בלאט 535 פון 614
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 1:34 pm
דורך לעכטיגע וועלט
ים התלמוד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 1:14 pm
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 7:01 pm
ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:35 pm
קענסטו אפשר מער מסביר זיין וואס דו מיינסט? איך פארשטיי אז זיינע לימודים האט ער געבויעט אויף ספרי רמח"ל וספרי חב"ד וואס זענען מסביר עניני קבלה ע"פ שכל, וואס הרה"ק מהרצ"ה מזידיטשוב זצוקללה"ה איז געוועהן זייער דערקעגן כמבואר בספרו סור מרע וע"ט. אבער דאס אליין איז נאך נישט קיין טענה כמובן, ווייל דאס איז שוין אן אלטע מחלוקת צווישן קדושי עליון, ודעביד כמר עביד ודעביד כמר עביד. האסטו געטראפן אין די לימודים גופא עפעס מער פראבלעמאטיש?
Screenshot 2025-11-14 015850.png
יישר כח פאר'ן אויסקלארן וואס דו האסט געמיינט.
איך האב נאר געוואלט צולייגן, אז אין די ספר ילקוט מאורי אור לבית טשערנאביל איז דא זייער אן אינטרעסאנטע שארפע בריוו פון ר' אהרן טשערנאבילער זי"ע, וואו ער רעדט קעגן זוכן מדרגות וואס מען האלט נישט דערביי. איך האב עס נישט פארנט פון מיר, אבער איך מיין אז ס'איז כדאי צו זעהן און זייער נוגע לענינינו.
ווי אויך ר' נחמן רעדט זייער קעגן זאגן תורה פאר מענטשן וואס האלטן נישט ביי אזא מדריגה.
..וְלִפְעָמִים נִקְרָא נִאוּף מַמָּשׁ, שֶׁמּוֹלִיד וּמוֹצִיא פָּסוּל וּפָגוּם הַיְנוּ שֶׁהַמְּקַבֵּל עוֹשֶׂה עַל יְדֵי זֶה דָּבָר שֶׁאֵינוֹ צָרִיך לוֹ לְפִי מַדְרֵגָתוֹ..
איך ברענג די גאנצע שטיקל אין ספוילער.
► Show Spoiler
עֲבוֹדָה גְּדוֹלָה לוֹמַר תּוֹרָה אֲפִלּוּ לְיָחִיד, כָּל שֶׁכֵּן לְרַבִּים כִּי צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד, שֶׁלּא יאמַר דָּבָר שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְשֵׂכֶל הַמְקַבֵּל כי הוא בחינת ניאוף, שמשליך הַשֵּׂכֶל בַּאֲתָר דְּלָא אִצְטְרִיך וְנִקְרָא לְבַטָּלָה, כִּי אֵינוֹ מוֹלִיד אֶצְלוֹ כְּלוּם וְלִפְעָמִים נִקְרָא נִאוּף מַמָּשׁ, שֶׁמּוֹלִיד וּמוֹצִיא פָּסוּל וּפָגוּם הַיְנוּ שֶׁהַמְּקַבֵּל עוֹשֶׂה עַל יְדֵי זֶה דָּבָר שֶׁאֵינוֹ צָרִיך לוֹ לְפִי מַדְרֵגָתוֹ וְעַל כֵּן עַל יְדֵי שֶׁאוֹמֵר תּוֹרָה יוּכַל, חַס וְשָׁלוֹם, לְהִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר בְּתַאֲוַת נִאוּף וְעַל כֵּן צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד כְּשֶׁאוֹמֵר תּוֹרָה בָּרַבִּים שֶׁדִּבּוּרָיו יִתְחַלְּקוּ שֶׁלּא יִשְׁמַע כָּל אֶחָד כִּי אִם מַה שֶּׁצָּרִיך לוֹ, לא יוֹתֵר וְאַף שֶׁאוֹמֵר בִּפְנֵי רַבִּים לְכֻלָּם בְּשָׁוֶה עִם כָּל זֶה לא יִכְנס בְּלֵב כָּל אֶחָד וְאֶחָד כִּי אִם הַנּוֹגֵעַ לוֹ וְצָרִיך לוֹ (יִתְרוֹ דַּף סח) : "וַיִּשְׁמַע יִתְרוֹ" וַהֲלא כֻּלָּא עָלְמָא שָׁמְעוּ אֶלָּא יִתְרוֹ שָׁמַע וְכוּ עַיֵּן שָׁם וְזֶהוּ זַכָּאָה מָאן דְּמָלֵל עַל אֻדְנָא דְּשָׁמַע (זהַר תְּצַוֶּה דַּף קפו:) וְזֶה שֶׁאָמְרוּ (סֻכָּה נב) : כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ הַיְנוּ שֶׁהוּא גָּדוֹל וְעַל יְדֵי זֶה אוֹמֵר תּוֹרָה אֲזַי יִצְרוֹ גָּדוֹל מִמֶּנּוּ כַּנַּ"ל כִּי יוּכַל לְהִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע בְּתַאֲוַת נִאוּף כַּנַּ"ל וְצָרִיך לְהִשָּׁמֵר וּלְפַלֵּס דִּבּוּרָיו כַּנַּ"ל.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 1:51 pm
