מדינת ישראל אין מלחמה: כאמאס, כיזבאלא, איראן
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1639
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6303
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
די פאליציי פארדעכטיגט זייער ערענסט אז עס האנדעלט זיך פון א דורכגעפאלענע קאארדינירטע טעראר פלאן, און האט ארויס געגעבן אנווייזונגן פאר אלע באס דרייווער אין שטאט זיך צו שטעלן אין א זייט און אינטערזיכן זייערע באסעס פאר פארדעכטיגטע פעקלעך.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
א נאוט געפינען אויף איינע פון די באסעס.
נקמה פון טול כרם
נקמה פון טול כרם
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
אַפרישע באמבע געפינען:
יעצט ביים באן אין פתח תקוה
יעצט ביים באן אין פתח תקוה
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
לויט די באריכטן רעדט מען פון א מאסיווע טעראר אטאקע וואס האט געזאלט אויפרייסן מארגן 9 צופרי. בטעות האבן זיי עס אנגעשטעלט פאר ביינאכט, ווי דורכדעם זענען געראטעוועט געווארן הונדערטער לעבנס
הנה לא ינום ולוא ישן שומר ישראל
הנה לא ינום ולוא ישן שומר ישראל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
די זיכערהייט קאבינעט האט זיך צוזאמגעזעצט פאר אן עמערזשענסי סיטואציע סעסיע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
ברעקינג:
די קערפער פון שירי ביבס די מאמע פון די 2 קינדערלעך הי"ד איז נישט די גוף פון די מאמע,
חאמאס האט עס פארטוישט מיט א אנדערע אומאדענטעפייט קערפער

האט מען שוין למעשה געטראפן ווער עס האט עס אונטערגעלייגט?
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
ביים באפרייאונגס צערעמאניע זענען 2 אנדערע משכונות געזיצן אין א קאר און מיטגעהאלטן ווי זייער חבירים ווערן באפרייט, און דערנאך זענען זיי צירוק אריין אין געפעגעניש ליידער.
מדינת ישראל האט זיך אפגעזאגט פון אדערווייל באפרייען די איבער 600 טעראריסטן וואס זיי האבן געדארפט ארויסלאזן אלס א חלק פונעם דיעל.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
היינט איז פארגעקומען די גרויסע לוויה פון נאסראללה ימ״ש אין ביירוט, באגלייט מיט צענדליגע טויזנטע נאכפאלגערס.
בשעתן לוויה האט מדינת ישראל געפלויגן העכערן ציבור מיט מיליטערישע פליגערס, און געמאכט הויכע גרידער, א חלק פון די פליגערס האט מען געניצט ביים אומברענגן נאסראללה.
דיפענס מיניסטער ישראל כץ זאגט אין א וידיאו אז דאס איז געווען א מעסעדזש פאר אלע באטייליגטע אז דאס איז די סוף פאר איינער וואס טשעפעט די מדינת ישראל בירגער.
בשעתן לוויה האט מדינת ישראל געפלויגן העכערן ציבור מיט מיליטערישע פליגערס, און געמאכט הויכע גרידער, א חלק פון די פליגערס האט מען געניצט ביים אומברענגן נאסראללה.
דיפענס מיניסטער ישראל כץ זאגט אין א וידיאו אז דאס איז געווען א מעסעדזש פאר אלע באטייליגטע אז דאס איז די סוף פאר איינער וואס טשעפעט די מדינת ישראל בירגער.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
חאמאס זאגט אז זיי וועלן נישט ארויסלאזן די איבריגע גופים פון פאזע 1 פונעם דיעל ביז מדינת ישראל באפרייט די איבער 600 ארעסטאנטן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
מדינת ישראל טאנקן זענען אריין אין שומרון צום ערשטן מאל זינט 2002
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
2 ראקעטן געפלויגן פון רפיח, געפאלן אין עזה.
מדינת ישראל האט שוין באמבעדירט די ארט פון ווי עס איז ארויס געשאסן געווארן.
חאמאס זאגט אז עס איז געווען א טעות.
מדינת ישראל האט שוין באמבעדירט די ארט פון ווי עס איז ארויס געשאסן געווארן.
חאמאס זאגט אז עס איז געווען א טעות.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
חאמאס וועט היינט נאכט באפרייען 4 גופים, אלס אויסטויש פאר די איבער 600 טעראריסטן וואס מדינת ישראל האט געזאלט ארויסלאזן פאריגע שבת.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1639
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6303
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער איז זייער אנטוישט מיט דאס וואס קומט פאר צווישן כאמאס און מדינת ישראל.
טראמפ זאגט אז כאמאס מיינט אז די גרופע טוט אונז א גאנצע טובה מיט באפרייען די גופים פון משכונות, ער זאגט אז כאמאס איז א בארבארישע גרופע, און ערגעצוואו וועט איינער דארפן זאגן אז מען דארף עפעס טון דערוועגן.
