בלאט 54 פון 76

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@איד איך האב דאס שוין געשריבן לעצטע וואך אבער דעם שבת האב איך עס נאכאמאל געהערט פון איינעם וואס איז נאנט צו די זאך. וויזשניץ וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן זייער פלאן פאר א שטעטל דא אין קרית יואל, בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס. נאר די ujc האלט זיי אן מיט אייזערנע קייטן און גרויסע הבטחות. ממילא האט די פריוואטע שליחות נישט גענוג געהאלפן און מען האט אנגעהויבן א גרויסע מערכה וואס ווי יענער זאגט מיר גייט עס גיין עד הסוף נישט קעגן וויזשניץ נאר קעגן די מגושמים וואס ווילן זיי שלעפן כדי צו מאכן דא א מאנסי.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 2:43 pm
דורך Glass
yatzmachpirkuni האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 12:04 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 11:09 am אינטערעסאנט אז דא, וואו מען רעדט פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אין בלומינג גראוו רעדט קיינער נישט פון דעם מאסיוון פייער דינסטאג נאכט וואס האט גענצליך פארברענט א הויז, דער הויז טואלט לכאורה געקענט געראטעוועט ווערן ווען עס איז ווען דא א פייער דעפארטמענט וואס רעספאנדט אין סעקונדעס אנשטאט 15-20 מינוט
any pic. and footage ?
https://dailymonroe.com/news/firefighte ... hill-blaze
https://dailymonroe.com/news/aftermath- ... -hill-road
14631868-173997503767b5e978176b017399750320959.png
14631868-173997503767b5e978176b017399750320959.png (1.96 MiB) געזען געווארן 1333 מאל
30269746-173997503867b5e978c061e1739975032788.png
30269746-173997503867b5e978c061e1739975032788.png (1.87 MiB) געזען געווארן 1333 מאל
5804426-173999852167b645376d75217399985194483.png
5804426-173999852167b645376d75217399985194483.png (1.6 MiB) געזען געווארן 1333 מאל

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 4:40 pm
דורך Glass
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 5:55 pm
פלאם האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 5:20 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 4:59 pm

מצילי אש ברויך זיך עפענען אין די קומענדיגע פאר וואכן בעז"ה, די סיבה פארוואס די ווילדזש איז בכלל געגאנגען פאר אן עקסטערע פייער דעפארטמענט איז געווען ווייל די רעספאנסט טיים איז געווארן ערגער די לעצטע 8 יאר זינט רוב פון די מעמבערס האבן צוביסלעך אוועקגעמופט פון בלומינג גראוו צו דערנעבנדע טאונס/ווילידזשעס, איבער די יארן האט מען עטליכע מאל געבעטן אז זיי זאלן ארייננעמען לאקאלע יודן אינעם פייער דעפארטמענט אבער יעדעס מאל האבן זיי עס אפגעזאגט פאר אנדערע סיבות.

דער מכה בפטיש איז געקומען ווען 2 מענטשן (נישט יודן ב"ה) זענען אין א צייט אפשניט פון 6 חדשים געשטארבן אין הויז פייערן וואס וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען די פייערלעשער קומען ווען אן אין צייט, נאך די צווייטע פאטאליטעט האט די ווילידזש אויסגערופן אז זיי גייען מאכן או אייגענע פייער דעפארטמענט, פעסט פארווערד 3 יאר שפעטער איז מען דורך אלע אפפראוועלס ב"ה און די נייע מעמבערס האבן געענדיגט די טרעינינגס און ערגעץ אין די נעקסטע פאר וואכן גייען זיי ענדיגן באקומען די שיעורים פון דעם דיין, לכאורה גלייך דערנאך גייט מען אפיציעל ארויסגעבן דעם נייעם נומבער.
אלעס איז פארטיג טעכניש חוץ די הלכה שיעורים? איז ווי מעג מען זיך אפהאלטן פון ארויסגעבן די נאמבער? ס'איז דאך פיקוח נפש?
ווי איך פארשטיי איז דער ענדזשין טראק נאכנישט דא אבער יא דער בראש טראק, לגבי די אפהאלטן פון ארויסגעבן דעם נומבער לאז איך פאר זייער דיין...
פארוואס טאקע ווארט מען צו עפענען מצלי אש??? ס'איז דאך פיקוח נפש???
אפלו מ'האט נאכנישט קיין ענדזשין טראק קען מען נאך אלץ אויסלעשן רוב פייערס מיט וואסער קענס
אין ק''י ווערט רוב פייערס אויסגעלאשן מיט וואסער קענס נאך פאר די פייער טראקס קומען אן, אויך אין סקווער לעשט ערשט הילף אויס קמעט אלע פייערס אפלו זיי האבן נישט קיין ענדזשין טראק, די זעלבע איז אין מאנסי ווי מצלי אש לעשט אויס פייערס אן טראקס
פארוואס ווארט בלומינגראוו ביז זיי וועלן האבן א ענדזשין טראק?
(פאר א סטראקטשער פייער קען מען אויך גארנישט טון נאר מיט איין ענדזשין טראק! ס'פעלט אויס צוויי דריי ענדזשין טראקס מיט א לייטער טראק)

