- GlNT_JfWcAEIFif.jpeg (309.52 KiB) געזען געווארן 693 מאל
נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
ער וועט חלילה נישט זאגן ער רעגרעט נאר עס איז רעגרעטעבעל און אוודאי וועט ער נישט אפען אפאלאדזשייזען. לדעתי האלט עס נאך ווייט פון דעם אז טראמפ זאל צוריק ענגעידזשען מיט אים, טראמפ האט שוין געסטאפט די ליפערונג און יעצט דארף ער פולי צוקומען צו טראמפ, די וועג וויזאוי ער גייט זעהט נישט אויס ער זאל זיי גרייט זיך ברעכן זיין גאווה יעט, לאמיר זעהן ווילאנג עס וועט נעמען פאר אים זיך צו ברעכן
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1790
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4751
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
מיין טייערע @מסתמא איך דיסאגרי מיט דיר אינגאנצען אויף די נושא.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 1:19 am דעי טראמפ זעלענסקי פייט קרענקט מיך
שוטה זעלענסקי משוגענער טראמפ. סארי, אמעריקע איז יא דער וואס דארף האלטן די וועלט אין פלאץ, קיינער טוט עס נישט. שרייסטו איך אויכעט נישט. 10-4 ביסט אבער א גערעכטע שוטה. אלעס קומט עווענטועל אן צו דיר. די 85 יעריגע פרידן ציפאלט דא פאר די אויגן, מענטשליכע לעבן פארלירט איר ווערד. און טראמפ איז ביזי פראוון דרך ארץ פוינטס פאר כפוי טובה זעלענסקי.
איי קענט העלפ מיי סעלף, איך זעה די ריעליטי מיט דעי גלעזער אפילו איך בין אין פרינציפ מיט די טראמפ טיעם .
פוטין מאכט דיעלס יעדע וואך און ברעכט דיעלס יעדן טאג. וואס איז די גאראנטי צו אוקריינע? נאטא זיכער נישט... איי אמעריקע דו ביסט שולדיג פאר אוקריינע אלעס. גיב אים צוריק די נוקלעארע וואפנס וואס דו האסט אים צוגענומען. האסט דאך געגעבן א סיקיוריטי גאראנטי... יעצט ניטאמאל נאטא איז אויפן טיש
חורבן איז אן אנדערסטעיטמענט. וועמען האט אוקריינע אינוואדירט די לעצטע 20 יאר און וועמען רוסלאנד? ווער סטאפט דא פוטין?????? קיינער
סאו אלעס פון טראמפ איז א שפיעל אז אייראפע זאל זיך אין די הענט נעמען? סאו דאס ווארפן זעלענסקי איז א געים צו ברענגען נאטא צום טיש אדער שטעלן זעלענסקי אין פלאץ? וואס עקזעקטלי ווילסטו דא מיסטער טראמפ? סאיז מעססד אפ
אויב פלאנט טראמפ ארויסצוגיין פון נאטא, זייט וויסן מיסטער טראמפ אז כ”ז אמעריקע איז אין נאטא איז די ’וועלט’ פארזיכערט, כולל אמעריקע. איינמאל אמעריקע איז ארויס און נאטא ציפאלט איז די ’וועלט’ מער נישט זיכער, כולל אמעריקע. אייראפע איז טאקע גוט צודרייט אבער אן די יסוד פון פרייהייט-אמעריקע אלץ שומר ציפאלט ציוויליזאציע, איטס דעט סימפל. יא יא, גערעכטערהייט
די מצב טוט מיר וויי צו די פוינט אז איך פיל ווי כמוז ארויסטונען פון די נושא
שוין זייט אנהויב קריג בין איך ווי מען רופט פוטין גענויגט, נישט אז איך בין אויף פוטינס זייט אבער איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס אמעריקע דארף זיך אריינלייגן אין א סכנה צו העלפן אוקריינע.
קענסט מיר זאגן וואס אמעריקע האט פארדינט פון אוקריינע אמאל? פארוואס אין די וועלט איז די פליכט פון אמעריקע איר צו שטיין צו די האנט? וואס וועט עס ברענגן? לעולמי עד דארף איך דיך פראטעקטן?
איי וועסטו זאגן אז אמעריקע דארף זיין דער פאנטרעגער פון דעמאקראטיע? צו דעם פרעג איך נניח פוטין זאל איינעמען אוקריינע, וועט איינער דערפון שאדן האבן? לעבן די אוקריינער בעסער ווי די רוסן? וואו פעלט דאמאקראטיע אין רוסלאנד? דער ציווילער מאן דארט ווערט נישט מעניפיולירט פון די פוטין רעזשים, בסך הכל ווער עס איז זיך מתחצף פאר פוטין פליט פון פענסטער. דער ציווילער מאן לעבט א לעבן עניטיים אזא גוט לעבן ווי דער אוקריינער. פוטין איז נישט קיין מאנסטער וואס זוכט צו הרג'ענען מענטשען, ער איז נישט קיין סאדאם חוסעין. און ער איז ווייט נישט קיין היטלער. ווען אמעריקע האט זיך געמישט אין די צווייטע וועלט קריג, איז דאס געקומען ווייל אמעריקע זעלבסט איז געווען אין א סכנה. היטלער האט קלאר געזאגט אז ער וויל גיין קיין אמעריקע אויך. און ווען אמעריקע האט זיך געמישט אין אנדערע מלחמות איז דאס געווען ווייל ציווילע זענען געווען אין א סכנת מות. דא רעדט מען אבער נישט פון דעם, קיינער איז נישט אין קיין לעבנס געפאר. די מלחמה כמו שהוא האט געקאסט פיל מער לעבנס ווי פוטין האט שוין געהרג'עט דורך אויס זיין גאנצען לעבן. למה לי כל זה? וואס דארף אמעריקע די מלחמה אויף איר קאפ? איז די עקזיסטענס פון אמעריקע אין געפאר? איז די עקזיסטענס פון אירע נעטא אליאירטע אין געפאר? איז די עקזיסטענס פון ציווילע לעבנס אין געפאר? זאל פוטין איינעמען גאנץ אוקריינא און ניטאמאל וועל איך געבן א בלינק. עס גייט מיר נישט אן. איך דארף מיך נישט אריינלייגן אין א סכנה פאר יענעמס נאציאנאליסטישע זעלבסשטענדיגקייט. קיינעמס לעבנס קוואליטעיט גייט נישט ערגער ווערן מיט דעם וואס פוטין נעמט איין אוקריינא.