ער האט דערביי ווידערהאלט אז מדינת ישראל וועט דארפן באשלוסן אויב די רעגירונג וויל פאראויסגיין מיט די פייעראפשטעל אדער נישט, און דאס איז נאכ'ן אנדייטן די לעצטע וואך צוויי אז אויב ער וואלט געווען אין די שוך פון מדינת ישראל וואלט ער צוריק געגאנגן צו מלחמה.

טראמפ לייגט ארויס א ווידיאו פון זיינע חלומות וויאזוי עזה גייט אויסזעהן.
צווישן אנדערע זעהט מען זעהטא הערליכע שטאט מיט צענדליגער וואלקנקראצערס, טראמפ ליגן ביי די ביעטש מיט מאסק, און א גאלדענע סטאטוע פון קעניג טראמפ.
צווישן אנדערע זעהט מען זעהטא הערליכע שטאט מיט צענדליגער וואלקנקראצערס, טראמפ ליגן ביי די ביעטש מיט מאסק, און א גאלדענע סטאטוע פון קעניג טראמפ.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
לויט אנקעטע זאגן 78 פראצענט אמעריקאנער אז כאמאס טאר נישט ערלויבט ווערן אנצופירן מיט די פאלעסטינער טעריטאריע אין עזה, און נאר 22 פראצענט האלטן אז כאמאס זאל יא ווייטער אנהאלטן קאנטראל אין עזה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
מדינת ישראל שיקט ארויס א גרופע פארהאנדלער קיין קאירא פאר געשפרעכן צו פארלענגערן די ערשטע פאזע פון די פייעראפשטעל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
כאמאס איז נישט גרייט אויף די פלאן פון מדינת ישראל צו פארלענגערן די ערשטע פאזע פון די פייעראפשטעל אפמאך
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
די סיספייער איז אפיציעל אויס. דאס קומט נאכדעם וואס מדינת ישראל האט פארגעשלאגן צו אנגיין מיט פעיס 1 ביז נאך ראמאדאן, און כאמאס האט עס נישט אנגענומען.
מדינת ישראל האט אפגעשטעלט אלע הומענטירישע הילף טרעקלך אריין קיין עזה, אריין געריפן טויזנטע רעזערווד סאלדאטן, באמבעדירט אין רפיח.
מדינת ישראל האט אפגעשטעלט אלע הומענטירישע הילף טרעקלך אריין קיין עזה, אריין געריפן טויזנטע רעזערווד סאלדאטן, באמבעדירט אין רפיח.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
די הוטי טעראריסטן אין תימן סטראשען אז אויב די מלחמה אין עזה ווערט באנייט, וועלן זיי באנייען זייערע אטאקעס אויף אמעריקאנער שיפן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא האט פארשנעלערט דאס שיקן נאך פיר ביליאן דאלער ווערד וואפן פאר מדינת ישראל.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1639
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6303
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
טראמפ איז ארויס געקומען מיט א שארפע עפענטליכע ווארענונג אז כאמאס זאל זאפארט באפרייען אלע אנדערע משכונות
טראמפ הייבט אן זיין מעסעדזש מיט די ווערטער 'שלום כאמאס', שרייבענדיג, אז שלום מיינט סיי 'א גוטן' און סיי 'גוד-ביי', און די אויסוואל ליגט יעצט ביי כאמאס אדער צו באפרייען אלע משכונות שוין יעצט און צוריק געבן אלע גופים אדער וועט די גרופע זיין א פארגאנגענהייט.
דער פרעזידענט שרייבט ווייטער 'בלויז קראנקע און און פארדרייטע מענטשען האלטן גופים, און דאס איז וואס ענק זענען, דעריבער גיי איך שיקן פאר מדינת ישראל אלעס וואס פעלט זיך אויס צו פארטיגן דעם דזשאב אז קיין איין איינציגסטע כאמאס מיטגליד וועט נישט בלייבן פארזיכערט, אויב מען פאלגט מיר נישט יעצט'.
טראמפ ערווענט אז ער האט זיך נארוואס געטראפן מיט געוועזענע משכונות וועמענס לעבן כאמאס האט פארניכטעט, און דערקלערט אז זיין יעצטיגע מעסעדזש איז די לעצטע ווארענונג .
ער זאגט אז די פירער פון כאמאס האבן יעצט זייער לעצטע שאנס צו פארלאזן עזה, און פאר די איינוואוינער פון עזה ווארט א הערליכע צוקונפט, אבער נישט אויב זיי האלטן משכונות, וויבאלד אויב יא גייען זיי אלע זיין טויט.
דער פרעזידענט פירט אויס זיין מעסעדזש מיט די ווערטער 'מאך א קלוגע באשלוס, באפריי זאפארט אלע משכונות, אדער וועט קומען א פרייז פון גיהנום'.