כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 694

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ChatGPT »

מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:16 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:08 pm
ס'דא היינט האטליינס וואס דרייען אהן פרויען בענין כיסוי ראש בשעת וואס זייערע מענער דארפן עס ווי א לאך אין קאפ, נאר אדער שעמט ער זיך צו זיין דער קל אדער איז ער א שוואכלינג און האט נישט די פאוער צו זאגן זיין מיינונג
די עצה איז אראפצוהאקן די טעלפוין ביי די ערשטע קאלל, און נישט זיך דערמאנען ווען ס'איז שוין צו שפעט.
בעצם איז נישט דא דער טעמע, אבער אז משרייבט דערוועגן וועל איך אריינרעדן.

אראפהאקן קומט נישט דא אריין, די אלע ליניעס למיניהם קאלן נישט, נאר די פרויען קאלן זיי.

איינע פון די זאכן וואס אונזער דור איז געבענטשט איז מיטן ''מלמדה תיפלות'' וואס גייט אן אויף א מאסשטאבליכע פארנעם,

און די צייט וואס אמאל האט מען געוויסט אז תורת אמך מיינט תמימות, מיינט עס היינט השקפה, פרויען זענען אייגענע בעלי השקפה און אנשטאט זיין אן אשה כשירה העושה רצון בעלה. האט מען אסאך מאל א צווייטע משפיעה - דיעה זאגער וואס האט א ליין און טיילט דיעות און אלע הינזיכטן פון לעבן ברוחניות וגשמיות. והרבה חללים הפילה.

רוב רובם פון די האטליין'ס אפילו די וואס פארקויפן פרומקייט זענען נאר מוסיף תיפלות און גאר אסאך זענען למורת רוחם פון די מענער, אפגערעדט די וואס פארקויפן סתם 'א בעסער לעבן' אזוי צו זאגן....
סוחר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 367

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחר »

מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:16 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:08 pm
ס'דא היינט האטליינס וואס דרייען אהן פרויען בענין כיסוי ראש בשעת וואס זייערע מענער דארפן עס ווי א לאך אין קאפ, נאר אדער שעמט ער זיך צו זיין דער קל אדער איז ער א שוואכלינג און האט נישט די פאוער צו זאגן זיין מיינונג
די עצה איז אראפצוהאקן די טעלפוין ביי די ערשטע קאלל, און נישט זיך דערמאנען ווען ס'איז שוין צו שפעט.
??what
אוועיטער
טרוימט
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מערץ 22, 2025 9:28 pm
x 114

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טרוימט »

סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 6:03 pm
מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:16 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:08 pm
ס'דא היינט האטליינס וואס דרייען אהן פרויען בענין כיסוי ראש בשעת וואס זייערע מענער דארפן עס ווי א לאך אין קאפ, נאר אדער שעמט ער זיך צו זיין דער קל אדער איז ער א שוואכלינג און האט נישט די פאוער צו זאגן זיין מיינונג
די עצה איז אראפצוהאקן די טעלפוין ביי די ערשטע קאלל, און נישט זיך דערמאנען ווען ס'איז שוין צו שפעט.
??what
ער רעדט פון דיסקאנעקטן פואן סערוויס
קבל את האמת ממי שאמרה, האמת והשלום אהבו.
סוחר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 367

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחר »

טרוימט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 6:22 pm
סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 6:03 pm
מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:16 pm

די עצה איז אראפצוהאקן די טעלפוין ביי די ערשטע קאלל, און נישט זיך דערמאנען ווען ס'איז שוין צו שפעט.
??what
ער רעדט פון דיסקאנעקטן פואן סערוויס
סיריעסלי? אויך אנשפארן זיין ווייב אינדערהיים ווען ער גייט ארויס, אז זי זאל חלילה נישט גיין אין ערגעץ?

ווי שוין געזאגט פאר איינעם וואס האט געפרעגט אין אישי, אז אין די מערב וועלטאיז דאס זייער נישט קיין אנגענומענע מהלך און עס קען נאכפאלגן מיט שווערע קאנסעקווענצן.