די עקאנאמישע סכנה פון טשיינע איז פיל גרעסער פאר אמעריקע, אמעריקע האט גענוג אייגענע קאפוויי, מען דארף נישט זוכן פרישע שונאים אין אזעלכע קאמפלעצירטע זמנים. זאל טראמפ זיין אויף די גוטע זייט פון פוטין, און ער זאל נישט שטערן אמעריקע מיט איר האנדעלס דעפעציט מיט טשיינע. 350 ביליאן דאלער איז ווייט מער ווי גענוג. עד פה תבוא. זעלענסקי דו ביסט פארטיג! אדער מאכסטו שלום, אז נישט גיי וואו די פעפער וואקסט. איך בין מער נישט דא צו אקצעפטירן דאס וואס קומט פאר ביי דיר אין לאנד. ענקער לאנד איז אויך פיל מיט קאראפשען. דו ביסט נישט אמעריקעס עליי. ניין דו ביסט נישט. איך קום דיר גארנישט! אז איך האב איבירגע 350 ביליאן דאלער אינוועסטיר איך עס צו איבערמאכן די בי קיו אי, גענוג מיט די נערישע שווענדערייען.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2124
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4997
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
וואס האט אמעריקא פארדינט פון דרום קארעא אז זי שטייט מיט איר קעגן צפון? וואס האט אמעריקא פארדינט פון סאודי אראביע אז זי שטייט מיט איר קעגן איראן? דער תירוץ איז זייער פשוט. אמעריקא פארדינט פון דעם וואס וועלטס בארבאריסטן קענען זיך נישט צופירן די הענט. און דא פלוצלינג העלפט אמעריקא ווייזן אז פון באבאריזם פארדינט מען.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 1:25 pmקענסט מיר זאגן וואס אמעריקע האט פארדינט פון אוקריינע אמאל? פארוואס אין די וועלט איז די פליכט פון אמעריקע איר צו שטיין צו די האנט? וואס וועט עס ברענגן? לעולמי עד דארף איך דיך פראטעקטן?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1790
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4751
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
אר יו פאר ריעל?? רוסלאנד איז איראן? רוסלאנד איז צפון קארעא? וועמען נער'ט איר דא? ווי אזוי לייגט איר בכלל די צוויי אויף די זעלבע בלאט? רוסלאנד איז פיל מער פריי ווי טשיינע. דער ציווילער מענטש לעבט א לעבן פונקט ווי דו. דער עולם ארבעט און מאכט געלט דארט. איך דארף דיר מסביר זיין אז די חילוק פון פוטין ביז קים יאנג אן איז כרחוק מזרח ממערב? דו שעמסט דיך נישט זיי צו מדמה זיין? אין רוסלאנד הענגט מען מענטשען אינמיטן שטאט אזוי ווי אין איראן? רעדט די רעגירונג אריין אין פריוואטע לעבנס ווי אין איראן? זענען דען דא מיליאנען מענטשען וואס הונגערן אויף א שטיקעל ברויט אין רוסלאנד בשעת פוטין לעבט א חיים טובים אזוי ווי קים יאנג אן? וועמען מאכטסו משוגע דא?? און מען קען מיינען אז אוקריינע איז עפעס דרום קארעא, זיי האבן זייער אייגענע קופה של שרצים, אוקריינא איז גארנישט פויגעלדיג...Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 1:36 pmוואס האט אמעריקא פארדינט פון דרום קארעא אז זי שטייט מיט איר קעגן צפון? וואס האט אמעריקא פארדינט פון סאודי אראביע אז זי שטייט מיט איר קעגן איראן? דער תירוץ איז זייער פשוט. אמעריקא פארדינט פון דעם וואס וועלטס בארבאריסטן קענען זיך נישט צופירן די הענט. און דא פלוצלינג העלפט אמעריקא ווייזן אז פון באבאריזם פארדינט מען.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 1:25 pmקענסט מיר זאגן וואס אמעריקע האט פארדינט פון אוקריינע אמאל? פארוואס אין די וועלט איז די פליכט פון אמעריקע איר צו שטיין צו די האנט? וואס וועט עס ברענגן? לעולמי עד דארף איך דיך פראטעקטן?