דורך גארנישט
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:14 am
לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה
זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו
בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א
22 north Lorna, Monsey NY 10952
תכלית, דער עולם איז געלאדענט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 1:59 pm
דורך יואל מארקוס
גארנישט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 1:51 pm
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:14 am
לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה
זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו
בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א
22 north Lorna, Monsey NY 10952
תכלית, דער עולם איז געלאדענט?
די עולם איז אטאמאטיש געלאדענט.
איך קען דאך נישט לאדענען, אין אורח מכניס אורח
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:28 pm
דורך עדיטאריעל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:55 pm
דורך כאטש טראץ אפי'
ראובי האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 11:25 pm
ההוא גברא האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 9:29 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 12:59 am
ביידע וועי דער ניגון קלינגט מיר פון ערגעץ, איינער ווייסט וואס דאס איז?
נישט יו"ט ערליך?
יא סאיז יום טוב עהרליך
וואס איז זיין ווערטער אויף דעם?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:21 pm
דורך מנהיג
► Show Spoiler
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 12:57 pm
א גאר הערליכע שמחה האט אדורכגעריסן די קאנאדישע האריזאנט צווישן מאנטריאל און טאהש, לאמיר גיין אביסל על הסדר.
נעכטן נאכט איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט אין טאהש קודש מיט די באטייליגונג פאר הונדערטע תושבים פון אלע עקן שטעטל, ווי די עולם האט זיך געשלענגלט אין לאנגע שורות איבערצוגעבן די ווארימע ברכות.
די וואך נאכט איז פארגעקומען אין שטוב פון האברך החשוב ר' אייזיק פרידמאן וואס האט בנדבת לבו הטוב צוגעשטעלט די גאנצע הויז מיט די צוגעהערן על צד היותר טוב.
א גאר רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן דורך האברך החשוב בנש"ק ר' משה לעבאוויטש וואס האט געהאט גאר א אינסטרומענטאלע חלק און ארויסהאלפן ר' יואל דוד'ן.
פייערליכע ריקודין האבן אויסגעבראכן פאר קרוב צו צווי שעה באגלייט דורך 'חברה זמרה', ווי יעדער האט אויסעגעבן זיינע הרגשים מיט ריקודין של מצוה בתופים ובמחולות.
אין א געשמאקע מינוט האט די בארימטע בדחן ר' שמעי' קליין גענומען די רשות הדיבור און משמח געווען דעם עולם בדברי חרוזים ובדחנות ביז אינמיטן די שפעטע נאכט שעות.
אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן א פלאטע פון יוצאים מיט עסקנים וואס זענען געקומען באשיינען די שמחה, ועל כולם הר"ר יצחק יואל קאשאני-שטערן וואס האלט יעצט אפ א בליץ באזוך אין קאנאדא צו באזוכן זיינע יוגנט פריינד.
