גוט געזאגט!זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 4:08 pmיא יא אבער אויב ואורט מען ביז מ'זעהט די חורבן וואס קומט ארויס איז שוין לאנג טו לעיט.דעתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 3:30 pm רבותי Cult איז א ווארט פאר גוים, אונז אידן האבן א תורה (שבכתב ובעל פה ומסורה) פונם אייבערשטער מיט פינקלעכע אינסטראקשענז פאר אונזערע יארן אויף דער וועלט, פינטל.
עס אוז דא א כלל אז ווען מען האט א ספק אויף א פירונג קוקט מען אויף די תוצאות, ווייל עבירה גוררת עבירה. דא ביי ל"ט האט מען גאר גיט געזען ל"ע די גוררת עבירה,די זעלבע דארף מען קוקן אויף א אלע גרופעס וואס מען האט נאך א ספק.
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די קנסות פאר תאוות אכילה, מלקות, און תענית דיבור איז דאס אלץ געוועהן אין ישיבה פאר די בחורים אדער איז דאס אויך געוועהן פאר אינגעלייט? ווער האט ארויסגעגעבן די פסק פאר די אלע זאכן? די משגיח, הנהלה, דער רבי? ווער?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:44 pm
האט מען דיר געהונגערט?
געהונגערט? ניין. אבער יעדע זאך וואס איך האב געגעסן עקסטער האב איך געדארפט באצאהלן א קנס פאר העכערע פון מיר... תאוות אכילה..
אויך איז יעדע שטיק צייט ארויסגעקומען א נייע גזירה וואס מ'טאר נישט עסן ווייל ס'איז נישט כשר. ווי למשל פלייש, פיש, (פארשטייט זיך נאר ווער עס וויל זיין ערליך.. מ'צווינגט נישט קיינעם..)
איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?
ווער עס האט נישט געגעבן אסאך געלט האט געמיינט אז די 'אידישקייט' און די 'לעבן' איז אים נישט גענוג וויכטיג.. און ער גייט אנקומען אין נישט א גוטע פלאץ..
און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?
איך בין נאכנישט אין די גיל פון טון שידוכים, אבער מענטשן דארטן טוען נישט קיין שידוך ביז מ'טרעפט איינעם פון 'דעם' פלאץ, אדער איינער וואס איז זייער נאנט צום פלאץ.. און נעבעך ווען איינער קען נישט ווארטן זייער לאנג און ער מאכט חתונה מיט א 'דרויסענדיגער' איז ער אראפגעקוקט און שפירט זייער נישט צופרידן מיט זיין חתן/כלה. ליידער האט ער 'געמוזט' נעמען איינער וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און ער האפט און מתפלל צום אויבערשטן אז יענער זאל איינזעהן די אמת..
האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?
אוועקנעמען בפועל נישט, אבער זאגן פאר מיר אז מיינע עלטערן זענען.. און זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זיי רעדן.. און אז איך זאל נישט רעדן צו זיי.. דאס יא!!
און זאגן פאר מיינע קינדער אז מ'טאר נישט אויסהערן די טאטע ווייל דאס וואס די טאטע זאגט איז נישט די אמת'ע וועג.. ווייל די טאטע האט נאכנישט גענוג אוועקגעלייגט די דעת.. דאס יא!!
איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?
אפיציעל טאר מען נישט קישן א קינד ווייל ס'איז תאוות.. אויב די קישט גייט מען דיר נישט ארויסווארפן אבער די ווערסט פון די נעבעכדיגע אראפגעקוקטע וואס גייען אנקומען אין גיהנום..
ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד
מלקות יא, (אסאך מאל), ברבים נישט. און איך קען אויך נישט אלעס שרייבן ברבים. יא תעניתי דיבור..
אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?
ווייטער די זעלבע זאך.. אויב מ'גייט נישט מיט %100 פראצענט גייט מען צום טויט און צום גיהנום און נעבעך נעבעך אז די קומסט נישט דאווענען דארט..
וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
ברוך ה' איך בין ארויס מיט מיין ווייב און קינדער אבער איך האב פארלוירן אלע חבירים און משפחה וואס זענען נאך דארט..
זיי זאגן מיר א גוט מארגן און גוטע נאכט וזה הוא.. חס ושלום צו רעדן מיט א חסיד שנפל.. און איינער וואס האט פארדרייטע השקפות..
האט איינער פון דרויסן שוין פראבירט עפעס צו טוהן צו ראטעווען?
-
חלא בר חמרא
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
- Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
- x 886
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@אסמכתא בעלמא מ'קען אפשר אריבערפירן דעם שמועס צו א באזונדערע אשכול פאר קולט עווערנעס???
מבושל אלערט!
-
פערל פיסקעל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 27
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:35 pm
- x 62
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ברוך אברהם@ מיר ווארטן צו הער א באריכט.........
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וויפיל טעמעס ס'האבן זיך שוין געעפנט א דאנק לב טהור.. טאטע אין הימל!חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 6:51 pm @אסמכתא בעלמא מ'קען אפשר אריבערפירן דעם שמועס צו א באזונדערע אשכול פאר קולט עווערנעס???
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שוין דא גראדע @מסתמא'ס קולט טעמעבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 7:16 pmוויפיל טעמעס ס'האבן זיך שוין געעפנט א דאנק לב טהור.. טאטע אין הימל!חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 6:51 pm @אסמכתא בעלמא מ'קען אפשר אריבערפירן דעם שמועס צו א באזונדערע אשכול פאר קולט עווערנעס???
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
איך בין אוועילעבל אויף hadasimyidtish@gmail.com אימעיל אדער טשעט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפילו אויב קיינער זוכט נישט צו פארשטיין, ווען דו ווילסט רעדן מיט איינעם וואס איז נאך דארט, איז דאס איינציגסטע וועג, נאר דורך פארשטיין וואס איז דאס א קולט.ממעמקים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:54 amוואו האסטו געזעהן אז איינער דא איז יעצט נייגעריג צו פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 amאיך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)
איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.
איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
קענסט דאך נישט מסביר זיין איינעם אויף א שפראך וואס ער פארשטייט נישט.
און כדי צו רעדן זיין שפראך, דארפסטו דאך עפעס האבן אן הבנה אין זיין שפראך.
און דאס קומט יעצט @לעכטיגע וועלט לאזן הערן, אביסל צו פארשטיין די וואס זענען נאך דערווייל סטאק - פארזעצט בתוככי הקולט.
-
כבוד מלכים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 834
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@לעכטיגע וועלט
זאג מיר ביטע, דיין ניק נאמען האט עפעס א ספעציעלע שייכות מיטן מקום ווי די האסט דיר געפונען וד"ל? אדער בלויז צוליב קאסובער רבי זצ"ל ווערטער?
זאג מיר ביטע, דיין ניק נאמען האט עפעס א ספעציעלע שייכות מיטן מקום ווי די האסט דיר געפונען וד"ל? אדער בלויז צוליב קאסובער רבי זצ"ל ווערטער?
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 556
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א הארצרייסנדע בריוו פון א שרייבער א יוצא פון א קולט געווענדעט צו אנדערע וואס האבן מצליח געווען ארויסצוגיין פון א קולט. איבערגעזעצט אויף אידיש.
► Show Spoiler
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 3083
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שלום עליכם.יואל מארקוס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 5:40 amאנטשולדיגטפערל פיסקעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:04 pm לויט ווי הרב העכט האט שוין מסביר געווען אפאר מאל איז די עיקר שפיץ נקודה פון א קולט אז מען נעמט צו דיין דעת,
זאלסט נישט מאכן קיין שום החלטות
וואס דאס איז א סוויטש און מח און נאכדעם קען עס גיין ערגער און ערגער טויזענטער מדריגות
אבער סאיז נישט געמאסטען ווי ווייט די עיניום גייען דאס איז שוין אויף אן עקסטרעמע וועג,
די רגע וואס עס געפינט זיך אזא מקום וואס ווערט געפירט אויף אזא אופן אז מען געבט אויף די דעת
און מען ווערט פארשוואוירען פאר א פלאץ אויף א עקסטרעמע וועג, איז עס א פראבלעם
פארשטייט זיך אז עס איז א סכנה אנצוקומען צו די ערגסטע רח"ל אזוי ווי מען האט זיך איבערצייגט בעבר,
ביי אלע אנדערע קולטס אז און אנהייב איז עס נישט געווען אזוי געפערליך
נאר די יסוד איז די אויפגעבען די דעת און אויפהערן צו מאכן החלטות.