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
אמעריקא העלפט גארנישט ווייזן. סה"כ וויל טראמפ עס זאל זיך ענדיגן די קריג און היות אוקריינא האט ער מער אין די האנט צוליב אמעריקאס אומאויפהערליכט שטיצע פאר זיי האט ער פרובירט אנצוהייבן מיט זיי. דאס רופן זעלענסקי דיקטאטור איז געווען אין רעספענס צו זעלענסקי’ס אנדערע דיסריספעקטפול סטעטמענט בעפאר. און ווי טורקיה אויף קול מבשר האט ארויסגעברענגט אז טראמפ האט נישט געזאגט קיין ליגענט נאר סה"כ געניצט די זייט מטבע ארויסצוברענגן אוקריינעס פראבלעמעןAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 1:36 pmוואס האט אמעריקא פארדינט פון דרום קארעא אז זי שטייט מיט איר קעגן צפון? וואס האט אמעריקא פארדינט פון סאודי אראביע אז זי שטייט מיט איר קעגן איראן? דער תירוץ איז זייער פשוט. אמעריקא פארדינט פון דעם וואס וועלטס בארבאריסטן קענען זיך נישט צופירן די הענט. און דא פלוצלינג העלפט אמעריקא ווייזן אז פון באבאריזם פארדינט מען.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 1:25 pmקענסט מיר זאגן וואס אמעריקע האט פארדינט פון אוקריינע אמאל? פארוואס אין די וועלט איז די פליכט פון אמעריקע איר צו שטיין צו די האנט? וואס וועט עס ברענגן? לעולמי עד דארף איך דיך פראטעקטן?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1790
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4751
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
די מלחמה דארף זיך ענדיגן נעכטן!
הונדערטער טויזענטער אוקריינער טויטע, מיליאנען אנטלאפן פון לאנד (וואס פלאנען ניטאמאל צוריק צו קומען ווייל אוקריינע איז א קאראפטירטע לאנד) גאלאנען פון בלוט ווערט פארגאסן יעדן טאג. נניח ס'איז אמעריקעס אחריות, וויפילאיז אבער אמעריקע מחויב צו טוהן? האסט פראבירט דריי יאר און ס'איז נישט געגאנגען. גענוג! בין איך מחויב צו שטעלן מיין לאנד אין געפאר, ווען ניטאמאל ראטעווע איך דערמיט דאס לעבן פון מענטשען? בין איך מחויב זיך צו אנבארגן נאך און נאך געלט און דערמיט חרוב מאכן מיין אקענאמיע, אלעס ווייל אוקריינע האלט נישט ביים עקצעפטירן א דיעל? די מצב אויף די וועלט איז שוין יארן נישט געווען אזוי אומסטאביל, איין קליינע באטערפליי קען אויפרייסן די גאנצע וועלט. וואס פעלט אויס פאר אמעריקע זיך צו רייצן מיט רוסלאנד יעצט? אמעריקע האט גענוג פוטער אויפן קאפ, זיי וועלן זיך שלאגן און דיפענדען אויף זייער אייגענע אינטערעסן. עס איז דא א שיעור וויפיל מסירת נפש מען דארף האבן פאר א צווייטנס נאציאנאליסטישע זעלבסשטענדיגקייט.
דאס איז חוץ מזה וואס אין די אקופירטע שטחים איז דאס פאלק מער רוסיש גענויגט.

- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1244
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5209
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
און דא איז דא נאך א פונקט, און דאס איז וואס דזשעי. די. ווענס האט געזאגט און עס האט זיך דערנאך אנגעהויבן די היציגער דאיאלאג, "אמעריקע האט פאר די לעצטע 3 יאר אונטער ביידען שוין פרובירט מיט דער מיטל פון זיין שטרענג צו רוסלאנד, און שטיין אין שרייען און סטראשען און ארויפלייגן סאנקציעס וכו וכו, און ס'האט גארנישט געהאלפן, 3 יאר זענען אריבער און סהאט זיך גארנישט געריקט, סא פרובירט יעצט טראמפ אן אנדערע מהלך".נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 2:05 pm די מלחמה דארף זיך ענדיגן נעכטן! הונדערטער טויזענטער אוקריינער טויטע, מיליאנען אנטלאפן פון לאנד (וואס פלאנען ניטאמאל צוריק צו קומען ווייל אוקריינע איז א קאראפטירטע לאנד) גאלאנען פון בלוט ווערט פארגאסן יעדן טאג. ס'איז דא א שיעור וויפיל אמעריקע איז מחויב צו טוהן. האסט פראבירט דריי יאר און ס'איז נישט געגאנגען. גענוג! איך בין נישט מחויב צו לייגן דאס לעבן פון מיינע בירגער אין געפאר ווייל אוקריינע האלט נישט ביים עקצעפטירן א דיעל! די מצב אויף די וועלט איז שוין יארן נישט געווען אזוי אומסטאביל, איין קליינע באטערפליי קען אויפרייסן די גאנצע וועלט. וואס פעלט אויס פאר אמעריקע זיך צו רייצן מיט רוסלאנד יעצט? אמעריקע האט גענוג פוטער אויפן קאפ, זיי וועלן זיך שלאגן און דיפענדען אויף זייער אייגענע אינטערעסן. עס איז דא א שיעור וויפיל מסירת נפש מען דארף האבן פאר א צווייטן.
טראמפ האט געזאגט פאר רעפארטערס פרייטאג אין פראנט פון זעלענסקי "אויב פעלט זיך אויס קען איך זיין דער הארטסטע מענטש אין דער וועלט אנטקעגן רוסלאנד, אבער נישט דאס איז דער מיטל וואס ארבעט אין די יעצטיגע סיטואציע".