פארוואס דארפן זיי א נייע נומבער? ס'איז בעסער צו ניצען די זעלבע נומבער פון הצלה (845-783-1212) וואס יעדער קען שוין אזוי ווי מ''א פון ק''י

די הלכות פון א פייער דעפארטמענט איז נישט אזוי קאמפלעצירט ס'דראף נישט נעמען חדשים לאנג צו לערנען
אפלו מ'האט נאכנישט געענדיגט לערנען קען מען דערווייל לויפן אויף קאלס אינדערווכן

גייט זיך די פייער דעפארטמענט פורן לויט די הוראות פון הרב הגאון דומ''ץ ק''י??? אזוי ווי אלע אנדערע ערליכע ארגאנעזאציעס (מ''א פון ק''י, מ''א פון מאנסי, ערשט הילף פון סקווער)
ווער איז די דיין פון די נייע פייער דעפארטמענט? ווער האט אריינגעשטעלט די דיין?

וויאזוי גייט ארבעטן צוויי פייער דעפארטמענטס אין איין שטאט?
גייען די שטייער צאלער דארפן אויסהאלטן צוויי פייער דעפארטמענטס?
(LOL אפשר לאזט מען איבער די אלטע פייער דעפארטמענטס פאר יענע קהילה וואס וויל קימען קיין בלומינגראוו וואס האלט אז מ'טאר נישט האבן קיין מצלי אש!)

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 4:55 pm
דורך בלומינגראווער איד
Glass האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 4:40 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 5:55 pm
פלאם האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2025 5:20 pm

אלעס איז פארטיג טעכניש חוץ די הלכה שיעורים? איז ווי מעג מען זיך אפהאלטן פון ארויסגעבן די נאמבער? ס'איז דאך פיקוח נפש?
ווי איך פארשטיי איז דער ענדזשין טראק נאכנישט דא אבער יא דער בראש טראק, לגבי די אפהאלטן פון ארויסגעבן דעם נומבער לאז איך פאר זייער דיין...
פארוואס טאקע ווארט מען צו עפענען מצלי אש??? ס'איז דאך פיקוח נפש???
אפלו מ'האט נאכנישט קיין ענדזשין טראק קען מען נאך אלץ אויסלעשן רוב פייערס מיט וואסער קענס
אין ק''י ווערט רוב פייערס אויסגעלאשן מיט וואסער קענס נאך פאר די פייער טראקס קומען אן, אויך אין סקווער לעשט ערשט הילף אויס קמעט אלע פייערס אפלו זיי האבן נישט קיין ענדזשין טראק, די זעלבע איז אין מאנסי ווי מצלי אש לעשט אויס פייערס אן טראקס
פארוואס ווארט בלומינגראוו ביז זיי וועלן האבן א ענדזשין טראק? (פאר א סטראקטשער פייער קען מען אויך גארנישט טון נאר מיט איין ענדזשין טראק)

פארוואס דארפן זיי א נייע נומבער? ס'איז בעסער צו ניצען די זעלבע נומבער פון הצלה (845-783-1212) וואס יעדער קען שוין אזוי ווי מ''א פון ק''י

די הלכות פון א פייער דעפארטמענט איז נישט אזוי קאמפלעצירט ס'דראף נישט נעמען חדשים לאנג צו לערנען
אפלו מ'האט נאכנישט געענדיגט לערנען קען מען דערווייל לויפן אויף קאלס אינדערווכן

גייט זיך די פייער דעפארטמענט פורן לויט די הוראות פון הרב הגאון דומ''ץ ק''י??? אזוי ווי אלע אנדערע ערליכע ארגאנעזאציעס (מ''א פון ק''י, מ''א פון מאנסי, ערשט הילף פון סקווער)
ווער איז די דיין פון די נייע פייער דעפארטמענט? ווער האט אריינגעשטעלט די דיין?

וויאזוי גייט ארבעטן צוויי פייער דעפארטמענטס אין איין שטאט?
גייען די שטייער צאלער דארפן אויסהאלטן צוויי פייער דעפארטמענטס?
(LOL אפשר לאזט מען איבער די אלטע פייער דעפארטמענטס פאר יענע קהילה וואס וויל קימען קיין בלומינגראוו וואס האלט אז מ'טאר נישט האבן קיין מצלי אש!)
Wow, צענדליגער קשיות אויפאיינמאל, לאמיר עס טרייען אויסצוקלארן:

שוין די לעצטע 2 יאר (נאך בעפאר די טרעינינגס) גייען שוין יודן אומאפיציעל צו יעדן קאלל ביי א יודישע הויז, מען האט שוין אפגעראטעוועט בערך 10-15 הייזער מיט פלעינע וואסער קענס און א חלק דורך קרית יואלע מצילי אש מעמבערס וואס וואוינען אין בלומינג גראוו.