אויב האסטו נישט קיין וועג צו מסביר זיין פאר דיין ווייב וואס די האלטס און זי זאל פארשטיין, וועט די מהלך פון אראפהאקן א טעלעפאון און דיסקאנעקטן וכו' טיפער מאכן דיין פראבלעם! נישט לעזן דעם פראבלעם!

איך ענפער נאך.... עניוועי, שיק.
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:42 pm
► Show Spoiler
איך האב נישט געזעהן זיינע ספרים, מ'האט עס אראפגענומען פון אוצר החכמה, אויך נאך נישט קיינמאל געהערט א שמועס פון אים בעניני יראה אהבה דביקות און שויתי צו קענען אפשאצן זיינע ידיעות און בקיאות, אבער וויפיל איך האב יא געהערט פון זיינע שמועסן, איז די שמועסן געבויעט כמעט נאר אויפ'ן ספר הדור האחרון פון ר' אלטר משה גאלדבערגער. פארשטייט זיך נאר די פרקים וואס ער האט געקענט נוצן פאר זיך, און נישט די פרקים וואס איז אקעגן, ווי למשל דעם שטיקל סור מרע ועשה טוב וואס ווערט אויך געברענגט אין הדור האחרון, גראדע דריי מאל. פארשטייטס עטץ?

זייטס ווייטער ממשיך ענקער שמועס, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן.
ביסט גערעכט האסט טאקע נישט געזעהן זיינע ספרים, (און עס פעהלט אויך נישט אויס) אויך נישט געהערט זיינע דרשות\תורות\שיעורים (כנ"ל)
אבער ביסט ווייט פון גערעכט. א געוויסע פוינט איז געבויט אויף א חלקים וואס ווערט געברענגט אין הדור האחרון, און אפילו עס איז געוועהן דארט די ספר, האט מען געהאלטן אנקעגן די מהלך אינגאנצן. ער האט מיר אפילו געזאגט נישט אריינטרעטן אין בני יואל ביהמ"ד ווייל עס איז א קליפה...
(פארגעס נישט אז ער איז געוועהן גוט מיטן ברך משה)
די עיקר לימודים\ספרים וואס מען האט געדרשנט איז עבודת הדעת
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 6:39 pm אין א נארמאלע גוטע שלום בית איז אראפהאקן א ליבליכע אויסדרוק פון אהבה, אז איך מיין עס אמת'דיג, און קענסט דיך רואיג פארלאזן אויף מיר, איך בין א גוטע רוקן ביין. איך בין קלאר און זיכער מיט מיין מיינונג, און איך ווער נישט איבערגענומען פון יעדן מאן דהו. ודו"ק.
נע...
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

ים התלמוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:35 pm
יואל מארקוס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 9:56 am נאך א שטארקע יסוד איז די לימודים, כאילו נאר ביי זיי לערנט מען 'לשמה' , נאר זיי פארקויפן די 'אמתע' לימודים.
טוהט אונז רבינו מזידיטשוב זי"ע אויך קלאר מאכן אז די לימודים איז נישט די ריכטיגע וועג. און איז געווען 'כת ש"ץ'
ווען נישט דבריו הקדושים וואלט מען דאך געפילט אז מען האט דאך טאקע געהאט אזעלכע הויכע 'אמתע'לימודים...

[אגב האב איך שוין געטראפן אנדערע וואס פארקויפן אויך די זעלבע לימודים....וטעות היא בידם]
קענסטו אפשר מער מסביר זיין וואס דו מיינסט? איך פארשטיי אז זיינע לימודים האט ער געבויעט אויף ספרי רמח"ל וספרי חב"ד וואס זענען מסביר עניני קבלה ע"פ שכל, וואס הרה"ק מהרצ"ה מזידיטשוב זצוקללה"ה איז געוועהן זייער דערקעגן כמבואר בספרו סור מרע וע"ט. אבער דאס אליין איז נאך נישט קיין טענה כמובן, ווייל דאס איז שוין אן אלטע מחלוקת צווישן קדושי עליון, ודעביד כמר עביד ודעביד כמר עביד. האסטו געטראפן אין די לימודים גופא עפעס מער פראבלעמאטיש?
Screenshot 2025-11-14 015850.png
Screenshot 2025-11-14 015850.png (194.35 KiB) געזען געווארן 1581 מאל
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