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1790
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4751
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
הארטקייט קומט אריין ווען יענער טשעפעט מיט מיר. איך בין מיך גרייט צו לייגן אין א סכנה צו ראטעווען מיר און מיין משפחה. אויף לא תעמוד על דם רעך איז נישטא קיין חיוב זיך צו אריינלייגן אין א סכנה. טאמער פוטין זאל זיך וואגן צו טשעפנען אמעריקע וואלט איך אים געזאגט הער זיך איין פוטין טייערע, אז דו שיקסט אפילו א קליינע קויל קיין אמעריקע ליידיג איך אויס מיין גאנצע nuclear ארסינעל אויף דיין לאנד. איך גיי נישט בלייבן מיט קיין איין באמבע אין מיין קלאזעט, אלעס גייט גלייך אויף דיין קאפ. נישט נאר אויף מאסקעווע, נאר עס וועט קיין גראזל נישט בלייבן ביי דיר אין לאנד.שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 2:11 pmאון דא איז דא נאך א פונקט, און דאס איז וואס דזשעי. די. ווענס האט געזאגט און עס האט זיך דערנאך אנגעהויבן די היציגער דאיאלאג, "אמעריקע האט פאר די לעצטע 3 יאר אונטער ביידען שוין פרובירט מיט דער מיטל פון זיין שטרענג צו רוסלאנד, און זטיין אין שרייען און סטראשען און ארויפלייגן סאנקציעס וכו וכו, און ס'האט גארנישט געהאלפן, 3 יאר זענען אריבער און סהאט זיך גארנישט געריקט, סא פרובירט יעצט טראמפ אן אנדערע מהלך".נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 2:05 pm די מלחמה דארף זיך ענדיגן נעכטן! הונדערטער טויזענטער אוקריינער טויטע, מיליאנען אנטלאפן פון לאנד (וואס פלאנען ניטאמאל צוריק צו קומען ווייל אוקריינע איז א קאראפטירטע לאנד) גאלאנען פון בלוט ווערט פארגאסן יעדן טאג. ס'איז דא א שיעור וויפיל אמעריקע איז מחויב צו טוהן. האסט פראבירט דריי יאר און ס'איז נישט געגאנגען. גענוג! איך בין נישט מחויב צו לייגן דאס לעבן פון מיינע בירגער אין געפאר ווייל אוקריינע האלט נישט ביים עקצעפטירן א דיעל! די מצב אויף די וועלט איז שוין יארן נישט געווען אזוי אומסטאביל, איין קליינע באטערפליי קען אויפרייסן די גאנצע וועלט. וואס פעלט אויס פאר אמעריקע זיך צו רייצן מיט רוסלאנד יעצט? אמעריקע האט גענוג פוטער אויפן קאפ, זיי וועלן זיך שלאגן און דיפענדען אויף זייער אייגענע אינטערעסן. עס איז דא א שיעור וויפיל מסירת נפש מען דארף האבן פאר א צווייטן.
טראמפ האט געזאגט פאר רעפארטערס פרייטאג אין פראנט פון זעלענסקי "אויב פעלט זיך אויס קען איך זיין דער הארטסטע מענטש אין דער וועלט אנטקעגן רוסלאנד, אבער נישט דאס איז דער מיטל וואס ארבעט אין די יעצטיגע סיטואציע".
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1244
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5209
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
מייק דזשאנסאן האט געזאגט פאריגע וואך אז דער מיניראל דיעל האט אומאפיציעלע סעקיוריטי גאראנטיען פאר אוקריינע, ווייל אויב אמעריקע וועט האבן א מולטי טריליאן דאלערדיגע אינוועסטירונג אין אוקריינע, איז קיין ספק אז אמעריקע וועט באשיצן אוקריינע פאר יעדן פרייז פון סיי וועלכער אנגריף דורך רוסלאנד אדער סיי ווער.
סא אויב אזוי קומט אויס אז טראמפ איז דא אויפגעקומען מיט בריליאנט איידיע, נעמליך, ער וועט לעקן פוטין און אונטערשרייבן א שלום אפמאך מיט אוקריינע צו ענדיגן דער מלחמה, און פון דער אנדערע זייט וועט רוסלאנד מער נישט האבן דער מעגליכקייט צו אינוואדירן נאכאמאל.
סא אויב אזוי קומט אויס אז טראמפ איז דא אויפגעקומען מיט בריליאנט איידיע, נעמליך, ער וועט לעקן פוטין און אונטערשרייבן א שלום אפמאך מיט אוקריינע צו ענדיגן דער מלחמה, און פון דער אנדערע זייט וועט רוסלאנד מער נישט האבן דער מעגליכקייט צו אינוואדירן נאכאמאל.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1790
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4751
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
אבער זעלענסקי וויל דאס נישט, ער וויל נאר געווינען די שלאכט, און ער וויל אמעריקע זאל שטיין אונטער דעם. ער שרייט רוסלאנד האט אנגעהויבן. איך זאג אים, סארי רעביי, איך האלט נישט דערביי! איך קעיר נישט ווער עס האט אנגעהויבן, אז דו זוכסט צו געווינען די שלאכט גיי דיר אליינס אין פייער אריין (און ווער פארברענט) איך גיי נישט שטיצן ענדלאזע מלחמות וואס ברענגן מיר גארנישט אויף למעשה. אז דו ווילסט בלוטיג אויס אליינס, איך בין פארטיג מיט דיר. העכסטענס זאלסטו גיין צו אלע אייראפעישע לענדער וואס ווייסן גענוי ווי אזוי צו קריטיקירן אמעריקע און פון זיי בעטן הילף. אויב איינער איז אין געפאר פון פוטין איז עס זיי, נישט איך. פוטין ציטערט פאר מיר מער ווי פון גאט. לאמיר זעהן וואס זיי זענען גרייט צו טוהן פאר דיר....שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 2:27 pm מייק דזשאנסאן האט געזאגט פאריגע וואך אז דער מיניראל דיעל האט אומאפיציעלע סעקיוריטי גאראנטיען פאר אוקריינע, ווייל אויב אמעריקע וועט האבן א מולטי טריליאן דאלערדיגע אינוועסטירונג אין אוקריינע, איז קיין ספק אז אמעריקע וועט באשיצן אוקריינע פאר יעדן פרייז פון סיי וועלכער אנגריף דורך רוסלאנד אדער סיי ווער.