באזונדער מיז דערמאנט ווערן די צוויי ראשי עסקנים אין קרית טאהש ה"ה ר' בערל קליין און ר' שלום פינחס באנדא וואס שטייען גרייט סיי ווען אימער ארויסצוהעלפן ר' יואל דוד מיט אלע אנדערע יוצאים.
א עקסטערע דאנק קומט זיך פאר ר' שמואל הערש טעלער וואס שטייט גרייט סיי ווען אימער צו העלפן וואס מ'קען נאר.
פאר די בא'חנ'טקייט פון די מעמד קומט זיך די פולע קרעדיט פאר ר' מרדכי ארגעל וואס האט אריינגעלייגט גאר א שטארקע שמחה אין די לופט.
אינמיטן די נאכט איז אנגעקומען א גאר חשובע גאסט לכבוד די שמחה, ה"ה ידידינו וידיד כל בית ישראל ספרא רבה ר' @שמואל פוקס וואס האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא צו זיין א חלק פון די שמחה.
היינט צופרי אום 8:15 האט זיך געשטעלט די ברית מנין אין ביהמ"ד סקווירא אין מאנטריאל מיט צענדליגע תושבי עיר מאנטריאל וואס זענען זיך געקומען באטייליגן אין די גרויסע שמחה.
די קינד איז אריין לבריתו של אברהם אבינו על ברכיו פון הגאון הגדול בעל חיי הלוי שליט"א, די מוהל איז געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, מיט די ברכות אין קריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הרה"ח ר' שלום אלטער שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אברהם יצחק'.
דערנאך איז פארגעקומען א הערליכע סעודת ברית ווי די שמחה האט זיך שטארק דערקענט אויף אלע משתתפים.
ויהי"ר שמשמחה זו יושפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!!
אה ווי נעמט מען די ווערטער צו באשרייבן די התרגשות'דיגע שמחה!!!
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!1
תושבי קרית טאהש זענען מעיד אז אזא געהויבענע וואך נאכט איז נאך אין די היסטאריע פונעם שטעטל נישט געווען!!
מיט אירע הונדערטער משתתפים, רבנים ודיינים, געזאנגען און טענץ, בדחנות און גראמען, מאכלים ומשקאות, מתנות ונדבות, אלעס צוגעשטעלט פונעם שענסטן און בעסטן כאחד הנגידים אן דעם וואס דער בעל שמחה זאל דארפן זארגן אפילו איין זאך!
טרערן רינען מיר זיך דערמאנענדיג ווי מיט א קארגע פאר חדשים צוריק איז אן איינזאמע פארפאלק, אן א קרוב או גואל, אנגעקומען קיין קאנאדע, נישט וואוסנדיג פון די מינדעסטע, אבער איין זאך יא, זיי זענען גלייך געווארן ארומגענומען מיט ווארימע און געטרייע ברודער וואס האבן זיי פארזארגט מיט אלעם גוטן, מטה כסא שלחן ומנורה, און אלעס ארום, און ב''ה, יעצט שטייט מען דא ווען הונדערטער אידן פרייען זיך מיט, און יעדער וויל צולייגן א האנט און טוען וואס מ'קען ארויפצוברענגען א שמייכל אן א רואיגקייט פאר די גליקליכע עלטערן!!!
איך שפיר פאר א חיוב צו דערמאנען כאטש איין נאמען, הלא הוא העסקן הדגול הצדיק הגדול ר' אהרן הערש שרייבער הי''ו וואס יומם ולילה לא ישבות פאר די יוצאים בדמים תרתי משמע, ישלם ה' פעלו ותהי משכורתו שלמה מעם ה'!!
אן עקסטערע התרגשות איז געווען אין מאנטרעאל, וואו כמעשהו בטאהש כך מעשהו, ווי הונדערטער האבן געשטראמט צום שלו' זכר, שמחת הברית, ברית סעודה און זיך מיטגעפריידט בשמחה עילאה.
בלליבט נאר איבער צו וואונטשן פאר'ן אבי הבן ומשפ', שיזכו לגדלו ולחנכו לתורה לעבודה ''ולעבודת עבודה'' ולחופה ולמעשים טובים מתוך נחת והרחבת הדעת ושפע רב ברוחניות ובגשמיות!