יואל מארקוס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 6:53 pm
מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:42 pm
► Show Spoiler
איך האב נישט געזעהן זיינע ספרים, מ'האט עס אראפגענומען פון אוצר החכמה, אויך נאך נישט קיינמאל געהערט א שמועס פון אים בעניני יראה אהבה דביקות און שויתי צו קענען אפשאצן זיינע ידיעות און בקיאות, אבער וויפיל איך האב יא געהערט פון זיינע שמועסן, איז די שמועסן געבויעט כמעט נאר אויפ'ן ספר הדור האחרון פון ר' אלטר משה גאלדבערגער. פארשטייט זיך נאר די פרקים וואס ער האט געקענט נוצן פאר זיך, און נישט די פרקים וואס איז אקעגן, ווי למשל דעם שטיקל סור מרע ועשה טוב וואס ווערט אויך געברענגט אין הדור האחרון, גראדע דריי מאל. פארשטייטס עטץ?
ביסט גערעכט האסט טאקע נישט געזעהן זיינע ספרים, (און עס פעהלט אויך נישט אויס) אויך נישט געהערט זיינע דרשות\תורות\שיעורים (כנ"ל)
אבער ביסט ווייט פון גערעכט. א געוויסע פוינט איז געבויט אויף א חלקים וואס ווערט געברענגט אין הדור האחרון, און אפילו עס איז געוועהן דארט די ספר, האט מען געהאלטן אנקעגן די מהלך אינגאנצן. ער האט מיר אפילו געזאגט נישט אריינטרעטן אין בני יואל ביהמ"ד ווייל עס איז א קליפה...
(פארגעס נישט אז ער איז געוועהן גוט מיטן ברך משה)
די עיקר לימודים\ספרים וואס מען האט געדרשנט איז עבודת הדעת
יישר כח ר' יואל פארן אויסקלארן.
שמאהלהויזן
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 11:20 pm
x 5

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמאהלהויזן »

001rf5x-306979 (1)_page-0001.jpg
001rf5x-306979 (1)_page-0001.jpg (395.99 KiB) געזען געווארן 1556 מאל
00071706_81_d0_07_a7_0301 (1)_page-0001.jpg
00071706_81_d0_07_a7_0301 (1)_page-0001.jpg (146.77 KiB) געזען געווארן 1556 מאל
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

יואל מארקוס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 6:53 pm
מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:42 pm
► Show Spoiler
איך האב נישט געזעהן זיינע ספרים, מ'האט עס אראפגענומען פון אוצר החכמה, אויך נאך נישט קיינמאל געהערט א שמועס פון אים בעניני יראה אהבה דביקות און שויתי צו קענען אפשאצן זיינע ידיעות און בקיאות, אבער וויפיל איך האב יא געהערט פון זיינע שמועסן, איז די שמועסן געבויעט כמעט נאר אויפ'ן ספר הדור האחרון פון ר' אלטר משה גאלדבערגער. פארשטייט זיך נאר די פרקים וואס ער האט געקענט נוצן פאר זיך, און נישט די פרקים וואס איז אקעגן, ווי למשל דעם שטיקל סור מרע ועשה טוב וואס ווערט אויך געברענגט אין הדור האחרון, גראדע דריי מאל. פארשטייטס עטץ?

זייטס ווייטער ממשיך ענקער שמועס, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן.
ביסט גערעכט האסט טאקע נישט געזעהן זיינע ספרים, (און עס פעהלט אויך נישט אויס) אויך נישט געהערט זיינע דרשות\תורות\שיעורים (כנ"ל)
הצדיק ר' יואל, כ'האב הנאה דו קומסט אריין קלאר מיט שטארקייט און אפנקייט, אן קיין פחד!!. געוואלדיג!! די פאר ווערטער בלאזט אריין אין אונז א שטיק חיות. כה לחי!!
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