סא אויב אזוי קומט אויס אז טראמפ איז דא אויפגעקומען מיט בריליאנט איידיע, נעמליך, ער וועט לעקן פוטין און אונטערשרייבן א שלום אפמאך מיט אוקריינע צו ענדיגן דער מלחמה, און פון דער אנדערע זייט וועט רוסלאנד מער נישט האבן דער מעגליכקייט צו אינוואדירן נאכאמאל.
ווען דו האלטסט ביים פעיסן ריעלעטי און מאכן א דיעל -און דו ווילסט איך זאל דיר העלפן- וועל איך טוהן וואס איך קען אפילו ארויס פון מיין וועג דיר צו העלפן. אבער מיט מלחמות בין איך פארטיג, דיינע אינטערעסן זענען נישט מיינע אינטערעסן. אבער איך בעט דיר מיסטער זעלענסקי, דו ווייסט אז דו קענסט די שלאכט נישט געווינען אן מיין שטיצע, כאפ דיך אויף ווי שנעלער נאך פאר דיין גאנצע לאנד גייט צוגרינד, איך גיי דיר עס נישט העלפן צוריקבויען.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
מען גייט מאכן א דיעל אז רוסלאנד באקומט יעצט א חלק פון אוקריינא, א יאר ארום גייט ער נאכאמאל אריינגיין אין אוקריינא איינעמען נאך שטחים דעמאלטס גייט מען נאכאמאל מאכן א דיעל און אים געבן נאך א שטיקל, און אזוי נאכאמאל און נאכאמאל ביז ער וועט באקומען גאנץ אוקריינא, נאכדעם גייט ער טועהן די זעלבע זאך אויף אנדערע לענדערנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 3:02 pmאבער זעלענסקי וויל דאס נישט, ער וויל נאר געווינען די שלאכט, און ער וויל אמעריקע זאל שטיין אונטער דעם. ער שרייט רוסלאנד האט אנגעהויבן. איך זאג אים, סארי רעביי, איך האלט נישט דערביי! איך קעיר נישט ווער עס האט אנגעהויבן, אז דו זוכסט צו געווינען די שלאכט גיי דיר אליינס אין פייער אריין (און ווער פארברענט) איך גיי נישט שטיצן ענדלאזע מלחמות וואס ברענגן מיר גארנישט אויף למעשה. אז דו ווילסט בלוטיג אויס אליינס, איך בין פארטיג מיט דיר. העכסטענס זאלסטו גיין צו אלע אייראפעישע לענדער וואס ווייסן גענוי ווי אזוי צו קריטיקירן אמעריקע און פון זיי בעטן הילף. אויב איינער איז אין געפאר פון פוטין איז עס זיי, נישט איך. פוטין ציטערט פאר מיר מער ווי פון גאט. לאמיר זעהן וואס זיי זענען גרייט צו טוהן פאר דיר....שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 2:27 pm מייק דזשאנסאן האט געזאגט פאריגע וואך אז דער מיניראל דיעל האט אומאפיציעלע סעקיוריטי גאראנטיען פאר אוקריינע, ווייל אויב אמעריקע וועט האבן א מולטי טריליאן דאלערדיגע אינוועסטירונג אין אוקריינע, איז קיין ספק אז אמעריקע וועט באשיצן אוקריינע פאר יעדן פרייז פון סיי וועלכער אנגריף דורך רוסלאנד אדער סיי ווער.
סא אויב אזוי קומט אויס אז טראמפ איז דא אויפגעקומען מיט בריליאנט איידיע, נעמליך, ער וועט לעקן פוטין און אונטערשרייבן א שלום אפמאך מיט אוקריינע צו ענדיגן דער מלחמה, און פון דער אנדערע זייט וועט רוסלאנד מער נישט האבן דער מעגליכקייט צו אינוואדירן נאכאמאל.
ווען דו האלטסט ביים פעיסן ריעלעטי און מאכן א דיעל -און דו ווילסט איך זאל דיר העלפן- וועל איך טוהן וואס איך קען אפילו ארויס פון מיין וועג דיר צו העלפן. אבער מיט מלחמות בין איך פארטיג, דיינע אינטערעסן זענען נישט מיינע אינטערעסן. אבער איך בעט דיר מיסטער זעלענסקי, דו ווייסט אז דו קענסט די שלאכט נישט געווינען אן מיין שטיצע, כאפ דיך אויף ווי שנעלער נאך פאר דיין גאנצע לאנד גייט צוגרינד, איך גיי דיר עס נישט העלפן צוריקבויען.
אז מען פארדינט פון זיין א שגץ פארוואס זאל ער עס נישט טועהן נאכאמאל?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1790
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4751
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
הער מיר אויס זעלענסקי טייערער, די מלחמה האט מיר דערווייל אפגעקאסט איבער 350 ביליאן דאלער, מיינע באציאונגען מיט די וועלטס מאכטן איז יעצט אנגעהיצט אויף די העכסטע אלעס צוליב דיר. די פארגאנגענע דריי יאר האט דיר נישט געפירט אין ערגעץ, כמו שהוא קענסטו נישט געווינען, דערווייל שטארבן יעדן טאג הונדערטער מענטשען פון ביידע זייטן צוליב די מלחמה. איך האב זיכער גארנישט פארדינט פונעם גאנצען געשעפט, נו מה לי לצרה הזאת? איך דארף א פיעס דיעל יעצט! איך האב גענוג אייגענע דאגות, און איך האב גענוג מיינונג דיפירענסן מיט פוטין וואס איך דארף אויסגלייכן, איך דארף דיר נישט אויפן קאפ יעצט.שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 3:50 pmמען גייט מאכן א דיעל אז רוסלאנד באקומט יעצט א חלק פון אוקריינא, א יאר ארום גייט ער נאכאמאל אריינגיין אין אוקריינא איינעמען נאך שטחים דעמאלטס גייט מען נאכאמאל מאכן א דיעל און אים געבן נאך א שטיקל, און אזוי נאכאמאל און נאכאמאל ביז ער וועט באקומען גאנץ אוקריינא, נאכדעם גייט ער טועהן די זעלבע זאך אויף אנדערע לענדערנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 3:02 pmאבער זעלענסקי וויל דאס נישט, ער וויל נאר געווינען די שלאכט, און ער וויל אמעריקע זאל שטיין אונטער דעם. ער שרייט רוסלאנד האט אנגעהויבן. איך זאג אים, סארי רעביי, איך האלט נישט דערביי! איך קעיר נישט ווער עס האט אנגעהויבן, אז דו זוכסט צו געווינען די שלאכט גיי דיר אליינס אין פייער אריין (און ווער פארברענט) איך גיי נישט שטיצן ענדלאזע מלחמות וואס ברענגן מיר גארנישט אויף למעשה. אז דו ווילסט בלוטיג אויס אליינס, איך בין פארטיג מיט דיר. העכסטענס זאלסטו גיין צו אלע אייראפעישע לענדער וואס ווייסן גענוי ווי אזוי צו קריטיקירן אמעריקע און פון זיי בעטן הילף. אויב איינער איז אין געפאר פון פוטין איז עס זיי, נישט איך. פוטין ציטערט פאר מיר מער ווי פון גאט. לאמיר זעהן וואס זיי זענען גרייט צו טוהן פאר דיר....שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 2:27 pm מייק דזשאנסאן האט געזאגט פאריגע וואך אז דער מיניראל דיעל האט אומאפיציעלע סעקיוריטי גאראנטיען פאר אוקריינע, ווייל אויב אמעריקע וועט האבן א מולטי טריליאן דאלערדיגע אינוועסטירונג אין אוקריינע, איז קיין ספק אז אמעריקע וועט באשיצן אוקריינע פאר יעדן פרייז פון סיי וועלכער אנגריף דורך רוסלאנד אדער סיי ווער.
סא אויב אזוי קומט אויס אז טראמפ איז דא אויפגעקומען מיט בריליאנט איידיע, נעמליך, ער וועט לעקן פוטין און אונטערשרייבן א שלום אפמאך מיט אוקריינע צו ענדיגן דער מלחמה, און פון דער אנדערע זייט וועט רוסלאנד מער נישט האבן דער מעגליכקייט צו אינוואדירן נאכאמאל.
ווען דו האלטסט ביים פעיסן ריעלעטי און מאכן א דיעל -און דו ווילסט איך זאל דיר העלפן- וועל איך טוהן וואס איך קען אפילו ארויס פון מיין וועג דיר צו העלפן. אבער מיט מלחמות בין איך פארטיג, דיינע אינטערעסן זענען נישט מיינע אינטערעסן. אבער איך בעט דיר מיסטער זעלענסקי, דו ווייסט אז דו קענסט די שלאכט נישט געווינען אן מיין שטיצע, כאפ דיך אויף ווי שנעלער נאך פאר דיין גאנצע לאנד גייט צוגרינד, איך גיי דיר עס נישט העלפן צוריקבויען.
אז מען פארדינט פון זיין א שגץ פארוואס זאל ער עס נישט טועהן נאכאמאל?
וואס די דיעל גייט זיין, איך ווייס נאכנישט פונקטלעך, קום אריבער קיין וואשינגטאן און לאמיר שמועסן דערוועגן. אבער אזוי ווי עס איז געגאנגן ביז יעצט גייט נישט גיין ווייטער. איך גיי נישט מער בארגן צו קענען ספענדן 10 ביליאן דאלער א חודש פאר מלחמות וואס ברענגן צו די בלוט פארגיסונג פון טויזענטער מענטשן אויף ביידע זייטן וועכענטליך. איך האב בעסער וואס צו טוהן מיט מיין געלט, מיינע פאנדס זענען נישט אנלימיטעד. דיין לאנד איז נישט אין געפאר פון אונטערגיין, קיינער זוכט דאס נישט צו חרוב לייגן. פוטין וויל דיין הויז אונטער זיין אייגענטום און ער פלאנט דיר צו לאזן וואוינען דארט. קען זיין פוטין איז נישט גערעכט פארן צונעמען דיין הויז, אבער איך בין נישט וועלטס פאליציי, קענסט דיך אליינס פארטיידיגען. און טאמער קענסטו נישט, דאן געב דיך אונטער. ווי לאנג איך זעה אז פוטין פירט זיין לאנד מיט פרידן, עס איז דא נארמאלע געזעצן דארט, עס איז דא דארט א בליענדע עקאנאמיע נאך עניטיים אזוי גוט ווי דיין עקענאמיע, בין איך מיך נישט גרייט מקריב צו זיין פאר דיין זעלבסטענדיגקייט. פוטין וויל בסך הכל א שכן וואס די רעגירונג דארט איז פרא אים און נישט אנטי. ער לאזט יעדן אויפן פלאץ, און די ציווילע קענען ווייטער לעבן פריעדליך ווי ביז היינט.
איין זאך מיסטער זעלענסקי וואס איך קען דיך אפפערן איז, דו האסט ביי דיר אין לאנד זייער אסאך נאטורליכע אוצרות. אונז אמעריקאנער האבן אלעס חוץ פון די נאטורליכע אוצרות, לאמיר מאכן א דיעל. דו ביסט מיר שולדיג 350 ביליאן דאלער, לאז מיך אינוועסטירן אין דיין לאנד און איך וועל צוריקמאכן מיין געלט. דערווייל וועסטו נאך אין איין וועג פארדינען אז פוטין וועט נישט קענען אטאקירן און איינעמען דיין לאנד נאכאמאל ווייל ער וועט נישט וואגן מיר צו טשעפענען, און איך וועל קיינמאל פון מיינע אינוועסטירונגען נישט אוועקוואקן.