פארוואס דארף מען 2 נומבערס? פאר די זעלבע סיבה פארוואס ווילידזש האלל האט אן עקסטערע נומבער, עס איז אן עקסטערע דעפארטמענט מיט עקסטערע דיספעטשערס, גראדע פאר הצלה האט מען געהאט גערעדט אז עס זאל זיין איין דיספעטשער פאר ביידע עידזשענסיס אבער געוויסע אין די קרית יואל הצלה האבן פארפירט אז מען טאר נישט האבן קיין שייכות.

דער דיין איז דערווייל נישט פובליק אינפארמאציע פאר פארשטענדליכע סיבות, עס זענען דא יודן וואס זוכן אונטערצוברענגען יעדע זאך אין בלומינג גראוו און ווילאנג עס איז נישט אהערגעשטעלט ווילן זיי נישט ארויסגעבן דעם נאמען (מען האט זיך שוין אפגעבריעט ביי הצלה) , די שיעורים דויערן טאקע נישט קיין פאר חדשים אבער עס נעמט בערך 4-5 וואכן און אדער פאריגע וואך אדער די וואך איז דער לעצטער שיעור.

דערווייל גייען זיין 2 דעפארטמענטס און עס גייט פארשטענדליך זיין רייבערייען אנפאנג, האפענטליך בקרוב וועט מען קענען ארויסרוקן די אינדעפענדענט פייער דעפארטמענט און עס וועט נאר זיין די ווילידזש פייער דעפארטמענט, די ווילידזש וועט דערווייל מוזן קאווערן די קאסט פון די נייע דעפארטמענט (די טראקס האבן אינוועסטארס געספאנסערט)

איך האף אז אלעס איז פארענטפערט...

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:10 pm
דורך בלומינגראווער איד
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד איך האב דאס שוין געשריבן לעצטע וואך אבער דעם שבת האב איך עס נאכאמאל געהערט פון איינעם וואס איז נאנט צו די זאך. וויזשניץ וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן זייער פלאן פאר א שטעטל דא אין קרית יואל, בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס. נאר די ujc האלט זיי אן מיט אייזערנע קייטן און גרויסע הבטחות. ממילא האט די פריוואטע שליחות נישט גענוג געהאלפן און מען האט אנגעהויבן א גרויסע מערכה וואס ווי יענער זאגט מיר גייט עס גיין עד הסוף נישט קעגן וויזשניץ נאר קעגן די מגושמים וואס ווילן זיי שלעפן כדי צו מאכן דא א מאנסי.
Lol, די שטארקע קרית יואל קהילה וואס האט הונדערטער מיליאנען דאלארן פאר יעדן פראיעקט און פאליטישע פארבינדונגען איבעראל אבער די UjC אין די קליינע בלומינג גראוו (וואס ווי מען פארקויפט דא האט נישט קיין 5% בלומינג גראוו אונטער זיך) כאפט זיי אן מיט "אייזערנע קייטן" און "גרויסע הבטחות", היש לך ליצנות גדולה מזו?

דאס איז חוץ דער פאקט אז מען זעט אז דו האסט נישט גערעדט צו קיינער פון די וויזשניצע עסקנים, די וויזשניצע קרי' ווערט געשטופט דורך וויזשניצע עסקנים און נאך יעדע מערכה ווערן זיי נאר מער מאטיווירט צו גיין ווייטער.

צו גייט זיך וויזשניץ ברעכן פון די לחץ און אויפגעבן זייערע פלענער אין בלומינג גראוו? שוואכע טשענסעס אבער מעגליך, אבער דער שקר וואס מען פרובירט צו פארקויפן דא און אינעם היימשטאט אז "זיי האבן בכלל נישט געוואוסט אז זייער שטעטל איז נגד רצון מרא דאתרא" און אז "UJC פארפירט נעבעך די הייליגע וויזשניצע קהילה" איז נאריש, קינדעריש און מאכט נאר וויזשניץ מער וועלן אנגיין מיט זייער ארבייט.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:11 pm
דורך פשוט און גראד
איין זאך יא, ווען איינער ברעכט זיך איין ביי מיר אינדערהיים - וועט ארויס פליען מיט א פאראשוט.

נישט קיין חילוק צו ס'איז איינער וואס איז א בעל השלום (כלומרשט) צו א צווייטער.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:19 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:10 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד איך האב דאס שוין געשריבן לעצטע וואך אבער דעם שבת האב איך עס נאכאמאל געהערט פון איינעם וואס איז נאנט צו די זאך. וויזשניץ וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן זייער פלאן פאר א שטעטל דא אין קרית יואל, בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס. נאר די ujc האלט זיי אן מיט אייזערנע קייטן און גרויסע הבטחות. ממילא האט די פריוואטע שליחות נישט גענוג געהאלפן און מען האט אנגעהויבן א גרויסע מערכה וואס ווי יענער זאגט מיר גייט עס גיין עד הסוף נישט קעגן וויזשניץ נאר קעגן די מגושמים וואס ווילן זיי שלעפן כדי צו מאכן דא א מאנסי.
Lol, די שטארקע קרית יואל קהילה וואס האט הונדערטער מיליאנען דאלארן פאר יעדן פראיעקט און פאליטישע פארבינדונגען איבעראל אבער די UjC אין די קליינע בלומינג גראוו (וואס ווי מען פארקויפט דא האט נישט קיין 5% בלומינג גראוו אונטער זיך) כאפט זיי אן מיט "אייזערנע קייטן" און "גרויסע הבטחות", היש לך ליצנות גדולה מזו?

