אפילו א אפער ממילא בין איך זיכער אז מ'גייט אים געבן אזעלכע פארטיגע בילדינגס ווי ער האט אין בלאמינגראוו

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 4:07 pm
דורך דער תהלים איד
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:58 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד איך האב דאס שוין געשריבן לעצטע וואך אבער דעם שבת האב איך עס נאכאמאל געהערט פון איינעם וואס איז נאנט צו די זאך. וויזשניץ וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן זייער פלאן פאר א שטעטל דא אין קרית יואל, בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס. נאר די ujc האלט זיי אן מיט אייזערנע קייטן און גרויסע הבטחות. ממילא האט די פריוואטע שליחות נישט גענוג געהאלפן און מען האט אנגעהויבן א גרויסע מערכה וואס ווי יענער זאגט מיר גייט עס גיין עד הסוף נישט קעגן וויזשניץ נאר קעגן די מגושמים וואס ווילן זיי שלעפן כדי צו מאכן דא א מאנסי.
ער האט כמעט פארטיגע הייזער און מ'געבט אין אפערס אז ער קען גיין אנהייבן נאכאמאל פון אלף....

משוגע זאל ער זיין עס צו נעמען ווען ער באקומט נאר חיזוק אין בלומנגראוו
די אפער'ס זענען נארמאלע און גוטע.

דאס אז דא בויט זיך שוין פרעימס און דארט נישט, מאכט עס נישט אויסגעהאלטן, אדער מענטשליך, אדער נארמאל, צו עפענען א וויזניצע שטעטל אין קרית יואל און העלפן UJC חרוב מאכן די שטאט.

ווען איינער איז שוין אויפ'ן וועג צו פארכאפן דיין הויז, און דו גיבסט אים א אפפער אז ער קען אנשטאט דעם נעמען א גרויסע טשעק ביי א נגיד, איז נישט פשט אז אויב די טשעק האט א שוועריקייט אז מ'דארף עס קעשן איז יענער שוין ערלויבט זיך איינצוברעכן אין דיין הויז. ס'איז זייער פאני אויב יענער ענטפערט דאס... כאפסט?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 24, 2025 4:13 pm
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2025 3:58 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד איך האב דאס שוין געשריבן לעצטע וואך אבער דעם שבת האב איך עס נאכאמאל געהערט פון איינעם וואס איז נאנט צו די זאך. וויזשניץ וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן זייער פלאן פאר א שטעטל דא אין קרית יואל, בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס. נאר די ujc האלט זיי אן מיט אייזערנע קייטן און גרויסע הבטחות. ממילא האט די פריוואטע שליחות נישט גענוג געהאלפן און מען האט אנגעהויבן א גרויסע מערכה וואס ווי יענער זאגט מיר גייט עס גיין עד הסוף נישט קעגן וויזשניץ נאר קעגן די מגושמים וואס ווילן זיי שלעפן כדי צו מאכן דא א מאנסי.
ער האט כמעט פארטיגע הייזער און מ'געבט אין אפערס אז ער קען גיין אנהייבן נאכאמאל פון אלף....

משוגע זאל ער זיין עס צו נעמען ווען ער באקומט נאר חיזוק אין בלומנגראוו
ער האט שוין געקענט נעמען דעי אפפערס מיט א יאר צוריק, נאר וואס דען? יו. דזשעי. סי. [@בלומינגראווער איד ] האבן געמאכט זיכער אז זיי גייען נישט אוועק, און וויפיל מען האט געהאנדלט מיט זיי, האט גארנישט געהאלפן, ווייל יו. דזשעי. סי [...] האבן געמאכט זיכער אז זיי בלייבן דא, און צוליב דעם וואס דער ישוב האלט שוין ווי ס'האלט, האט מען איינגעזעהן אז שטילערהייט האנדלען איז נישט דער וועג, אזוי לאנג ווי יו.דזשעי. סי. [...] שטופט זיי ווייטער.

און גראדע לויט דער וועג וויאזוי @בלומינגראווער איד רעדט דא, זעהט אויס ווי זאכן רוקן זיך אין גוטן ריכטונג...