בלאט 536 פון 566
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 7:50 pm
דורך never say never
איראן האט זיך אנטזאגט איינטיילצונעמען אין די פינפטע רונדע געשפרעכן מיט אמעריקא וואס באט געדארפט פארקומען דעם פרייטאג אין רוים.
זיי זאגן אז גארנישט רוקט זיך נישט, און עס איז א שאד די צייט.
און מיט דעם קוקט אויס אז איראן נעמט די צווייטע מהלך פון טראמפ.
קרעדיט @את פתח לו
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 10:11 am
דורך מאירוואלף
דער בריטישער אויסערן מיניסטער האט אינפארמירט דעם בריטישן פארלאמענט:
האנדל געשפרעכן מיט מדינת ישראל זענען אפגעשטעלט געווארן צוליב דעם דורכפאל צו צושטעלן הילף צום עזה פאס.
דער מדנ"י אמבאסאדאר אין ענגלאנד איז אריבערגערופן געווארן צו אפנעמען א פסק.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 10:17 am
דורך מאירוואלף
צענדליגער הומאניטארישע הילף טרעקלעך וועלן היינט אריינגיין אין עזה דורך די כרם שלום איבערגאנג.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 11:52 am
דורך ווער
דעלטע עירליינס גייט באנייען פלי רייזעס צווישן קענעדי און לוד לופטפעלד
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 3:28 pm
דורך מאירוואלף
ווייסע הויז באאמטע זאגן פאר ברק רביד: פרעזידענט טראמפ איז פרוסטרירט מיט די סיטואציע אין עזה, און שאקירט פון די ליידן פון די פאלעסטינער קינדער, און האט געשיקט מעסעדזשעס צום מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו אז ער וויל אז ער זאל "שטרעבן צו ענדיגן" די מלחמה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 3:31 pm
דורך מאירוואלף
נאך פון רביד: א הויכראנגיקער ווייסע הויז באאמטער זאגט אז דער פרעזידענט זעט זיין באזוך אין מיטל מזרח אלס א גרויסן סוקסעס, אבער זעט די מלחמה אין עזה אלס א קריזיס וואס האלט צוריק זיינע פלענער פארן ראיאן. "דער פרעזידענט זעט אן עכטע געלעגנהייט פאר שלום און וואוקס אין מיטל מזרח, אבער די מלחמה אין עזה איז דער לעצטער שטער - און ער וויל אז עס זאל זיך ענדיגן," האט דער הויכראנגיקער ווייסן הויז באאמטער געזאגט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 6:44 pm
דורך מאירוואלף
סי ען ען:
אמעריקע האט ערהאלטן נייע אינפארמאציע וואס ווייזט אז מדינת ישראל מאכט צוגרייטונגען צו אטאקירן איראנער נוקלעארע פאבריקן בקרוב.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 6:57 pm
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 6:44 pm
סי ען ען:
אמעריקע האט ערהאלטן נייע אינפארמאציע וואס ווייזט אז מדינת ישראל מאכט צוגרייטונגען צו אטאקירן איראנער נוקלעארע פאבריקן בקרוב.
אמעריקאנער באאמטע זאגן פאר סי-ען-ען: אויב מדינת ישראל אטאקירט איראן'ס נוקלעארע פאבריקן, וועט עס פירן צו א פולשטענדיגן אפהאקעכטס מיט טראמפ.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 6:59 pm
דורך שינאווער
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 6:44 pm
סי ען ען:
אמעריקע האט ערהאלטן נייע אינפארמאציע וואס ווייזט אז מדינת ישראל מאכט צוגרייטונגען צו אטאקירן איראנער נוקלעארע פאבריקן בקרוב.
און אמעריקע האט עס געליקט צו סי ען ען כדי עס אפצושטעלן. גאנץ קלוג.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 11:53 pm
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 6:59 pm
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 6:44 pm
סי ען ען:
אמעריקע האט ערהאלטן נייע אינפארמאציע וואס ווייזט אז מדינת ישראל מאכט צוגרייטונגען צו אטאקירן איראנער נוקלעארע פאבריקן בקרוב.
און אמעריקע האט עס געליקט צו סי ען ען כדי עס אפצושטעלן. גאנץ קלוג.
אנאנימע קוועלער זאגן אז אמעריקע האט ערהאלטן די אינפארמאציע און אנאנימע קוועלער זאגן אז אויב ס'וועט געשען וועט טראמפ אפהאקן
נא נא
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 12:46 am
דורך פופציגער
כגיי נעמען די חוצפה צו איבערהאקן און זיך באדאנקען פאר אונזער נייע נייעס באריכטער @מאירוואלף פאר זיינע שטענדיגע באריכטן.
א דאנק אייך! און א דאנק פאר אלע אנדערע!
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 1:01 am
דורך פעינטיג
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 12:46 am
כגיי נעמען די חומפה צו איבערהאקן און זיך באדאנקען פאר אונזער נייע נייעס באריכטער @מאירוואלף פאר זיינע שטענדיגע באריכטן.
א דאנק אייך! און א דאנק פאר אלע אנדערע!



Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 6:33 am
דורך מאירוואלף
דער פאלעסטינער פרעזידענט מחמוד אבאס האט יעצט געלאנדעט אין לבנון.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 6:38 am
דורך מאירוואלף
איראנער קוועלער זאגן צו רויטערס: זיי מורא האבן אז טעהראן האט נישט קיין פלאן ב אויב נוקלעארע געשפרעכן מיט די יונייטעד סטעיטס וועלן דורכפאלן, ווי עס קוקט יעצט אויס צו זיין דער מציאות, און אז איראן "וועט נישט קענען זיך ערהוילן" אן וואס מען זאל אראפנעמען די סאנקציעס.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 6:39 am
דורך מאירוואלף
מדנ"י באשטעטיגט אפיציעל דאס טויט פונעם חאמאס פירער מוחמאד סינוואר אינאיינעם מיט 10 פון זיינע קאלעגעס.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 6:49 am
דורך מאירוואלף
איראנער אויסערן מיניסטער אבאס אראקצשי: מיר וועלן ווייטער בארייכערן אוראניום - מיט אדער אן אן אפמאך. מיר באטראכטן יעצט צו עס לוינט זיך פאר אונז איצט צו אנטיילנעמען אין די פינפטן רונדע פון די נוקלעארע געשפרעכן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 6:54 am
דורך מאירוואלף
אין עזה ווערט באריכטעט אז דער קאמאנדיר פון די "פאלעסטינער הילף מיניסטעריום" אין עזה, אחמד מאנסור, איז אומגעקומען אין א דראון אטאקע אויפן אל-מעגאזי פליטים לאגער.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 9:18 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 6:33 am
דער פאלעסטינער פרעזידענט מחמוד אבאס האט יעצט געלאנדעט אין לבנון.
מיטן פרעזידענט פון לבנון.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 9:27 am
דורך מאירוואלף
אקעי...
איראנער טעהראן טיימס: עס איז מעגליך אז סיריע'ס נייער פרעזידענט, על-דזשולאני, איז א מוסד אגענט און האט דעריבער געהאלפן מדינת ישראל אין די אפעראציע צו צוריקבאקומען אלי כהן'ס דאקומענטן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 9:29 am
דורך מאירוואלף
א פאניק איז אנשטאנען ווען מדנ"י כוחות האבן געשאסן אין די לופטן אין דזשענין בעת א טור פון צענדליגער אויסלענדישע דיפלאמאטן אין שטאט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 9:51 am
דורך מאירוואלף
לענדער וועמענס פארטרעטער האבן זיך באטייליגט אין א דיפלאמאטישער דעלעגאציע אין דזשענין: מצרים, ירדן, מאראקא, די אייראפעישע פאראיין, פארטוגאל, כינע, עסטרייך, בראזיל, בולגאריע, טערקיי, שפאניע, די ליטא, פוילן, רוסלאנד, יאפאן, רומעניע, מעקסיקא, סרי לאנקא, קאנאדע, אינדיע, טשילי, פראנקרייך, ענגלאנד, און נאך.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 9:56 am
דורך מאירוואלף
נתניהו וועט היינט אווענט אפהאלטן א פרעסע קאנפערענץ.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 10:03 am
דורך מאירוואלף
מדנ"י קוועלער איבער דעם אינצידענט אין דזשענין: ביים קאארדינירן דעם אריינגאנג, האבן די דעלעגאציע מיטגלידער באקומען א באשטעטיגטע וועג ווי צו גיין, אין ליכט פון זייער אנוועזנהייט אין אן אקטיווער קריגס זאנע. טראץ דעם וואס זיי האבן קאארדינירט דעם וועג פון פאראויס, האט די דעלעגאציע אפגענויגט פון דעם וועג און איז אנגעקומען אין א געגנט וואו עס איז געווען פארבאטן צו זיין. די קרעפטן אויפן ארט, וועלכע האבן געוואוסט אז א דיפלאמאטישע דעלעגאציע טאר נישט זיין נאנט דערצו, האט געשאסן אין דער לופט און נישט אויף די דעלעגאציע כדי זיי צו ארויסשיקן פון די געגנט. עס איז נישט געווען קיין שאדן אדער קרבנות, און מדנ"י באדויערט די אומבאקוועמליכקייט וואס איז געשען.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 11:40 am
דורך מאירוואלף
אויסערן מיניסטער און וויצע פרעמיער מיניסטער פון בעלגיע:
עס איז נישט אקצעפטירבאר צו זען ווי ציווילע בירגער אין עזה שטארבן פון הונגער און דורשט. מיר קוקן אריין אין די מעגליכקייט אויפשטעלן א לופט-בריק צו ברענגען הילף גלייך קיין עזה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 11:49 am
דורך מאירוואלף
מדינת ישראל און טערקיי האבן דערגרייכט אן אפמאך אין פרינציפ וועגן מיליטערישע טעטיקייטן אין סיריע, מיטן ציל צו פארמיידן א מיליטערישן צוזאמענשטויס צווישן די כוחות וואס אפערירן אין צפון סיריע.