לסיום הענין מיסטער זעלענסקי. איך צווינג דיר נישט צו קיין דיעל, דו דארפסט גארנישט אונטערשרייבן, אבער קענסט פון מיר נישט פארלאנגען קיין הילף מער, איך וויל דו זאלסט זיך דורכקומען מיט פוטין, אז דו ווילסט ווייטער קריג טוה עס אויף דיין אייגענע האנט. לאמיר זעהן ווי אזוי דו וועסט אויסזעהן נאכן קעמפען 2 וואכן אן מיין הילף.
איין רגע, איין רגע זעלענסקי, פאר דו גייסט ארויס פון דא. דו גדענקסט אפשר אפאר חדשים צוריק ווען איך בין געלאפן פאר אפיס, און איך האב מיך ארויסגעשטעלט אפענערהייט קעגן דיין ענדלאזע קריג, ביסטו געגאנגען און קאמפיינט פאר מיין קעגנער. יא? דו געדענקסט? וואס האסטו געטראכט דעמאלטס? איך דארף יעצט ווערן פרענדס מיט דיר? דו זעהסט דאך אז איך האב געוואונען די וואלן, פשט איז אז רוב אמעריקאנער זענען מיט מיר. קומסטו יעצט ביי מיר אין וואשינגטאן בפני כל עם ועדה מיר מסביר זיין ווי אומגערעכט איך בין? עס איז נישט דיסריפעקטפול פון דיין זייט, נאר עס איז א נערישקייט מצדך. נאך יעצט פאסט דיר נישט זיך צו אנטשולדיגען. ביסט א גרויסער נער, און פון נערנים שטיי איך ווייט. איך וויל מיט דיר נישט רעדן. גיי אהיים, מאך וואלן ביי דיר און לאנד, און איך וועל מיך טרעפן מיטן נעקסטען פירער. דו ביסט שוין גארנישט אזוי פאפיולער אין דיין אייגן לאנד ווי דו ביסט געווען צוויי יאר צוריק, דיין לאנד איז שוין אויך מיד פונעם קריג.
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 185
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 322
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
איך האלט יעצט אינמיטען אויסהערן די לאנגע דעבאטע אויף קו"מ (אידיש24) צווישן משה שפיצער און אליעזר קרויס, און דערווייל געווינט ביי מיר משה שפיצער היפש שטארק, איך מיין ס'כדאי פאר @נקודות טובות אויסצוהערן די דעבאטע (אויף X2.., אז נישט נעמט עס כמעט 2 א האלב שעה).
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 185
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 322
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
הוספה: משה שפיצער געווינט מיר (דערווייל) איבער די רוסלאנד טעמע, און אין דעם מיין איך מאכט @נקודות טובות א טעות, כאילו אין רוסלאנד לעבט מען א חיים טובים, אבער אליעזר קרויס געווינט מיר (דערווייל) איבער די אמעריקאנע טעמע, אז די מצב דאהי די לעצטע פאר יאר איז גארנישט אזוי פויגל'דיג (דאס אריינווארפען אין תפיסה אלע jan 6 חברה איז היפש נאנט צו רוסלאנד'ס פאליטישע ארעסטען, דערווייל עכ"פ האט עס לעיזער נישט דערמאנט).פנים חדשות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 4:53 pm איך האלט יעצט אינמיטען אויסהערן די לאנגע דעבאטע אויף קו"מ (אידיש24) צווישן משה שפיצער און אליעזר קרויס, און דערווייל געווינט ביי מיר משה שפיצער היפש שטארק, איך מיין ס'כדאי פאר @נקודות טובות אויסצוהערן די דעבאטע (אויף X2.., אז נישט נעמט עס כמעט 2 א האלב שעה).
הג"ה: יעצט האט ער עס דערמאנט..
איבער די הויפט טעמע, וועגן אמעריקע געבן געלט פאר אוקריינע וכו' האב איך דערווייל נישט געהערט גענוג צו קענען האבען א דיעה דערין.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2124
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4997
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
וואו איז דאס? ביי וועמענס סעקשאן?פנים חדשות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 4:53 pm איך האלט יעצט אינמיטען אויסהערן די לאנגע דעבאטע אויף קו"מ (אידיש24) צווישן משה שפיצער און אליעזר קרויס, און דערווייל געווינט ביי מיר משה שפיצער היפש שטארק, איך מיין ס'כדאי פאר @נקודות טובות אויסצוהערן די דעבאטע (אויף X2.., אז נישט נעמט עס כמעט 2 א האלב שעה).
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 185
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 322
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
אויף אידיש24 איז עס ביי ביידע.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
https://www.yiddish24.com/miscellanies/211/123866Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 5:08 pmוואו איז דאס? ביי וועמענס סעקשאן?פנים חדשות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 4:53 pm איך האלט יעצט אינמיטען אויסהערן די לאנגע דעבאטע אויף קו"מ (אידיש24) צווישן משה שפיצער און אליעזר קרויס, און דערווייל געווינט ביי מיר משה שפיצער היפש שטארק, איך מיין ס'כדאי פאר @נקודות טובות אויסצוהערן די דעבאטע (אויף X2.., אז נישט נעמט עס כמעט 2 א האלב שעה).
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1244
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5209
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
יעקב דוב בלייך זאגט אויף קולמע אז זעלענסקי איז ערווארטעט צו אינטערשרייבן דעם דיעל נאך היינט.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
ס'גייט זיין א מינעראלן דיעל אדער א שלום דיעל?
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
אמעריקע האט אויפגעהערט צו איבערגעבן שפיאנאזש אינפארמאציע פאר אוקריינע.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1790
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4751
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
עס איז ווערד א באגריסונג!
גענוג געווען. לאמיר ארויס פון דיינע קאנפליקטן. דיינע פראבלעמען זענען נישט מיינע. איך האב דיר געהאלפן ביז אהער יותר מכפי יכולתי, מער ווי סיי וועלכע אנדערע לאנד האט דיר געהאלפן. מיין לאנד איז גענוג אומסטאביל אן דיר אויך, און די פאקט אז איך צוקריג מיך מיט פוטין צוליב דיר העלפט נישט ארויס צו די סיטואציע. עס איז צייט זאלסט טרעפן א צווייטן צו רייטן אויף. איך בין פארטיג מיט דיר!
אז דו ווילסט א דיעל, בין איך גרייט דיר צו העלפן מיט וואס איך קען נאר. ביי.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
@נקודות טובות
טראמפ איז גאר א גרויסע גיבור ער קען אפילו רעדן שטייף צו דעם שוואכען זעלענסקי און פארלאנגען פון אים אויפצוגעבן זיינע רעכטען
אבער רעדן שטייף צום טראבל מעקער פוטין אים סטראשענן מיטן ערגסטן כדרכו אז פוטין זאל זיך ווארפן פאר פחד פון דעם ציטערט ער אוועק, א פשוטע שוואכלינג.
ער שיקט א מעסעדזש פאר אלע דיקאטוטרן איבער די וועלט וואס ווילן איינעמען אנדערע לענדער אז מען דארף מער נישט מורא האבן פון אמעריקא און זיי קענען רואיג טועהן וואס זיי ווילן, דאס גייט ברענגן אינעם עתיד א ים מיט פראבלעמען פאר די וועלט און פאר אמעריקא, ער זוכט א גרינגע וועג ארויס וואס גייט קאסטן פאר אמעריקא א טייערע פרייז בעתיד
טראמפ איז גאר א גרויסע גיבור ער קען אפילו רעדן שטייף צו דעם שוואכען זעלענסקי און פארלאנגען פון אים אויפצוגעבן זיינע רעכטען
אבער רעדן שטייף צום טראבל מעקער פוטין אים סטראשענן מיטן ערגסטן כדרכו אז פוטין זאל זיך ווארפן פאר פחד פון דעם ציטערט ער אוועק, א פשוטע שוואכלינג.
ער שיקט א מעסעדזש פאר אלע דיקאטוטרן איבער די וועלט וואס ווילן איינעמען אנדערע לענדער אז מען דארף מער נישט מורא האבן פון אמעריקא און זיי קענען רואיג טועהן וואס זיי ווילן, דאס גייט ברענגן אינעם עתיד א ים מיט פראבלעמען פאר די וועלט און פאר אמעריקא, ער זוכט א גרינגע וועג ארויס וואס גייט קאסטן פאר אמעריקא א טייערע פרייז בעתיד
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1790
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4751
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
מיין שטארקייט איז אז איך קעיר נישט צו דו קוקסט מיך אן שטארק אדער שוואך. ווי שוואך וואלט איך געווען ווען איך בויע מיין שטארקייט לויט ווי דו קוקסט אויף מיר.שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 12:22 pm @נקודות טובות
טראמפ איז גאר א גרויסע גיבור ער קען אפילו רעדן שטייף צו דעם שוואכען זעלענסקי און פארלאנגען פון אים אויפצוגעבן זיינע רעכטען
אבער רעדן שטייף צום טראבל מעקער פוטין אים סטראשענן מיטן ערגסטן כדרכו אז פוטין זאל זיך ווארפן פאר פחד פון דעם ציטערט ער אוועק, א פשוטע שוואכלינג.
ער שיקט א מעסעדזש פאר אלע דיקאטוטרן איבער די וועלט וואס ווילן איינעמען אנדערע לענדער אז מען דארף מער נישט מורא האבן פון אמעריקא און זיי קענען רואיג טועהן וואס זיי ווילן, דאס גייט ברענגן אינעם עתיד א ים מיט פראבלעמען פאר די וועלט און פאר אמעריקא, ער זוכט א גרינגע וועג ארויס וואס גייט קאסטן פאר אמעריקא א טייערע פרייז בעתיד
איך דארף פארטיידיגן צוויי זאכן.
1) מיין זעלבסשטענדיגקייט, וואס דאס איז כולל דאס זעלבסשטענדיגקייט פון מיינע אליאירטע.
2) מיינע מאראלישע ווערדן, וואס דאס נעמט אריין אין זיך דאס לעבן פון אומשולדיגע ציווילע.
אוקריינא פיט נישט די קרייעטיריעס. סארי.
זאל די גאנצע וועלט וויסן, פון היינט און ווייטער איז נישטא מער אזא זאך ווי אמעריקע זאל זיך מישן בריב לו להם. די געים איז אווער.
איך מיש מיך אין א קריג אין וואס מיינער אן עליי ווערט אטאקירט, און עליי מיינט איינער וואס ווען ער ווערט אטאקירט וועל איך ליידן דערפון מיליטעריש אדער עקענאמיש, אדער סיי וועלכע אנדערע ממשות'דיגע עפעקט. אדער וועל איך מיך מישן אין א קריג אין וואס איך האלט אז איך האב די פאטענציאל צו ראטעווען לעבנס. א מלחמה וואס פיט נישט איינס פון די צוויי קאטעגאריעס, וועל איך גארנישט טוהן מער ווי מיטהאלטן די נייעס פאר אינטערטעימענט פירפעסעס.