און וויבאלט עס געפינט זיך אפאר אזעלעכע מקומות בתוכינו צווישן אונזער היימישע עולם איז עס א פראבלעם.
נישט אינגאנצן גערעכט. דאס איז נאר איינע פון די עיקר סימפטאמס.
אבער עס פעהלט נאך אין דאס אליינס די גדר 'ווי ווייט'.
אויב נאר מיט דעם, איז יעדע איד א קולט, און אוודאי אזעלכע פלעצער ווי חבד'סקער בעלזער און נאך וואס זענען זייער שטארק מיט 'וואס די רבי האט געזאגט ' אויך א קולט.
אלא מאי, ס'איז דא א כלל ביי דעם. המקובל מפי רבותינו הקדושים.
(ולא דעת האומות , שלשיטתם אפילו א דיין אויף שמלה איז א קולט)
Btw איך דיס-אגריע מיט די לעצטע האלבע שורה וואס דו זאגסט, גייסט נישט טרעפן איינער וואס פארשטייט צו קולטס אזוי זאגן אפילו א גוי
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 3083
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דעיע מראה מקומות האט מיך יואל מארקוס מיך געוויזן נאך אין לב טהור ווען אונז ביידע זענען גיווען אין חרם פון די ערשטע שמיסן איבער יעקב נחום צו ער איז א צדיק צו נישט.ז'וריקער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:02 amאון ווער זאגט אז ער איז עס??תורה ויראה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 9:51 amשלום עליכם! שטארקע ווערטער דעיס,► Show Spoiler
פארוואס קומסטו נישט אריין מיטן אראנזשע ניק?
סא
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 3083
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איבער גיטייטשט פון וועלכע שפראך?מקשין העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 11:51 pm א הארצרייסנדע בריוו פון א שרייבער א יוצא פון א קולט געווענדעט צו אנדערע וואס האבן מצליח געווען ארויסצוגיין פון א קולט. איבערגעזעצט אויף אידיש.► Show Spoiler
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הייסט לויט דיין כלל זענען אונז פסול ווייל די תוצאות פון אינז ליידער איז מאדענעזירונג, צניעות, אינטערנעט ועוד שוואכקייטן וואס איז ליידער שכיח ביי אונז.דעתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 3:30 pm רבותי Cult איז א ווארט פאר גוים, אונז אידן האבן א תורה (שבכתב ובעל פה ומסורה) פונם אייבערשטער מיט פינקלעכע אינסטראקשענז פאר אונזערע יארן אויף דער וועלט, פינטל.
עס אוז דא א כלל אז ווען מען האט א ספק אויף א פירונג קוקט מען אויף די תוצאות, ווייל עבירה גוררת עבירה. דא ביי ל"ט האט מען גאר גיט געזען ל"ע די גוררת עבירה,די זעלבע דארף מען קוקן אויף א אלע גרופעס וואס מען האט נאך א ספק.