יואל מארקוס האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 6:53 pm
מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:42 pm
► Show Spoiler
איך האב נישט געזעהן זיינע ספרים, מ'האט עס אראפגענומען פון אוצר החכמה, אויך נאך נישט קיינמאל געהערט א שמועס פון אים בעניני יראה אהבה דביקות און שויתי צו קענען אפשאצן זיינע ידיעות און בקיאות, אבער וויפיל איך האב יא געהערט פון זיינע שמועסן, איז די שמועסן געבויעט כמעט נאר אויפ'ן ספר הדור האחרון פון ר' אלטר משה גאלדבערגער. פארשטייט זיך נאר די פרקים וואס ער האט געקענט נוצן פאר זיך, און נישט די פרקים וואס איז אקעגן, ווי למשל דעם שטיקל סור מרע ועשה טוב וואס ווערט אויך געברענגט אין הדור האחרון, גראדע דריי מאל. פארשטייטס עטץ?

זייטס ווייטער ממשיך ענקער שמועס, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן.
ביסט גערעכט האסט טאקע נישט געזעהן זיינע ספרים, (און עס פעהלט אויך נישט אויס) אויך נישט געהערט זיינע דרשות\תורות\שיעורים (כנ"ל)
אבער ביסט ווייט פון גערעכט. א געוויסע פוינט איז געבויט אויף א חלקים וואס ווערט געברענגט אין הדור האחרון, און אפילו עס איז געוועהן דארט די ספר, האט מען געהאלטן אנקעגן די מהלך אינגאנצן. ער האט מיר אפילו געזאגט נישט אריינטרעטן אין בני יואל ביהמ"ד ווייל עס איז א קליפה...
(פארגעס נישט אז ער איז געוועהן גוט מיטן ברך משה)
די עיקר לימודים\ספרים וואס מען האט געדרשנט איז עבודת הדעת
סדארמאט מיר פון די גוועזנע בני יואל וואס זענען היינט א קעגן בני יואל די חסידים פון אטיק וכת דיליה
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

גראדע די שטיקל סור מרע ועשה טוב האט מען נישט געלערנט אין לב טהור. פארקערט (מען האט טאקע גערעדט אקעגן פאלגן א רבי שלא ע"פ תורה, אבער מען האט געלייגט די יסוד פון חזקה און דא איז יא די אמת... (עיין מה שכתבתי בהקדם). בפרט בענין עבודת הדעת, האט הרב ר' .... מיר געזאגט אז ער האט איהם געפרעגט אויף די סור מרע, און ער האט גענטפער 'רבי שמעון לשיטתיה ' {דאכט זיך מיר אזוי, אז נישט איז עפעס דומה לזה}

איך האב עס געלערנט נאכן ארויס פון לב טהור אלס טאהש (זידיטשוב \ קאמארנא), אין ילקוט עטרת צבי (גראדע אויך אין נימוקי או"ח צייכנט צו צו דעם) איך האב אסאך מאל געזעהן די שטיקל, און אפילו עס געדענקט אויסענווייניג, אבער עס האט נאכנישט געמיינט לב טהור .... ווייל ער איז דאך יא א צ...ד... יא ע"פ תורה ..... אבער איינמאל האט מיר איינער עפעס געפרעגט א שאלה, און עפעס א בליץ האט מיר געמאכט פארשטיין אז דאס איז דאך וואס די סור מרע זאגט, בין איך געלאפן קיין טאהשע ביהמד און מעיין געווען אין די סור מרע ביז איך בין געקומען צו די החלטה וואס איך האלט היינט אויף לב טהור.
צוביסליך האב געטראפן אלע ענטפער'ס לגבי לב טהור אין די ספר (כולל הגהות מהרצ"א) בפרטי פרטיות.