דאס איז חוץ דער פאקט אז מען זעט אז דו האסט נישט גערעדט צו קיינער פון די וויזשניצע עסקנים, די וויזשניצע קרי' ווערט געשטופט דורך וויזשניצע עסקנים און נאך יעדע מערכה ווערן זיי נאר מער מאטיווירט צו גיין ווייטער.

צו גייט זיך וויזשניץ ברעכן פון די לחץ און אויפגעבן זייערע פלענער אין בלומינג גראוו? שוואכע טשענסעס אבער מעגליך, אבער דער שקר וואס מען פרובירט צו פארקויפן דא און אינעם היימשטאט אז "זיי האבן בכלל נישט געוואוסט אז זייער שטעטל איז נגד רצון מרא דאתרא" און אז "UJC פארפירט נעבעך די הייליגע וויזשניצע קהילה" איז נאריש, קינדעריש און מאכט נאר וויזשניץ מער וועלן אנגיין מיט זייער ארבייט.
איך האב נישט געטראכט אז דער ווארטזאגער פון ujc גייט זאגן אנדערשט. איך האב אבער געשריבן פאר ווער עס וויל וויסן וואס איך האב געהערט פון קראנטע מענטשן. וויזשניץ איז נישט אזעלכע בעלי מחלוקות ווי דו ווילסט זיי מאכן פאר.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:32 pm
דורך שמח
Bechatsros212Mishputim.pdf
(4.75 MiB) דאונלאודעד 26 מאל

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:40 pm
דורך בלומינגראווער איד
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:19 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:10 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 1:52 pm @איד איך האב דאס שוין געשריבן לעצטע וואך אבער דעם שבת האב איך עס נאכאמאל געהערט פון איינעם וואס איז נאנט צו די זאך. וויזשניץ וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן זייער פלאן פאר א שטעטל דא אין קרית יואל, בפרט נאך די שליחות און הסברים וואס סאטמאר האט געשיקט צו זיי די לעצטע תקופה אינאיינעם מיט עכטע גוטע אפערס וואו צו גיין אנשטאטס. נאר די ujc האלט זיי אן מיט אייזערנע קייטן און גרויסע הבטחות. ממילא האט די פריוואטע שליחות נישט גענוג געהאלפן און מען האט אנגעהויבן א גרויסע מערכה וואס ווי יענער זאגט מיר גייט עס גיין עד הסוף נישט קעגן וויזשניץ נאר קעגן די מגושמים וואס ווילן זיי שלעפן כדי צו מאכן דא א מאנסי.
Lol, די שטארקע קרית יואל קהילה וואס האט הונדערטער מיליאנען דאלארן פאר יעדן פראיעקט און פאליטישע פארבינדונגען איבעראל אבער די UjC אין די קליינע בלומינג גראוו (וואס ווי מען פארקויפט דא האט נישט קיין 5% בלומינג גראוו אונטער זיך) כאפט זיי אן מיט "אייזערנע קייטן" און "גרויסע הבטחות", היש לך ליצנות גדולה מזו?

דאס איז חוץ דער פאקט אז מען זעט אז דו האסט נישט גערעדט צו קיינער פון די וויזשניצע עסקנים, די וויזשניצע קרי' ווערט געשטופט דורך וויזשניצע עסקנים און נאך יעדע מערכה ווערן זיי נאר מער מאטיווירט צו גיין ווייטער.

צו גייט זיך וויזשניץ ברעכן פון די לחץ און אויפגעבן זייערע פלענער אין בלומינג גראוו? שוואכע טשענסעס אבער מעגליך, אבער דער שקר וואס מען פרובירט צו פארקויפן דא און אינעם היימשטאט אז "זיי האבן בכלל נישט געוואוסט אז זייער שטעטל איז נגד רצון מרא דאתרא" און אז "UJC פארפירט נעבעך די הייליגע וויזשניצע קהילה" איז נאריש, קינדעריש און מאכט נאר וויזשניץ מער וועלן אנגיין מיט זייער ארבייט.
איך האב נישט געטראכט אז דער ווארטזאגער פון ujc גייט זאגן אנדערשט. איך האב אבער געשריבן פאר ווער עס וויל וויסן וואס איך האב געהערט פון קראנטע מענטשן. וויזשניץ איז נישט אזעלכע בעלי מחלוקות ווי דו ווילסט זיי מאכן פאר.