(נ''א השי''ת זאל העלפן דאס קינד זאל זיין א מרכבה לשכינה, מיט אהבה ויראה, מיט ביקוש צו מקשר זיין צו די צדיקי אמת, ביטול צו צדיקי אמת, די אייגענע שכל לייגן אין מיסט, זיין דבוק אין די לימודים, אן קיין של''ה אדער בוךבוך רח''ל ונאמר אמן...)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:29 pm
דורך בוכהאלטער
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:28 pm
אין וועלכע בית השחיטה איז דאס? און ווען איז דאס?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:54 pm
דורך גרינטליך
מנהיג האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:21 pm
► Show Spoiler
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 12:57 pm
א גאר הערליכע שמחה האט אדורכגעריסן די קאנאדישע האריזאנט צווישן מאנטריאל און טאהש, לאמיר גיין אביסל על הסדר.
נעכטן נאכט איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט אין טאהש קודש מיט די באטייליגונג פאר הונדערטע תושבים פון אלע עקן שטעטל, ווי די עולם האט זיך געשלענגלט אין לאנגע שורות איבערצוגעבן די ווארימע ברכות.
די וואך נאכט איז פארגעקומען אין שטוב פון האברך החשוב ר' אייזיק פרידמאן וואס האט בנדבת לבו הטוב צוגעשטעלט די גאנצע הויז מיט די צוגעהערן על צד היותר טוב.
א גאר רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן דורך האברך החשוב בנש"ק ר' משה לעבאוויטש וואס האט געהאט גאר א אינסטרומענטאלע חלק און ארויסהאלפן ר' יואל דוד'ן.
פייערליכע ריקודין האבן אויסגעבראכן פאר קרוב צו צווי שעה באגלייט דורך 'חברה זמרה', ווי יעדער האט אויסעגעבן זיינע הרגשים מיט ריקודין של מצוה בתופים ובמחולות.
אין א געשמאקע מינוט האט די בארימטע בדחן ר' שמעי' קליין גענומען די רשות הדיבור און משמח געווען דעם עולם בדברי חרוזים ובדחנות ביז אינמיטן די שפעטע נאכט שעות.
אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן א פלאטע פון יוצאים מיט עסקנים וואס זענען געקומען באשיינען די שמחה, ועל כולם הר"ר יצחק יואל קאשאני-שטערן וואס האלט יעצט אפ א בליץ באזוך אין קאנאדא צו באזוכן זיינע יוגנט פריינד.
באזונדער מיז דערמאנט ווערן די צוויי ראשי עסקנים אין קרית טאהש ה"ה ר' בערל קליין און ר' שלום פינחס באנדא וואס שטייען גרייט סיי ווען אימער ארויסצוהעלפן ר' יואל דוד מיט אלע אנדערע יוצאים.
א עקסטערע דאנק קומט זיך פאר ר' שמואל הערש טעלער וואס שטייט גרייט סיי ווען אימער צו העלפן וואס מ'קען נאר.
פאר די בא'חנ'טקייט פון די מעמד קומט זיך די פולע קרעדיט פאר ר' מרדכי ארגעל וואס האט אריינגעלייגט גאר א שטארקע שמחה אין די לופט.
אינמיטן די נאכט איז אנגעקומען א גאר חשובע גאסט לכבוד די שמחה, ה"ה ידידינו וידיד כל בית ישראל ספרא רבה ר' @שמואל פוקס וואס האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא צו זיין א חלק פון די שמחה.
היינט צופרי אום 8:15 האט זיך געשטעלט די ברית מנין אין ביהמ"ד סקווירא אין מאנטריאל מיט צענדליגע תושבי עיר מאנטריאל וואס זענען זיך געקומען באטייליגן אין די גרויסע שמחה.
די קינד איז אריין לבריתו של אברהם אבינו על ברכיו פון הגאון הגדול בעל חיי הלוי שליט"א, די מוהל איז געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, מיט די ברכות אין קריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הרה"ח ר' שלום אלטער שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אברהם יצחק'.