גלייב מיר אז ווען נישט דאס, וואלט איך נישט געווען אנקעגן. ווייל ווילאנג די יסוד איז ביי דיין השגה 'אמת' קען מען דאך אלעס פארענטפרן.....
מטות מסעי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 2:55 pm
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מטות מסעי »


קבלת שבת קינדערלעך אין שעלטער
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 7:38 pm
► Show Spoiler
סדארמאט מיר פון די גוועזנע בני יואל וואס זענען היינט א קעגן בני יואל די חסידים פון אטיק וכת דיליה
די עולם געדענקט נאר די עניינים וואס ענק זעהן אויך ביי אנדערע, ממילא גלייכט מען צו....
אבער איך באצו זיך צו עבודת הדעת וואס איך האב געברענגט פון די סור מרע ועשה טוב. און אויף דעם איז געווען די עיקר לאנגע תורות און התבוננות וכדו' . וואס דאס שרייבט ער האט געברענג די כת ש"ץ צו ווי עס האט געברענגט. דאס איז נישטא ביי די אנדערע צו וואס די עולם וויל דא צוגלייכן.
דאס אליינס אז זיי זענען עקסטרים ביי זייער מיינונג אנקעגן די גאנצע וועלט, מיינט נאך נישט א קולט. (אפילו אז א קולט ניצט דאס אויך) דאס איז אן אנדערע בחינה וואס קומט אין קומענדיגע פאסט בל"נ

"שוין געגאנגען" איך מיין נישט דיר פערזענליך, נאר נאך אסאך אנדערע דא . ממממ:(
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 959

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך אן די שטרענגלעראציע און טאהש קודש אפצוגעבן ווארימע ברכות מיט הויפענעס חיזוק פאר ר' יואל דוד אלטער די אבי הבן לרגל די שמחת הוואך נאכט פון בנו הבכור.

זאל די באשעפער העלפן די קינד זאל זיין א מרכבה לשכינה, האבן הויפענעס אהבה מיט יראה, זיך האלטן שטארק מיט די אמת און נישט פארםאלן ווערן אין די לעצטע מינוטן מיט די נסיון האחרון.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

להסביר ענין הנ"ל עיין בהגהות מהרצ"א (לבעל בני יששכר) על ספר סור מרע ועשה טוב
ואעתיק חלקים למי שאין לו זמן ללמוד כולו
עמוד צא
Screenshot 2025-11-14 031145.png
Screenshot 2025-11-14 031145.png (92.13 KiB) געזען געווארן 1400 מאל
Screenshot 2025-11-14 031351.png
Screenshot 2025-11-14 031351.png (62.91 KiB) געזען געווארן 1400 מאל
Screenshot 2025-11-14 031853.png
Screenshot 2025-11-14 031853.png (103.05 KiB) געזען געווארן 1400 מאל
אוועיטער
פערל פיסקעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:35 pm
x 52

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פערל פיסקעל »

מטות מסעי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 8:02 pm
קבלת שבת קינדערלעך אין שעלטער
הייליגע באשעפער!!!!
קוק וואס דא גייט פאר לעכטיגע קינדער אליינס און א שעלטער אן טאטע מאמע אן גארנישט, לייגען אראפ אזא לעכטיגע קבלת שבת......
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

עוד חלקים מעמוד צב צג

Screenshot 2025-11-14 031944.png
Screenshot 2025-11-14 031944.png (49.91 KiB) געזען געווארן 1386 מאל
Screenshot 2025-11-14 032032.png
Screenshot 2025-11-14 032032.png (45.85 KiB) געזען געווארן 1386 מאל
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

עוד מלשון קדשו לעיל בעמוד כה כו
Screenshot 2025-11-14 034445.png
Screenshot 2025-11-14 034445.png (142.13 KiB) געזען געווארן 1362 מאל
Screenshot 2025-11-14 034558.png
Screenshot 2025-11-14 034558.png (165.86 KiB) געזען געווארן 1362 מאל
Screenshot 2025-11-14 034614.png
Screenshot 2025-11-14 034614.png (107.38 KiB) געזען געווארן 1295 מאל
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

_בענין זה איז יא דומה לב טהור צו די אנדערע_
---
נא אויב אזוי וואס איז זייער תירוץ?