און איך האב נישט געהאלטן אז אן אנטי UJC שרייבער גייט אמאל שרייבן פארקערט, יעדער קען גלויבן וואס ער וויל אבער די פירער פון די מערכה מאכן ווייניגער און ווייניגער סענס פון טאג צו טאג.

יישר כוח פארן מיר באקרוינען אלס "ווארטזאגער פון UJC", טיפיקל ענטפער ווען איינער האט נישט וואס צו ענטפערן.

וויזשניץ דארפן נישט זיין קיינע בעלי מחלוקת ווען זיי האלטן אז וואס זיי טוען איז נישט שלעכט, פונקט ווי ווען זיי האבן נישט אנגענומען סאטמארע חומרות אין ווייץ און אנדערע זאכן (אריינגערעכנט זמן ר"ת) זענען זיי נישט פלוצלינג "בעלי מחלוקת", די בעלי מחלוקת (אפילו אויב גערעכט) זענען די וואס עקספעקטן אז טיף אינמיטן דעוועלאפן א געגנט שרייען "מוף ערגעץ אנדערש", פון וויזשניץ זייט קריגן זיי זיך נישט מיט קיינעם נאר בויען פאר זיך.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:53 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:40 pmוויזשניץ דארפן נישט זיין קיינע בעלי מחלוקת ווען זיי האלטן אז וואס זיי טוען איז נישט שלעכט, פונקט ווי ווען זיי האבן נישט אנגענומען סאטמארע חומרות אין ווייץ און אנדערע זאכן (אריינגערעכנט זמן ר"ת) זענען זיי נישט פלוצלינג "בעלי מחלוקת", די בעלי מחלוקת (אפילו אויב גערעכט) זענען די וואס עקספעקטן אז טיף אינמיטן דעוועלאפן א געגנט שרייען "מוף ערגעץ אנדערש", פון וויזשניץ זייט קריגן זיי זיך נישט מיט קיינעם נאר בויען פאר זיך.
וואס זיי טוען ביי זיך אין זייער גוט זיי זענען מיר גארנישט שולדיג. אבער מאכן א שטאט ביי יענעם כדי נישט צו מאכן ביי מיין ברודער, איז מחלוקות, און עס גלייבט נישט קיינער אז זיי אליינס זוכן דאס. ממילא מאכט זייער אסאך סענס וואס די יודעי דבר זאגן אז עס איז דא א כח וואס איז באקאנט מיט וואס זיי טוען אלס אין די דירעקציע און זיי טוען כל מה שבידם זיי מסית צו זיין. יעדער געדענקט די דרשה פונעם יו"ר ujc אז מען קוקט ארויס אויף וויזניץ צו קומען קיין בלומינגראוו, דאס איז זייער ציל און זיי ארבעטן דערויף.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 6:52 pm
דורך חלום חלמתי
@בלומינגראווער איד כ'האף די פייער דעפארטמענט וועט שוין זיין אפן פאר וויזניץ קומט אהער, אז נישט.... 😂

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 8:51 pm
דורך בערל דער פייפער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:53 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:40 pmוויזשניץ דארפן נישט זיין קיינע בעלי מחלוקת ווען זיי האלטן אז וואס זיי טוען איז נישט שלעכט, פונקט ווי ווען זיי האבן נישט אנגענומען סאטמארע חומרות אין ווייץ און אנדערע זאכן (אריינגערעכנט זמן ר"ת) זענען זיי נישט פלוצלינג "בעלי מחלוקת", די בעלי מחלוקת (אפילו אויב גערעכט) זענען די וואס עקספעקטן אז טיף אינמיטן דעוועלאפן א געגנט שרייען "מוף ערגעץ אנדערש", פון וויזשניץ זייט קריגן זיי זיך נישט מיט קיינעם נאר בויען פאר זיך.
וואס זיי טוען ביי זיך אין זייער גוט זיי זענען מיר גארנישט שולדיג. אבער מאכן א שטאט ביי יענעם כדי נישט צו מאכן ביי מיין ברודער, איז מחלוקות, און עס גלייבט נישט קיינער אז זיי אליינס זוכן דאס. ממילא מאכט זייער אסאך סענס וואס די יודעי דבר זאגן אז עס איז דא א כח וואס איז באקאנט מיט וואס זיי טוען אלס אין די דירעקציע און זיי טוען כל מה שבידם זיי מסית צו זיין. יעדער געדענקט די דרשה פונעם יו"ר ujc אז מען קוקט ארויס אויף וויזניץ צו קומען קיין בלומינגראוו, דאס איז זייער ציל און זיי ארבעטן דערויף.
עס איז במציאות דא וויזניצע עסקנים אין בלומינגראוו וואס שטיפן די קרי’,

און זיי האבן אגאנצען צייט איבערגעגעבן פאר די שטוב אז עכט איז נישט די סאטמאר רבי וואס וויל עס נישט נאר ראשי קהילה וכו.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:09 pm
דורך בלומינגראווער איד
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 8:51 pm

זיכער, דער רב וואס וואוינט דא און דער רבי וואס האלט אלעס מיט ווען עס קומט צו בלומינג גראוו האט נישט געוואוסט די לעצטע 5 יאר אז מהר"א שמעקט עס נישט... וועמען פרובירט מען צו פאפן? אגב, אויב מהר"א וויל באמת אז וויזשניץ זאל זיך אוועקציען זאל ער אינוואלוון זיין ברודער מהרי"י, דער וויזשניצער רבי האט גאר אסאך רעספעקט פאר אים, מער ווי פאר מהר"א (ביים ר"ת מערכה איז עס נאר מסודר געווארן נאך א שמועס מיט מהרי"י), דערווייל אבער שטיצן די מהרי"י גענויגטע רבנים אין בלומינג גראוו שטארק די וויזשניצע שכונה.

איך בין נייגעריג וואס דער ספין וועט יעצט זיין אז וויזשניץ גייט ווייטער מיטן פראיעקט און כ"ע מודה אז דער וויזשניצער רב און רבי האבן באקומען דעם קלארן מעסעדזש פון מהר"א, אפשר אויב וויזשניץ וועט מאכן דעם מיידל סקול אביסל ארויפצו וועט מען דערקלערן זיג...

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:13 pm

ווען איינער קויפט א פראפערטי אויף א פלאץ און נאכן אנהויבן בויען זיין הויז קומט אן שכן און שרייט אז א חלק פראפערטי באלאנגט פאר אים און ער מאכט זיך נישט וויסנדיג האלטנדיג אז עס באלאנגט יא צו אים און זיין סורוועי זאגט אזוי, איז דער ערשטער דער וואס מאכט אן מחלוקת? קען זיין אז ער איז נישט גערעכט און ער וואלט געדארפט איבערמאכן דעם סורוועי אבער דו קענסט אים נישט זאגן אז ער איז דער וואס מאכט מחלוקת

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:15 pm
דורך בלומינגראווער איד
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 6:52 pm @בלומינגראווער איד כ'האף די פייער דעפארטמענט וועט שוין זיין אפן פאר וויזניץ קומט אהער, אז נישט.... 😂
להוי ידוע, וויזשניץ איז שוין געהעריג דא... די עקסטערע געגנט איז נאכנישט פארטיג און די קינדער זענען צוטיילט צווישן מוסדות ויואל משה און מאנסי מוסדות אבער עס איז דא געהעריגע קבוצה און א שיינער מנין יעדן שבת שוין אפאר יאר

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:51 pm
דורך רעאליסטיש
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:15 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 6:52 pm @בלומינגראווער איד כ'האף די פייער דעפארטמענט וועט שוין זיין אפן פאר וויזניץ קומט אהער, אז נישט.... 😂
להוי ידוע, וויזשניץ איז שוין געהעריג דא... די עקסטערע געגנט איז נאכנישט פארטיג און די קינדער זענען צוטיילט צווישן מוסדות ויואל משה און מאנסי מוסדות אבער עס איז דא געהעריגע קבוצה און א שיינער מנין יעדן שבת שוין אפאר יאר
וויפיל משפחות פון וויזשניץ איז דא חוץ די איינגעשטעלטע אין ישיבה?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 10:28 pm
דורך נפתלי
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:44 pm איך האב נישט געזאגט אז מהרי"י וויל די וויזשניצע שכונה, איך האב געזאגט אז די מהרי"י גענויגטע רבנים אין בלומינג גראוו שטיצן עס זייער שטארק, הגם איך בין נישט זיכער אז מהרי"י וואלט אים נישט געשטיצט אויב שטופט מען אים צו די וואנט
נאמען ביטע

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 10:29 pm
דורך שמח
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:09 pm

זיכער, דער רב וואס וואוינט דא און דער רבי וואס האלט אלעס מיט ווען עס קומט צו בלומינג גראוו האט נישט געוואוסט די לעצטע 5 יאר אז מהר"א שמעקט עס נישט... וועמען פרובירט מען צו פאפן? אגב, אויב מהר"א וויל באמת אז וויזשניץ זאל זיך אוועקציען זאל ער אינוואלוון זיין ברודער מהרי"י, דער וויזשניצער רבי האט גאר אסאך רעספעקט פאר אים, מער ווי פאר מהר"א (ביים ר"ת מערכה איז עס נאר מסודר געווארן נאך א שמועס מיט מהרי"י), דערווייל אבער שטיצן די מהרי"י גענויגטע רבנים אין בלומינג גראוו שטארק די וויזשניצע שכונה.

איך בין נייגעריג וואס דער ספין וועט יעצט זיין אז וויזשניץ גייט ווייטער מיטן פראיעקט און כ"ע מודה אז דער וויזשניצער רב און רבי האבן באקומען דעם קלארן מעסעדזש פון מהר"א, אפשר אויב וויזשניץ וועט מאכן דעם מיידל סקול אביסל ארויפצו וועט מען דערקלערן זיג...
Lol פאר די ''אריינגערינגעלטע'' שורה.

פאר ווער עס געדענקט פאקטן.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 10:50 pm
דורך בערל דער פייפער
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:09 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 8:51 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:53 pm

וואס זיי טוען ביי זיך אין זייער גוט זיי זענען מיר גארנישט שולדיג. אבער מאכן א שטאט ביי יענעם כדי נישט צו מאכן ביי מיין ברודער, איז מחלוקות, און עס גלייבט נישט קיינער אז זיי אליינס זוכן דאס. ממילא מאכט זייער אסאך סענס וואס די יודעי דבר זאגן אז עס איז דא א כח וואס איז באקאנט מיט וואס זיי טוען אלס אין די דירעקציע און זיי טוען כל מה שבידם זיי מסית צו זיין. יעדער געדענקט די דרשה פונעם יו"ר ujc אז מען קוקט ארויס אויף וויזניץ צו קומען קיין בלומינגראוו, דאס איז זייער ציל און זיי ארבעטן דערויף.
עס איז במציאות דא וויזניצע עסקנים אין בלומינגראוו וואס שטיפן די קרי’,

און זיי האבן אגאנצען צייט איבערגעגעבן פאר די שטוב אז עכט איז נישט די סאטמאר רבי וואס וויל עס נישט נאר ראשי קהילה וכו.
זיכער, דער רב וואס וואוינט דא און דער רבי וואס האלט אלעס מיט ווען עס קומט צו בלומינג גראוו האט נישט געוואוסט די לעצטע 5 יאר אז מהר"א שמעקט עס נישט... וועמען פרובירט מען צו פאפן? אגב, אויב מהר"א וויל באמת אז וויזשניץ זאל זיך אוועקציען זאל ער אינוואלוון זיין ברודער מהרי"י, דער וויזשניצער רבי האט גאר אסאך רעספעקט פאר אים, מער ווי פאר מהר"א (ביים ר"ת מערכה איז עס נאר מסודר געווארן נאך א שמועס מיט מהרי"י), דערווייל אבער שטיצן די מהרי"י גענויגטע רבנים אין בלומינג גראוו שטארק די וויזשניצע שכונה.

איך בין נייגעריג וואס דער ספין וועט יעצט זיין אז וויזשניץ גייט ווייטער מיטן פראיעקט און כ"ע מודה אז דער וויזשניצער רב און רבי האבן באקומען דעם קלארן מעסעדזש פון מהר"א, אפשר אויב וויזשניץ וועט מאכן דעם מיידל סקול אביסל ארויפצו וועט מען דערקלערן זיג...
איך האב בלויז געזאגט וואס דער באקאנטער וויזשניצער עסקן האט מיר געזאגט במשך די לעצטע 2 יאר, אז עס איז בלויז די ראשי קהילה.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:01 pm
דורך לא ימושו מפיך
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:09 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 8:51 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:53 pm

וואס זיי טוען ביי זיך אין זייער גוט זיי זענען מיר גארנישט שולדיג. אבער מאכן א שטאט ביי יענעם כדי נישט צו מאכן ביי מיין ברודער, איז מחלוקות, און עס גלייבט נישט קיינער אז זיי אליינס זוכן דאס. ממילא מאכט זייער אסאך סענס וואס די יודעי דבר זאגן אז עס איז דא א כח וואס איז באקאנט מיט וואס זיי טוען אלס אין די דירעקציע און זיי טוען כל מה שבידם זיי מסית צו זיין. יעדער געדענקט די דרשה פונעם יו"ר ujc אז מען קוקט ארויס אויף וויזניץ צו קומען קיין בלומינגראוו, דאס איז זייער ציל און זיי ארבעטן דערויף.
עס איז במציאות דא וויזניצע עסקנים אין בלומינגראוו וואס שטיפן די קרי’,

און זיי האבן אגאנצען צייט איבערגעגעבן פאר די שטוב אז עכט איז נישט די סאטמאר רבי וואס וויל עס נישט נאר ראשי קהילה וכו.
זיכער, דער רב וואס וואוינט דא און דער רבי וואס האלט אלעס מיט ווען עס קומט צו בלומינג גראוו האט נישט געוואוסט די לעצטע 5 יאר אז מהר"א שמעקט עס נישט... וועמען פרובירט מען צו פאפן? אגב, אויב מהר"א וויל באמת אז וויזשניץ זאל זיך אוועקציען זאל ער אינוואלוון זיין ברודער מהרי"י, דער וויזשניצער רבי האט גאר אסאך רעספעקט פאר אים, מער ווי פאר מהר"א (ביים ר"ת מערכה איז עס נאר מסודר געווארן נאך א שמועס מיט מהרי"י), דערווייל אבער שטיצן די מהרי"י גענויגטע רבנים אין בלומינג גראוו שטארק די וויזשניצע שכונה.

איך בין נייגעריג וואס דער ספין וועט יעצט זיין אז וויזשניץ גייט ווייטער מיטן פראיעקט און כ"ע מודה אז דער וויזשניצער רב און רבי האבן באקומען דעם קלארן מעסעדזש פון מהר"א, אפשר אויב וויזשניץ וועט מאכן דעם מיידל סקול אביסל ארויפצו וועט מען דערקלערן זיג...
אויב מהר"א וויל.. זאל ער..

דיין שפראך כלפי א גדול בישראל איז אביסל אינטערסאנט.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:10 pm

כ'בין פשוט נייגעריג ווי ספין קומט דא אריין.
ווען א אינגל אין חדר גייט מיט טייטע הויזן נגד תקנות המוסדות, דארף די מוסדות "ספינען"?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:17 pm
דורך פשוט און גראד
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:09 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 8:51 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 5:53 pm

וואס זיי טוען ביי זיך אין זייער גוט זיי זענען מיר גארנישט שולדיג. אבער מאכן א שטאט ביי יענעם כדי נישט צו מאכן ביי מיין ברודער, איז מחלוקות, און עס גלייבט נישט קיינער אז זיי אליינס זוכן דאס. ממילא מאכט זייער אסאך סענס וואס די יודעי דבר זאגן אז עס איז דא א כח וואס איז באקאנט מיט וואס זיי טוען אלס אין די דירעקציע און זיי טוען כל מה שבידם זיי מסית צו זיין. יעדער געדענקט די דרשה פונעם יו"ר ujc אז מען קוקט ארויס אויף וויזניץ צו קומען קיין בלומינגראוו, דאס איז זייער ציל און זיי ארבעטן דערויף.
עס איז במציאות דא וויזניצע עסקנים אין בלומינגראוו וואס שטיפן די קרי’,

און זיי האבן אגאנצען צייט איבערגעגעבן פאר די שטוב אז עכט איז נישט די סאטמאר רבי וואס וויל עס נישט נאר ראשי קהילה וכו.
זיכער, דער רב וואס וואוינט דא און דער רבי וואס האלט אלעס מיט ווען עס קומט צו בלומינג גראוו האט נישט געוואוסט די לעצטע 5 יאר אז מהר"א שמעקט עס נישט... וועמען פרובירט מען צו פאפן? אגב, אויב מהר"א וויל באמת אז וויזשניץ זאל זיך אוועקציען זאל ער אינוואלוון זיין ברודער מהרי"י, דער וויזשניצער רבי האט גאר אסאך רעספעקט פאר אים, מער ווי פאר מהר"א (ביים ר"ת מערכה איז עס נאר מסודר געווארן נאך א שמועס מיט מהרי"י), דערווייל אבער שטיצן די מהרי"י גענויגטע רבנים אין בלומינג גראוו שטארק די וויזשניצע שכונה.

איך בין נייגעריג וואס דער ספין וועט יעצט זיין אז וויזשניץ גייט ווייטער מיטן פראיעקט און כ"ע מודה אז דער וויזשניצער רב און רבי האבן באקומען דעם קלארן מעסעדזש פון מהר"א, אפשר אויב וויזשניץ וועט מאכן דעם מיידל סקול אביסל ארויפצו וועט מען דערקלערן זיג...
סאו אויב מהר"י ובנו עגריען דערצו, קענען מיר קאינטען אויף דיר?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:19 pm
דורך איד
איך בין אביסל צומישט דא

פון איין זייט שרייט מען אז וויזניץ זענען נישט קיין בעלי מחלוקת, און וועלן זיך זיכער נישט קריגן מיט'ן רבי'ן, נאר ביז יעצט האבן זיי פשוט נישט געוויסט
פון די צווייטע זייט שרייט מען אז גערעכט זיי ווייסן שוין לאנג, אבער זענען געבינדן ביי ujc,

וועלכע איז אמת?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:21 pm
דורך איד
רעאליסטיש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:51 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 9:15 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 6:52 pm @בלומינגראווער איד כ'האף די פייער דעפארטמענט וועט שוין זיין אפן פאר וויזניץ קומט אהער, אז נישט.... 😂
להוי ידוע, וויזשניץ איז שוין געהעריג דא... די עקסטערע געגנט איז נאכנישט פארטיג און די קינדער זענען צוטיילט צווישן מוסדות ויואל משה און מאנסי מוסדות אבער עס איז דא געהעריגע קבוצה און א שיינער מנין יעדן שבת שוין אפאר יאר
וויפיל משפחות פון וויזשניץ איז דא חוץ די איינגעשטעלטע אין ישיבה?
און אזוי אויך וויפיל איינגעשטעלטע זענען דא?
(למעשה זענען זיי תושבים)

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:25 pm
דורך פשוט און גראד
איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 11:19 pm איך בין אביסל צומישט דא

פון איין זייט שרייט מען אז וויזניץ זענען נישט קיין בעלי מחלוקת, און וועלן זיך זיכער נישט קריגן מיט'ן רבי'ן, נאר ביז יעצט האבן זיי פשוט נישט געוויסט
פון די צווייטע זייט שרייט מען אז גערעכט זיי ווייסן שוין לאנג, אבער זענען געבינדן ביי ujc,

וועלכע איז אמת?
אמת איז אוועילעבעל נאר פאר די וואס זענען רעדי צו זיין אין די ערד. אמת מארץ תצמח.