דערנאך איז פארגעקומען א הערליכע סעודת ברית ווי די שמחה האט זיך שטארק דערקענט אויף אלע משתתפים.
ויהי"ר שמשמחה זו יושפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!!
► Show Spoiler
אה ווי נעמט מען די ווערטער צו באשרייבן די התרגשות'דיגע שמחה!!!
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!1
תושבי קרית טאהש זענען מעיד אז אזא געהויבענע וואך נאכט איז נאך אין די היסטאריע פונעם שטעטל נישט געווען!!
מיט אירע הונדערטער משתתפים, רבנים ודיינים, געזאנגען און טענץ, בדחנות און גראמען, מאכלים ומשקאות, מתנות ונדבות, אלעס צוגעשטעלט פונעם שענסטן און בעסטן כאחד הנגידים אן דעם וואס דער בעל שמחה זאל דארפן זארגן אפילו איין זאך!
טרערן רינען מיר זיך דערמאנענדיג ווי מיט א קארגע פאר חדשים צוריק איז אן איינזאמע פארפאלק, אן א קרוב או גואל, אנגעקומען קיין קאנאדע, נישט וואוסנדיג פון די מינדעסטע, אבער איין זאך יא, זיי זענען גלייך געווארן ארומגענומען מיט ווארימע און געטרייע ברודער וואס האבן זיי פארזארגט מיט אלעם גוטן, מטה כסא שלחן ומנורה, און אלעס ארום, און ב''ה, יעצט שטייט מען דא ווען הונדערטער אידן פרייען זיך מיט, און יעדער וויל צולייגן א האנט און טוען וואס מ'קען ארויפצוברענגען א שמייכל אן א רואיגקייט פאר די גליקליכע עלטערן!!!
איך שפיר פאר א חיוב צו דערמאנען כאטש איין נאמען, הלא הוא העסקן הדגול הצדיק הגדול ר' אהרן הערש שרייבער הי''ו וואס יומם ולילה לא ישבות פאר די יוצאים בדמים תרתי משמע, ישלם ה' פעלו ותהי משכורתו שלמה מעם ה'!!
אן עקסטערע התרגשות איז געווען אין מאנטרעאל, וואו כמעשהו בטאהש כך מעשהו, ווי הונדערטער האבן געשטראמט צום שלו' זכר, שמחת הברית, ברית סעודה און זיך מיטגעפריידט בשמחה עילאה.
בלליבט נאר איבער צו וואונטשן פאר'ן אבי הבן ומשפ', שיזכו לגדלו ולחנכו לתורה לעבודה ''ולעבודת עבודה'' ולחופה ולמעשים טובים מתוך נחת והרחבת הדעת ושפע רב ברוחניות ובגשמיות!
@מנהיג מיר געדענקען אלע ווי די האסט דעמאלסט געשאפט געלט און זיך געפארעט.
די האסט אפשר פארגעסן, אבער די רבונו של עולם וועט דאס דיר קיינמאל נישט פארגעסן!
מיר אלע האבן א חיוב זיך באדאנקען פאר דיר מיט אהרן הערש וואס זענען מזכה כלל ישראל, און טוהן בעצם די ערבות וואס ליגט אויף אונז אלע.
איידילעהייט און שטילערהייט, אן זיכן קיין שום פרסום, מיט א ריכטיגע עין טובה.
דא אין אמעריקא אוודאי העלפט מען אן א שיעור.
אבער מיר דארפן זיך אלע לערנען פון די מאנטריאלע עסקנים!!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:16 pm
דורך נייעס ליבהאבער
איך האב נישט געהעריג מיטגעהאלטען די נייעס דא די לעצטע שטיק צייט֚
איך וויל נאר וויסו צו עס איז שוין דא א אפדעיט איבער די אנטלאפענע משפחות פארלאפענעם שמחת תורה֚
יישר כח למפרע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:58 pm
דורך אני-הק'
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:28 pm
מסתמא אין בני יואל... (הער צום סוף)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 6:04 pm
דורך עומד על תלת
אני-הק' האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:58 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:28 pm
מסתמא אין בני יואל... (הער צום סוף)
לויט ווי איך האב פארשטאנען דא האט בני יואל אפי‘ נישט אנגענומען קיין לב טהור יוצאים...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 6:09 pm
דורך קום אריין קלאר
אני-הק' האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:58 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:28 pm
מסתמא אין בני יואל... (הער צום סוף)
חיים שלמה פישער: ביי בלום.... בני יואל...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 6:57 pm
דורך חלום חלמתי
קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 6:09 pm
אני-הק' האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:58 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:28 pm
מסתמא אין בני יואל... (הער צום סוף)
חיים שלמה פישער: ביי בלום.... בני יואל...
און דא ענדיגט זיך די שמועס....
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 6:58 pm
דורך על פי תורה
עומד על תלת האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 6:04 pm
אני-הק' האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:58 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:28 pm
מסתמא אין בני יואל... (הער צום סוף)
לויט ווי איך האב פארשטאנען דא האט בני יואל אפי‘ נישט אנגענומען קיין לב טהור יוצאים...
ער לערנט אין סאטמאר מהרי''י
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 10:20 pm
דורך ממעמקים
דער מאנסי עסקן- דער מעליצער- ער טראגט נאך די איינציגע אידישע כשרע עסן פאר די חכם אין תפיסה??
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 10:31 pm
דורך חלא בר חמרא
כ'מיין אז דער חכם געפונט זיך שוין נישט אין זיין תפיסה. (אלע אידן באקומען דארט עסן פון אים.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 11:20 pm
דורך הדסים
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 11:19 pm
אפשר קען @מענדי קעניג ענטפערן אויפ'ן שאלת רבים.
מיינסט צו זאגן 'אפשר קען ער ענטפערן אויפן שאלה ברבים'.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 11:24 pm
דורך שטילער ניק
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 2:28 pm
ווער איז דאס?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 11:41 pm
דורך חלום חלמתי
האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 11:33 pm
אנטשולדיגט פאר'ן שרייבן און איך שטעל זיך פאר אז מען וועט מיר מעקן אבער איך מוז זאגן, לקיים מה שנאמר "אז ס'טוט וויי שרייט מען"....
איך מיין אז ס'יז עקלדיג ווי מען מעקט דא אלעס וואס שמעקט נישט %10,000 ווי @על פי תורה'ס אגענדע.
איך בין א שטארקע חסיד פון די מערכה און אויך פון די עסקנים און מיינע פריערדיגע פאוסטס יוכיח, אבער די רוסישע פארשטילן דא דורך מעקן איז עקל...
אנטשולדיגט פאר'ן זיך טרעפן....
דעי טעמע סרוחה איז א דארן אין אויג פאר יעדע ציוויליזירטע בירגער, די איינציגסטע ריזן ס'עקזעסטירט איז וויבאלד די הנהלה האט דיסיידעט צו געבן א שופר פאר א מערכה אינדארסירט ביי גרויסע דיינים.
אזויווי
@על פי תורה ארבעט פאר א גרופע עסקנים אפעלירט מיט יענע דיינים באקומט ער דא א כמעט פרייע פאס צו שרייבן סיי וואס לטובת המערכה, אלעס אנדערש דארף טאקע ווערן געמעקט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:44 am
דורך ברוך אברהם
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:14 am
לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה
זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו
בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א
22 north Lorna, Monsey NY 10952
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:46 am
דורך ברוך אברהם
נאך
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:50 am
דורך ברוך אברהם
נאך
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:56 am
דורך ממעמקים
מזל טוב!!
די בחור׳ל קוקט אויס לעכטיג
ווער פון משפחת מארקוס האט אנטייל גענומען?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:59 am
דורך ברוך אברהם
ממעמקים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:56 am
מזל טוב!!
די בחור׳ל קוקט אויס לעכטיג
ווער פון משפחת מארקוס האט אנטייל גענומען?
די פעטער ר' אשר אנטשיל מארקוס
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 1:31 am
דורך מענדי קעניג
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:46 am
נאך