בלאט 522 פון 539

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:03 pm
דורך את פתח לו
מדנ"י האט באמבעדירט א געביידע אין ביירוט.

זיי האבן געצילט א חיזבאללא טעראריסט וואס האט געפלאנט א אטאקע מיט כאמאס אויף ארץ ישראל.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:04 pm
דורך את פתח לו
באכרעין קאוועיט און סאודיע אריביע האבן לויט באריכטען פארשפראכן פאר איראן אז זיי וועלן נישט לאזן אמעריקא נוצן באזעס און זייערע לענדער צו אטאקירן איראנע צילן.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:26 pm
דורך את פתח לו
געזעץ געבער אין מדנ"י ווילן אדורך פירן א געזעץ אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך מיטן באציען צו אלע געגנטער און מזרח ארץ ישראל אלץ יהודה ושומרון און נישט מיטן אראבישער מערב ברעג טערמין.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:32 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:26 pm געזעץ געבער אין מדנ"י ווילן אדורך פירן א געזעץ אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך מיטן באציען צו אלע געגנטער און מזרח ארץ ישראל אלץ יהודה ושומרון און נישט מיטן אראבישער מערב ברעג טערמין.
יהודה ושומרון??? וואס איז דאס????....


וואו איז די דווח קנעפל ווען מ' דארף אים??

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:50 pm
דורך חלום חלמתי
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:32 pm
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:26 pm געזעץ געבער אין מדנ"י ווילן אדורך פירן א געזעץ אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך מיטן באציען צו אלע געגנטער און מזרח ארץ ישראל אלץ יהודה ושומרון און נישט מיטן אראבישער מערב ברעג טערמין.
יהודה ושומרון??? וואס איז דאס????....


וואו איז די דווח קנעפל ווען מ' דארף אים??
גערעכט ער זאל שרייבן פון היינט און ווייטער וועט מען רופן מערב ברעג די מערב ברעג.

פיקח

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:01 am
דורך הדסים
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:26 pm געזעץ געבער אין מדנ"י ווילן אדורך פירן א געזעץ אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך מיטן באציען צו אלע געגנטער און מזרח ארץ ישראל אלץ יהודה ושומרון און נישט מיטן אראבישער מערב ברעג טערמין.
אין מדינת ישראל זענען אויך דא וואס רופן עס מערב ברעג?
כ'רעד נישט פון מענטשן פריוואט.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 8:58 am
דורך חלום חלמתי
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:01 am
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:26 pm געזעץ געבער אין מדנ"י ווילן אדורך פירן א געזעץ אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך מיטן באציען צו אלע געגנטער און מזרח ארץ ישראל אלץ יהודה ושומרון און נישט מיטן אראבישער מערב ברעג טערמין.
אין מדינת ישראל זענען אויך דא וואס רופן עס מערב ברעג?
כ'רעד נישט פון מענטשן פריוואט.
די לינקע

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:39 am
דורך וועלוול
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:04 pm באכרעין קאוועיט און סאודיע אריביע האבן לויט באריכטען פארשפראכן פאר איראן אז זיי וועלן נישט לאזן אמעריקא נוצן באזעס און זייערע לענדער צו אטאקירן איראנע צילן.
קאטאר, נישט באחריין

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:06 pm
דורך ווער
מיליטאנטן פון עזה האבן היינט געשאסן א ראקעט אין ריכטונג פון די שטאט שדרות אין דרום ארץ ישראל, אבער די ראקעט איז געווארן אראפ געשאסן

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:02 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:26 pm געזעץ געבער אין מדנ"י ווילן אדורך פירן א געזעץ אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך מיטן באציען צו אלע געגנטער און מזרח ארץ ישראל אלץ יהודה ושומרון און נישט מיטן אראבישער מערב ברעג טערמין.
וואס איז שייך א געזעץ אויף דעם? מען גייט שטראפן אויב איינער זאגט מערב ברעג? (בלית ברירה קען איך זאגן מערב בערג...)

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 3:01 pm
דורך דיאמאנט סוחר
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:02 pm
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:26 pm געזעץ געבער אין מדנ"י ווילן אדורך פירן א געזעץ אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך מיטן באציען צו אלע געגנטער און מזרח ארץ ישראל אלץ יהודה ושומרון און נישט מיטן אראבישער מערב ברעג טערמין.
וואס איז שייך א געזעץ אויף דעם? מען גייט שטראפן אויב איינער זאגט מערב ברעג? (בלית ברירה קען איך זאגן מערב בערג...)
like the GULF OF AMERICA

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 4:33 pm
דורך הדסים
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:32 pm
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:26 pm געזעץ געבער אין מדנ"י ווילן אדורך פירן א געזעץ אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך מיטן באציען צו אלע געגנטער און מזרח ארץ ישראל אלץ יהודה ושומרון און נישט מיטן אראבישער מערב ברעג טערמין.
יהודה ושומרון??? וואס איז דאס????....


וואו איז די דווח קנעפל ווען מ' דארף אים??
דווח קנעפל???
וואו איז @את פתח לו ווען מ'דארף אים???
(ווען נישט...)

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 12:23 pm
דורך פעינטיג
פרישע פראטעסטן אין עזה.
IMG-20250402-WA0025.jpg
IMG-20250402-WA0025.jpg (136.97 KiB) געזען געווארן 548 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 12:46 pm
דורך פעינטיג
נתניהו מיט א מעסעדזש אז מדינת ישראל וועט איבערנעמען גאנץ עזה.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 3:58 pm
דורך ווער
מיליטאנטן פון עזה האבן ווידעראמאל געשאסן צוויי ראקעטן אין ריכטונג פון דרום ארץ ישראל, אקטיוועזירענדיג ווארענונג פייפערס אין שדרות און ניר עם

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 6:36 pm
דורך הדסים
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 12:46 pm נתניהו מיט א מעסעדזש אז מדינת ישראל וועט איבערנעמען גאנץ עזה.
מיינט מסתמא טראמפ...

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 2:33 am
דורך פעינטיג
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 6:36 pm
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 12:46 pm נתניהו מיט א מעסעדזש אז מדינת ישראל וועט איבערנעמען גאנץ עזה.
מיינט מסתמא טראמפ...
ניין, כרעד פון ביבי.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 9:58 am
דורך ווער
אונגארן האט זיך ארויסגעצויגן נעכטן פון דעם אינטערנאציאנאלן קרימינאלן געריכט, בעפאר באזוך פון מדינת ישראל פּרעמיער ביבי נתניהו.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 10:45 am
דורך טיפע חשבונות
ווער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 9:58 am אונגארן האט זיך ארויסגעצויגן נעכטן פון דעם אינטערנאציאנאלן קרימינאלן געריכט, בעפאר באזוך פון מדינת ישראל פּרעמיער ביבי נתניהו.
זיי האבן געמאלדן אז זיי הייבן אן די פראסעס פון זיך ארויסציען, עס נעמט אבער צייט, יעצט זענען זיי נאך דארט און האבן נישט געפאלגט.

געהעריג קאלט געמאכט דאס עולם...

איך ווארט צו זען ווען לענדער גייען זיך אנפאנגן ארויסצוציען פון די UN

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 8:51 am
דורך never say never
נתניה קומט היינט צו וואשינגטאן.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 3:08 pm
דורך הדסים
never say never האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 8:51 am נתניה קומט היינט צו וואשינגטאן.
איזראעלישע מידיא זאגט אז די פלוצים'דיגער איינלאדענונג האט אים געמאכט אנגעצויגן און ער ווייסט נישט פארוואס טראמפ האט אים גערופן

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 3:14 pm
דורך מיילעך פריילעך
משלחות החוזרת:

צוויי אנטיסעמיטישע בריטישע פארלאמענט מיטגלידער זענען אנגעקומען צו ארץ ישראל מיט אן אומאפיציעלער בריטישע דעלעגאציע אבער זענען תיכף אנגעוויזן געווארן ווי זייער קומענדיגע פליגער וועט זיך הייבן אויף זייער וועג צוריק היים.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 3:15 pm
דורך מיילעך פריילעך
7 ראקעטן פון עזה, חאמאס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט.
3 זענען לייכט פארוואונדעט געווארן פון א ראקעט וואס האט געלאנדעט אין אשקלון.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 3:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
ווער ישראל ביבי נתניהו האט זיך געהויבן פון אונגארן אויפן וועג צו די פאראייניגטע שטאטן פאר אן אומאפיציעלער זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 3:21 pm
דורך מיילעך פריילעך
"איראן סופרים פירער כומעיני האט ארויפגעריקט די איראנע מיליטערישע קרעפטן אויף העכסטע שטאפל גרייטקייט"