נאר וואס דען סדא ירידת הדורות און שלעכטע תוצאות דערפון איבעראל און מדארף מתפלל זיין און משתדל אויף יראת שמים און גוטע דורות אבער ווען מזעהט א פארדארבענע מקום וואס ענדעלט צו א קולט דאן ע"פ הוראת הרבנים נעמט מען שריט פון פדיון שבויים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
-
שוין געגאנגען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
- Location: Ny
- x 608
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דער שרייבן פון די בריף האט גשריבן א בוק און עברית ספר הסגור ער הייסט תמיר אורמענדי קעניג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 12:21 amאיבער גיטייטשט פון וועלכע שפראך?מקשין העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 11:51 pm א הארצרייסנדע בריוו פון א שרייבער א יוצא פון א קולט געווענדעט צו אנדערע וואס האבן מצליח געווען ארויסצוגיין פון א קולט. איבערגעזעצט אויף אידיש.► Show Spoiler
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יעצט גענדיגט ליינען דעם בריוו..מקשין העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 11:51 pm א הארצרייסנדע בריוו פון א שרייבער א יוצא פון א קולט געווענדעט צו אנדערע וואס האבן מצליח געווען ארויסצוגיין פון א קולט. איבערגעזעצט אויף אידיש.► Show Spoiler
עס טריפט אין הארץ טראפנס..
איינער פארשטייט מיר, און רעדט מיין שפראך.. עס איז נישטא קיין איין ווארט אין דער בריוו וואס איז איבעריג.. פונקט דאס האט מען געטון צו מיר..
שכח.
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עקזעקלטלי..אלעמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:01 pmאפילו אויב קיינער זוכט נישט צו פארשטיין, ווען דו ווילסט רעדן מיט איינעם וואס איז נאך דארט, איז דאס איינציגסטע וועג, נאר דורך פארשטיין וואס איז דאס א קולט.ממעמקים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:54 amוואו האסטו געזעהן אז איינער דא איז יעצט נייגעריג צו פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 am
איך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)
איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.
איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
קענסט דאך נישט מסביר זיין איינעם אויף א שפראך וואס ער פארשטייט נישט.
און כדי צו רעדן זיין שפראך, דארפסטו דאך עפעס האבן אן הבנה אין זיין שפראך.
און דאס קומט יעצט @לעכטיגע וועלט לאזן הערן, אביסל צו פארשטיין די וואס זענען נאך דערווייל סטאק - פארזעצט בתוככי הקולט.
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך כאפ נישט וואס די מיינסט..כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 11:04 pm @לעכטיגע וועלט
זאג מיר ביטע, דיין ניק נאמען האט עפעס א ספעציעלע שייכות מיטן מקום ווי די האסט דיר געפונען וד"ל? אדער בלויז צוליב קאסובער רבי זצ"ל ווערטער?
דיע נאמען האב איך געגעבן ווייל איך בין דאן געווען אין א טונקעלע וועלט און היינט בין איך ב''ה אין א לעכטיגע..
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דער ראש פון ווי איך קום איז א גרויסער עובד און רייסט פון זיך שטיקער.ז'וריקער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:01 amהערט זיך אביסל אסאך ווי א פלאץ וואס איך קען, האבנדיג דארט נאנטע משפחה מיטגלידער, עס איז א פחד...לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:44 pmהאט מען דיר געהונגערט?יעקב דוד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 10:31 am
כגיי נישט אוועקמאכן אויב האסט זיך געשפירט באצוימט און א געוויסע קהילה אבער לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות אויב מען איך.
האט מען דיר געהונגערט?
איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?
און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?
האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?
איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?
ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד
אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?
וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
געהונגערט? ניין. אבער יעדע זאך וואס איך האב געגעסן עקסטער האב איך געדארפט באצאהלן א קנס פאר העכערע פון מיר... תאוות אכילה..
אויך איז יעדע שטיק צייט ארויסגעקומען א נייע גזירה וואס מ'טאר נישט עסן ווייל ס'איז נישט כשר. ווי למשל פלייש, פיש, (פארשטייט זיך נאר ווער עס וויל זיין ערליך.. מ'צווינגט נישט קיינעם..)
איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?
ווער עס האט נישט געגעבן אסאך געלט האט געמיינט אז די 'אידישקייט' און די 'לעבן' איז אים נישט גענוג וויכטיג.. און ער גייט אנקומען אין נישט א גוטע פלאץ..
און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?
איך בין נאכנישט אין די גיל פון טון שידוכים, אבער מענטשן דארטן טוען נישט קיין שידוך ביז מ'טרעפט איינעם פון 'דעם' פלאץ, אדער איינער וואס איז זייער נאנט צום פלאץ.. און נעבעך ווען איינער קען נישט ווארטן זייער לאנג און ער מאכט חתונה מיט א 'דרויסענדיגער' איז ער אראפגעקוקט און שפירט זייער נישט צופרידן מיט זיין חתן/כלה. ליידער האט ער 'געמוזט' נעמען איינער וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און ער האפט און מתפלל צום אויבערשטן אז יענער זאל איינזעהן די אמת..
האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?
אוועקנעמען בפועל נישט, אבער זאגן פאר מיר אז מיינע עלטערן זענען.. און זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זיי רעדן.. און אז איך זאל נישט רעדן צו זיי.. דאס יא!!
און זאגן פאר מיינע קינדער אז מ'טאר נישט אויסהערן די טאטע ווייל דאס וואס די טאטע זאגט איז נישט די אמת'ע וועג.. ווייל די טאטע האט נאכנישט גענוג אוועקגעלייגט די דעת.. דאס יא!!
איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?
אפיציעל טאר מען נישט קישן א קינד ווייל ס'איז תאוות.. אויב די קישט גייט מען דיר נישט ארויסווארפן אבער די ווערסט פון די נעבעכדיגע אראפגעקוקטע וואס גייען אנקומען אין גיהנום..
ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד
מלקות יא, (אסאך מאל), ברבים נישט. און איך קען אויך נישט אלעס שרייבן ברבים. יא תעניתי דיבור..
אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?
ווייטער די זעלבע זאך.. אויב מ'גייט נישט מיט %100 פראצענט גייט מען צום טויט און צום גיהנום און נעבעך נעבעך אז די קומסט נישט דאווענען דארט..
וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
ברוך ה' איך בין ארויס מיט מיין ווייב און קינדער אבער איך האב פארלוירן אלע חבירים און משפחה וואס זענען נאך דארט..
זיי זאגן מיר א גוט מארגן און גוטע נאכט וזה הוא.. חס ושלום צו רעדן מיט א חסיד שנפל.. און איינער וואס האט פארדרייטע השקפות..
איין זאך האב איך יא געוואלט צולייגן, אויב האב איך טאקע מכוון געווען צו די מקום וואס די רעדסט פון, איז דא נאך א ענדליכקייט צו לב טהור, און דאס איז אז די ראש דארט היט פארשטייט זיך נישט גארנישט פון די אלע מדריגות וואס מען פלוידערט דארט, און אויב עפעס פארקערט, ער פירט א היבש פראסטע לעבנס שטייגער, אבער אלע אנגעשלאסענע/גלויביגע דארפן חתמנען אז מען גייט נישט מהרהר זיין אחר רבו און ער איז זיכער מתקן אלעס פאר ביאת המשיח מיטן זיך אויפ'פירן אזוי...
אזוי ווי די זאגסט, א לב טהור כמו בימי ארז....
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די האסט נישט קיין אאאאאאננוונג ווי גוט די פרעגסט..הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:58 amאז דו זאגסט אז מ'מעג פרעגן לאמיר פרובירן.לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 amאיך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)
איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.
איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
ווי איך פארשטיי איז נישטא עכט וואס צו זאגן פאר דעם קולט מיטגליד וואס זאל אים אויפשוידערן, ווייל יעדע זאך איז נאך א נסיון - זאגאר דער לעצטער נסיון - און ווער איז דער שוטה וואס זאל פארפאלן גיין פונקט יעצט, ולב טהור יוכיח. איז מיין שאלה וויאזוי טאקע ווערט מען פטור דערפון? אדער בעסער, וויאזוי וואלטסטו כהיום פרובירט ארויסצוהאקן די איינרעדענישן פון דיינע געוועזענע קולט קאלעגעס?
____
דיסקלעימער מיין שאלה איז אויף א קולט וואס קוקט נאך נישט אויס אזוי געפערליך ווי לב טהור, קיינער דארף נישט ווערן אפענדעט און שרייען דעת תורה אדער סיי וואס. מיין שאלה איז בלויז צו @לעכטיגע וועלט וואס זיין מיינונג איז אלץ בעל הנסיון און קיינער נעמט נישט קיין פון דא קיין ראט אויף למעשה.
א דאנק
איך האב א תירוץ אבער עס איז אביסל לאנג און איך דארף צייט עס צו שרייבן.. עוד חזון
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 235
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב איינעם מצער געווען דא???שמועות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:28 amאיז אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס א קולט מעמבער שפירט נישט ווען ער איז מצער א צווייטן?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 amאיך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)
איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.
איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
אויב יא בעהט איך יעצט איבער.. עס איז געווען א טעות..
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 3083
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ריכטיג אז די תורה האט אונז גיגעבן אינסטראקשענס ווי אזוי דארף מען זיך פירן און ווי אזוי נישט.דעתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 3:30 pm רבותי Cult איז א ווארט פאר גוים, אונז אידן האבן א תורה (שבכתב ובעל פה ומסורה) פונם אייבערשטער מיט פינקלעכע אינסטראקשענז פאר אונזערע יארן אויף דער וועלט, פינטל.
עס אוז דא א כלל אז ווען מען האט א ספק אויף א פירונג קוקט מען אויף די תוצאות, ווייל עבירה גוררת עבירה. דא ביי ל"ט האט מען גאר גיט געזען ל"ע די גוררת עבירה,די זעלבע דארף מען קוקן אויף א אלע גרופעס וואס מען האט נאך א ספק.
אבער עס מיינט נישט צו זאגן אז די ווארט קולט איז פאר גוים. עס איז דא אסאך זאכן וואס די תורה זאגט אונז נישט און מיר ווייסן אז דאס איז א ריכטיגע פירונג אדער פארקערט, למשל די נושא פון טערפי ווערט נישט דערמאנט אין ספרים הקודמים און אונז פארשטייען אז סדא מענטשן וואס דארפן צו קומען צו דעם.
עס איז וויכטיג צו האבן קלארקייט אין די גדרים וואס איז א קולט און וואס נישט כדי נישט צו אריין פאלן דערין, סיי אויב דו ווילסט זאגן פאר דיין אייגן טובה - קענסטו פארשטיין פארוואס, סיי אויב דו ווילסט זאגן לשם שמים - קענסטו עס כולל זיין אין אסאך מצוות ווי ונשמרתם מאד לנפשותיכם, ואהבת לרעך כמוך, לא תעמוד על דם רעך, און שפעטער אסאך אנדערע לויט די טעגליכע מציאות
-
עמק השדים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
- Location: דאהי
- x 91
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואסערע חילול ה' האט ער מורא אין די ריקארדינג?מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 7:50 pm א דרשה פון די חכם א טאג פאר זיין sentencing
ווער פאקט זיך פעק???
אָמְנָם אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל פֵּרוֹתֶיהָ הֵם עַל יְדֵי הַקְדוּשָׁה, וְאוֹתוֹ הָרוּחָנִיוּת הָרָאוּי לְמָן מִתְלַבֵּשׁ בְּפֵּרוֹת הַקְדוֹשִׁים הָהֵם וּלְכָךְ אֵין מָן בְּאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל.
-
כבוד מלכים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 834
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב די כאפסט נישט וואס איך מיין, דאן רעדן מיר נישט פונעם זעלבן מקום.לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:22 amאיך כאפ נישט וואס די מיינסט..כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 11:04 pm @לעכטיגע וועלט
זאג מיר ביטע, דיין ניק נאמען האט עפעס א ספעציעלע שייכות מיטן מקום ווי די האסט דיר געפונען וד"ל? אדער בלויז צוליב קאסובער רבי זצ"ל ווערטער?
דיע נאמען האב איך געגעבן ווייל איך בין דאן געווען אין א טונקעלע וועלט און היינט בין איך ב''ה אין א לעכטיגע..
-
שעפעריש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 117
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
- Location: Monsey
- x 998
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@ברוך אברהם דער עולם ווארט אויף א באריכט פון קרית בבל