דאס האט ער שוין אויך געדעקט!
Screenshot 2025-11-14 034840.png
Screenshot 2025-11-14 034840.png (67.25 KiB) געזען געווארן 1366 מאל
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

מטות מסעי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 8:02 pm
קבלת שבת קינדערלעך אין שעלטער
א גרויסן יישר כח
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 736

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

מקשין העולם האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:27 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:10 pm מענין לענין
הער איך אז ס'דא א נייע פרויען קולט אין בלומינגראוו?
ס'סאונד זייער שרעקעדיג..
אפשר איינער מיט מער דיטעילס זאל עפענען א אשכול דא, ולמצווה גדולה אז מענער זאלן וויסן פון פאראויס זיך צו היטן פון דעם.
איך האב געשריבן דערפון עטליכע טעג צוריק צו באקומען א ענטפער צו ס'איז דא א פשוט'ע עצה, דערווייל זעהט נישט אויס, נאר מיט די מהלך וואס די עסקנים האבן דא גענומען, נו ווער איז גרייט צו טוהן דערצו עס צו צוברעכן, אריינגערעכנט אריינשליידערן אפאר חברה אין חד גדיא.

קוק דיך צו, וויפיל חיזוק באקומען די ראשי העסקנים ביי אונזער פרשה????.... ווען די צייטונגען וואלטן זיי באזינגען וואלטן זיך נאך אידן צוגעכאפט צו אזעלכע שווערע מצוות.

די נאכשלעפערס זענען טאקע בעיקר נשים שדעתן קלות, אבער די מענער ליידן ליידער געפערליך.

עס הייסט כנפי נשרים. ס'איז דא א טעלפוין ליין וואס א אשה דבר'ט. די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות, די פרומסטע מוסדות האבן זיי פארשיקט. די פירערס ליידער פון היימישע משפחות וואס מיר דארפן אכט געבן אויף זייער כבוד. אבער די פירערס מעגן וויסן אז יבוא יומם....

און אויף דעם וואס דו שרייבסט מענער זאלן וויסן פאראויס, איז דערווייל כדאי צו וויסן אזויפיל אז מענער זאלן וויסן נישט צו לאזן זייערע פרויען הערן האטליינס פון שיעורים וואס איז אקעגן די מעין סטריעם, בין בענינים הנוגעים לנשמה ובין בענינים הנוגעים לגוף. מ'דארף זאגן פאר די נשים צדקניות: יא די מעין סטריעם איז אין עולם השקר מיט קארופציע, און מיט דעם אלעם הערט מען נישט די אויפקלערערס. אונז לעב מיר אין א עולם השקר וואס מענטשן מיט געלט און מאכט האבן דאס ווארט, און דאס איז נאך אלס בעסער פון די וואס ווילן זיין די וועלטס פארזארגער אונז צו ראטעווען פון דעם שרעקליכן עולם השקר. לערן און דאווען און האדעווע דיינע קינדער, זוך דיר נישט צו שפירן אז דו לאזט זיך נישט נארן, און דיין האטליין זאגט אויס דעם אמת.
כנפי נשרים איז א קליפה וואס האט נישט דוקא לאקאל מיט בלומינגראוו, נאר פארשפרייט די פינסטערע פליגלען איבער די גאנצע וועלט, און מאכט חרוב אידישע שטיבער אונטערן שלייער פון ערליכקייט, צניעות און פרומקייט, וידע הציבור להזהר!

שמועה שמעתי אז הגאוה"צ ביד"צ כדתיא לאנדאן האט שוין עטליכע יאר צוריק ארויסגעגעבן א בריוו קעגן אויסהערן זייער האטליין.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

מטות מסעי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 8:02 pm
קבלת שבת קינדערלעך אין שעלטער
ביידע וועי דער ניגון קלינגט מיר פון ערגעץ, איינער ווייסט וואס דאס איז?
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 183
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 321

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראדער מעכל »

מנהיג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:58 pm כל הקהל הקדוש מוזמן
די שמחה של מצוה ואהבת חברים דארטן שפאלטן הימלען, די מוזיק טענץ מענשן קומען און גייען,
האבן מיר מיטגעהאלטן די הערליכע דברי בדחנות פון ר' שמעי' קליין, ווי ער האט געווינטשן דעם אבי הבן מיט הערליכע חרוזים, און דערנאך די לעבעדיגע ווארימע טענץ
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1304
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1954

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

מטות מסעי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 8:02 pm
קבלת שבת קינדערלעך אין שעלטער
ווער זענען די ריש מתיבתא און אב”ד דא אין שעלטער?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט